פרק י מאמר על האמונה חלק ג
ו. די לייזונג פון דער פראַגע קען מען געפינען אין דער תורה, המגלה לנו כל סתום, דאָס איז דער פסוק "ולא תקח שוחד, כי השוחד יעור עיני חכמים" (דברים י"ז י"ט), דו זאָלסט נישט נעמען קיין באשטעכונג, ווייל באשטעכונג מאַכט בלינד די אויגן פון חכמים. די מאָס פון שוחד, באַשטעכונג, אין לויטן דין דאָס ווערט אַ פרוטה, די קלענסטע מטבע.
מען דאַרף אויך וויסן אַז די לא תעשה, דער פאַרבאָט, איז געזאָגט אין דער תורה פאר אַלע מענטשן אָן אַן אויסנאַם, און אויך דער גרעסטער חכם פון אַלע צייטן. אַ צדיק ווי משה רבינו ע"ה, ווען מען זאָל זיך קענען פאָרשטעלן, אַז ער זאָל איין מאָל נעמען שוחד, אַן איין-און-אייציקע פרוטה, וועלן פאַרטונקעלט ווערן די אויגן פון זיין פאַרשטאנד, און ער וועט פאַרלירן די מעגלייכקייט צו האָבן אַ ריכטיקן אורטייל. דאָס איז וואָס מען זעט פון דער תורה.
אייגנטלעך איז דאָס אַ ביסל וואונדערלעך , קענען מיר אונז דען פאַרשטעלן אויף משה און אהרן, די קדושי עליון, אז צוליב א נישטיקע הנאה וואָס זיי האבן פון איינעם פון די צדדים, וועלן זיי זיין פעיִק ארויסצוגעבן א פאַלשן אורטייל? די תורה זאָגט אָבער פאָרט אזוי, און אז די תורה זאָגט, איז עס אמת.
די דערקלערונג איז, אַז דאָס איז אַ נאַטורלעכער געזעץ אין דער מענטשליכע פסיכאָלאָגיע, אז דער ווילן באַאַיינפלוסט דעם שכל. זעלבס-פארשטאנדלעך, הענגט דער איינפלוס אָפּ, פון דער מאָס שכל און פון דער מאָס ווילן. אַ שוואַכער ווילן באַאַיינפלוס ווייניק אַ שטאַרקן שכל, דער זעלבער שוואַכער ווילן באַאַיינפלוס אָבער שטאַרקער אַ שוואַכן שכל. אַ שטאַרקער ווילן באַאַיינפלוס נאָך שטאַרקער. אָבער גאָר אָן אַן איינפלוס אויפן שכל, בלייבט דעם ווילן קיין מאָל נישט. און אויך דער שוואַכער רצון פאַראורזאַכט אירגענד וועלכע נטיה, נייגונג, דער שטאַרקסטער און דער גרעסטער שכל אפילו.
עס געפינט זיך אין גמרא (ענדע כתובות) אז אונזערע הייליקע חכמים האָבן דערשפירט ביי די קליינסטע הנאה וואָס זיי האָבן געהאט פון אַ מענטש, א נייגונג פאַר דעם מענטש. און ווען עס האט זיך געהאַנדלט וועגן א דין תורה וואָס דער זעלבער מענטש האָט געוואָלט האָבן ביי זיי, האָבן זיי זיך אַנטזאָגט , ווייל זיי האָבן דערשפירט אז זיי קענען נישט זיין אין גאַנצן אומפארטייאיש אין באַציאונג צו דעם מענטש.
אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, גרויס ווי מלאכים מיט זייער ברייטן פאַרשטאַנד און זייערע הייליקע מדות, זיי האָבן געשפירט אז די קליינסטע באַשטעכונג האָט געהאַט אַן אַיינפלוס אויף זייער דענקען. ווי זעט דאָס שוין אויס ביי מענטשן וואָס זענען פאַרזונקען אין תאוות פון דער וועלט. דער יצר הרע באשעכט זיי כסדר, עס איז הפקר אַ וועלט, טו וואָס דו ווילסט. מען קען פאַרשטיין וואָס פאַר אַ מעכטיקייט אַיינפלוס עס קען האָבן, די גראָבע נייגונג פון א הפקר לעבן, צו פאַרטונקלען און בלינד צו מאַכן זייער שכל.
ווייל דאָרטן וואו איז דער מענטש איז באַשטאָכן, איז ער נישט פעיק צו זען דעם אמת, ווען דער אמת איז געגן דאָס וואָס ער וויל. דער מענטש איז אין באַציאונג אויף דער זאך אזוי ווי פאַרשיכורט. זעלבסט-פארשטענדלעך, שכור זייענדיק איז דער גרעסטער חכם אויך קיין חכם נישט.
אַזוי אַז עס איז גאָרנישט קיין וואונדער אויף גרויסע פילאָסאָפן וואָס האָבן נישט געגלויבט אין דער באַשאַפונג, ווייל לויטן גרויס פון זייער פאַרשטאַנד, איז אויך גרויס געווען זייער ווילן צו געניסן פון די תאוות עולם הזה. דאָס איז אזא באַשטעכונג וואס קען באַאַיינפלוסן אַ מענטש צו זאָגן אז צוויי מאָל צוויי איז נישט פיר, נאָר פינף.
דער מענטשלעכער שכל קען דערקענען דעם אמת, נאָר ווען ער איז נישט באַשטאָכן אין באַציאונג אויך דער זאַך איבער וועלכע ער וויל אורטיילן. אָבער ווען די דערקענטעניש פון אמת איז געגן דאָס וואָס דער מענטש וויל, קען אויך דער שטאַרקסטער שכל אים נישט ליכטיק מאַכן די אויגן.
ז. מיר קענען רעזומירן אַז די יסודות פון דער אמונה זיינען זעסלבסט-פאַרשטענדלעך און איבערצייגנט פאַר יעדן מענטש וואָס איז נאָר נישט קיין חסר דעה. ער קען גאָרנישט צווייפלן אין זייער ריכטיקייט. מיט דער באַדינגונג אָבער, דער מענטש, זאָל נישט זיין באַשטאָכן, ד. ה. ער זאָל זיך באַפרייט פון תאוות און רצונות.
עס קומט ארויס אז די ריכטיקע סיבה פון אפיקורסות און אומלויביקייט ליגט אין אַ טעות וואָס האָט זיין מקור אין שכל אליין. עס איז גאָר אין דער ווירקלעכקייט, דער ווילן צו קענען נאָכיאָגן די תאוות וואָס באַאַיינפלוסט און מאַכט בלינד דעם שכל.
איצט פאַרשטיייען מיר גוט וואָס די תורה וואָרענט אונז פאַר אפיקורסות מיט די ווערטער: איר זאָלט נישט נאָכגיין אייער האַרצן, ד. ה. די תורה פאַרפליכט דעם מענטשן צו צוימען זיין ווילן בכדי דער שכל זאָל זיין פריי פון זיין איינפלוס. דאַן ער וועט שוין ממילא זען דעם זעלבסט-פאַרשטעדלעכן און איבערצייגנטן אמת, אַז די וועלט איז באַשאַפן פון הקב"ה. אַזוי ווי די אויבן ציטירונג פון רבי עקיבא: די וועלט זאָגט עדות אויף הקב"ה אז ער האָט זי באַשאַפן.
כפירה, אומגלויבנקייט, האָט קיין שום אָרט נישט אין מענטשלעכן שכל, נאָר אין זיין רצון און זיין נייגונגען. וואָלטן זיינע נייגונגען נישט געווען אזוי פאַרגרעבט, וואָלט גאָרנישט מעגלעך געווען זיך טועה צו זיין אין כפירה ח"ו אָדער ע"ז. דאָס איז דער טעם פאַרוואָס די עבירה פון דעם איז אזוי גרויס, אַז ער האָט געגעבן אזוי פיל אויבערהאַנט זיינע תאוות איבער זיין שכל ביז ער קען נישט באַגרייפן אַזאַ פשוטע אמת.
אייגנטלעך באַשטייט די מצוה פון אמונה אין דעם אַז מען זאָל נישט געבן צו תאוות קיין שליטה איבערן שכל, דאַן וועט שוין קומען די אמונה פון זיך אליין. עס איז גאָרנישט נויטיק זיך מי צו געבן צו דערווערבן אמונה. די אַרבעט באַשטייט אין באזייטיקן די זאַכן וואָס זיינען שעדלעך פאַר דער אמונה, דאַן וועט זי שוין קומען פון זיך אליין. אויך דער איינפאכער בן נח, וועמענס שכל עס איז נישט אנטוויקלט, קען דאָך באַגרייפן פון זיך אליין, אַז די וועלט זאָגט עדות אויף הקב"ה, אז ער האָט זי געשאפן.
ווייטער איז דאָך שוין זייער איינפאַך, אַז יעדע זאַך וואָס איז געמאַכט פון אַ בן דעת, מוז האָבן עפעס אַ צוועק. און ווי באַלד די נאַטור עקזיסטירט דורך דעם רבונו של עולם וואָס האָט זי געמאַכט עקזיסטירן, איז קלאָר אז די נאַטור מוז האָבן א צוועק.
דער שכור וועט זיך נישט קענען ענטפערן ביי יום הדין אז ער האָט געגלויבט דער תכלית פון דער וועלט, פון הימל און ערד, באַשטייט אין דעם, מען זאָל טרינקען בראָנפן און זיך אנשיכרן. עס איז אַ פּשוטע און אַ זעלבסט-פאַרשטענדלעכע זאַך אַז דער תכלית פון אַלץ וואָס עקזיסטירט איז ממילא צו זיין דעם רצון פון הקב"ה וואָס האָט דאָס אַלץ געשאַפן. און ווי באַלד ער האָט באַדאַרפט דערקענען אַז דאָס איז דער תכלית פון זיין קומען אויף דער וועלט, האָט ער אויך געדאַרפט נאָכדענקען און נאָכזוכן אין וואָס באַשטייט דער רצון ה', ווייל ער האָט דאָס נישט געטאָן, פאַרדינט ער זיין שטראָף.
אַזוי זאָגן אונזערע חכמים ז"ל בן נח נהרג שהיה לו ללמוד ולא למד, דער בן נח ווערט באַשטראָפט ווייל ער האָט געדאַרפט לערנען און דערפאַרן, און ער האָט דאָס נישט געטאָן. דאָס זעלבע איז אויך דער טעם וואָס די זינד פון עבודה זרה איז אַזוי האַרב, ווייל דער מענטשלעכער שכל וואָלט געווען פריי פון זיינע נייגונגען, וואָלט פאר אים גאָר קיין מעגליכקייט נישט געווען זיך טועה צו זיין אין עבודה זרה, און זיין גאַנצער גלויבן אין עבודה זרה איז אים נאָר געקומען צוליב זיין שטאַרקער נייגונג, זיך צו דערלויבן וואָס טאָר מען נישט, אַזוי ווי אונזער חכמים זאָגן: ווען ישראל האָבן געדינט עבודה זרה, איז דאָס געווען בכדי זיך צו דערלויבן אויסגעלאַסנקייט עפענטלעך.