נייע ספרים און ביכער אויף אידיש
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7784
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
נייע ספרים און ביכער אויף אידיש
בעזר השם עפען איך אויף דעם אשכול, בכדי ס'זאל זיין א פלאץ וואו צו מעלדן פריש ערשינענע ביכער אין ספרים אויף 'אידיש'.
איך בדעה צו צו מעלדן עטליכע ספרים, איך דארף נאך פריער קאלעקטן אביסל אינפארמאציע.
דערווייל איז יעדער מכובד אנטייל צונעמען.
מיר וועלען בעז"ה זיין צוריק.

דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
אידיש ווערטער אוצר
א זאמלונג פון איבער 6000 ווערטער און זייערע סינאנימען.
איך האב שוין אנגעיאגט צו כאפן א שטיקל בליק דערויף, עס איז א מייסטערהאפטע ארבעט, עס ברענגט אויף יעדן ווארט נאך ווערטער מיטן זעלבן אדער ענליכן באדייט, עס איז זייער גוט ווען מען שרייבט און מען וויל נישט איבערניצן כסדר די זעלבע אויסדריקן, עס בארייכערט דעם שפראך געוואלדיג.
איך מיין אז די אידישע שפראך האט שוין לאנג נישט געזעהן אזא גוטע ארבעט ארויסצוהעלפן די אידישע שרייבער.
עס איז נישט קיין ביליגער ארטיקל, ווי איך האב עס געקויפט האב איך געצאלט $24 פלאס טעקס...
ארויסגעגעבן האט עס א. ראטה, לויט מיין אינפראמאציע איז זי א טאכטער פון די מעלות ארויסגעבער, זי איז אויך פון די שרייבער דארט.
איך גלייב אז אונזערע שרייבער דא אין קרעטשמע וועלן זיך באלעקן די פינגער דערמיט...

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
אנטשולדיגט, איך האב דיר נישט געמיינט אויסצוכאפן די ווערטער פון מויל, איך האב געזעהן אז דו ביזט געווען אזוי גוטהארציג און מכבד געווען דעם עולם זיך משתתף צו זיין אינעם באריכט, און דער ביכל איז מיר פונקט געלעגן ביי די האנט, האב איך עס באריכטעט, קומענדיגע מאל אויב דו ווילסט נישט בלייבן מיט די דרשה אין בויך, גיב עס גלייך ארויס...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
דער ביכל "אזא גולם" וואס קינדער שפיל האט ארויסגעגבן דעם חנוכה איז עפעס וואונדערבאר.
איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי ארויסגעהאט דעם פראגען גולם ווי נאכן ליינעם דעם בוך.
די בילדער ברענגען ארויס דעם גולם אויף עפעס אן אפנארמאלען וועג, ס'איז דא גאנצעטע בלעטער וואס ס'שטייט בכלל נישט קיין טקסט ווייל מען פארשטייט אליינס די גאנצע מעשה נאר פון קוקן אויף די בילדער!
איין זאך קען איך ענק זאגן, ער איז שוין איינמאל געווען א גולם...
איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי ארויסגעהאט דעם פראגען גולם ווי נאכן ליינעם דעם בוך.
די בילדער ברענגען ארויס דעם גולם אויף עפעס אן אפנארמאלען וועג, ס'איז דא גאנצעטע בלעטער וואס ס'שטייט בכלל נישט קיין טקסט ווייל מען פארשטייט אליינס די גאנצע מעשה נאר פון קוקן אויף די בילדער!
איין זאך קען איך ענק זאגן, ער איז שוין איינמאל געווען א גולם...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
די ביכל איז געשריבן אויף איווריס (לשה"ק), דערנאך איז עס איבערגעטייטשט געווארן אויף ענגליש, און איצט איז עס א דאנק די קינדער שפיל פירמא ערשינען צום ערשטען מאל אויף אידיש, כדי אונזערע טייערע קינדערלעך זאלן אויך קענען הנאה האבן.
די בילדער זענען אילוסטרירט געווארן דורכ'ן פאפולערן גדי פאלאק, אט איז א בילד פון די ענגלישע ווערסיע.

- אטעטשמענטס
-
- the golem
- 5148.png (16.76 KiB) געזען 9607 מאל
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
איך האב מיך אמאל אנגעשטויסן אין א וועפ זייטיל
וואס פארמאגט א געוואלט מיט יודשע ביכער,
זייט ד'שטויס האב איך אסאך געליינט איך זייער הנאה געהאט דערפין
כ'מיין אז ס'איז א קלעקטשן פין "סטיוון ספילבערג"
עס בשטייט מער פין אלטע יודשע ביכער פין יודשיסטשע שרייבער אד"ג
דא האט איר ד'לינק

_________________________x
צום געזונט פון יחזקאל אסחייק.
איבערגעטייטש און צוגעשטעלט צו די אמעריקאנע עסן שטייגער, דורך מכון חד וחלק.
זייער א שיין ארבייט, גייט לויטן מהלך פונעם רמב"ם און קיצור שלחן ערוך.
דא א אינטערויוא אויך קולמע, מיטן ארויסגעבער.
ווייסט איינער וואס אינזער אלץווייסער הרב מייזליש זאגט צום בוך?

מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
עס איז לעצטענס ערשינען א נייער ביכל מיטן נאמען "איש חסיד היה", תולדות פון הרה"ח ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה באשריבן דורך די אייניקלעך, און מסודר געווארן דורך שרייבער פון ומשה היה רועה, איך האב דאס נאר געזעהן אין ספרים סטאר, עס קוקט אויס צו זיין אינטערעסאנט פאר חסידי סאטמאר צוליב דעם וואס ר' אברהם יעקב איז געווען פון די ראשי הקהלה, אי"ה אויב וועל איך נאכאמאל כאפן א בליק וועל איך קענען שרייבן מער.
ר' אברהם דוד גליק פון ק"י האט נארוואס ארויסגעגעבן די פערטע חלק פון "זכר צדיק לברכה" פון אויטענטישע מעשיות (עכ"פ מיטן מקור) פון הגה"ק מסאטמאר, די מעשיות לויפן אין א רובריק אין איינע פון די וועכנטליכע צייטונגען.

- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע: אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
א נייע בוך ערשינען מיט'ן נאמען "הראשונים כמאלכים", זייער שיין פארציילט אלע תלמידי בעל שם און אראפ, גייט צו מיט א כראנאלאגישן סדר, פונקטליך זייער יחוס, וואו זיי האבן געוואוינט, וואו אלץ זיי האבן משמש געווען ברבנות, אין קורצן, זייער לעבנס ביאגראפיע, און עטליכע קליינע מעשה'לעך. און אזוי ווייטער און ווייטער, אזוי אויך ברענגט ער צו מאפעס פון איבעראל, כדי מען זאל וויסן אפ' היינט וויאזוי צו דערגרייכן אהין.
בעיקר, איז עס א געוועלדיגע אויפטוה, ווייל ענדליך איז איינער ארויסגעקומען מיט א גענויען סדר, ווער און וועמענס תלמיד יעדער איז געווען , אזוי אז די יונגווארג זאלן האבן עפעס א מושג, וויאזוי די תורה און חסידות איז אריבער פון איין רעבי'ן צום צווייטן. פון איין דור צום קומענדיגען. און אביסל האבן א אהנונג אין די הייליגע שטעטלאך און דערפעלאך ווי אונזערע רבי'ס און אור עלטערען האבן געדינט דעם בורא.

כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
'איש חסיד היה'
א בוך איבער דאס לעבן אין שאפן פון הרה"ח ר' אברהם יעקב הכהן גלאנצער ע"ה מנאמני מרן רביה"ק מהר"י מסאטמאר זצ"ל ואח"כ אצל מ"מ מהר"ם ט"ב זצ"ל הברך משה מסאטמאר.
דער בוך איז אויף אידיש זייער אינטערעסאנט סיי פון א ביאגראפישען שטאנדפונקט (פאר איי-וועלט פאנאטיקער איז זיין זיידע ר' אברהם מאיר הכהן בעל אגם מים ארויסגעקומען אויף אמעריקא בשנות התר"ע מיט די גוהייסטונג פון זיין רבי דער צבי לצדיק פון בלאזשוב און אפאר חדשים דערויף איז ער דא נפטר געווארן ומנו"כ פה) און אויך פון א היסטארישע פערספעקטיוו איבער זיינע מיטמאכענישען און שפעטער זיין עסקנות פאר סאטמאר בכלל און פאר קרית יואל בפרט.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35251
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
נייע יודישע ביכער
למעשה האט זיך די וועלט פון אידישע ביכער שטארק פארברייטערט לעצטענס, עס קומען ארויס גאר זאכליכע ביכער, סיי פאר די קליינע און פאר די גרויסע, שפאנענדע און נישט אזוי שפאנענד, תורה'דיג און מוסר'דיג א.א.וו.
אנומעלט האב איך געזעהן אין געשעפט אז די באנקאנטע שמועסן ברוך און בערל פון די מעלות אויסגאבע, איז געדריקט געווארן אין הערליכן ספר, די שמועסן פון ברוך און בערל איז מלא ידיעות און היסטאריע בדרך שאלות ותשובות, וואס באמת איז גאייגענט פאר ערוואקסענע אויך.
(באמערקונג: די ביכל האט נאך נישט די שמועסן פון ציונים, קומעניזם וכו' עס איז בעיקר שבת ויו"ט און מצות..)
אויך האבן זיי בארייכערט דעם ביכל מיט בילדער פונעם באקאנטען גדי פולאק.
----
די עולם ווערט געבעטן צוצולייגן נאך ביכער און אייערע מיינונג דערויף
אנומעלט האב איך געזעהן אין געשעפט אז די באנקאנטע שמועסן ברוך און בערל פון די מעלות אויסגאבע, איז געדריקט געווארן אין הערליכן ספר, די שמועסן פון ברוך און בערל איז מלא ידיעות און היסטאריע בדרך שאלות ותשובות, וואס באמת איז גאייגענט פאר ערוואקסענע אויך.
(באמערקונג: די ביכל האט נאך נישט די שמועסן פון ציונים, קומעניזם וכו' עס איז בעיקר שבת ויו"ט און מצות..)
אויך האבן זיי בארייכערט דעם ביכל מיט בילדער פונעם באקאנטען גדי פולאק.
----
די עולם ווערט געבעטן צוצולייגן נאך ביכער און אייערע מיינונג דערויף
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
א גרויסן יישר כח ר' פריילאך פארן עפענען דעם אשכול, איך האף אז עס וועט ווערן א רייכער אשכול מיט אינפארמאציע איבער אלע נייע ביכלעך וועלכע קומען ארויס.
אויף דעם יעצטיגן ביכל וואס דו ברענגסט דא מוז איך זיי גראטולירן פארן דאס ארויסגעבן, שוין יארן האב איך געהאלטן אז עס איז א גוטער זאך, און איך האב שוין זאגאר אמאל געזאגט פארן מעלה אליינס אז ער זאל דאס טוהן, די ברוך און בערל שמועסן זענען לדעתי פון די געלונגענסטע קאלומס אין דעם מעלות, און עס איר מלא היסטאריע און רייכע הלכה'דיגע און השקפה'דיגע ידיעות וועלכע זענען גאר אינטערעסאנט און אויך וויכטיג פאר יעדן איינעם, יונג און אלט, מענער און פרויען.
זאל זיי דער אויבערשטער שיקן אסאך הצלחה.

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
ים רויבער האט געשריבן:איך האב מיר זייער געפרייט דערצו, אין אפי' שוין געקויפט פאר מיין קליינע ברודער פאר א חנוכה מתנה, אבער לדעתי וואלטן זיי געדארפט צוצייכענען מקורות עכ"פ אויף וויפיל ס'שייך
הייסט עס אז ברידערס קויפן אויך חנוכה מתנות? פארוואס קויפען נישט מיינע ברידערס?
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום זונטאג יאנואר 08, 2012 9:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פריילאך האט געשריבן:למעשה האט זיך די וועלט פון אידישע ביכער שטארק פארברייטערט לעצטענס, עס קומען ארויס גאר זאכליכע ביכער, סיי פאר די קליינע און פאר די גרויסע, שפאנענדע און נישט אזוי שפאנענד, תורה'דיג און מוסר'דיג א.א.וו.

א לינק