ספרי תולדות על רביה"ק מסאטמאר זי"ע
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
ויאמר האט געשריבן:
לייענט און שטוינט.
און קריכט אויף די גראדע ווענט.
איך וואלט אין מיין לעבן נישט צאמגעשטעלט די צוויי מעשיות, אין די ערשטע מעשה שטייט דארט בכלל נישט אז יענער רב האט געהאט א קביעות צו זיצן נעבן רבי'ן.
יוסף שרייבער האט געשריבן:בקיצור דער כותב הספר איז ניקס קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינער נער.
פאסט נישט ר' יוסל איר זאלט זיין אזוי רוי.
- חסידישער יוד
- שר חמש מאות
- תגובות: 770
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
ערך האדמו"ר מסטריזוב
סתם הערה כללית, אז די ספר איז נישט גוט מוגה.
נאך א פאר דוגמאות פון אומפינקטלעכקייט בלשון המעטה וכו'
ב. בערך האדמו"ר מסטריזוב שרייבט ער די מעשה וועגען די שושבינות, האט ער אויסגעלאזט די סיפור מיט דער מנחת אלעזר און אמירת הלל פון סאטמאר רב [ואולי לא שייך לערך זה אלא לערך של מנחת אלעזר יותר]
ג. לגבי נסיעתו לארה"ק, שרייבט ער אז למעשה ניחם האדמו"ר מסטריזוב פון זיין פלאן צו עולה זיין לארה"ק, דאס איז א פשוטער שקר, דער סטריזובער רבי האט קיינמאל נישט חוזר געווען, ער איז פשוט קראנק געווארען און נפטר געווארען, אלע זיינע חפצים, ספרים, מעבל וכו' זענען שוין געווען אין גבעת שאול בדירתו שהכין לו שמה, עס איז אפילו דא א מעשה פלא דערמיט, ער האט געהייסען מען זאל אנגערייטען 2 לעכט אין די לייכטער אויפן טיש, אז טאמער וועט ער אנקומען פרייטאג נאכמיטאג שפעט צום זמן זאל שוין דאס אויכעט זיין גרייט. למעשה נפטר בארה"ב והעלו את ארונו לארה"ק די קבורה איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג ערב שבת חנוכה סמוך לכניסת שבת קודש, והלכו אחר כך לדירתו והדליקו נירות והלכו לבית המדרש.
ד. פעלט א סיפור ווי דער סטריזובער רבי איז אמאל געקומען באזוכען דעם סאטמאר רב אינדערהיים, און דער רבי האט זעך זייער געפרייעט צו איהם און געגעבען א קוש אין שטערן

צווייפעל האט געשריבן:ויאמר האט געשריבן:
לייענט און שטוינט.
און קריכט אויף די גראדע ווענט.
איך וואלט אין מיין לעבן נישט צאמגעשטעלט די צוויי מעשיות, אין די ערשטע מעשה שטייט דארט בכלל נישט אז יענער רב האט געהאט א קביעות צו זיצן נעבן רבי'ן.
וואס פארשטייסטו נישט?
געוואלט ארויסברענגען, אז פון די צווייטע מעשה זעט מען אז דער ברך משה'ס "מקום קבוע" איז געווען נעבן רבי'ן, מילא איז עס געווען נאטורליך אז ווען ער איז אריינגעקומען צום טיש האבן זיך די רבנים אויפגעשטעלט און פריי געמאכט פאר אים דאס פלאץ, וק"ל.
בנוסף וואס די צווייטע מעשה איז ווערד פאר זיך ודו"ק.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm
די ענגליש פרינציפל מיט די סאטמארער רבי
הרב הירץ פרענקל האט צום יארצייט ה'36 ארויסגעגעבן אן ענגלישער בוך באשרייבענדיג וואס ער האט מיטגעהאלטען פון דער נאנט מיט די סאטמארע רבי זצ"ל
לכ' דארף דאס צו זיין גאר אינטערסאנט
ווייסט עמיצער ווי מען קען דאס שוין באקומען
לכ' דארף דאס צו זיין גאר אינטערסאנט
ווייסט עמיצער ווי מען קען דאס שוין באקומען
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm
ביבער היט האט געשריבן:א הערליכער באנד חלק א' פון א סעריע פון צוויי בענדער איבער די קשר און שייכות פון גדולי ישראל אין אמעריקא און איבער די וועלט למרן הרה''ק מסאטמאר זצ''ל נאכען צווייטן וועלט קריג, עס איז כדאי זיך איינצוהאנדלען דעם בוך
יו''ל ע''י מערכת מושיען של ישראל
Sorry for the English...
This Sefer is interesting, but I have to wonder if this is written by Reb YSG z"l. It's very badly written and much more badly edited. Lots of repeated words and sayings. Spelling mistakes, inconsistent spelling vechili vechili.
Still, it's interesting and worthwhile.
But I don't know why he didn't write about (also) more well-known Rebbe's and Rabbunim. He mostly writes about Rabbunim in NY who most people in the world (outside NY) have ever heard of. Nothing wrong with that, but he should also write about more well known Rabunim. The few known ones are Pshevorsker Rebbe, Rav Michuel Ber, Rav Shteif. Maybe one or two more.
I would have liked to see more on Belz, Viznitz, not davke those who lived in NYC.
Also, so much could have been written from before the war.
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6815
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
הספר מושיען של ישראל
וואס איז דער פרייז פון איין חלק - ט' - פון מושיען של ישראל?
וואו איז עס ביליגער? נ"י אדער ירושלים?
וואו קען מען דאס קויפן אין ירושלים?
וואו איז עס ביליגער? נ"י אדער ירושלים?
וואו קען מען דאס קויפן אין ירושלים?
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
יאסל האט געשריבן:שעפטיל האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:אזויווי א טענצל (שוין באלד ר') שרייבט ר' מנשה קעניג איז געווען אן ערליכער איד ביז זיין לעצטען טאג , לעצטענס איז אפילו דא געווען א זון זיינער נאך געלט פאר די מהדרין באסעס אין א"י, אבער האט נאכן קריג באלאנגט צי פועלי אגודת ישראל.
דער בוך זכרונות רמב"ח וואס איז אגב יא אינגאנצען געווידמעט צי באשרייבען דעם רבי'ן (א חוץ אויב טענצל האט עפעס אנדערש וואס איך האב געזען) איז א היבש אינטערסאנטער בוך אין שטיקלעך דערפון איז געווען נאכגעשריבן אין דער בלאט וואס האט בשעתו געמאכט א שטיקעל שטורעם ווער ס'געדענקט.
דער ר' מנשה איז אויך געווען א שרייבער אינעם צייטונג שערים וואס איז ארויסגעקומען יארן צירוק אין ב"ב, איך האב געזען עטליכעפון זיינע מאמרים זייער רירענדע וואס ער האט באשריבען דעם רבין נאך זיין פטירה, מען קען זען די מאמרים אינעם שקיעת החמה.
וואס קען יא זיין אז דער "ארעסטאנט" רעדט איז פון דעם בוך "בין צפת לירושלים" ארויסגעגעבן דורך יהושע בר יוסף א תלמוד פון רבי'ן אין קראלי וואס איז שפעטער נחמץ געווארן, דארט ווידמעט ער א פרק איבערן רבין אין זיין צייט וואס ער האט פארברענגט אין די ישיבה, אזוי אויך האב איך געליינט א באשרייבונג פון אים אין האדמו"ר מסאטמאר פון פוקס'ן ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין א"י תש"ו.
דער זכרונות רמב"ח ווערט זייער שארף אראפגעריסן אינעם ספר תמר יפרח פון הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה.
ער ווידמעט אן עקסטערן קאפיטל בלויז אויפציווייזן אז אלעס וואס שטייט אין רמב"ח איז איין שטיק בלאף, לשיטתו האט ער געשריבן די אלע זאכן ווייל אזוי ווי ער איז נחמץ געווארן און ער איז אריבער צו די מזרחי, האט ער אויך געקענט באשטיין צו מאכן דעם רבי'ן שיין אויסקוקן. (צ.ב.ש. וויאזוי ער לייגט אראפ דעם רבי'נס שלום בית מיט די צווייטע רעבעצין ע"ה, די שפאצירן מיט איר יעדן טאג, וכו').
תמר יפרח איז זייער אינטערסאנט, ווייל עס פארמאגט ערשטהאנטיגע באשרייבונגען פון רבי'ן פון שטאט סאטמאר.
"האדמו"ר מסאטמאר" פון אברהם פוקס, איז אויך איינס פון די אינטערסאנטסטע ספרים איבערן רבי'ן. דער פוקס איז געווען א תלמיד פון רבי'ן אין סאטמאר.
ער האט אין זיין בוך קאפיעס פון אסאך ציוניסטישע צייטונגען בשעת דער רבי איז געקומען צופארן אויף א"י, וואס מען קען זיך פאקסמאווען (וואטעווער וויזוי מ'ספעלט עס....) דערמיט וויזוי די לינקע שרייבער פרובירן איינער דעם צווייטן איבערשטייגן מיט ידיעות און אינפארמאציע איבער דעם רבי'ן מיט זיינע פרומע חסידים.
לפי ידיעתי האט דער דערמאנטער ר' מנשה נישט געהאט קיין שייכות מיטן מזרחי דאס איז איינס,
צווייטענס ער האט נישט געלערנט דער זעלבע זמנים אין די ישיבה ווי ר' שמעון ע"ה וואס איז געווען א תלמיד די ערשטע העלפט פון די תר"צ יארן אין קראלי און אין סאטמאר ווידער דער רמב"ח איז געווען די סוף צ' יארן ווען דער ר' שמעון האט שוין געהאלטן נאך די חתונה, אין דער רמב"ח רעדט נאר פון די מאורעות וואס האט פאסירט אין זיינע יארן אין און ארום די ישיבה.
אויב עפעס וואלט איך געזאגט אז דער תמר יפרח האט ענדערשער געהאט אן אגענדע ווי דער רמב"ח וואס האט עס מער ווייניגער אפגעשריבן ווי זכרונות ווי איידער צי שרייבן א פרופייל אויפן רבי'ן
איבער פוקס'נס בוך האב איך כלל נישט געטראפן דער געפערליכער אינטערסאנטקייט, וואס אזויי ווי די שרייבסט איז א היבשער חלק נישט מער ווי לקוטים פון אלערליי מינים פון צייטונגען , דערויף איז שוין מער אינטערסאנטער דער שקיעת החמה.
אויף אוצר החכמה האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער דעם זכרונות רמב"ח, זעהט אויס ער איז יא געווען א שטיקל בעל דמיון ווי ר' שמעון ווייס שרייבט אויף אים
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 88#p314688
.
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך האב ביי מיר דעם זכרונות רמב"ח אין א PDF פייל, עמעצער איז אינטערסירט דערין?
לינק צו דאונלאודן
אי אפשר להוריד בבקשה עוד הפעם
אברהם27 האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך האב ביי מיר דעם זכרונות רמב"ח אין א PDF פייל, עמעצער איז אינטערסירט דערין?
לינק צו דאונלאודן
אי אפשר להוריד בבקשה עוד הפעם
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=392681#p392681
אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו?!
באקומט קעש בעק ביים קויפן אנליין, $10 באונעס פארן זיך אויפסיינען ווען איר ספענדט $25
באקומט קעש בעק ביים קויפן אנליין, $10 באונעס פארן זיך אויפסיינען ווען איר ספענדט $25