פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:34 am

עדינו העצני האט געשריבן:איך וויל דא פרעגן א פראגע, אפשר איז עס נאריש, אבער איך מיין עס ערנסט.

איך פארשטיי זייער ווייניג צו קאמפיוטער טעקנאלאדזשי סאו קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך פרעג, אבער עס מיר שווער.

איך זעה מען רעדט אזויפיל וועגן טוויטער, אז טוויטער דיסקרימינעיט קעגן רעפאבליקענס. פארוואס טאקע איז נישט דא א געהעריגע קאמפעטישן. עס מאכט זיך אויף אזויפיל עפפס יעדן מאנטאג און דאנערשטיג, יעדע צווייטע ביזנעס מאכט א וועבסייט מיט א עפפ. וואס איז אזוי שווער צו מאכן א עפפ וואס זאל זיין א קאמפעטישן פאר טוויטער.

איך האב די זעלבע קשיא אויף יוטוב, פארוואס קען איך נישט מאכן א קאמפעטישן פאר יוטוב. ס'סאונדט זייער גרינג (איך ווייס, מן הסתם ווען ס'וואלט געווען אזוי גרינג וואלט מען עס שוין געטון...) מ'מאכט א וועבסייט אויף וואס מ'קען ארויף לוידן ווידיאוס און געגאנגען.

איך וויל בעטן אויב איינער קען עס געהעריג מסביר זיין אז אפילו אזא מן הארץ ווי איך זאל עס פארשטיין.

אויב איז די אויפברויז אויף די ליבעראל גענויגטע פאליסיס דאס וואס שטערט דיר, רעד איך נישט אריין.

אויב אבער פרעגסטו עכט ווייל דו ווילסט פארשטיין, איז דער ענטפער זייער פשוט.

נישט אז יעדע וועבסייט איז גרינג - פונקט פארקערט, יעדע וועבסייט, אויב איז עס מער ווי א בלויז לענדינג פעידזש, איז ביטער שווער צו מאכן, אויסשטעלן, אפערירן און מעינטעינען. איך האב געפילעוועט פאר מערערע וועבסייטס, דיסטריביוטארס, לאקאלע געשעפטן מיט א סייט (צו ברענגען נאך סעילס), קליינע סייטס פאר א פיצינקע ניטש מארקעט, ביז א גרויסע איקאמערס ביזנעס וועבסייט מיט צענדליגער מיליאנען אין סעילס יערליך פון די סייט. אהערשטעלן און אויפהאלטן א גוט פונקציאנירדן וועבסייט מוז מען אינוועסטן הונדערטער אלפים נאך פאר מען זעהט א גרינעם פיאסטער, און דאס איז א קאנסטענט סטראגל יעדע מינוט און שעה.

מען קען שרייבן צאללאזע ארטיקלען איבער יעדן פרט און אספעקט איבער וועבסייט מענעדזשמענט, און ביי די טיים עס וועט זיין אפגעשריבן וועט עס שוין זיין אוטדעיטעד...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:31 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:לויט וואו איך האב אייביג געהערט, דארף מען האבן צוויי זאכן, האבן א שווערע איגנט, און האבן א גאראדזש.



:lol: :lol: :lol:

נאר די גאראדזש פעלט מיר נאך :wink:
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!


דיסקלעימער: זאכן וואס איך ברענג נאך פון אנדערע פלעצער מיינט נישט אז איך האלט אזוי אדער גלייב עס.


צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט