די נעט-פרי (NETFREE) פילטער

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

DovidStroh
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 2:16 pm

די נעט-פרי (NETFREE) פילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DovidStroh »

אין ליכט פון די פאסט
יהלום האט געשריבן:אפשר וואלט געווען כדאי אז די זאלסט עפנען א אשכול און מסביר זיין פונקטליך וואס דאס איז און דער עולם זאל קענען פרעגען שאלות און פארשטיין דער נושא

וועל איך פרובירן אראפצולייגן אין קורצ'ן וואס זענען די חדושים פון די נעט-פרי פילטער און איך האף צו קענען בע"ה אדרעסירן אלע פארשידענע פראג'ן.

    היסטוריה פון נעט-פרי

די נעטפרי פילטער איז געגרונדערט געוואר'ן אין יאהר 2013 למס' אויף די פורום פרוג דורך א איד וואס פלעגט גיין מיט די ניק MAT (היינט הייסט ער MAGICODE אויפ'ן נעט-פרי פורום) ר' MAT האט געגרינדערט די פילטער לשם שמים ממש (אוועקגעבנדיק זיינע פרנסה וכדו') אויף צו בויען זיינע וויזיע (און די וויזיע פון אנדערע אידין) פאר א פילטר וואס איז גענצליך כשר אין אוועיליבל פאר יעדער איינר אהן אויסנאם. אין די ערשטע יאהרן איז די פילטער געווען בחינם אבער נאך א שטיק צייט האט זיך די צאהל באניצר שטארק צווואקס'ן און מהאט געמוזט אנהייבן נעמען אפצאהל כדי צוצושטעלן די סערוויס. די פרייז פון נעט-פרי איז 15 שקל (בערך $4) (אינדרויסן פון א"י וואו נטפרי האט נישט אינטרנט פראוויידרס און מ'מוז נוצן ווי-פי-אן איז די קאסט 30 שקל (בערך $8))

    השקפה פון נעט-פרי

נעט-פרי איז אויפגעשטעלט געוואר'ן אלץ א מיט'ל מיט וואס זיך צו קענען באנוצן מיט'ן גאנצע אינטרנט אבר 100% כשר אהן פשרות. צוליב דעם טוט נעט-פרי דורכקוקען יעדע סייט באזונדער [איינמאל די סייט ווערט איבערגעקוקט ווערט עס געעפענט פאר יעדער איינער] דערצו בויען זיי ספציעל סופיסטוקירטע פילטערס פאר די אינהאלט פון די פארשידענע סייטס [אזוי ווי שאפינג, וידאו סייטס א.ד.ג.] צו פארזיכער'ן די פולסטיע עפענונג מיט די העכסטע סטאנדארט פון כשרות. נעט-פרי פארמאגט אויך א וועד הרבנים (דורך וועד הרבנים לביצוע חומר הדת) דורך וואו סיי וועלעכע פראג'ן וואס זענען ארונטערגעקומ'ן דורכאויס די טאג ווערען געוואנדען. נעט-פרי איז נאנ-פראפיט ד.ה. אז אלע געלט וואס קומען אריין גייען גלייך צו די ווייטערדיגע אנטוויקלונג פון די פילטער. אפילו די אייגנטאמער פון נעט-פרי הר' Magicode באקומט א באשטומטע געהאלט אזוי פארזיכערענדיג אז סאיז נישט דא קיין שום נגיאות וואס קען גורם זיין צו א פארשוואכערונונג אין די פילטער.

    די פילטער

אויסערדעם וואס יעדער וועבסייט ווערט באקוקט דורך די נעט-פרי שטאבת קוקט מען אויך איבער יעדער בילג מעטשליכערהייט. יא. אזוי ווי איהר ליינט. נעט-פרי פארמאגט א שטאב פון נישט אידישער ארבייטער פון ארום די וועלט [אריינעמ'נדיג אינדיא, אוקריינה, באנגלאדעש און די פיליפיענען] וואס קוקען איבער יעדער בילד באזונדער. די איבערקוקונג פון די בילדען ווערט געטוהן אויף א גאר שנעלער און סופיסטוקירטע'ן פארנעם וואס פארזיכערט אז נארמאלערהייט דארף מען בלויז ווארטען איין סעקונדע ביז די בילד ווערט איערגעקוקט. בילדער וואס זענען שוין איבערגעקוקט געווארען זענען אפען\פארמאכט פאר אלע באנוצער. א פארמאכטע בילד קומט ארויף בלערד אויף א שיינעם אויפ'ן.
טעקסט ווערט איבערגעקוקט דורך א קאמפיוטר "רובאט" וואס מעקט אויס נעגאטיוו אינהאלט. ווידיאו אויף יוטיוב און ווימיאו ווער'ן צוטיילט און די בילדער ווערען איבערגעקוקט און דערנאך קוקט מען איבער שנעל די אינהאלט.

    סערוויס

פאר יעדער פראבלעם וואס קען ארונטערקומען האט נעט-פרי אויפגעשטעלט א ווענדונג סיסטעם דורך וואס יעדער פראבלעם ווערט אדרעסיערט דורך די ריכטיגע דעפארטמענט. אזוי אויך שיקט מען דארט'ן אריין די וועבסייטס און ווידיאוס וואס דארפ'ן ווערן איבערגעקוקט. יעדער איבערקוקונג מוז האבן א פוינט [מען באקומט 16 פאוינטס פאר יעדער קאנעקשאן יעדער חודש]. מער פוינטס מיינט א שנעלערע באהאנדלונג.

    וויי-פרי

אויסער די קאנעקשאן צו די פילטער איז אויכ'ט דא א סאפטווער פאר די קאמפיוטר וואס פארזיכערט אז די אינטערנעט ארבייט נישט ווען מ'איז נישט קאנקטעד צו די פילטער.

    סטאטיסטיקס

ביז די דאזיגע באשרייבונג זענען באהאנדלט געווארען 606,036 ווענדונגען, 495,932,049 בילדער באקוקט און 146,081 ווידיאו דורכגעגאנגען פאר די צענליגע טויזנטער באנוצער (דערווייל מערסטעבס אין א"י)

    פילטער אנשטעלונגען

נעט-פרי עפענט יעדער זאך וואס איז כשר פאר יעדער איינער אהן אויסנאם. איז וואס טוט דער וואס דארף נאר געוויסע זאכען? אדער זיינע קהילה וויל נישט געוויסע זאכען? וואס איז אויב ער וויל געוויסע זאכ'ן נאר אין געוויסע צייטען? פאר די אלע איז דא איין ענטפער: פילטער אנשטעלונגען נעט-פרי'ס פילטער אנשטעלונגען סיסטעם איז גאר פארגעשריטן. דורך דעם סיסטעם קען מען אנשטעלן אויב אלעס [חוץ די אנגעשטעלטע] זאלן זיין אפען [בלעקליסט] אדער פארמאכט [ווייטליסט], פונקט וויאזוי יעדער סייט אדער קעטעגארי זאל זיין פאר זיך אליינס אנגעשטעלט - און וועלעכע צייטן זאל עס ארבייטען און אויף וועלעכע אויפן זאל עס זיין אפען [אזוי אויכעט אנטי אדיקשאן א.ד.ג.]. די דאזיגע אנשטעלונגעןקענען ווערען פארשפארט דורך א ספציעלע פעסווארד (אויסר די אקאונט פעסווארד) אדער אונטער די באנוצער'ס קהילה אחראי אקאונט.

ב"ה די באנוצער אין א"י זענען גאר גאר צופרידן, און אזוי ווי @יהלום זאגט:
יהלום האט געשריבן:ב"ה איז דא א פילטער וואס מקען זאגען אז עס איז כשר!!!


איך האב אדרעסירט בלויז אביסל פון וואס נעט-פרי פארקויפט (דורך מיינע בריל'ן) און איך האף סאיז פארשטאנען און אז איך וועל בע"ה קענען אדרעסירן אייערע פארשידענע פראג'ן.

אויפקלערונג: איך ארבייט נישט פאר נעט-פרי. איך באקום נישט און האב נישט באקומען פון זיי קיין געהאלט. איך הון א געהעריגע באנוצער און איך טוה וואלאנטיר'ן ארויסצוהעלפ'ן מיט ברענגען נעט-פרי צו אמעריקה.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

ארבייט דאס פאר ׳מעק׳ אויך? און וואס איז דער פראצעדור פון זיך איינשרייבן?
DovidStroh
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DovidStroh »

Graphic24 האט געשריבן:ארבייט דאס פאר ׳מעק׳ אויך?

מ'קען לייג'ן די ווי-פי-אן אויף מעק אבער אויף דערווייל איז נאכנישט דא ווי-פרי פאר מעק. סאיז איד די ליסטע פון זאכען אויף וואס מקען שטומען פאר צוקונפטליכע אנטוויקלונג
Graphic24 האט געשריבן:און וואס איז דער פראצעדור פון זיך איינשרייבן?

אויף דערוויל מוז מען אריינשיקען א ווענדונג צו באקומען א ווי-פי-אן אקאונט אבער א נייע סיסטעם דורך וואס מוועט אליין קענען אנשטעלען איז שוין ארויס אין בעטא און מקען עס נוצ'ן. (די ערשטע 17 טעג זענען אהן אפצאהל)
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

DovidStroh האט געשריבן:אין ליכט פון די פאסט
יהלום האט געשריבן:אפשר וואלט געווען כדאי אז די זאלסט עפנען א אשכול און מסביר זיין פונקטליך וואס דאס איז און דער עולם זאל קענען פרעגען שאלות און פארשטיין דער נושא

וועל איך פרובירן אראפצולייגן אין קורצ'ן וואס זענען די חדושים פון די נעט-פרי פילטער און איך האף צו קענען בע"ה אדרעסירן אלע פארשידענע פראג'ן.

    היסטוריה פון נעט-פרי

די נעטפרי פילטער איז געגרונדערט געוואר'ן אין יאהר 2013 למס' אויף די פורום פרוג דורך א איד וואס פלעגט גיין מיט די ניק MAT (היינט הייסט ער MAGICODE אויפ'ן נעט-פרי פורום) ר' MAT האט געגרינדערט די פילטער לשם שמים ממש (אוועקגעבנדיק זיינע פרנסה וכדו') אויף צו בויען זיינע וויזיע (און די וויזיע פון אנדערע אידין) פאר א פילטר וואס איז גענצליך כשר אין אוועיליבל פאר יעדער איינר אהן אויסנאם. אין די ערשטע יאהרן איז די פילטער געווען בחינם אבער נאך א שטיק צייט האט זיך די צאהל באניצר שטארק צווואקס'ן און מהאט געמוזט אנהייבן נעמען אפצאהל כדי צוצושטעלן די סערוויס. די פרייז פון נעט-פרי איז 15 שקל (בערך $4) (אינדרויסן פון א"י וואו נטפרי האט נישט אינטרנט פראוויידרס און מ'מוז נוצן ווי-פי-אן איז די קאסט 30 שקל (בערך $8))

    השקפה פון נעט-פרי

נעט-פרי איז אויפגעשטעלט געוואר'ן אלץ א מיט'ל מיט וואס זיך צו קענען באנוצן מיט'ן גאנצע אינטרנט אבר 100% כשר אהן פשרות. צוליב דעם טוט נעט-פרי דורכקוקען יעדע סייט באזונדער [איינמאל די סייט ווערט איבערגעקוקט ווערט עס געעפענט פאר יעדער איינער] דערצו בויען זיי ספציעל סופיסטוקירטע פילטערס פאר די אינהאלט פון די פארשידענע סייטס [אזוי ווי שאפינג, וידאו סייטס א.ד.ג.] צו פארזיכער'ן די פולסטיע עפענונג מיט די העכסטע סטאנדארט פון כשרות. נעט-פרי פארמאגט אויך א וועד הרבנים (דורך וועד הרבנים לביצוע חומר הדת) דורך וואו סיי וועלעכע פראג'ן וואס זענען ארונטערגעקומ'ן דורכאויס די טאג ווערען געוואנדען. נעט-פרי איז נאנ-פראפיט ד.ה. אז אלע געלט וואס קומען אריין גייען גלייך צו די ווייטערדיגע אנטוויקלונג פון די פילטער. אפילו די אייגנטאמער פון נעט-פרי הר' Magicode באקומט א באשטומטע געהאלט אזוי פארזיכערענדיג אז סאיז נישט דא קיין שום נגיאות וואס קען גורם זיין צו א פארשוואכערונונג אין די פילטער.

    די פילטער

אויסערדעם וואס יעדער וועבסייט ווערט באקוקט דורך די נעט-פרי שטאבת קוקט מען אויך איבער יעדער בילג מעטשליכערהייט. יא. אזוי ווי איהר ליינט. נעט-פרי פארמאגט א שטאב פון נישט אידישער ארבייטער פון ארום די וועלט [אריינעמ'נדיג אינדיא, אוקריינה, באנגלאדעש און די פיליפיענען] וואס קוקען איבער יעדער בילד באזונדער. די איבערקוקונג פון די בילדען ווערט געטוהן אויף א גאר שנעלער און סופיסטוקירטע'ן פארנעם וואס פארזיכערט אז נארמאלערהייט דארף מען בלויז ווארטען איין סעקונדע ביז די בילד ווערט איערגעקוקט. בילדער וואס זענען שוין איבערגעקוקט געווארען זענען אפען\פארמאכט פאר אלע באנוצער. א פארמאכטע בילד קומט ארויף בלערד אויף א שיינעם אויפ'ן.
טעקסט ווערט איבערגעקוקט דורך א קאמפיוטר "רובאט" וואס מעקט אויס נעגאטיוו אינהאלט. ווידיאו אויף יוטיוב און ווימיאו ווער'ן צוטיילט און די בילדער ווערען איבערגעקוקט און דערנאך קוקט מען איבער שנעל די אינהאלט.

    סערוויס

פאר יעדער פראבלעם וואס קען ארונטערקומען האט נעט-פרי אויפגעשטעלט א ווענדונג סיסטעם דורך וואס יעדער פראבלעם ווערט אדרעסיערט דורך די ריכטיגע דעפארטמענט. אזוי אויך שיקט מען דארט'ן אריין די וועבסייטס און ווידיאוס וואס דארפ'ן ווערן איבערגעקוקט. יעדער איבערקוקונג מוז האבן א פוינט [מען באקומט 16 פאוינטס פאר יעדער קאנעקשאן יעדער חודש]. מער פוינטס מיינט א שנעלערע באהאנדלונג.

    וויי-פרי

אויסער די קאנעקשאן צו די פילטער איז אויכ'ט דא א סאפטווער פאר די קאמפיוטר וואס פארזיכערט אז די אינטערנעט ארבייט נישט ווען מ'איז נישט קאנקטעד צו די פילטער.

    סטאטיסטיקס

ביז די דאזיגע באשרייבונג זענען באהאנדלט געווארען 606,036 ווענדונגען, 495,932,049 בילדער באקוקט און 146,081 ווידיאו דורכגעגאנגען פאר די צענליגע טויזנטער באנוצער (דערווייל מערסטעבס אין א"י)

    פילטער אנשטעלונגען

נעט-פרי עפענט יעדער זאך וואס איז כשר פאר יעדער איינער אהן אויסנאם. איז וואס טוט דער וואס דארף נאר געוויסע זאכען? אדער זיינע קהילה וויל נישט געוויסע זאכען? וואס איז אויב ער וויל געוויסע זאכ'ן נאר אין געוויסע צייטען? פאר די אלע איז דא איין ענטפער: פילטער אנשטעלונגען נעט-פרי'ס פילטער אנשטעלונגען סיסטעם איז גאר פארגעשריטן. דורך דעם סיסטעם קען מען אנשטעלן אויב אלעס [חוץ די אנגעשטעלטע] זאלן זיין אפען [בלעקליסט] אדער פארמאכט [ווייטליסט], פונקט וויאזוי יעדער סייט אדער קעטעגארי זאל זיין פאר זיך אליינס אנגעשטעלט - און וועלעכע צייטן זאל עס ארבייטען און אויף וועלעכע אויפן זאל עס זיין אפען [אזוי אויכעט אנטי אדיקשאן א.ד.ג.]. די דאזיגע אנשטעלונגעןקענען ווערען פארשפארט דורך א ספציעלע פעסווארד (אויסר די אקאונט פעסווארד) אדער אונטער די באנוצער'ס קהילה אחראי אקאונט.

ב"ה די באנוצער אין א"י זענען גאר גאר צופרידן, און אזוי ווי @יהלום זאגט:
יהלום האט געשריבן:ב"ה איז דא א פילטער וואס מקען זאגען אז עס איז כשר!!!


איך האב אדרעסירט בלויז אביסל פון וואס נעט-פרי פארקויפט (דורך מיינע בריל'ן) און איך האף סאיז פארשטאנען און אז איך וועל בע"ה קענען אדרעסירן אייערע פארשידענע פראג'ן.

אויפקלערונג: איך ארבייט נישט פאר נעט-פרי. איך באקום נישט און האב נישט באקומען פון זיי קיין געהאלט. איך הון א געהעריגע באנוצער און איך טוה וואלאנטיר'ן ארויסצוהעלפ'ן מיט ברענגען נעט-פרי צו אמעריקה.

סאונדס גרעיט!
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

DovidStroh האט געשריבן:
    די פילטער

אויסערדעם וואס יעדער וועבסייט ווערט באקוקט דורך די נעט-פרי שטאבת קוקט מען אויך איבער יעדער בילג מעטשליכערהייט. יא. אזוי ווי איהר ליינט. נעט-פרי פארמאגט א שטאב פון נישט אידישער ארבייטער פון ארום די וועלט [אריינעמ'נדיג אינדיא, אוקריינה, באנגלאדעש און די פיליפיענען] וואס קוקען איבער יעדער בילד באזונדער. די איבערקוקונג פון די בילדען ווערט געטוהן אויף א גאר שנעלער און סופיסטוקירטע'ן פארנעם וואס פארזיכערט אז נארמאלערהייט דארף מען בלויז ווארטען איין סעקונדע ביז די בילד ווערט איערגעקוקט. בילדער וואס זענען שוין איבערגעקוקט געווארען זענען אפען\פארמאכט פאר אלע באנוצער. א פארמאכטע בילד קומט ארויף בלערד אויף א שיינעם אויפ'ן.
טעקסט ווערט איבערגעקוקט דורך א קאמפיוטר "רובאט" וואס מעקט אויס נעגאטיוו אינהאלט. ווידיאו אויף יוטיוב און ווימיאו ווער'ן צוטיילט און די בילדער ווערען איבערגעקוקט און דערנאך קוקט מען איבער שנעל די אינהאלט.

פון דער שורה אליינס זעהט מען ווי גוט דער פילטער איז געבויט אז יעדער בילד גייט אדורך א שוקסע און זי ווייסט וואס יא און וואס נישט !
נישט אזוי ווי אנדערע פילטערס וואס עס ארבעט מיט א ראבאט וואס מאכט צו אלעס מיט סקין קאלר וכו' וואס דאס מאכט זייער אסאך מאל נערוועז !
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

יהלום האט געשריבן:פון דער שורה אליינס זעהט מען ווי גוט דער פילטער איז געבויט אז יעדער בילד גייט אדורך א שוקסע און זי ווייסט וואס יא און וואס נישט !
נישט אזוי ווי אנדערע פילטערס וואס עס ארבעט מיט א ראבאט וואס מאכט צו אלעס מיט סקין קאלר וכו' וואס דאס מאכט זייער אסאך מאל נערוועז !

מיין אייניקעל שתחי' האט געהאט א אויפגאבע אין בית חינוך שרייבען וועגען די עלטער זיידעס און באבעס האט זי געבעטען פון אונז בילדער און דאקומענטנען
האב איך עס איר געשיקט צי איר טאטע'ס אימעיל אדרעסס
און עס זענען געווען פיילס וואס זענען נישט אנגעקומען האט בני נ"י געקלערט אז עס איז נישט געפאלען פאר די אינדיאנער גויטע
איך געדענק נישט צו א בילד צו א דאקומענט
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

געשיקטער האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:פון דער שורה אליינס זעהט מען ווי גוט דער פילטער איז געבויט אז יעדער בילד גייט אדורך א שוקסע און זי ווייסט וואס יא און וואס נישט !
נישט אזוי ווי אנדערע פילטערס וואס עס ארבעט מיט א ראבאט וואס מאכט צו אלעס מיט סקין קאלר וכו' וואס דאס מאכט זייער אסאך מאל נערוועז !

מיין אייניקעל שתחי' האט געהאט א אויפגאבע אין בית חינוך שרייבען וועגען די עלטער זיידעס און באבעס האט זי געבעטען פון אונז בילדער און דאקומענטנען
האב איך עס איר געשיקט צי איר טאטע'ס אימעיל אדרעסס
און עס זענען געווען פיילס וואס זענען נישט אנגעקומען האט בני נ"י געקלערט אז עס איז נישט געפאלען פאר די אינדיאנער גויטע
איך געדענק נישט צו א בילד צו א דאקומענט

Even the attachements in the email
Get checked by a person
If you are on netfree filter
??
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

ניין!
ווי ווייט איך ווייס קוקען זיי נישט אדורך בילדער און אימייל!
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

געשיקטער האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:פון דער שורה אליינס זעהט מען ווי גוט דער פילטער איז געבויט אז יעדער בילד גייט אדורך א שוקסע און זי ווייסט וואס יא און וואס נישט !
נישט אזוי ווי אנדערע פילטערס וואס עס ארבעט מיט א ראבאט וואס מאכט צו אלעס מיט סקין קאלר וכו' וואס דאס מאכט זייער אסאך מאל נערוועז !

מיין אייניקעל שתחי' האט געהאט א אויפגאבע אין בית חינוך שרייבען וועגען די עלטער זיידעס און באבעס האט זי געבעטען פון אונז בילדער און דאקומענטנען
האב איך עס איר געשיקט צי איר טאטע'ס אימעיל אדרעסס
און עס זענען געווען פיילס וואס זענען נישט אנגעקומען האט בני נ"י געקלערט אז עס איז נישט געפאלען פאר די אינדיאנער גויטע
איך געדענק נישט צו א בילד צו א דאקומענט

אפילו ווען זיי קוקען יא אדורך בילדער וואלט עס נאך אלץ געדארפט אנקומען ווייל זיי מעקן נישט אויס קיין אימיילס !!!!
ער האט בטעות נישט געשיקט אלע!
DovidStroh
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DovidStroh »

moishy56 האט געשריבן:Even the attachements in the email
Get checked by a person
If you are on netfree filter
??

ניין. נעט-פרי קוקט קיינמאהל נישט דורך בילדער וואס נאר דו קענסט זעהן (פראווייט) אזוי ווי אי-מייל שאטערפל"יי א.ד.ג. דאס איז אויף די באנוצערס אייגענע פאראנטווארטלעכקייט.
מ'קען אנשטעלן אז זיי זאל'ן יא איבערקוקען ביי די פילטער אנשטעלונגען אונטער "פילטער פראוואטע אדער פערסאנעל מאטיריעל"

Untitled.png
Untitled.png (23.42 KiB) געזען 9884 מאל
רבות מחשבות
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבות מחשבות »

ב"ה אז עס איז דא איין כשר'ע פילטער, וואס מ'קען נישט איבערקלוגן אזויווי משומר אין אנדערע...
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

דער נושא איז ווי שטארק דער עולם און אמריקע גייט עס אויף כאפן!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לאמיר פרעגן, אויב איינער ווייסט ביטע ענטפערן.
איז שייך צו מאכן ביי זיי א ווייט ליסט אזוי ווי ביי משומר, דהיינו אז דו ביזט אינגאנצן אפגעשפארט און דו דארפסט עפענען יעדע סייט עקסטער, אבער מען זאל עס נישט קענען אליין עפענען נאר דורכן שיקן א אימעיל צום פילטער קאמפאני?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30712
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

רבות מחשבות האט געשריבן:ב"ה אז עס איז דא איין כשר'ע פילטער, וואס מ'קען נישט איבערקלוגן אזויווי משומר אין אנדערע...

פארוואס טראכסטו אז מען קען עס נישט איבערקלוגען, לא ראינו אינו ראיה. איך זאג נישט אז מען קען יא (כאטש איך גלייב אז מען קען, און נישט שווערער ווי משומר) אבער פון וואו ווייסטו אז מען קען נישט?

דער חורבן מיט דער נעט-פרי פילטער איז אז ווי גוט עס קען נאר מעגליך זיין זענען אבער די וואס פראומאוטן עס זיך נוהג ווי טראללס! אויף יעדע אידישע פארום (אויף שפראכן אידיש, ענגליש, און עיברית) וואס איך ליין קומען ארויף א הויפן ניקים וואס זייער מעין ציל איז צו פראומאוטן דער פראדוקט, און עס גייט מיט דער מהלך פון "קיינער איז נישט גוט, און אונז זעמיר מושלם!". סאונדט נישט זייער גוט...

און עס האט נישט מיט דאס אז די יוזערס זענען פשוט מורא'דיג צופרידן. איך קען אסאך יוזערס פון פילטערס ווי משומר, גדר, טעקלאק, דזשענטעק און מער, און עס איז נישט די די ברען צו פראטעקטן און פראומאוטן "זייער פילטער".
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
DovidStroh
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DovidStroh »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:לאמיר פרעגן, אויב איינער ווייסט ביטע ענטפערן.
איז שייך צו מאכן ביי זיי א ווייט ליסט אזוי ווי ביי משומר, דהיינו אז דו ביזט אינגאנצן אפגעשפארט און דו דארפסט עפענען יעדע סייט עקסטער, אבער מען זאל עס נישט קענען אליין עפענען נאר דורכן שיקן א אימעיל צום פילטער קאמפאני?

יא. אזוי ווי איך האב דערמאנט אויב'ן
DovidStroh האט געשריבן:פילטער אנשטעלונגען נעט-פרי'ס פילטער אנשטעלונגען סיסטעם איז גאר פארגעשריטן. דורך דעם סיסטעם קען מען אנשטעלן [אז] אלעס [חוץ די אנגעשטעלטע] זאלן זיין פארמאכט [ווייטליסט], פונקט וויאזוי יעדער סייט אדער קעטעגארי זאל זיין פאר זיך אליינס אנגעשטעלט - און וועלעכע צייטן זאל עס ארבייטען און אויף וועלעכע אויפן זאל עס זיין אפען [אזוי אויכעט אנטי אדיקשאן א.ד.ג.]. די דאזיגע אנשטעלונגעןקענען ווערען פארשפארט דורך א ספציעלע פעסווארד (אויסר די אקאונט פעסווארד) אדער אונטער די באנוצער'ס קהילה אחראי אקאונט.


סאיז דא א קהילה וואס הייסט "נטפרי אישי" פונקט פאר דעם צוועק: מגרייט אהן די אקאונט וויאזוי מוויל עס (אין דיין פאל ווייטליסט מיט געוויסע סייטס) און דערנאך גייט מען אריין אין די קהילה און ממוז בעטכן יעדער סייט באזונדער. מער וועגן קהילות (ענגליש)

Untitled.png
Untitled.png (5.91 KiB) געזען 9794 מאל
DovidStroh
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DovidStroh »

קנאפער ידען האט געשריבן:דער חורבן מיט דער נעט-פרי פילטער איז אז ווי גוט עס קען נאר מעגליך זיין זענען אבער די וואס פראומאוטן עס זיך נוהג ווי טראללס! אויף יעדע אידישע פארום (אויף שפראכן אידיש, ענגליש, און עיברית) וואס איך ליין קומען ארויף א הויפן ניקים וואס זייער מעין ציל איז צו פראומאוטן דער פראדוקט, און עס גייט מיט דער מהלך פון "קיינער איז נישט גוט, און אונז זעמיר מושלם!". סאונדט נישט זייער גוט...

און עס האט נישט מיט דאס אז די יוזערס זענען פשוט מורא'דיג צופרידן. איך קען אסאך יוזערס פון פילטערס ווי משומר, גדר, טעקלאק, דזשענטעק און מער, און עס איז נישט די די ברען צו פראטעקטן און פראומאוטן "זייער פילטער".

ב"ה נעט-פרי האט א מורהדיגע הצלחה אין א"י און די באנוצער זענען זייער צופרידען. מיר ווייסען אז זיי האבן נישט קיין שום פערזענדליכע מטרה און זיי זענען נאר לשם שמים און צוליב דעם זענען מיר גרייט זיי צו העלפען וויאזוי סאיז מעגלעך. אויב מענטשען זענען נישט צופרידן מיט אנדערע פילטערס זאלען די אנדערע פילטערס גיין און פארבעסערען זייערע פרודוקט. אויב ווילט איהר זעהן וויאזוי די עולם איז קאנעקטעט אוןאינוואלבד זאלט איהר באזיכן אין די נעט-פרי פורום
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

קנאפער ידען האט געשריבן:
רבות מחשבות האט געשריבן:ב"ה אז עס איז דא איין כשר'ע פילטער, וואס מ'קען נישט איבערקלוגן אזויווי משומר אין אנדערע...

פארוואס טראכסטו אז מען קען עס נישט איבערקלוגען, לא ראינו אינו ראיה. איך זאג נישט אז מען קען יא (כאטש איך גלייב אז מען קען, און נישט שווערער ווי משומר) אבער פון וואו ווייסטו אז מען קען נישט?

דער חורבן מיט דער נעט-פרי פילטער איז אז ווי גוט עס קען נאר מעגליך זיין זענען אבער די וואס פראומאוטן עס זיך נוהג ווי טראללס! אויף יעדע אידישע פארום (אויף שפראכן אידיש, ענגליש, און עיברית) וואס איך ליין קומען ארויף א הויפן ניקים וואס זייער מעין ציל איז צו פראומאוטן דער פראדוקט, און עס גייט מיט דער מהלך פון "קיינער איז נישט גוט, און אונז זעמיר מושלם!". סאונדט נישט זייער גוט...

און עס האט נישט מיט דאס אז די יוזערס זענען פשוט מורא'דיג צופרידן. איך קען אסאך יוזערס פון פילטערס ווי משומר, גדר, טעקלאק, דזשענטעק און מער, און עס איז נישט די די ברען צו פראטעקטן און פראומאוטן "זייער פילטער".

איך בין שוין געווען ביי אסאך פילטערס און נישט געווען צופרידען ביי קיין איינס !!
איך דארף האבן אינטערנט פאר א סיבה אבער וואס נישט דארף איך נישט ממילא האב איך געזיכט א גוטע פילטער געווען ביי משומר געווען ביי נאך ביז אנגעקומען צו נט פרי און איך בין מוראדיג צופרידען!!! אפילו נישט איין טענה און דער עיקר סיבה פארדעם איז ווייל זיי ווילען העלפן און מאכן בעסער און בעסער און נאך בעסער !!
יעדער שאלה און פראבלעם העלפן זיי דיך ביזען סוף זיי ארבטען ביטער שווער און זיי ארבטען צוזאמעןן מיט דער עולם עס איז דא א פארום ווי יעדער קען שרייבעןן וואס ער וויל קשיות הערות הארות פראבלעמען שוועריקייטן וכו און דער עולם העלפט ארויס ממילא איז עס אזא שטיקל ווארמקייט און דער עולם !!
נאך א פלאץ ווי מקען זעהו אז זיי זיכען אונזערע טובה און נישט זייערע געלט איז [url=https://netfree.link/user#/tools/feature-request]דאס יעדער קען אריין גבען זאכען וואס זיי האלטען דארף זיין דער נעקסטע זאך וואס נטפרי דארף טהון און עס איז דא וואוטס דער זאך וואס באקומט דער מערסטע וואטוס יענער זאך מאכען זיי דער נעקסטע!!
מקען נישט אויס שפילען נט פרי פילטער (נאר אויב די שפילסט מיט דער BIOS)!!
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

דא האסטו א לינק צו דער פורום און ענגליש וואס האט זיך לעצטענס געפנט!
http://en.forum.netfree.link/
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30712
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יהלום האט געשריבן:מקען נישט אויס שפילען נט פרי פילטער (נאר אויב די שפילסט מיט דער BIOS)!!

רבי לעבן, איך ווייס נישט ווי טעניקעל דו ביסט, און אויך נישט וואס דו מיינסט שפילן מיט די BIOS (ווי למשל אויב מען מוז שפילן מיט דער BIOS דאן הייסט שוין אז מען קען עס נישט אויסשפילן.) אבער איך האב נארוואס אינסטאלירט דער וויי-פרי פראגראם אויף א קאמפיוטער און אונטער צען מינוט דערויף איז דער גאנצער זאך געווען ארויס נאכן דיסעיבלן בלויז דריי זאכן (נישט געברויכט גיין אינעם BIOS.) איך וואלט געזאגט אז עס איז מער גלייך צו K9 ווי צו משומר...

זאת אומרת, ווי איך האב שוין פריער געזאגט, אז אזאנע ווי דיר קומען שרייען "אונז זעמיר דער איינציגסטער גוטער און יעדער איז שוואך סיי אין פילטערן און סיי אין אויסשפילן" בעת ווען עס האט מיטן אמת ווייניג שייכות.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
DovidStroh
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DovidStroh »

קנאפער ידען האט געשריבן:ווי איך האב שוין פריער געזאגט, אז אזאנע ווי דיר קומען שרייען "אונז זעמיר דער איינציגסטער גוטער און יעדער איז שוואך סיי אין פילטערן און סיי אין אויסשפילן" בעת ווען עס האט מיטן אמת ווייניג שייכות.

איך ווייס נישט פון וואס די רעדטסט ווייל אין א"י איז באוואוסט אז עס איז נישט קיין פשט'ע זאך אדורכצוגיין און אפילו אויב ח"ו האסטו יא געטראפ'ן א וועג (עפעס וואס איך מיין דו האסט אויפגעמאכט) איז נישט דא קיין שום פארדינסט צו רעדען פון דעם אין א פאבליק פלאץ. פאר דעם שיקט מען אן אימייל צו [email protected]

אויסרדעם קען איך אזויפיל זאגען: די נעט-פרי באנוצער פראבירן נישט אפילו מיר ווייסן אז נעט-פרי פארמאכט נישט סתם און אויב וואלט בכלל מעגליך געווען צו עפענען וואלט עס געווען אפען. מיר ווייסען אז אויב מיר דארפ'ן עפעס שיק'ן מיר אריין א ווענדונג און נעט-פרי באהאנדל'ט עס אויפ'ן בעסט'ן פארנעם. מיר זענען שטאלץ און צופרידן צו האבן נעט-פרי וואס פארמאכט נישט אומזונסט און שטעלט זיך צו אויפ'ן בעסט'ן אויפ'ן

די אשקול איז נישט געעפענט געוואר'ן אויף צו זיין נעגעטיוו קעג'ן וואספארא פילטער. נאר צו העלפן פארענטפר'ן פראגן און מיספארשטענדעניש'ן @קנאפער_ידען ביטע האלט דאס אזוי. אויב איר האט נעגעטיוו קענט איר פליז עפענען נאך א אשקול

און יעצט אויף צו אדרעסיר'ן אייער טענה אז אפשר איז יא דא עפעס א וועג צו איבערלייגן די OS אדער ח"ו אראפנעמען: די קהילה מעג עס פאדערען און קענען בעטען א ווארענונג אויב עס ווערט ח"ו אראפגענומען געוואר'ן. מער איבער וויי-פרי (ענגליש)
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

ר' דוד! יעצט תכלית, פרייזן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30712
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

DovidStroh האט געשריבן:די אשקול איז נישט געעפענט געוואר'ן אויף צו זיין נעגעטיוו קעג'ן וואספארא פילטער. נאר צו העלפן פארענטפר'ן פראגן און מיספארשטענדעניש'ן @קנאפער_ידען ביטע האלט דאס אזוי. אויב איר האט נעגעטיוו קענט איר פליז עפענען נאך א אשקול

למעשה איז מען יא געווען, איינער האט געשריבן "ב"ה אז עס איז דא איין כשר'ע פילטער, וואס מ'קען נישט איבערקלוגן אזויווי משומר אין אנדערע..." און אויף דעם האב איך ריספאנדעד.
איך ווייס נישט פון וואס די רעדטסט ווייל אין א"י איז באוואוסט אז עס איז נישט קיין פשט'ע זאך אדורכצוגיין און אפילו אויב ח"ו האסטו יא געטראפ'ן א וועג (עפעס וואס איך מיין דו האסט אויפגעמאכט) איז נישט דא קיין שום פארדינסט צו רעדען פון דעם אין א פאבליק פלאץ. פאר דעם שיקט מען אן אימייל צו [email protected]

און יעצט אויף צו אדרעסיר'ן אייער טענה אז אפשר איז יא דא עפעס א וועג צו איבערלייגן די OS אדער ח"ו אראפנעמען: די קהילה מעג עס פאדערען און קענען בעטען א ווארענונג אויב עס ווערט ח"ו אראפגענומען געוואר'ן. מער איבער וויי-פרי (ענגליש)

איך זוך נישט צו אויסשפילן פילטערס, נאר אז איינער האט געזאגט מיט אזא פעסטקייט אז זיי זענען אזוי גוט האב'ך פשוט פאר די פאן פרובירט צו זען צו יש דברים בגו, און ווי געזאגט פריער איז אין אונטער צען מינוט פונעם אינסטאלירן דער וויי-פריי איז גארנישט געווען געבלאקט, אן איבערלייגן קיין OS (וואס דאס איז כמובן מעגליך, און עס איז נישט עכט שייך פאר קיינעם צו בלאקן.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30712
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עפעס א מענטש האט געשריבן:ר' דוד! יעצט תכלית, פרייזן?

שוין געשטאנען אינעם ערשטער פאוסט:
(אינדרויסן פון א"י וואו נטפרי האט נישט אינטרנט פראוויידרס און מ'מוז נוצן ווי-פי-אן איז די קאסט 30 שקל (בערך $8))
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

קנאפער ידען האט געשריבן:
עפעס א מענטש האט געשריבן:ר' דוד! יעצט תכלית, פרייזן?

שוין געשטאנען אינעם ערשטער פאוסט:
(אינדרויסן פון א"י וואו נטפרי האט נישט אינטרנט פראוויידרס און מ'מוז נוצן ווי-פי-אן איז די קאסט 30 שקל (בערך $8))

נישט באמערקט
רבות מחשבות
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבות מחשבות »

קנאפער ידען האט געשריבן:
רבות מחשבות האט געשריבן:ב"ה אז עס איז דא איין כשר'ע פילטער, וואס מ'קען נישט איבערקלוגן אזויווי משומר אין אנדערע...

פארוואס טראכסטו אז מען קען עס נישט איבערקלוגען, לא ראינו אינו ראיה. איך זאג נישט אז מען קען יא (כאטש איך גלייב אז מען קען, און נישט שווערער ווי משומר) אבער פון וואו ווייסטו אז מען קען נישט?

דער חורבן מיט דער נעט-פרי פילטער איז אז ווי גוט עס קען נאר מעגליך זיין זענען אבער די וואס פראומאוטן עס זיך נוהג ווי טראללס! אויף יעדע אידישע פארום (אויף שפראכן אידיש, ענגליש, און עיברית) וואס איך ליין קומען ארויף א הויפן ניקים וואס זייער מעין ציל איז צו פראומאוטן דער פראדוקט, און עס גייט מיט דער מהלך פון "קיינער איז נישט גוט, און אונז זעמיר מושלם!". סאונדט נישט זייער גוט...

און עס האט נישט מיט דאס אז די יוזערס זענען פשוט מורא'דיג צופרידן. איך קען אסאך יוזערס פון פילטערס ווי משומר, גדר, טעקלאק, דזשענטעק און מער, און עס איז נישט די די ברען צו פראטעקטן און פראומאוטן "זייער פילטער".


אויב ווער עס אזוי פראמאטעד האט עס מן הסתם א סיבה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”