נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דאס זיך איבערבויען איז פארשטענדליך, און פארוואס ס'האט אויסגעפעלט זיך צו ריברענדן האסטו אויך זייער שיין מסביר געווען. אבער טוישן א נאמען טוט מען נישט נאר ווען מ'מוז, און זיכער נישט פון א פליסיגע צו אן אומהיימליכע (פאר זייער אידיש רעדנדע קליענטעל).
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דאס זיך איבערבויען איז פארשטענדליך, און פארוואס ס'האט אויסגעפעלט זיך צו ריברענדן האסטו אויך זייער שיין מסביר געווען. אבער טוישן א נאמען טוט מען נישט נאר ווען מ'מוז, און זיכער נישט פון א פליסיגע צו אן אומהיימליכע (פאר זייער אידיש רעדנדע קליענטעל).

נא, זאגסט דאך אליין. ד.מ. אז מ'האט געמוזט טוישן נאמען, ס'האט זיי זיך נישט געלוינט סתם צו פארקויפן קערידזש בעג'ס מיט באטי'ס און הייסן פרענקלס.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ווי איך פארשטיי וועט מען עס נאך רופן פרענקלס און נישט מיט זייער נייע פענסי נאמען. אבער צוביסעלעך וועט זיך עס איינעסן אלץ נארמאל די נייע נאמען.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די "צוביסלעך" קען דויערן אזא דור-צוויי. ע"ע בארגעין סיטי...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

:lol:

היינט הייסט עס ווואראבארגען
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זי ענד קא איז א שלעכטע נאמען, סארי. ריברענדיג האט אויסגעפעלט? מאכט סענס. אבער די נאמען זאגט נישט, קלעפט נישט, ס׳פלעין נישט געלונגען. על-אף פאר אן ארטיסט און אלס גרעפיקער קען איך פארשטיין פארוואס אלס דיזיינער זאל מען עס ליב האבן.

די פענסי אונגארישע יענטעס וואס קויפן די טייערע מאטראצן קענען עס אפילו נישט נאכזאגן....
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
פראנקעל'ס איבערבוי צו זי. ענד קא. איז מאסיוו שטארק אין אלע הינזיכטן פון מארקעטינג. עס גייט נישט איבערנאכט, אבער א פיין ווינטל במשך די צייט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ווי האט יענער געזאגט? איך דארף א הויז וואס דער דיזיינער זאל מיר נישט דארפן 'מסביר זיין' אז ס'שיין.
קאם-אן, דער נאמען זאגט זיך נישט ארויס פון צווישן די ציין,
חוץ מזה וואס ער וועט פאר לאנגע לאנגע יארן פארבלייבן פרענקל'ס און פארטיג,
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ועוד, די קרית יואלע אידן וואס קויפן לאקאל פלעגן קויפן, קויפן, און גייען ווייטער קויפן ביי פרענקלס\זי&קא ווייל ער איז דער איינציגער געשעפט ביי אונז פון די סארט,
משא"כ די וועלכע קויפן אין די פרעמד אדער אנליין גייען ווייטער גיין וואו זיי גייען צוליב פרענקל\זי&קא'ס הימל שרייענדע פרייזן

אויב וויל מיסטער פרענקל טון א שריט צו ברענגען קאסטומערס זאל ער נידערן אביסל די פרייזן
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
פראנקעל'ס איבערבוי צו זי. ענד קא. איז מאסיוו שטארק אין אלע הינזיכטן פון מארקעטינג. עס גייט נישט איבערנאכט, אבער א פיין ווינטל במשך די צייט.

מיינד טו עקספלעין?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

איך מיינד נישט, אבער

1) מארקעטינג באגריפן זענען שווער צו זאגן אין רוטינע ווערטער,
2) דויערט לאנג
און 3) וואס דארף מען רעדן פון יענעם?

נאר אויפ'ן שפיץ גאפל ממש. פריער איז די לאגא געווען בערך ווי איצקאוויטש טוי סטאר דרייסיג יאר צוריק. יעצט איז עס ווי א פרימיום פוירניטשער סטאר אין תש"פ.

האט אויך שוין די "פעמילי" טאטש, נישט ווי א טרוקענע -האלץ פוירניטשער סטאר
גיט א סיגנאל פון אויטענטיש, טאפ קוואליטי, גוטע סערוויס, קעירט פאר'ן קאסטומער
די געשטעל און קביעות פון די עדס איז סופער דופער

אין אפאר חדשים האט ער איבערגעשטיגן אסאך אנדערע וואס אדווערטייזן אסאך.

איבערגעבויטע ברענד מאכט "שטארק וועלן" אריינגיין צו אים אין געשעפט ווען מ'זאל נאר האבן די געברויך-געלעגנהייט. דאס איז די יסוד היסודות קולע אל השערה פון יעדע דאלאר געשפענדט אויף מארקעטינג. מאכט מענטשן קומען צו די החלטה אז "איך מוז" אריינקומען צו יענעם - נישט דוקא היינט, נאר ווי נאר איך וועל האלטן אז דארט וועל איך טרעפן וואס איך מוז דעמאלט האבן.

ווען... העט איך געקענט שרייבן אזעלכע אנאליזן אויף רוב עדס אין די היימישע מידיע. רוב עדס דעליווערן נישט די ריכטיגע סחורה (וועגן דעם איז רוב מאל נישט עכט שייך צו גיין צו א שרייבער פשוט, שרייב מיר אזא נייעס אדער ארטיקל, אדער צו א גרעפיקער, מאך מיר אזא און אזא עד. עס דארף האבן די מחשבה תחילה צו וועמען מ'רעדט, וואס מ'וויל זאגן, און וואס מ'זעהט שווארץ אויף ווייס - בקיצור, טארגעט, מעסעדזש, קריעטיוו. ווען די דריי זאכן זענען פארטיג, דעמאלט קען מען בעטן א שרייבער צו שרייבן און דיזיינער צו מאלעווען.)
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד



איר זאגט עס ווייל איר שטייט אונטער דעם? איך פארשטיי נישט קיין אות אחת.

כ'זעה נישט קיין פעמילעי טאטש, נישט אויטענטיש, זיכער נישט אז "זי ענד קא" זאל האבן עפעס מיט גוטע קוואליטי, סערוויס אדער קעירן פאר א קאסטומער...
קיינמאל האט מיר נישט געצויגן צו גיין קוקן א ריברענדעט זאך, אדרבא, אז ער ריברענד מיינט לכאורה אז זאכן טויגן נישט, מ'פראבירט צו אנהייבן פון א', און מעגליך שטופט עס גאר אוועק.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

איך ווייס נישט,
בין איך א חלק פון זיין טארגעט?
אויב יא האט ער נישט גוט צוגעטראפן, צו מיר זעהט דאס אויס ווי א אומגעלונגענע ארבעט
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
קיינער איז נישט מחויב צו קענען מארקעטינג. ש'קשה.

איך פארשטיי נישט צו מאכן וויין - אמאל אלס קינד געפאטשקעט מיט ראזשינקע וויין שפעקולאציעס, אה, פרעגט בעסער נישט... (הגם צו שרייבן פון וויין איז אן אנדערע מעשה, דאס איז יא פיינע נייעס, אויך טשאקאלאד, אויך בשר ודגים וכל מיני מטעמים)

איך פארשטיי נישט צו מאכן א מארטגעדזש - דאס לאזט מען פאר די פראפעשאנעלס.

איך פארשטיי אויך נישט צו זיין א מלמד אין כיתה א' און נאך טויזנט זאכן וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין.

געראטענע עדס, מארקעטינג, שרייב-ארבייט, קריעטיוו שטאף, דאס יא.

ביי די דרשו עדס זענט עטס געשפרינגען ווי גוט עס איז, ווייל מען האט "ענק" טאקע דייקא געמיינט. פשט, די הוק איז אריין.

דא איז די קאמפאני'ס עד בכלל נישט געצילט פאר ענק. נאר דוקא פאר די וואס מאכן די עכטע החלטות וועגן קינדער (און ערוואקסענע) פוירניטשער, אין עזרת נשים פארשטייט זיך. ענק פרעגט מען נאר דרך אגב, "און וואס זאגסטו, האלטסט אויך אזוי?"... ממילא אז דו ווערסט נישט געכאפט פונעם עד מיינט גארנישט, אדרבה, עדס וואס צילן די נישט ריכטיגע טארגעט טויגן נישט.

צו איך שטיי אונטער דעם, בכלל נישט, קיין פינטל. פול דיסקלאזשור, איך האב גארנישט מיט די קאמפאני אדער מיט די מארקעטינג, זיראו. איך גלייך צו פאלאוען די היימישע מארקעטינג, ספעציעל דארט ווי איינער גיט א שטארקע שפרינג פון סטעפ 10 למשל צו סטעפ 70, און איך פרוביר צו אבזערווירן מן הצד וואס מען טוט דא צווישן די שורות. קען שרייבן א בוך פון דעם אליינס. קענסט קוקן מיינע תגובות אויף מארקעטינג ביי גאלדען פלאו, גפן, קדם, און נאך אסאך, נייטראל אן קיין נגיעות.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אפשר ערקעלרסטו אונז פשוטע מענטשן וואס די לאגא פארציילט, וואס שטומט די לאגא מיט די סטאר מער פון א פיש סטאר?
די זי ענד קא וואלט דאך געקענט זיין א לאגא פאר כמעט עני סטאר אין די וועלט, אין איינוועגס וואלט ער געקענט פונקט אזוי זיין א לאגא בן מאה ויותר, וואס מ׳זאל איהם שוין היינט ריברענדן.
איך זעה נישט גארנישט ווען איך קוק אויפן לאגא אויסער עפעס א קליינע באלי אונטערן O וואס איך האב קיין אנונג וואס ער זיכט דארט. (אה, פארגעסן.. וואס הייסט וואס ער זיכט דארט? סאיז דאך א 2020 לאגא!)
און איך וועל דיר זאגן נאכמער, איך האב קיין אנונג ניט וואס זי ענד קא מיינט.

איך פארשטיי נישט צו קיין וויין אבער ווען מ׳ברענגט מיר א 18 דאלערדיגע וויין און איינס וואס קאסט 150 מיט פארמאכטע אויגן וועט דיר יעדער קענען אנצייגן וועלכע איז די טייערע, (איינער וואס נישט האט לכאורה נאך קיין וויינען נישט טועם געווען, און טועם געווען מיין איך לשמה...)

אויב קומסטו און די טענה׳סט אז דאס איז עפעס לעילא מן כל ברכתא וואלטן דאך פשוט׳ע נארישע מענטשן געדארפט ווען עפעס עפעס א משהו קענען זעהן, משום מה אני כשלעצמי און נאך אפאר דא זעהן נישט גארנישט אויסער א גרויסע שווארצע זי (גערדא דערמאנט מיר עס פון זי שוז...).

סתם צו זאגן איך בין דער גרויסער טאטע און עטס פארשטייטס נישט, מיין איך איז נישט די קלוגסטע וועג צו ארויס ברענגען די באמבסטישקייט פון א קנעקעדיגע לאגע...
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:30 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

האלאו, ווער מאכט החלטות וועגן קויפן פירניטשור??? איך אדער דער מארקעטער???
פארוואס איז דאס אנדערש פון דרשו???
איך בין א געוועזענע קאסטומער ביי פרענקלס און איך וועל נאך בעז"ה פאר לאנגע געזונטע יארן זייין א פאטענציעלע קאסטומער ביי זי ענד קאו, נו וועם דען ציהלט מען???
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ער טענה׳ט אז נישט דיר מיינט מען, ווייל גרויסע קאסטומערס זענען די באבעס וואס קויפן פאר זייערע קינדער, אדער עטליס שטופן שטארק אז די סטאר איז ממש מסורת אבות און מטאר זיך נישט רוקן פון דארט, אדער אפילו אויב זיי זענען נישט די רוב קאסטומערס אבער ער האלט אז ער קען שטארק גיין ביי די עלטערע דור, און איך פארשטיי די פוינט (איך זעה נאר נישט וואס א שווארצע זי דערציילט, איז עס א שפראך וואס נאר באבעס פארשטייען?...)

איך קוק לדוגמא אויף שבתדיג איבערלעבעניש, אן אריינגיין אין דעם גאנצן פראיעקט (עיין במקומו...), איך ווייס נישט וויפל זיי האבן פארקויפט און וויפל פראפעט האט ער געמאכט. אבער לאמיר דיר געבן א קאנספיראציע: מארקעטינג חברה האבן זיך אוועקגעזעצט צו טרעפן א פלאן צו פארקויפן א סידי און ארויס גיין מיט פולע טאשן, סתם א סידי איז דאך נאר נאך א סידי, איז געבליבן מג׳ייט מאכן א איבעלעבעניש מיט א שיינע פעקעדש און בעטן א ״פופציגער (נד״נ)״, אבער ווער וועט צאלן א גאנצן פופציגער פאר איין סידי, האט מען צוגעלייגט א שיינע באקס מיט עקסעסעריס און יעצט איז עס די פערפעקט חנוכה מתנה פאר א באבע וואס ווילן קויפן ״די״ מתנה פאר אירע אייניקלעך. האבן זיי געמאכט דעם חשבון און מ׳זעהט אז מ׳קען ארויסגיין מיט פראפעט.
מ׳דרייט איבער א וועלט, און ס׳קומט פון אלע זייטן ס׳איז יא גערעכט נישט גערעכט, יא א איבערלעבעניש נישט א איבערלעבעניש, מענטשן רעגן זיך מ׳שעלט מ׳קויפט און מ׳קאפיעט.
פון די זייט זיצן די חברה און לאכן אויף אונז אלע, די מטרה איז געווען די באבעס און זיי האבן עס געקויפט! אלעס אויסער דעם גייט זיי ווייניג אן.

צו ס׳איז אמת ביי שבת׳דיג צו נישט, מאכט נישט אויס, איך ברענג נאר ארויס די נקודה אז ס׳איז דא אמאל וואס דער מארקעטער צילט איינעם און ער ווייסט לכתחילה וואס ער וויל, און אויסער דעם אינטערסירט איהם גאנץ ווייניג וואס נאך קומט מיט מיט דעם.

דא ביי די לאגא קען איך נישט טרעפן קיין שום מהלך וואס איך קען טראכטן אז זיי האבן געוואלט, אפשר האבן זיי א פלאן בכלל אז זיי גייען אריבער און וועלן ווערן א אינשורנס קאמפעני און זיי גייען מיט שטאפלען, קטדם די לאגא דערנאך די קאמפעני, און איינמאל די קאסטומערס וועלן שוין זיין אין זייערע הענט וועלן זיי דאך קויפן דארט זייערע אינשורנס פאליסיס...

סאיז זייער א גוטע לאגא און זייער שיין ריברענדעד אבער איך זעה נישט אז מזאל קענען אנצייגן אז דא ליגט עפעס משוגענע מארקעטינג.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

וואט אבאוד יעדע קאמפאני וואס ריברענד זיך אין מ'מאכט א סימפל לאגא מארק און קיינער פארשטייט נישט דערצו?.
די זאך איז יעצט נאר, אז דא רעד מען פון א היימישע געשעפט וואס יעדער האלט מיט, אשע"כ האט זיך יעדער דא געעפענט די אויגן, און מ'וקט אריין מיט קשיות.

בנוגע די ווערטער וואס די לייגטס אריין אינמיטן: פון די זייט זיצן די חברה און לאכן אויף אונז אלע,
האט איינער געזאגט א גוט ווארט יעצט נאך די "סעיל"ס סעמינאר" האט איינער געזאגט: איך ווייס נישט צו די סעילס לייט האבן געהאט א גוטע סעמינאר און זיי זענען ארויס מיט עפעס, אבער דאס איז זיכער אז די אנפירער'ס האבן זיכער געהאט א גוטע סעמינאר... ודי
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

פופציגער האט געשריבן:האלאו, ווער מאכט החלטות וועגן קויפן פירניטשור??? איך אדער דער מארקעטער???
פארוואס איז דאס אנדערש פון דרשו???
איך בין א געוועזענע קאסטומער ביי פרענקלס און איך וועל נאך בעז"ה פאר לאנגע געזונטע יארן זייין א פאטענציעלע קאסטומער ביי זי ענד קאו, נו וועם דען ציהלט מען???


ווי איך מיין איז זיין ציל צי זיין באקוועם מיט זיינע פרייזן... עס איז נישט אזוי ווייט איבער באקימען קאסטעמערס....
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
געב_מיר_כח
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:11 pm

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב_מיר_כח »

בחצרות
אטעטשמענטס
Old
Old
unnamedd.png (248.86 KiB) געזען 2125 מאל
New
New
unnamed.png (419.28 KiB) געזען 2125 מאל
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

מצה בעקעריי - לארקין - ק"י
אטעטשמענטס
Untitled.jpg
Untitled.jpg (359.59 KiB) געזען 1968 מאל
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

אך, די זעלבע מיסטעיק ווי די ווילי מצה בעקעריי (מהר"א)

ס'קוקט ענדערש אויס ווי א דענטיסט ווי א מצה בעקעריי

viewtopic.php?p=2016662#p2016662
מיין לופי'לע........
קאסערע
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2020 4:26 pm

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאסערע »

בכלל נישט קיין פארגלייך - יענע קוקט אויס ווי עכטע ציינער
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

דו כאפסט אבער אז ווען דו זעהסט ווען א דינטעיסט מיט אזא לאגא וואלטסטע געזאגט אז דער ראם זעהט ענדערש אויס ווי שטיינער ארום א אויבן, עפעס מצה בעקערי'דיג, יא?
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פופציגער האט געשריבן:דו כאפסט אבער אז ווען דו זעהסט ווען א דינטעיסט מיט אזא לאגא וואלטסטע געזאגט אז דער ראם זעהט ענדערש אויס ווי שטיינער ארום א אויבן, עפעס מצה בעקערי'דיג, יא?

פופציגער בתפארתו! ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”