בלאט 1 פון 11

נייע לאגאס אין די אידישע וועלט

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:12 am
דורך ענדע צדיק!
איך זעה אז עס איז נאכנישט דא אזא אשכול (עכ"פ אזוי מיינעך) אויסצושמועסן די נייע לאגא'ס וואס קומען כסדר ארויס. געגאנגען...

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:13 am
דורך ענדע צדיק!
די "גדר" לאגא, איז א פילטער דורך קהילת מהר"א, איך גלייך עס זיער צוליב די קריעטיוועטי, עס איז אויך זייער סימפל און סטייליש
geder.JPG

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:14 am
דורך ענדע צדיק!
ענדע צדיק! האט געשריבן:די "גדר" לאגא, איז א פילטער דורך קהילת מהר"א, איך גלייך עס זיער צוליב די קריעטיוועטי, עס איז אויך זייער סימפל און סטייליש
geder.JPG

מערקט: עס האט א גימל און א G

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:16 am
דורך יאנקעלע קליגער
מי עשה?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:16 am
דורך ענדע צדיק!
איז דאס ניי? איך זעה עס יעצט די ערשטע מאל, די איידיע פון די ספר אין די ה איז גאנץ פיין. די קאלירן זענען אביסעל קינדיש מאכט עס אויסזעהן מער ווי א דזשודעיקא סטאר
hatzluche.JPG

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:16 am
דורך גערעכטער
שכועך ענדע פארן גיין פתיחה, כ'טראכט שוין לאנג צו עפענען אזא אשכול.

די נייע גדר לאגא איז מיר זייער געפאלן די איידיע, ווי דער G ווערט א גימל.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:17 am
דורך ענדע צדיק!
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מי עשה?

כמיין אז דיזיין און פרינט

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:18 am
דורך גערעכטער
די הצלחה לאגא איז אוטסטענדינג! פעסטע געדאנק!

ווער ס'געמאכט?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:21 am
דורך ירמי'
די קאלירן פון הצלחה פרינטינג איז די סי עם וויי קעי, אסאך פרינטינג קאמפעניס האבן עס אויף זייער לאגא. נאר די ווערטער הצלחה פרינטינג וואלט נישט געדארפט זיין בלוי און פינק, ס'איז גענוג אז די פעיפערס אינעם ספר האבן די קאלירן

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:29 am
דורך גערעכטער
ירמי' האט געשריבן:די קאלירן פון הצלחה פרינטינג איז די סי עם וויי קעי,

נישט ממש, ס'האט נישט שווארץ (Key) , און ס'האט יא ווייס.
אבער יא ס'איז די געדאנק,

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:06 pm
דורך שמעלקא
ענדע צדיק! האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:די "גדר" לאגא, איז א פילטער דורך קהילת מהר"א, איך גלייך עס זיער צוליב די קריעטיוועטי, עס איז אויך זייער סימפל און סטייליש
geder.JPG

מערקט: עס האט א גימל און א G

און אויך א שלאס.

איין זאך וואס באדערט מיר איז, אז די שלאס און די ג/G איז אפען, ווייל עס מיינט אז סאיז דא א עפענונג. עיין ברינקס לאגא.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:15 pm
דורך SPUSMN
גערעכטער האט געשריבן:שכועך ענדע פארן גיין פתיחה, כ'טראכט שוין לאנג צו עפענען אזא אשכול.

די נייע גדר לאגא איז מיר זייער געפאלן די איידיע, ווי דער G ווערט א גימל.

זיס!

אויב דער שלאס וואלט געווען פארמאכט וואלט עס פארלוירען דער G

מען קען עס אויס טייטשען אז עס פעלט נאר אויס די ביסעל אתערותא דלתתא, דער קליינע שטיפ, צו פארמאכען דער שלאס. (פאר ווער עס וויל נישט, העלפט נישט קיין שלאס).

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 2:46 pm
דורך בערקא
די שלאס קען זיין פארמאכט און עס וועט נישט פארלירן די G

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:00 pm
דורך לאדיךארויס
דערוילעם טענה'עט זיך, אפענער שלאס, פארמאכט, תורה'לעך וואס ס'מיינט...

איך ווייס איין זאך. ס'איז א שיינע לאגא און א שטארקע געדאנק!

יישר כח ענדע צדיק פארן ברענגען.

געשריבן: זונטאג יאנואר 25, 2015 12:32 pm
דורך גליון
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מי עשה?


GCNY

געשריבן: זונטאג יאנואר 25, 2015 6:42 pm
דורך signout
גליון האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מי עשה?


GCNY
יוסי גאלדבערגער? איך זעה זיי מאכען אלעס ביי ארטיסטיק גרעפיקס (זיינע סחורה זענען לעצטנס משוגע צו ווערן)

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 12:56 pm
דורך גערעכטער
בילד
איך גלייך שטארק די הארוועסט לאגא, גאר קריעטיוו! (די H אין די ווייט ספעיס)

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 12:58 pm
דורך ענדע צדיק!
צי א גרויסע לומדות. עס איז נישט קיין ׳מסודר׳דיגע לאגא.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:05 pm
דורך גערעכטער
ענדע צדיק! האט געשריבן:צי א גרויסע לומדות. עס איז נישט קיין ׳מסודר׳דיגע לאגא.

לומדות דא איז נישט קיין פראבלעם, ווייל אפי' אז דו כאפסט נישט די H איז די לאגא גוט און עפעקטיוו אזוי אויך.
די איבריגע זאכן העכער די שאוול האט נישט אויסגעפעלט און דאס מאכט עס "אומ'מסודר", עגרי.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:19 pm
דורך ענדע צדיק!
ווער האט עס געמאכט? סיי די לאגא און סיי די עד. די עד איז שארף און קנאקעדיג.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 5:48 pm
דורך די דיזיינער
ענדע צדיק! האט געשריבן:ווער האט עס געמאכט? סיי די לאגא און סיי די עד. די עד איז שארף און קנאקעדיג.

יואל פעלדמאן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 5:49 pm
דורך די דיזיינער
גערעכטער האט געשריבן:די הצלחה לאגא איז אוטסטענדינג! פעסטע געדאנק!

ווער ס'געמאכט?

אני הקטן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 5:50 pm
דורך די דיזיינער
ענדע צדיק! האט געשריבן:איז דאס ניי? איך זעה עס יעצט די ערשטע מאל, די איידיע פון די ספר אין די ה איז גאנץ פיין. די קאלירן זענען אביסעל קינדיש מאכט עס אויסזעהן מער ווי א דזשודעיקא סטאר
hatzluche.JPG

די קאלירן זענען די 4 פרינטינג קאלרין

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 5:05 pm
דורך מר. גרין
[א צייט צוריק האט GCNY געמאכט די לוגו פאר א נייע היימישע סטורידש/שיפינג פירמע

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:44 pm
דורך די דיזיינער
מר. גרין האט געשריבן:[א צייט צוריק האט GCNY געמאכט די לוגו פאר א נייע היימישע סטורידש/שיפינג פירמע

אפאר יאר אלט