מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

אין איין ווארט, מווערט פארגרעבט מגושם. ווען מזעט פרעס עדס אד"ג נעמט עס צו די איידעלקייט וואס א איד דארף העבן און קינדער האבן נאטורליך. ווי מער מזעט גשמיות ווערט מען מער מגושם. סגייט ביידע זייטן, סיי פרעס, עדס פון מלבושים, עדס פון אויפרייסערישע וועקעישנס, אד"ג און אויך לאידך גיסא אויף שפ"ד, גאנס, מעסערס.
יעדער וואס האט נאך א שטיקעל אידישע הייליגע נר"נ פילט ווי די זאכן שאטן.
וואוילע איד
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע איד »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פרישע קוגל האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די איבערקערעניש דא
און די דערציילונגען פון צדקים בוקס פין מחניים מיט וואס אונז זענען אויפגעוואקסן אוז אלעמאל געווען בילדער פון שרעקעדיגע רויבער'ס מיט מאדנע לאנגע מעסער'ס וואס איז זיכער געווען שרעקעדיגער ווי די יעצטיגע רויטע ווערטער מיט א שאטען פון א מענטש מיט א גאן...
און אפשר די פאליציי וואס דרייען זיך און די גאסן מיט די גאנ'ס אויפן פאסיק און בליטשקע'דיגע לייטס אויף די קאר'ס דערשרעקן אויך אונזערע קינדער???
דאס איז זיכער אז דער קליק ענד מארקעט איז גאר גוט, והא ראי דער עולם זעט עם שנעל...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איעדער ווייסט אז מארקעטינג איז א ציהל צו פארדרייען דעהם קאפ מיטן מח.

איך גיי איצטער נישט אריינגיין אין די ענין פון בעקטישעס אדווערטייזט אויף קילע אינגעלייט, מעסערס, גאנס, ארבייט מאכט פריי, פרעסעריי, וכו'. וויל איך נאר אזויפיהל זאגן:

אמאהל האט מען געוויסט אז עס איז דא כללים, און עס איז דא סטענדערטס. היינט דארף גארנישט קלאפן איין ווארט מיט צווייטן, ווייל דער עולם האט דאך א קורצע attention span פון קוים 3 סעקונדעס. ווי אויך, למשל, אמאהל האט מען געוויסט, אז א בר נש, גייט אויפן גאס מיט א העמעד. די פראגע איז נאר מיט וואס פאר א העמעד. אבער היינט, ווען א בר נש קען גיין אין גאס מיט א האלבע פאדזשאמע, און אמאהל מיט דעהם אויך נישט, זעהט מען דאך, אז דער נארמאלקייט און מאראל איז אנטלאפן פון אונזער וועלט. און די משוגעת'ן דרינגען אריין און אונזער וועלטעל אויך. גייט אריין אין די היימישע גרויסע געשעפטן אין מאנסי, און עס איז נישט צו דערקענען פון וואס עס איז געוועהן פינעף יאהר צירוק. און די אדווערטייזמענטס קלאפן אין קאפ אריין טאג איין, טאג אויס, און זיי צילען די קינדערליך אונזערע. ווען אפאר friends פון שולע, גייען ארויס אין סופערמארקעט העלפן די מאמע מאכן די שבת'דיגע ארדער, מוז מען זיי שוין געבן טאשן געלט פאר א סלורפי אדער קאפעטשינא, וכו', וכו'.

איך האב גארנישט אנטקעגן סלורפיס מיט razzles. אדרבא, זאלן אידן מאכן פרנסה. אבער די סטענדערטס האבן זיך דראמאטיש און דראסטיש געטוישט, אז איעדער מוז אלעס. מען באשיסט אונז מיט אדווערטייזמענטס פון אלע זייטן, ווי כאילו "עס קומט" צו פרעסן טשולענט דאנערשטיג נאכט, און רויע פיש (עי. קעי. עי. "סושי") מוצאי שבת. מען פארגרעבט אונז פון אלע זייטן, און מען מאכט אונז נאך צאלן דערפאר. א משפחה היינט מוז קויפן אויף שבת דער איד\בלאט\צייטונג\המודעי (ווענד זיך וועלכע קרייז ער איז), און פאר די משפחה, Ami, Mishpacha, Binah, דער שטערן, דער שפאקיוו, Makif, קינדליין, ועוד, ועוד. אלעס איז פיין, אלעס איז גוט. מיהר זענען אויך אויפגעוואקסן מיט די אידישע ליכט און ליכט שטראלען (וואס האט אריינגעברענגט יראת שמים אין די קינדערלעך). אבער די "מוז", די סטאנדארס, און די פארגרעבקייט האט אויך א שיעור. איך ווער שוין משוגע! איך בעט זיך ביי די בני בית, אז ביז פסח, זאל מען אסר'ן רעזעלס מיט שמערלס, סלורפיס מיט סושי'ש, עמי'ס מיט מקיפ'ס, און פון דעהם אליינס וועט מען האבן אויף פסח מאכן. איך האב שוין נישט קיין כח צו די אלע משגועתן וואס די אדווערטייזמענטס שטיפן אויף אונז אויף א טעגליכן פארנעם! קויף איין העמעד פאר צוויי הונדערט פראצענט, באקומען איהר איינס אומזיסט! מיט די אלע געקראזעלטע שייטלעך, הויעך שטאקיגע שטריימלעך אז זיי זענען הערער פון די גור'ע ספודיקטס. גענוג געוועהן! גענוג! ווען איך בין אויפגעוואקסן, זענען אויך געוועהן אינגעלייט מיט שפיציגע שיך און קריספי העמעדער לינקס אויף רעכטס. אבער זיי זענען געוועהן far and few apart. היינט גייט מען אריין אין ביהמ"ד, האלב אינגעלייטליך גייען אינעם הייליגען שבת קודש מיט העמעדער לינקס אויף רעכטס! שומו שמים! דאס קומט אלעס פון די היט אין די באקס אדווערטייזמענט! וואס פראבירט די "היט אין די באקס" נאכמאכן??? The cat with the hat??? אדער The cat in the hat???

און וואס איז מיט די אלע טייערע רויטע, ווייסע און געלע וויינען פאר פינעף און צוואניג טאלער??? נאכאמאהל, מען מעג טרינקען וויין לכבוד שבת, ויין ישמח לבב אנוש. יא מען מעג. אבער מען מאכט אזא טראסק דערפון, אז א איד שעמט זיך שוין צו טרינקן מאלאגא אדער טאקעי וויין, ווייל זיינע קינדער מיט איידימער וועלען חוזק מאכן פון איהם. צילעיב די שעדליכע אדווערטייזמענטס, מוזן די זיידעס טרינקען וויין שאין דעת זקנים נוחה הימנו! אזוי איז מיט איעדע זאך. מען קען שוין נישט עסען א פשוטער בייגעל!!! איהר הערט א מעשה, דער זיידע גייט אריין אין בעקעריי (איך וויל נישט זאגן וועלכע, אבער ברמיזה, עפעס א מין האווא אמינה בעקעריי) און בעט א בייגעל מיט פוטער. וועלכע בייגעל? וואס הייסט וועלכע. א בייגעל. אבער וועלכע? רעגולער, האולוויט, האולוויט רעגלוער, האולוויט סעסימי, האולוויט עווריטינג. ענדליך באקומט ער דעהם פושטער בייגעל. You want butter with that? יא. פוטער. רעגולער פוטער, גארליק פוטער. דער זיידע וויל זיין בייגעל. גיב איהם זיין בייגעל! געוואלד און געשריגן!!! און וואס איז מיט פשוטע זאקן. יא, זאקן. אמאהל איז געוועהן ווייסע אדער שווארצע, לאנגע אדער קורצע. זעהט מען היינט אין די אדווערטייזמענט, אינגעלייט (יא, אינגעלייט!!!) מיט קאלירטע זאקן. זיי רופן עס happy socks.

אלע קומט פון די "פרומע" אדווערטייזמענטס. מען פאדרייט אונז א קאפ, און ציליעב דעהם האט זיך אונזער גאנצע אויסזעהן געטוישט. מען גייט מיט טייטס, אנשטאט הויזען, ווער רעדט שוין פון דעהם, אז אמאהל האט מען געוויסט אז א חסידישע אינגערמאן גייט מיט cuffs אויף די הויזען, מען גייט מיט געסטרייפטע זאקן, הויכע שטריימעל, זשעקעטס, דיפידו פיאות, געביגעלטע בערד, מען פרעסט פרעטש פרייס מיט רויע פיש א גאנצע טאג, מען דארף עסען בשר בהימה דריי מאהל א וואך. איך וויל בכלל נישט אהנרירן די נושא וואס גייט פאר ביי די עזרת נשים. ווייל מען וועט נאך זאגן אז איך האב נישט וואס צו טוהן, מיין קאפ ליגט ווי עס ברויך נישט, וכו'. אבער פאקט בלייבט פאקט! אונזער באבעס זענען נישט געגאנגען אזוי! און זיי האבן נישט געצאהלט די געהאלט פון צוויי אדער דריי חדשים פאר א שייטעל. אך האב נאך גאר אסאך צו שרייבן, אבער איך בין שוין אויסגעמוטשעט. למשל, וואס איז מיט די עיס יו וויס? וואס איז געועהן ראנג מיט די סטעישען וועגענס? או קעי, מען לעבט היינט אין א מער באקוועמע געלט, קען מען האבן א-דעסיס מיט סייענעס. אבער וואס דארף מען עסקעלעידס???

פארוואס???? און וואס איז מיט די גרויסע טו ביי פאור טעלאפענען אפען פאסיק??? נאך א פירצה: אמאהל האט מען געוויסט אז פסח איז מען אין דערהיים!!! א מאדערען ארטאדאקס פאמיליע, וואס די ווייב איז א לויערקע אדער דאקטאר, איז געגאנגען אין א האטל פסח. א היימישע איד איז נישט געוועהן אזא מין זאך צו גיין און א Passover Resort. נאכאמאהל, עס קען זיין א משפחה וואס גייט דורך א שווערע צייט, און זיי מוזן גיין. אבער מען זעהט ליידער אז עס ווערט נפרץ די ענין פון Passover Hotels ביים היימישען חסידישן עולם! פון וואס קומט דאס???!!! פון די אדווערטייזמענטס וואס שטופן דאס אין אונזער פנים אריין, טאג איין, טאג אויס, כאילו דאס איז די norm. רבותי, עס איז נישט!!! און וואס איז מיט די

אלע קידוש קלאבס שבת אין שוהל ביים ליינען??? פון וואס קומט דאס? פון די פילע ברוינפן, הערניג מיט אייער קיכל אדווערטייזמענטס, כאילו אזוי קומט עס!!! רבותי, וועקט ענק אויף!!!!
און הערט, לעצטענס א נייע משוגעת! קינדער פליען דראונס! ווייל צו געווינען א ריזיגע זעקס און צוואנציג אינטשיגע שגץ ביציקעל איז שוין נישט גענוג. דאס קינד מוז שוין האבן א דראון! פארוואס? פארווען????? און א נייע משוגעת. מען שיקט די קינדער אין קעמפ, מוז מען האבן קאוטש באסעס. און איעדע קינד וואס קומט אויף א טריפ מוז האבן א נאש פעקעל גרעסער פון א פסח ארדער. און ליידער האט מען שוין געזעהן קינדער קומען מיט א נאש פעקעל וואס האט Coke ווי אויך gum. וואס ווערט פון אונז?

איך מיין נישט קיינעם, נאר איעדן איינעם, און בעיקר מיהר אליינס.

משנכנס אדר מרבין בשמחה. א גיטן חודש אדר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

די שרייבט גוט!! שרייב מער.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ביטע צוטייל די פאראגראפן צו קענען גרינגער ליינען.

יישר כח
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

צוקער וואסער האט געשריבן:די שרייבט גוט!! שרייב מער.


יישר כח פארן ארויפברענגען!
ר' קאשער יעדעס ווארט איז כמים קרים על נפש עייפה, כ'האב נאכנישט באמערקט דעם תגובה ביז היינט, כ'מיין איר זאלט מאכן דערפון א לאנגס און א ברייטס אין א עקסטערן אשכול
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

איך שטים מיט.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

זאגט מיהר די נושא, און איך וועל בלי נדר שרייבן.
Anything goes.
העמעדער
שמאלע הויזען מיט פענסי זאקן happy socks and smart pants
פרעסעריי
שמעקעריי (שטינקעריי בלשון ערליכע אידן - מענער פערפיומס)
צייטונגען (ערליכע)
מאגאזינען (יא! אידישע, אבער דאך מאגאזינען)
ברוינפען, וויינען

וואס האט מען געטוהן אינדערהיים (מען האט גארנישט געטוהן, ווייל מען האט נישט געהאט)
שארית הפליטה אידן אין אמעריקא גלייך נאכן קריעג
תש"כ אידן
תש"מ אידן
תש"ן אידן

און היינטיגע אינגעלייט...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר פארמאגט א כשר'ער פעדער, גייטס אן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

farshlufen האט געשריבן:איר פארמאגט א כשר'ער פעדער, גייטס אן.


עכ"פ אין דעם ענין....
נאר א ווערטל
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:די שרייבט גוט!! שרייב מער.


יישר כח פארן ארויפברענגען!
ר' קאשער יעדעס ווארט איז כמים קרים על נפש עייפה, כ'האב נאכנישט באמערקט דעם תגובה ביז היינט, כ'מיין איר זאלט מאכן דערפון א לאנגס און א ברייטס אין א עקסטערן אשכול

רט

אגב, איך האב געליינט הרב כשר'ס תגובה מיט טרערן אין הארצן.
דעם פסח מיט די געזעמל פארשפארט האב איך מיר ערלויבט צו פזר'נען אביסל אויף אַדישינעל ליין מאטריאל, אינדרויסן פון מיין שטענדיגע גבול. נישט נארמאל וואס מען האקט אלץ אריין אין די קעפ פון אונז און אונזערע קינדער!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Kosher Travel האט געשריבן:זאגט מיהר די נושא, און איך וועל בלי נדר שרייבן.
Anything goes.
העמעדער
שמאלע הויזען מיט פענסי זאקן happy socks and smart pants
פרעסעריי
שמעקעריי (שטינקעריי בלשון ערליכע אידן - מענער פערפיומס)
צייטונגען (ערליכע)
מאגאזינען (יא! אידישע, אבער דאך מאגאזינען)
ברוינפען, וויינען

וואס האט מען געטוהן אינדערהיים (מען האט גארנישט געטוהן, ווייל מען האט נישט געהאט)
שארית הפליטה אידן אין אמעריקא גלייך נאכן קריעג
תש"כ אידן
תש"מ אידן
תש"ן אידן

און היינטיגע אינגעלייט...


באשרייב אלע נושאים.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

סאיז געווען די וואך א עד פאר א ארגאניזאציע וואס האט עפעס מיט הרה''ק ר ישעי מקעריסטיר זצ"ל די וואך א פול פעידש, א אלט מאדישע עד א בילד פון פאר די קריג מיט א באר קאוד סקעניר פאר א סמארט פאן
סטאר נישט זיין אזוינס, וואס ענטפערט מען פאר א קינד, וואס איז די מאדענע זאך אין די עד
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

באדערט מיהר שטארק די זאכן. עס איז דא היימישע ענגלישע אויסגאבעס וואס האבן קלאהר און שיין באשריבן אלע אינטערנעט אסיפות. דאן פארוואס האבן זיי פיהל מיט עדס וואס אדווערטייזען אז מען קען איינקויפן אויף וואטסעפ? איך בין נישט דן קיינעם. אויב וואלט איך געהאט א ריטעיל סטאר, וואלט איך מסתמא אויך אזוי געטוהן, מיט די תירוץ, אז דאס איז פאר די וואס קויפען סיי ווי אזוי. אבער עס באדערט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

WOW פיין געשריבן הרב Kosher Travel, די עולם לעכצט נאך אמת'ע ווערטער!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

כשר וישר! גיין אן!
אגב כ'זע דיין לעצטע וועגן וואטס עפ, וויל איך דיר מודיע זיין אז ס'איז מער נישט ביי די ענגלישע אויסגאבעס... די פסח בין איך ערשטוינט געווארן אדורך מישענדיג די היימישערע אדווערטייזמענט אויסגאבעס ווי א יעדע צווייטע עד האט געהאט די וואטס-עפ סימבאל.
די געשעפטן מיינען געלט, מיר מוזן ווייזן אז מיר שטיצן די היימישע, וועט זיך דער גולם אביסל צושטעלן, ער מיינט נישט שלעכט'ס, נעבעך...
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

עד היכן הגענו??? ס'איז דאך א פחד א שרעק ווי דאס הייליגסטע ביי אינז ווערט אזוי מגושם, מען לאזט אינז נישט בלייבן מיט דאס מינדעסטע הרגש צי עפעס א העכערע מעמד.. דאס ווערט ערגער יעדן טאג..
אטעטשמענטס
image (18)-min.png
image (18)-min.png (431.27 KiB) געזען 1425 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעךךךךךךךךךךךךךךךךךךךךךך
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8595
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

צ/ק

רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

פארוואס ברויך מען אראפנעמען די נאמען פונעם געשעפט
אז יענער האט נישט די מינדערסטע בושה?!

ווען א גויאישע פירמע טוט עס ווען וואלט מען שוין לאנג בויקאירט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:עד היכן הגענו??? ס'איז דאך א פחד א שרעק ווי דאס הייליגסטע ביי אינז ווערט אזוי מגושם, מען לאזט אינז נישט בלייבן מיט דאס מינדעסטע הרגש צי עפעס א העכערע מעמד.. דאס ווערט ערגער יעדן טאג..

כ'ווייס נישט צו האסט געכאפט, אבער עס שטייט קאמיטמענטס, נישט קאמענדמענטס. ס'איז א זיסע ווערטער שפיל. איך זע נישט די שרעקליכע עוולה דערין, הגם איך וואלט מורא געהאט צו לייגן אזא עד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

די בילד און די צושטעל איז דער פראבלעם
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואס עפעס? האט געשריבן:פארוואס ברויך מען אראפנעמען די נאמען פונעם געשעפט
אז יענער האט נישט די מינדערסטע בושה?!

ווען א גויאישע פירמע טוט עס ווען וואלט מען שוין לאנג בויקאירט

איך קען נישט נעמען די אחריות אויף מיר צי שעדיגן א צווייטן יודענס פרנסה.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די בילד און די צושטעל איז דער פראבלעם


נעוואדע
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מארקעטינג וואס איז שעדליך פאר אונז און פאר אונזערע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

דערמאנט מיר פון די לעצטע יעריגע צעדרייטע hava java ad... זיי האבן זיך דערנאך אנטשילדליגט.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”