מה יקר?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מה יקר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

חאלאוונע האט געשריבן:כ'וויל הערן דעם ציבור'ס מיינונג איבער די פרייז פון א גרויסע בילד פון צדיקים, וואס איז נאכנישט בנמצא, א נייע פראדוקט.
כ'מיין צו פרעגן איבער א בילד וואס איז נישט א ארגינעלע געמאלעוועטע בילד, נאר א קאלירטן קאפיע אויף דיקע פאפיר, וואס מ'פארקויפט היינט אין די געשעפטן, און יענס איז שוין מיט א פרעים, און סטאר פרייז.
- אבער וויפיל וואלט איר געצאלט בלויז פאר'ן קאפיע אנע פרעים, פאר א ספעציעלע בילד געמאלן אין גרויס, פונעם חפץ חיים, פונעם סאטמארע רב, צו דאס גלייכן.

כ'וואלט געמאכט א אנקעטע, אבער כ'ווייס נישט וויאזוי.

כ'האב צו דיר חאלאוונע אפאר שאלות
וואס מיינט נישט בנמצא א נייע פראדוקט, אבער פונעם אנדערע זייט נישט א ארגינעלע בילד? למשל אן אלטע בילד וואס דו האסט געטראפן?
כ'בין נייגעריג אויב ווען מענטשן קויפן א בילד וואס זיי ווילן אויפהענגען צו ס'איז נישט תלוי %85 אין די וועג וויאזוי ס'איז גערעפט און געפרעימט?
דריטנס, אויב רעדסטו פאר נוי סוכה, קען יא גיין אפי' אן א פרעים, און אין פאקט איז דא אסאך וועגן וויאזוי מ'קען דאס פרינטן, אדער לעמענעיטעד, אדער אויף פלאסטיג וכו' וגו'
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מה יקר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

חאלאוונע האט געשריבן:א נייע פעינטינג וואס ס'נאכנישט דא אזא סארט, און מענטשן ווילן עס
אמת ואמת, די צווייטע ווערט פארענטפערט מיט'ן דריטן, אז לגבי סוכות איז עס גוט, און א גאנץ יאר קען מען אליינס קויפן א פרעים, ממילא קען זיין ס'רירט אן די פרייז
ס'איז געפרינט אויף דיקע פאפיר, פאסיג פאר א נוי סוכה אויך.
מיין שאלה איז די רעינדזש פונעם פרייז; $20 צו 25 צו 30 אפשר גאר 39 מעגליך 50 און ארויף
סתם א געווענליכע אלטע שיינע טאוועל קען מען קויפן פאר צען דאלער אויך, און פאר סוכות נאך ביליגער. אבער א יקר המציאות אויף דעם איינפאכע פארעם, לויפט שוין די פרייז הויעך, די שאלה מיינע איז ווי הויעך.

דו זאגסט אז אויף סוכות קען מען קויפן פאר $10, וויל איך דיר בעטן צו קוקן אויף מפואר'ס סייט וועסטו זען אז זאכן זענען נישט אזוי ביליג ווי דו זאגס.
אויב ס'איז א פערפעסניעלע ארבעט, פארוואס נישט בעטן לכה"פ $25? קען זיין אז ס'דארף אבער זיין שיין אזוי ווי זייערע סיינס...
אויב ס'איז א גאר אינטערעסאנטע בילד, מיט א גאר היסטארישקייט צו זיך, וועלן מענטשן צאלן דערפאר מער אויך...
אבער היות כ'ווייס דאך נישט פון וואס דו רעדסט, וועליך מוזן בלייבן מיטן תיקו.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”