הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל - ומלחמתו

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אמן, די דור דארף אים האבן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

געהערט אז ער האט די וואך געפראוועט א דערהויבענע שבת אין קרית פאפא, מיט די בחורים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ארך אפים האט געשריבן:געהערט אז ער האט די וואך געפראוועט א דערהויבענע שבת אין קרית פאפא, מיט די בחורים

מ'דארף זעהן אז ער זאל שוין אנהייבן צו האבן א אנדערע ציהל אויף די וועלט, ווייל באלד איז שוין נישטא צום געפינען קיין סמארטפאונס ביי יודישע קינדער.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מען האלט נאך גאר ווייט פון דעם
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שוין א לענגערע צייט וואס ער מיטשעט זיך נעבעך די מחלה השם ירחם.


געהערט א שטיק צייט ציריק: אז רבי שאול יצחק איז געווען ביים סקלונע רבי זז'ג האט עיהם די רבי געזאגט אז דערפאר האט ער באקימען די מחלה ווייל ער שלאגט זיך דעם ס''ם אליין. וויבאלד די עיקר נסיון הדור איז עניני טעכנעלאגיע. יודן נעמט'ס ארויס א מוסר השכל און א חיזוק. (נב: אלע מיינע קאמפיאטער'ס האבען דעם שטרענגען משומר פילטער.)
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

איך האב געהערט אז סקולענע רבי האט אים גע'עצה'ט צו נעמען מיט זיך נאך שותפים לדבר מצוה ער זאל נישט זיין אליין אויפן פראנט, וואס איז געווארן מיט זיין מצב הבריאות ? שאול יצחק בן ?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אים געזעהן פאריגע וואך אין גרויסן בית מדרש אין קרית יואל דאווענען מעריב. מלא פרישקייט חיות דקדושה. ה' יושפע לו שפע רב ממרום להוושע בדבר ישועה ורחמים
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אדער יא האט געשריבן:איך האב געהערט אז סקולענע רבי האט אים גע'עצה'ט צו נעמען מיט זיך נאך שותפים לדבר מצוה ער זאל נישט זיין אליין אויפן פראנט, וואס איז געווארן מיט זיין מצב הבריאות ? שאול יצחק בן ?

רבקה

לויט ווי איך האב געהערט לעצטנס דארף ער נאך א גרויסע ישועה.
בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

השתדלו והרבו תחנה ובקשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בין ישראל לעמים »

די מצב הבריאות ביי הגה"צ ר' שאול יצחק בן רבקה האט זיך אין די לעצטע פאר וואכן זייער פארערגערט רייסטס איין ביים באשעפער די דור דארף אים האבן
רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבישע »

ברוך דיין האמת
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:איך האב געהערט אז סקולענע רבי האט אים גע'עצה'ט צו נעמען מיט זיך נאך שותפים לדבר מצוה ער זאל נישט זיין אליין אויפן פראנט, וואס איז געווארן מיט זיין מצב הבריאות ?


וויזט אויס קיינער איז נישט גרייט צו טון וואס ער האט געטון
פשוט זיך געלאזט פארשעמן און געכאפט ביזיבזיונות פארן אייבישטערס כבוד
ווי הערט מען היינט אזוינס?
ער וועט זיכער אריינגיין מיט גאלדענע אויתיות אין די יודעשע היסטריע ביכער ווען מען וועט רעדען פון די טעכנעלאגיא ג'ענערעישין(משיח זאל אוודאי קומען שנעלער)
לעצט פארראכטן דורך פראצעדור אום מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 3:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה. איך האב איהם איינמאל געפרעגט וועגן דעם סמארטפאון, האט ער מיר געזאגט ווי עס קוקט אויס איז דיר שווער איינצוזעהן אז ס'איז באמת נישטא קיין סעלושן סיי צו האבן דעם סמארטפאון, און סיי אז קינדער זאלן דערצו נישט ציען.

אויך האב איך איהם געפרעגט פארוואס ער איז אריין דערין, האט ער מיר ערקלערט אז ער האט געזעהן די מצב אין ישיבות, און אז קיינער טוט נישט, האט ער געזעהן אז ער מוז זיין דער וואס טוט.

זיין עיקר נקודה קוקט מיר אויס איז געווען: "וויאזוי מאך איך אז בחורים זאלן זיך דערהאלטן און נישט ציען דערצו".
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ברוך דיין האמת. אן אבידה שאין לו תמורה. נישטא וואס צו רעדן, ער איז נישט געווען סתם א בעל מוחה מיט א זיס צינגל; ער האט ארויסגעהאט דעם סוגיא אדורך און אדורך, וכל מי שיש לו מוח בקדקדו -- אפילו אויב עמיצער האט לאו דוקא מסכים געווען מיט יעדע נקודה -- האט פארשטאנען אז דער איד מיינט עס לשם שמים און אז ער רעדט צו די זאך. איך געדענק ווען ער איז די ערשטע מאל אנגעקומען ביי אונז אין ביהמ"ד האלטן א דרשה. עס דאווענען דארט א מחנה עלטערע בעלי בתים, הארטע איינגעגעסענע בחורים; נישט קיין זעלטענע ערשיינונג אז א שנארער/פאנד-רעיזער זאל כאפן א רייע פראגעס נאך אן אשרי-ובא לציון דרשה. אבער דאסמאל איז דער גאנצער ציבור געשטאנען שטיל, אזש מען האט געהערט זשומען פון די זבובים. "אויב עמיצער וועט אייך זאגן אז אין געוויסע ישיבות פארמאגן מער פון פופציג פראצענט בחורים א סמארט פאון, זאלט איר אים גלייבן! אויב עמיצער וועט אייך זאגן אז אין צען יאר זענען נישט פארהאן קיין ישיבות, זאלט איר אים גלייבן! אויב עמיצער זאגט אייך אז היינט צוטאגס זענען פארהאן הונדערעטער אידן וועלכע זענען רח"ל מחלל שבת צוליב די כלים, זאלט איר אים גלייבן!" אזוי איז געגאנגען ווייטער און ווייטער פאר 15-10 מינוט. און דער עולם איז געשטאנען פארגאפט, און די קאמפלימענטן האבן דערנאך דערגרייכט ביז איבערן קאפ. די מערכת טעכנאלאגיע האלט שוין אן א לאנגע צייט, אבער ביז היינט האבן זיך ווייניגע געוואגט ארויסצוברענגען אזוי פשוט און גראב די ביטערע מציאות.

כמעט נאך יעדע דרשה זענען אלץ געווען אויבער חכמים וועלכע פרעגן צוריקשיסן. לכשאצמי פלעג איך טאקע פראבירן אים צו מחזק זיין איטליכע מאל. ביי איין פאל איז עמיצער צוגעגאנגען און הויך געפרעגט "וואס קען מען טוהן מיט אן עלטערע 21 יעריגער בחור? ער טענה'ט אז זיינע חברים וועלכע האבן שוין חתונה געהאט האבן אלע סמארט פאונס, נאר ווייל ער איז אן אלטער בחור מעג ער נישט האבן אזא כלי?"
"דער בחור איז ההוווווווונדערט פראצענט גערעכט! זיין טאטע האט א סמארט פאון, זיין מאמע האט א סמארט פאון, זיינע חברים האבן סמארט פאונס. פארוואס טאר ער נישט האבן א סמארט פאון?"
דער איד האט תיכף געמאכט פליטה...

מ'קאן מאכן גאנצעטע אשכול בלעטער פון זיינע טיפע, שארפע געדאנקען. איך דערמאן זיך איצט אז אין תשע"ה ווען עס איז ארויסגעקומען די ווידיא פונעם הייליגן חפץ חיים ביי די כנסיה הגדולה, און די גאנצע אידישע גאס איז געווען וואך מיט די היסטארישע מציאה. אבער "ראבינאוויטש" זצ"ל האט אנגעקוקט די זאך מיט גאר אן אנדערן בליק:
"טייערע אידן, הערט זיך איין. דער איד וואס האט "איינדערעדט" דעם [סאטמאר] רבי'ן זכרונו לברכה נישט צו לאזן כאפן ווידיאס פון די הייליגע שלוש סעודות תורות, בין איך נישט מוחל בזה ובבא... שטעלט אייך פאר ווען מיר האבן ווען רעקארדירונגען פון די הייליגע תורות ביי די טישן וואו אידן האבן פארגאסן טייכן טרערן -- "טאאאאויזענטער בעלי תשובות וואלט מען ווען געקענט מאכן!! אבער טייערע אידן, אויב דער רבי זי"ע וואלט ווען ערלויבט ווידיאס ביי זיינע טישן, וואלטן היינט נישט געווען קיין צעעעען אידן וואס וואלט אינטערעסירט בכלל אז מען האט געפונען א ווידיא פונעם הייליגן חפץ חיים...!" עכת"ד ודפח"ח
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אוועטאר
בעקיטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

עצרת הספד והתעוררת אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקיטשע »

נאך די גרויסע סוקסעס אין ווילאמסבורג קומט יעצט מאנסי אין די רייע, אי"ה קומענדיגע וואך דינסטאג וועט פארקומען א ריזיגע עצר תהספד והתעוררת אין די זאלן פון ווילחוואוויץ צו די שלושים פון הגה"צ ר' שאול יצחק זצ"ל
לויט די פלענער וועט אויפטרעטן:
האדמו"ר מפארשעי שליט"א
הגה:צ ר' מרדכי שטיינער שליט"א
יו"ר וועט זיין הרה"ג המגיד הנפלא ר' שרגא פאפלנאש שליט"א
נאך פרטים וועלן נאכפאלגן
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

אין לאנדאן אויך שוין געווען א גרויסע הספד, אין בית מדרש סאטמאר קעזנעוו 86
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

איינער האט אפשר א לינק צי זיינע קונטרסים און מאמרים?
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

גולם פון פראג האט געשריבן:איינער האט אפשר א לינק צי זיינע קונטרסים און מאמרים?


ער האט דאך עס נישט ארויפגעלייגט אויפן אינטערנעט
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

אפשר פארמאגט איינער א פי די עף וכדומה
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

האבעך מיך פארשאפט זיין קונטרס'ל
עפעס געפעלט מיך נישט דערוועגען. איינער ווייסט צי ער האט געשריבען די גאנצע זאך אדער ידי זרים שלטו בה?
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתון מתון »

גולם פון פראג האט געשריבן:האבעך מיך פארשאפט זיין קונטרס'ל
עפעס געפעלט מיך נישט דערוועגען. איינער ווייסט צי ער האט געשריבען די גאנצע זאך אדער ידי זרים שלטו בה?


עס וואלט אסאך פארענפערט, ומצוה לישב.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אז איר פרעגט דער שאלה דאן האט איר נישט געקענט ר' שאול יצחק זצ"ל, ואידך פירושא זיל פרעג די וואס האבן אים געקאנט.
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתון מתון »

מחשב האט געשריבן:אז איר פרעגט דער שאלה דאן האט איר נישט געקענט ר' שאול יצחק זצ"ל, ואידך פירושא זיל פרעג די וואס האבן אים געקאנט.

איך גלייב נישט דו ווילסט זיין א מספר אחר מיטתו ח"ו. נו, פארוואס זיך עקש'נען? כמו שאמרתי, מצוה לישב. ודי.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

גולם פון פראג האט געשריבן:האבעך מיך פארשאפט זיין קונטרס'ל
עפעס געפעלט מיך נישט דערוועגען. איינער ווייסט צי ער האט געשריבען די גאנצע זאך אדער ידי זרים שלטו בה?

געשריבן דורך דער וואס געט ארויס די קונטרסים פון ר' אביגדער מיללער זי''ע
ודוק.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

משה11 האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:האבעך מיך פארשאפט זיין קונטרס'ל
עפעס געפעלט מיך נישט דערוועגען. איינער ווייסט צי ער האט געשריבען די גאנצע זאך אדער ידי זרים שלטו בה?

געשריבן דורך דער וואס געט ארויס די קונטרסים פון ר' אביגדער מיללער זי''ע
ודוק.

כ׳ווייס נישט ווער דאס איז, אבער אויב איינער קענעם ביטע איבערגעבען אין מיין נאמען אז לדעתי איז בעסער אז מ׳פארשפרייט עס נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”