הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל - ומלחמתו

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

הענדימען האט געשריבן:כ'מיין אז דיין משל איז נישט אינגאנצן דומה לנמשל
קענסט אביסל קלארער מסביר זיין?


איך מיין אז ס'איז יא דומה, זאגן אויף א איד - וואס האט צאללאזע מאל געזאגט ברבים קלאר אז אינטערנעט אויפן קאמפיוטער אין אפיס אפי' מיט א פילטער איז אסור בתכלית - אז ער האט נישט דאס געמיינט און באמת האט ער יא געהאלטן אז מען מעג עס נוצן, איז ממש דומה צו איינער וואס זאגט אז באמת האט דער סאטמאר רב זי"ע יא געהאלטן פון זיך מתחבר זיין לרשעים, כאטש ער האט כסדר גע'חזר'ט די גרויסע איסור דערפון.

אויב די האלטס אז עס איז נישט גלייך זיי די מסביר פארוואס.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

ס'איז נישט גלייך ווייל הגה"ק סאטמארער רבי זי"ע איז געווען א מנהיג הדור וואס האט געזאגט זיין דעת תורה מיט א אויסערגעווענליכע בהירות אויף הלכה למעשה און הגה"צ חו"פ רבי שאול יצחק זצ"ל איז געווען א מגיד און מוכיח בשערים וואס האט זיך באנוצט מיט שארפע הגדרות צו מעורר זיין ליבן של ישראל.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

גולם פון פראג האט געשריבן:ס'איז נישט גלייך ווייל הגה"ק סאטמארער רבי זי"ע איז געווען א מנהיג הדור וואס האט געזאגט זיין דעת תורה מיט א אויסערגעווענליכע בהירות אויף הלכה למעשה און הגה"צ חו"פ רבי שאול יצחק זצ"ל איז געווען א מגיד און מוכיח בשערים וואס האט זיך באנוצט מיט שארפע הגדרות צו מעורר זיין ליבן של ישראל.

דאס אז ער איז נישט געווען קיין מנהיג הדור און זיין מיינוג איז קיינעם נישט מחייב איז אמת און ריכטיג. עס אבער נישט ריכטיג צו זאגן אז ער האט געהאלטן אנדערש ווי ער האט געזאגט, ער האט קלאר געזאגט כמה פעמים הלכה למעשה אז מען זאל נישט גיין ארבעטן אין א אפיס מיט אינטערנעט אפי' מיט א פילטער.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

איהר פארשטייט נישט מיין נקודה.
א יוד וואס זיין גאנצע דמות איז געווען צו מעורר זיין ליבן של ישראל, באנוצט זיך מיט א געוויסע שפראך וואס ער האלט אז דעס קען אריינברענגען זיינע ווערטער און אמאל קען זיין אז נאר דורעך מגזם זיין אביסעל וועלען זיינע רייד ערגעץ אנקומען, אפילו ער אליין האלט נישט אז יעדע ווארט מיינט ער
ס'איז בערך אזוי ווי היינטיגע דרשנים נוצען "יהרג ואל יעבור".
מיינט עס דען בפועל אז מ'זאל זיך לאזען הרג'ענען? האט א דרשן וואס שרייט יהרג ואל יעבור בכלל דורכגעטוהן די סוגיא?
ס'איז א שפראך וואס מ'נוצט ותו לא מידי.
צו צושטעלען דאס צי א רב א הייליגע אדמו"ר א מנהיג פון א ריזיגע קהילה איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

השתא דאתית להכא.., איז צרות.
Be careful
די גאנצע בנין צופאלט.
יעצט ווערט צוריק נתעורר די שאלה צו ער האט בכלל געהאט רעכט צו רעדן, מוכיח זיין, וכדו' ווען באמת האט ער נישט געהאט א הלכה למעשה צוגאנג אדער אוטאריטי.
נקודה למחשבה.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

וואס הייסט "געהאט א רעכט"?
מ'דארף האבען א רעכט צו רעדען וועגען ענינים הצריכין תיקון?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך פארשטיי אז אפענע וועלט מיינט צו זאגען אז געוויס האט ער ""רעכט"" צו רעדען,
אבער די נאכפאלגער זיינע בויען אויף אים כאילו ער וואלט געווען דער סאטמאר רב בעניני ציונות אדער להבחל"ח הרב פאלק בהלכות צניעות כאילו ""שאול יצחק אמת ותורתו אמת"", ומינה לא תזוע, אבער דורך די ווערטער פון יונה קומט אויס אז די בנין פון די נאכפאלגער צעפאלט,
אפענע וועלט האב איך ריכטיג מכוון געוועהן???
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

אויב איינער וויל אנננעמען הרה"צ רבי שאול יצחק זי"ע אלץ זיין מורה דרך האט ער ווייטער די פולסטע רעכט דערצו. נישט דא קיין שום בנין וואס צופאלט.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

די אחרי מות קדושים בנין אז עמיצער וואס האלט אז ער איז געגאנגען ראנג איז אנגעקלערט (וועא"מ) און רעדט בזיון המת, דאס צופאלט.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

עמיצער וואס האלט ער איז נישט גערעכט מיט יעדעס ווארט וואס ער זאגט איז טאקע נישט קיין אנגעקלערטע
אבער עמיצער וואס מאכט ליצנות פין א מסירות נפש יוד, איז לכאורה יא א אנגעקלערטע. וזה פשוט
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

.
אטעטשמענטס
3.JPG
3.JPG (72.14 KiB) געזען 2424 מאל
2.JPG
2.JPG (81.25 KiB) געזען 2424 מאל
1.JPG
1.JPG (86.44 KiB) געזען 2424 מאל
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

.
אטעטשמענטס
7.JPG
7.JPG (124.71 KiB) געזען 2420 מאל
6.JPG
6.JPG (189.64 KiB) געזען 2420 מאל
4.JPG
4.JPG (119.24 KiB) געזען 2420 מאל
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

גולם פון פראג האט געשריבן:עמיצער וואס האלט ער איז נישט גערעכט מיט יעדעס ווארט וואס ער זאגט איז טאקע נישט קיין אנגעקלערטע
אבער עמיצער וואס מאכט ליצנות פין א מסירות נפש יוד, איז לכאורה יא א אנגעקלערטע. וזה פשוט


מתחיל ב׳לכאורה׳ ומסיים ב׳וזה פשוט׳ וצ״ע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אפענע וועלט האב איך ריכטיג מכוון געוועהן???


יא.
די פראבלעם איז מען קען נישט האבן א צוויי זייטן דיסקאשען.
יעדער וועט ברענגען אנדערע מאמרי חזל פארוואס מען טאר נישט רעדן
בזיון המת
מוציא לעז
אנגעקלערט
קונטרסים
גדולי ישראל
השיב רבים מעון.
זאג נאר......?
וכהנה.
צוליב דעם האב איך געשריבן זייער איידל
אז זיינע פארטיידיגער זאלן אכטונג געבן נישט צו פארפארן
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

גולם פון פראג האט געשריבן:וואס הייסט "געהאט א רעכט"?
מ'דארף האבען א רעכט צו רעדען וועגען ענינים הצריכין תיקון?

יא. מ'דארף האבן רעכט! און אויב מ'האט נישט, טאר מען נישט רעדן פאר א רבים!
מ'דארף נעמען ריספאנסיביליטי אויף יעדע ווארט וואס גייט ארויס פון מויל
והייתם נקיים מה' ומישראל
אויסגעהאלטן להלכה
און פראקטיש למעשה.
(און אויך אויף וואס מ'שרייבט אויף אייוועלט .... )
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהרל פון פראג »

גולם פון פראג האט געשריבן:אבער עמיצער וואס מאכט ליצנות פין א מסירות נפש יוד,


לדוגמא ? איינער וואס זוכט למשל איבערצושרייבן היסטאריע ?
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

אפענע וועלט האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:וואס הייסט "געהאט א רעכט"?
מ'דארף האבען א רעכט צו רעדען וועגען ענינים הצריכין תיקון?

יא. מ'דארף האבן רעכט! און אויב מ'האט נישט, טאר מען נישט רעדן פאר א רבים!
מ'דארף נעמען ריספאנסיביליטי אויף יעדע ווארט וואס גייט ארויס פון מויל
והייתם נקיים מה' ומישראל
אויסגעהאלטן להלכה
און פראקטיש למעשה.
(און אויך אויף וואס מ'שרייבט אויף אייוועלט .... )

וואס מאכט דיך טראכטען אז הרגה"צ רבי שאול יצחק זצוק"ל האט נישט גענומען ריספאנסיליטי.
ביודעי ומכירא קאמינא אז ער האט זיך דורכגערעדט מיט הייליגע און חשובע אידן יעדע זאך. צווישען זיי הגה"ק קאשויער רבי זצוקללה"ה
מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהרל פון פראג »

גולם פון פראג האט געשריבן:ס'איז א שפראך וואס מ'נוצט ותו לא מידי.
צו צושטעלען דאס צי א רב א הייליגע אדמו"ר א מנהיג פון א ריזיגע קהילה איז בכלל נישט קיין פארגלייך.


גולם פון פראג האט געשריבן:וואס מאכט דיך טראכטען אז הרגה"צ רבי שאול יצחק זצוק"ל האט נישט גענומען ריספאנסיליטי.
ביודעי ומכירא קאמינא אז ער האט זיך דורכגערעדט מיט הייליגע און חשובע אידן יעדע זאך. צווישען זיי הגה"ק קאשויער רבי זצוקללה"ה


:roll:
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יונה האט געשריבן:מאדנע ווי איר פרובירט אריינצולערנן פשטים כאילו מ'רעדט דא פון א ראשון וואס שרייבט קורץ און מ'דארף פארטייטשן... דער איד האט זייער קלאר געזאגט וואס ער האלט אסאך דא האבן עס געהערט פון אים זעלבסט. זיין מערכה איז נישט געווען בלויז אויף דעס אדער אויף יענץ, עס איז געווען קעגן אינטערנעט אוו טעקסט מעסעטשס בכל אופן שהוא אפי' מיט די בעסטע פילטער!
דאס אז איר שרייבט אויפן אינטערנעט מיינט נישט אז הרב ראבינאוויטש ע''ה האט נישט דאס געמיינט, סה''כ פירט איר זיך דלא כראבינאוויטש..

איך פרוביר אריינצולערנען פשטים כאילו מ'רעדט פון א ראשון וואס שרייבט קורץ און מ'דארף עס פארטייטשן?

איך גיי דיר דא אראפשרייבן וואס ער האט געזאגט, גוט?

רבותי די מצב ווערט ערנסטער און ישיבות מיום ליום.


וואס מיינט די ווערטער? וואס וויל ער דא? ער קומט אין ביהמ"ד צו טאטעס וואס ווייסן כמעט נישט אז עס עקזיסטירט ישיבות, און שרייט "רבותי די מצב ווערט ערנסטער אין ישיבות מיום ליום" ?

לאמיר גיין ווייטער.

איך וויל אייך זאגן: טאמער איינער זאגט אייך אז ס'דא א ישיבה וואס איז דא דרייסיג פראצענט סעלס זאלט איר גלייבן, טאמער איינער זאגט אייך אז ס'דא זעכציג (ער שרייט) זאלט איר גלייבן. די מצב ווערט ערנסטער מיום ליום


טראכט אריין, ער רעדט דא צו יונגעלייט. וואס? וועגן ישיבות וואס האבן דרייסיג פראצענט סעלס, און אז מ'דארף עס גלייבן! און אז מ'גלייבט עס? וואס וויל ער דא פון דעם עולם? וואס ברענגט ער אריין ישיבות דא? נאר וואס דען. דאס האט אים געפייניגט! און דאס האט אים געטריבן. די ישיבות. זיין גאנצע קאפ איז געווען פארנומען מיט די ישיבות. ער איז געקומען שרייען צו די טאטעס, אז זיי זאלן עפעס טון צו ראטעווען די ישיבות. ער האט נישט געקענט צוקוקען ווי מ'שטייט גלייכגילטיג ווען ער זעהט אזא חורבן. ער איז געקומען שרייען צו די טאטעס. טוט עפעס. טוט עפעס. טוט עפעס. ראטעוועטס. דאס אלעס וואס עס האט אים באוואויגן צו גיין שרייען.

ער האט גערעדט ווי איינער וואס עס איז אים ענדליך געלונגען ארויסצושטעקן זיין קאפ פון אונטער די וואסער, און ער שרייט וואס עס קוקט אויס זיין עיקר מעסעדש:

די בחורים ווייסן נישט בכלל וואס מ'וויל פון זייער לעבן, זיי זאגן קלאר ראיות אסורות, א פארגאנגענהייט, אמאל געווען, די רבי ז"ל האט עס געהאלטן, היינט מעג מען קוקן יעדע זאך, איך גיי נישט שמוציג מאכן מיין מויל, איך זאג אייך נאר ברמיזה, נישטא קיין פיקטשער אין גאנץ אינטערנעט וואס מ'טאר היינט נישט קוקן, אלע קוקן.


פאר די אויבנדערמאנטע נישט וויסן וואס די בחורים האבן נישט געוואוסט, דאס האט אים באוואויגן צו קומען שרייען פון ביהמ"ד צו ביהמ"ד. דו קענסט נישט זאגן אז איך לערן אריין פשטים, ווען דו הערסט עס קלאר אויף זיינע טעיפס. דו הערסט קלאר ווי ער רעדט פון בחורים, און אז ער רעדט פון א טערמין ראטעווען ישיבות. וויאזוי קענסטו קומען זאגן אז איך לערן אריין פשטים?

שטעל דיך פאר אז דו זעהסט וויאזוי א בנין (אויף אלע שונאי ישראל געזאגט) ברענט, און דו גייסט אריין אין א לאקעל ביהמ"ד און דו שרייסט זיי זאלן עפעס טון דערצו. ניין?

איך לערן אפ פשטים? ער האט געהאלטן אז דער עולם שטייט גלייכגילטיג, ווען ער זעהט ווי עס ברענט. און ער האט זיך געבעטן מ'זאל עפעס טון. דאכט זיך ער האט אפילו ארויסגעגעבן אזא קונטרס קראתי ואין עונה ווייל מיר האבן געשפירט אז די מצב איז סעיף, מיינט נאכנישט אז ער האט געשפירט אז די מצב איז סעיף. ער האט געשפירט דאס וואס ר' מיכאל בער האט געשפירט אז די מצב ברענט און ער האט נישט פארשטאנען פארוואס מ'טוט גארנישט. איז ער געקומען שרייען. דו הערסט? און קום נישט זאגן אז איך לערן אריין פשטים. ווייל דאס זענען געווען זיינע ווערטער וואס ער האט געזאגט!

יעצט איז ער מסביר פארוואס טאקע א בחור האלט ווי דאס אויבנדערמאנטע. זאגט ער אזוי.

מה דאך מיין טאטע וואס האט וואס צו טון אגאנצן טאג מעג זיך אונטערהאלטן מיט א סעל, און קוקן ווי ס'גייט אלע קליפס, מיט אלע שיינע זאכן, איך וואס איך פלאץ אוועק אין ישיבה יעדע מינוט מעג דאך האבן אוודאי א סעל


ער האט הפנים געוואלט געבן זיין הסבר פארוואס א בחור האלט די אויבנדערמאנטע. האט ער קלאר געזאגט, אז א בחור האלט די אויבנדערמאנטע, ווייל זיין טאטע האט א סעל. זעהסטו פון דא קלאר, אז זיין עיקר סיבה איז געווען צו ראטעווען בחורים! און קום נישט זאגן אז ער האט געהאט א פראבלעם מיט א פילטער! נישט דאס האט אים באוואויגן צו קומען שרייען. ער איז נישט געקומען שרייען, רבותי מ'טאר אפילו נישט מיט א פילטער אויך נישט, ווייל מ'ווערט פאר'גוי'אישט. ווייל מ'פארברענגט צייט. ווייל מ'האט נישט קיין צייט צו די קינדער. נישט דאס האט אים געברענט, אפילו ער האט דאס געזאגט. איז א גרויסע חילוק צו וויסן וואס ס'האט אים געטריבן.

אויב מ'זאגט אז ער איז סתם געקומען שרייען אז מ'טאר נישט האבן קיין סמארטפאון אפילו מיט א פילטער, און אז מ'טאר נישט האבן קיין טעקסט מעסעדשעס. איז עס אינו דומה צום פאקט וואס עס האט אים פאקטיש באוואויגן אזוי צו זאגן.

ווען דו זעהסט די ווארט ר' שאול יצחק ראבינאוויטש ז"ל זאלסטו נישט זעהן האט געהאלטן אז מ'טאר נישט האבן קיין סמארטפאון אפילו מיט א פילטער לצורך פרנסה, און מ'טאר נישט האבן קיין טעקסט מעסעדשעס ווייל ער האט געהאלטן אז מ'דארף זיין הייליג, א.ד.ג. און א סמארטפאון איז מטמא!

נאר ווען דו זעהסט די ווארט ר' שאול יצחק ראבינאוויטש ז"ל זאלסטו וויסן אז ס'מיינט האט געוואלט ראטעווען בחורים און קינדער פון גראבע עבירות, און דערפאר האט ער געהאלטן אז א סמארטפאון אפילו מיט א פילטער, אפילו לצורך פרנסה איז אויך נישט גוט

און ער זאגט ווייטער
איר ווייסט וואס א גוטער בחור זאגט: היינטיגע צייטן מעג מען קויפן א סעל, מ'מעג קוקן אלעס, ס'גייט מתוך: מתוך שהותרה לפרנסה, הותרה כל דבר, לכל דבר וכו' היינט מעג מען קוקן


און ער האט זיך פרובירט אריינצולייגן אין די קאפ פון א בחור, אז וויאזוי קען זיין אז א בחור הערט און כאפט נישט אז מ'טאר נישט. זאגט ער אזוי

איי פארוואס דער רבי וויינט, דער ראש ישיבה שרייט, דער מנהל קוויטשעט?


ער מיינט ארויסצוברענגען אז וויאזוי קען זיין אז דער בחור כאפט נאך אלץ נישט אז מ'טאר נישט. זאגט ער. אז דער בחור טראכט.

ס'איז נישט ווייל מ'טאר נישט, ס'איז ווייל די סיסטעם אין א ישיבה קען נישט גיין מיט א סעל. שטעל דיך פאר א מגי"ש וועט האלטן א שיעור און אלע בחורים וועלן כאפן פיקטשערס, און שיקן טעקסט מעסעדשעס וועט מען קענען זאגן א שיעור? מ'וועט נישט קענען זאגן א שיעור, דערפאר האט מען דאס גע'אסר'ט! נישט ווייל מ'טאר נישט! אזוי ווי אין די גוי'אישע וועלט טאר מען נישט קומען מיט קיין דראגס און נישט מיט קיין מעסערס, וואס הייסט מ'טאר נישט, אלע טאטעס האבן דראגס מיט מעסערס, נאר וואס, די סיסטעם אין א סקול קען מען נישט גיין מיט קיין דראגס און קיין מעסערס, אבער למעשה מעג מען


דו פארשטייסט? ער האט געוואלט איין זאך, אז בחורים זאלן וויסן אז למעשה טאר מען אויך נישט קיין ראיות אסורות. און ער האט געהאלטן אז גארנישט ארבעט נישט צו מאכן אז זיי זאלן וויסן אז מ'טאר נישט! און דערפאר איז דא אזא חורבן. און ער האט געהאלטן אז שולדיג זענען די וואס האבן א סמארטפאון מיט א פילטער! אזוי האט ער געהאלטן, ער האט זיך פרובירט אריינצולייגן אין די קאפ פון א בחור, און צוגעקומען, אז די סיבה איז די סמארטפאונען וואס זיי זעען ביי זייער טאטע/מאמע. דאס מיינט נישט אז איך לערן אריין פשטים.

ער איז בכלל נישט געווען פאר די גויאישקייט וואס א סמארטפאון קען אריינברענגן אין א מענטש. ער איז געווען פאר גראב ראיות אסורות וואס ער האט געהאלטן, אז ס'זעצט זיך נישט אין בחורימ'ס הערצער. און ער זאגט ווייטער

רבותי איר זאלט מיר נישט גלייבן קיין איין ווארט וואס איך האב אייך געזאגט, און וואס איך גיי אייך זאגן, איר זאלט זיך נאכפרעגן עט איר זעהן אז ס'איז צעהן מאל ערגער ווי וואס איך זאג, ווייל איך קען נישט זאגן צוליב סיבות, רבותי, דער מצב ווערט ערנסטער מיום ליום


ער האט געהאלטן אז מ'איז מחויב אלעס צו טון, צו אריינזעצן אין זייערע הערצער די ענין פון ראיות אסורות, און ער האט געהאלטן אז א אנדערע וועג איז נישטא, נישטא, נישטא, נישטא!

איך האב געזאגט אז איך פארשטיי אז זיין עיקר וואס האט אים געטריבן אנצוהייבן מיט די דרשות איז געווען ווייל ער האט געזען אז בחורים ווייסן נישט וואס עס מיינט א ראי' אסורה. און ער האט געהאלטן אז די איינציגע וועג וויאזוי זיי צו ראטעווען איז דורכ'ן לאמיר זאגן נישט האבן בכלל קיין סמארטפאון, און בכלל קיין טעקסט מעסעדשעס, אדער וואטעווער. איך בין דא געקומען זאגן, אז ער האט נישט געזעהן א אנדערע עצה.

ער זאגט ווייטער

מ'כאפט זיך נישט אז מ'האט געכאפט א געשמאק אין א סעל, און מ'וויל וועגן דעם מקריב זיין אלע קינדער, אויף איך וויל נישט זאגן אויף וואס, רבותי דער מצב ווערט ערנסט


און ער ענדיגט

דו אז דו האסט א פילטער, צו דיר רעד איך, ווייל דו פארשטייסט שוין, זאג איך דיר קלאר, ווען דו קוקסט אריין אין דיין פילטער, מיט דיין פופציג פילטערס צוזאמען, ווען דו קוקסט אריין די שיינע דשאקס, די שיינע נייעס, רייצטו אן אלע בחורים, און די געשעפטן פארקויפן פאר בחורים סעלפאנען וכו'


דו כאפסט? און דערפאר האט ער געהאלטן אז מ'זאל דאס אוועקווארפן. ווייל ער האט געהאלטן "
דו רייצט אן, און די ישיבות ווערן חרוב צוליב דיר, ווייל דו רייצט אן דיינע קינדער
"

איך קען דיר ברענגען נאך און נאך ראיות, אז דאס וואס איך האב געשריבן, דאס איז עס געווען. אז פון זיינע דרשות האט מען בעיקר דאס געקענט הערן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:28 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

לשון קדשו די וואך
אטעטשמענטס
5.JPG
5.JPG (80.52 KiB) געזען 2292 מאל
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

.
אטעטשמענטס
70.JPG
70.JPG (148.54 KiB) געזען 2275 מאל
69.JPG
69.JPG (155.55 KiB) געזען 2275 מאל
לעצט פארראכטן דורך האלץ האקער אום מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

נשמה! איהר האט עס נישט געקענט בעסער ארויסברענגען. די וואס ווילען פארשטיין פארשטייען. איר פארמאגט א געבענטשטע פעדער
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

וי"א אז ער האט געהאלטן אז אויב וועט ער רעדן צו מענטשן וועגן זייער אייגענע יודישקייט וועט עס נישט נתקבל ווערן, ממילא האט ער אלץ גערעדט נאר וועגן די קינדער, אזוי זאל עס זיין גרינגער צו מקבל זיין. וכך שמעתי ממי שהיכירוהו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מחשב האט געשריבן:וי"א אז ער האט געהאלטן אז אויב וועט ער רעדן צו מענטשן וועגן זייער אייגענע יודישקייט וועט עס נישט נתקבל ווערן, ממילא האט ער אלץ גערעדט נאר וועגן די קינדער, אזוי זאל עס זיין גרינגער צו מקבל זיין. וכך שמעתי ממי שהיכירוהו.

קען אויך זיין
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

געווען זייער א שיינע באשרייבונג אין די צייטונג (דאכצעך קאפירט פון וואכנשריפט) איבער דעם נפטר און ארויסגעברענגט זיין פערזענליכקייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”