געשריבן צו די קאמפיין דורך די משפחה מען דארף דא עפענען א טיעם אז די ציבור זאל זיך אנשליסן אינעם געלט אקציע
מתנות לאביונים בו ביום, פדיון שבויים, והחזקת בו, ועוד
בעזהשי''ת א גוטן,
מיר האלטן שוין ביי איבער אכט יאר פון פלאג און פיין, אבער מיט אמונה ובטחון איז מען זיך מחזק יעדן טאג עקסטער. יעצט שטייען מיר פאר פורים, פסח, וואס דאס איז זייער פרייליכע טעג ביי כלל ישראל, אבער ביי אונז איז די שמחה אויסגעמושט מיט טרויער אז עס איז שוין די ניינטע יאר פורים וואס מיר מוזן פראווענען ימים טובים אן אונזער ראש המשפחה, בנוסף די יאר וואס מען קען ניטאמאל גיין באזוכען. אבער איין זאך וואס איר קענט אונז צו העלפן אחוץ די תפילות וואס איז זיכער עושה רושם בשמים, איז זיכער מאכן אז מען זאל כאטש קענען פראווענען די ימים טובים די פרייליכסטע וואס איז שייך, און נישט דארפן קלערן איידער מען קויפט איין סיי וואס לכ' שבת ויו''ט צו עס איז דא פון ווי צו נעמען די געלט דערפאר...
אזוי אויך זענען מיר די יאר דורכגעגאנגן א שווערע פארקלאוזער וואס איז ב''ה אדורך בשלום אבער יעצט דארף מען צאלן חודשליך פרישע צוויי טויזענט דאללער... דערפאר קוקען מיר זייער שטארק ארויס אויף די ווארימע הארציגע ביישטייערונג וואס וועט אונז מחי' זיין במלוא מובן המילא, סיי יעצט בעפאר יו''ט און סיי א גאנץ יאר. בזכות פון די געוואלדיגע מצות מתנות לאביונים, פדיון שביום, והחזקת בו, זאלט איר זוכה זיין לכל הברכות הכתוב בתורה, צו בני חיי ומזוני רוויחי וסיעתא דשמיא און אלע ענינים, איר זאלט קיינמאל נישט דארפן אדורך גיין די דורכגאנג. און קיין שום ענדליכע. אמן די געלט וועט בעז''ה ווערן איבערגעגעבן ביום הפירום הבעל''ט א גרויסן ייש''כ פאר יעדעם איינעם.
הצלחה וברכה שמחת פורים און א שמחת תמיד
קלאפט אריין דא אייער נדבת לב
https://donary.com/44191A10EBC1#