ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובה דורך verveist »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:איר זאגט א שטארקע פונקט, אבער תחילת די אקציע איז געווען צו ווייזן פאר די אדוואקאטן, נישט פאר די פרעסע. און עס האט נישט קיין זין אפצושטעלן צוליב דעם.

אבער אינ'אמת'ן, עשו שונא ליעקב, מען קען יעדע זאך אפלערנען וויאזוי מען וויל, און אז מען וויל פיינט האבן דעם איד טרעפט מען א וועג. די שונאי ישראל טרעפן דערין די גנות פון אידן בעת אליבא דאמת איז דאס ממש דער היפך.


אמת אז א גוי האט פיינט א איד אבער דער תירץ פין ״סייװי״ װערט צופיל גענוצט אזש מען קען זאגען אז עס װערט אביוזוד! װעט דיין איינער זאגען אז גלובלעס ימש״ו מיט זיין האס פראפֿגאנדע מאשין האט גארנישט אויפגעטהון װייל ״סייװי״ ? אדער יעדער העצריי פין סיי װען אין סיי װער ברענגט נישט ארויס קיין האס? מה דאך צװישען איין גוי אין אנדערען העלפט העצירייען, אװדאי קעגען דער לאנג ״פארהאסטער״ פאלק עם קדוש.
װי אויך פארקערט װען מען זיכט זיך מכניע זיין אין רעדען ריכטיגע װערטער טוט עס כמעט אלמאל אויף, זאל זיין למחצה ולשליש וכו׳ אויף אזוי װייט אז אפילו דער אבי אבות עשיו הרשע אליין האט (לויט טייל מפרשים עכ״פּ) איינמאל געגעבען א ערענסטען קיש פאר יעקב אע״ה.אין און אלע דורות זעט מען דאס,אפילו ביי די ארגסטע אידען האסער, וכ״ש במדינה זו!

ווען די מעשה איז מיט צוויי גוים, באקומען זיי עפעס בריוו לטובת די "וויקטאם"? די איידעלע גוים גייט זיי אן וואס ווען וואו? אבער ווען אידן קומען העלפן א צווייטע אומשולדיגע איד האלטן זיי דאס נישט אויס. אידן, וויפיל מחלוקת און שנאת חינם עס איז ליידער דא, זענען זיי נאכאלץ געקניפט און געבינדן איינער צום צווייטן, מען זארגט זיך איינער פארן צווייטן, מען העלפט זיך ארויס, און דאס האלטן זיי נישט אויס. דאס איז די סיבה צו די אלע גרויליכע פרעדיגערייען אקעגן אונז, זיי פראבירן מיט אלע כוחות אונז מבאיש ריח צו זיין, זיי פראבירן "אויפציווייזן" אז עס איז נישט אזוי איי איי איי ביים היימישן ציבור, אלעס כדי זיך אליינס צו בארואיגן אז זיי זענען נישט אזוי שלעכט, ביים איד איז נישט בעסער.



אלעס אמת זיי װייסען אז אונז זענען מער פאראייניגט װי אנדערע (און פארדעם אליין זענען זיי אונז מקנא) איִן אפילו װען זיי רעספּעקטירען אונז ציליב דעם, אבער לגבי דעם העלפט דאס נישט, עס איז פינקט אזויװי די זאגסט אז מיר האבען הצלה, חסד ועוד אין דעריבער..???איז שוין קיינער נישט שולדיג? [די מיזט אויך פאַרשטיין אז אין די לעצטע יארען ״איז דאס״ געװארען די מאדע אויף װאס מען זארגט זיך פאר די ״טובה פון דער װעלט״ אין להבדיל ביי די גלחים האבען שוינ געטראפען אז עס איז געװען א סיסטעמאטישער קאװער אפּ (אין מען האט יענץ נישט װייניג באשמירט) איך מיין אז די פארשטייסט אליין אז װען די גלחים װייזען װיפעל ״חסד״ זיי טהון װאלט עס זיי געהאלפען װי אויף א טויטען באנקעס (דער חאמאס האט אויך אן א שיעור װאילטעטיגע אינסיטעטוטציעס װי ער העלפט טאקע מענטשען (דעריבער האט ער אזויפיל שטיצע) שוין צופיל פארפארען ... אויך אז ״אונזערע אייגנער״ [אויך אפּילו היבש װאס זענען נאך אלץ א טייל פין די קאמיניטי] האלטען דאס אין איין פּרעדיגען (אז מיר באשיצען כדלעיל) מימילא דארף ער בכלל נישט זיין קיין אנטיסמיט דאס צו גלייבען. לענינינו די שינאה צו אונז דארף אונז נישט מאכען נישט טהון װייל ״סייװי״ , נאר אדרבה װייל עס איז אזוי דארפען מיר טהון ״אסאך מער״ אין זיין ״אסאך מער״ פארזיכטג !

לסימא דמילתא עלעך דא צוקלעבען א טייל װאס איך האב געשריבען אין איִשי פאר גבריאל׳ען בתוך שמועס׳ען הין אין צרוק איבער די טעמע


אװדאי אזוי (איך גלייב אז קיינער בהעבר האט אזוי קאמפּעינט (אז יענער איז שולדיג נאר ער איז א פיינער מאן..אייביק קאמפּעינט מען אז עס איז נישט אמת) ), אבער די מיינסט אז די מידיא ברענגט עס אויף װי די װילסט... איז װען די האסט כאטש א גיטער פּי. אר. קאמפּעני און א װארט זאגער קענסט די עס ״אפשר״ אדורך שטיפּען אבער בלא זה איז עס ממש אריינגעשטיפּט אין זייערע הענט אריין! װער מיינסט די האט אהין געשיקט די מידיא? אויב נישט דיע חברה ר״ל ? פארװאס מיינסטו האבען זיי דאס געטהון? װייל די מידיא זאל זען אז טויזינטער אידען זאגען אז עס איז נישט אמת/? (פין װי װייסען די אלע אידען ??) עס איז נישט מער װי ״צי װייזען״ אז מיר זיכען צו מאכען א קאװער אפּ! (אין יעדער גוי אין דער גאס טראכט געװענלעך אזוי, װארום אויב עס איז נישט א קאװער אפּ, פ״װ טראסט די נישט די קאורט סיסטעם דאס קלאר צו מאכען? עס זעט אויס װי מען טהוט באהאלטען!)
אזעליכע געלט אקציעס לע״ד דארף זיין בצינעה װייט פון א גיט אויג צו גבירים פריװאט, אונז, דארפען מיר אהערשטעלען פאר די מידיא ״װאס מיר טהון יא״ פאר אזעליכע פעללער און אז מיר נעמען אן אזעליכע באשולדיגען ״גאר ערענסט״, אז מיר זארגען זייער שטארק פאר די װאס מאכען מיט אזא טרומא וכו׳ אויך אז װען איינער ברענגט אויף אזוליכער באשלדונגען באשולדיגט מען אהים נישט באלד אלץ א ליגנער, אין אז טאמער עס װעט זיך ארויסשטעלען ריכטיג ,אז איינער האט טהוט טאקע שלא כהוגן, זאכען װאס מען טאר נישט, באגייען מיר זיך מיט דעם זייער הארב אין װען עס פעלט אויס מישען מיר אויך אריין די נוטיגע אינסעטאנטען און מען דארף אויך גרייט זיין אויפצוברענגען זאכליכע ראיה׳ס. לפיִ ע״ד איז דאס די איינציגע װעג װיאזוי מקען מצליח זיין מיט א קאמפיין איינעם ״ריינצוװאשען״. די מוזט קודם זיין אויף ״די זעלבע זייט װי אהים , ניץ אויס זיינער טענות אויף גרעכטיקייט דאן קענסט די ערװארטען אז ער זאל דיר העלפען ריינװאשען די אומשילדיגע


ן
לעצט פארראכטן דורך verveist אום מיטוואך מאי 16, 2012 7:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובה דורך סביב העולם »

שרייטס אלע מיר גייען מיר גייען!!!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

ראטלידזש סט. איז אנגעפילט מיט טעלעוויזיע טראק'ס. א מחנה פאליציי האבן אפגעשפארט די גאס און לייגן אויס בעריקעד'ס. די נידעריגע עלעמענטן האבן אויסגענומען א פערמיט פאר א פראטעסט און די פאליציי איז דא פאר ארדענונג. א ספעציעל געזאגנירט פלאץ איז אפגעטיילט פאר אלע מידיאו פיגורן, אזוי אויך איז די TARU אפטיילונג דא אפצוכאפן אלעס וואס גייט פאסירן. מטעם די עסקנים האט מען אוועקגעשטעלט ר' יוסי געשטענער אלץ ווארטזאגער.

ווער עס האט הענט און פוס ווערט געבעטן ארויסצוקומען און שטיצן די עסקנים און משפחה.

איש בעל יעדר!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובה דורך אויפריכטיג »

וואס איז דאס TARU?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

זיי כאפן אפ אויף ווידיאו אלעס וואס טוט זיך - מטעם די פאליציי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובה דורך קראק-פאט »

וואס איז די סקעדזשועל? ווען איז גערופן?
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובה דורך דער קוטשער »

טייערע אידן, שיקט טעקסט מעסידזשעס, פערזענליכע צו אלע אייערע משפחה און פריינד, אויב איז דא אזא מין זאך ווי עס ברענט א פייער, מיינט יעצט אז עס פלאקערט, די דיטאלן ווייסט מען שוין מער ווייניגער, יעצט דארף מען נאר זעהן אז יעדער זאל וויסן פונעם אווענט און וויסן אז מ'דארף "יעדעם" האבן דארט, עס איז געווען אין פלאן טאקע פאר א געלט אקציע, און עס איז ווייטער, אבער יעצט איז שוין פיל מער פון דעם ווי שוין ארויסגעברענגט דא פריער.

יעדער וואס קען נאר דארף קומען, מ'דארף דערמאנען איינער דעם צווייטען יעצט אין באלד.

איך מיין אז די צווייטע געווארענע סיבה איז נאכנישט געווען אזא זאך.

שיקט מעסידזשעס, נעמט אייערע חברים פון ביהמ"ד, פון די ארבעט און פון ווי נישט.

אויך דארף מען דארט זיצן ווילאנג עס פעלט אויס, נישט אריין און ארויס, פאר'ן ערשט'ן סיבה וואלט דאס גענוג געווען אבער נישט פאר'ן צווייט'ן.

זייט מקדיש די נאכט פאר דעם, ווער האט דען געהאט אמאל די מעגליכקייט צו העלפן א איד אויף אזא גרינגן וועג.

מיר דארפן זיצן היינט נאכט לאנג, ער זאל האפענטליך נישט דארפן זיצן.
לבנה קריכער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

תגובה דורך לבנה קריכער »

באקומען א מעסעדזש.

לא עת לחשות!!! דו און איך טארן ביידע נישט בלייבן שטיין אויף דער זייט אין א צייט וואס א אומוועריגע אויסווארף האט זיך געשוואירן נקמה אין א איד אן לאנגיעריגער עסקן פאר די בלויזע עבירה אז ער האט אויפן פארלאנג פין איר טאטן פרובירט איר אפצוטיילן פין אן אנדערן אויסווארף!!! סיז שרעקעדיג צו טראכטן ווען ח"ו איינער פאלט אריין מיט א צרה און ווענדט זיך צו א מומחה פאר הילף קען זיך דער זעלבער ארום דרייען קעגן דעם ווער סהאט זיך אוועק געגעבן צו העלפן זיין מצב!!! יעדער עסקן זאגט: לאמיך ארויס פין דעם. איך ריר נישט צו קיין צופארענע שטובער!!! וואס דער רירסטו צו? א שטוב וואס דארף דיך נישט? די רשענטע מיט איר אויסווארף מאמע וועלן מצליח זיין אפצושטעלן די מושג פין העלפן א צובראכענעם איד וועגן די טשאנס וואס איז איינס אין הונדערט אז סוועט עם נישט געלונגען צו ראטעווען די מצב און דעמאלטס ווערט ער דער צובראכענער!! מען האט גענומען א איד וואס איז געווען פין די גרויסע עסקנים און צוהרגעט זיין שטוב, זיין מאראל, פרובירט צו באשמירן זיין נאמען! פארוואס? ווייל ער האט פרובירט צו ראטעווען א נפש!!! רבותי!! די שטאט מוז פארן אויף רעדער! יעדער מוז קומען. נישט נאר בממון נאר בגוף. מחזק זיין דעם איד! ער וויל זען אז וויליאמסבורג איז מיט עם! דער לויער דארף זען אז דעם קעיס טאר ער נישט פארלירן! די פרעסע מוז זען אז דער ב......... פין די רעסטעראונט איז איין ווילדער צופידלטער וואס איז קעגן די גאנצע שטאט!!! קום און שלעפ יעדעם ביים קאריג!!!
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובה דורך קארן »

אויב איך מעג פרעגן,ווער האט אים געמסרט? וואס איז זיין נאמען?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איך וויל פרעגן א פשוטע שאלה און איך גיי מיך גלייך נאכדעם באהאלטען אינטער די דעסק זיך צו שיצן פין די פליענדע שטיינער, די גאנצע אשכול פארפירט אז די אויסווארפען ברענגען די מידיע, העלוווו! איטס טיים טו וועיק אף! איז דאס דער עיקר פראבלעם דא? האבען די אלע שרייבערס דא געמאכט א מושב בי"ד און מברר געוון עפ"י תורה אז דאס מיידל זאגט שקר? ווען עס געשעט ווען (אויב עפעס איז טאקע געשעהן) ח"ו פאר דיין טאכטער וואלסטו אויך געזאגט "איך האב דער הונדערטער גרייט ווי שיק איך עס" אדער וואלסטו לוחם געווען מיט ציין און נעגל פאר גערעכטיקייט.

איך הייב נישט אן צו וויסען די פאקטן אין דעם ספעציפישן פאל אבער איז דען נישט העכסט צייט אויפצוהערען מיט דעם אלטען געמיינעם דרך אז דער אביוזטער וועט גאר אראפגעריסען און דער אביוזער באקימט פולע סופפארט?
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובה דורך שטייסטענישט »

העי שטייטעלעך! דו הייבסט אן אז דו ווייסט נישט ווער ס'גערעכט, און די ענדיגסט מיטן אנרופן איהם דער "אביוזער" און איר די "אביוזטער" , ווייסטע יא צי ווייסטע נישט ?
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובה דורך ריק פערי »

וויאזוי ס'זאל נאר זיין שטייט נישט אין די תורה אז מ'דארף אים איינזעצן פאר 75 יאר, און מיין הונדערטער ווערט ווייטער געשיקט פאר די געוואלדיגע מצוה פון פ"ש.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובה דורך סאכדעס »

יוסף שרייבער האט געשריבן:איך וויל פרעגן א פשוטע שאלה און איך גיי מיך גלייך נאכדעם באהאלטען אינטער די דעסק זיך צו שיצן פין די פליענדע שטיינער, די גאנצע אשכול פארפירט אז די אויסווארפען ברענגען די מידיע, העלוווו! איטס טיים טו וועיק אף! איז דאס דער עיקר פראבלעם דא? האבען די אלע שרייבערס דא געמאכט א מושב בי"ד און מברר געוון עפ"י תורה אז דאס מיידל זאגט שקר? ווען עס געשעט ווען (אויב עפעס איז טאקע געשעהן) ח"ו פאר דיין טאכטער וואלסטו אויך געזאגט "איך האב דער הונדערטער גרייט ווי שיק איך עס" אדער וואלסטו לוחם געווען מיט ציין און נעגל פאר גערעכטיקייט.

איך הייב נישט אן צו וויסען די פאקטן אין דעם ספעציפישן פאל אבער איז דען נישט העכסט צייט אויפצוהערען מיט דעם אלטען געמיינעם דרך אז דער אביוזטער וועט גאר אראפגעריסען און דער אביוזער באקימט פולע סופפארט?

איך און נאך הונדערטער ווייסן יא די פאקט פון דעם פאל, און ווען דו זאלסט קענען דעם פאל וואלסטו אויך נישט געשלאפן ביינאכט. דאס איז די ערשטע מערכה אונטערצוברעכן ערליכע עסקנים אויף אייביג, און אויב דאס גייט אדורך היל"ת, וועסטו טאקע פאר דיין טאכטער (ח"ו) נישט קענען קיין סאך העלפן ודי.

קומטס אין די מאסן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אקעי מען האט צוריק געעפענט, איך וויל קלארשטעלן אז איך זיך קיינעם נישט אפצוהאלטען פון געבען נדבת לבו און ווי איך האב קלאר געשריבען ווייס איך נישט די פאקטען אין דעם פאל.

איך רעד בכלליות, און איך וויל פרעגן א שאלה וואס איך האב געפרעגט דער וואס האט מיר געאישית, מיט די הענט אויפען הארץ זאל מיר יעדער דא זאגען צו לו יצויר אז די מעשה איז יא אמת (אדער נישט די מעשה נאר איינע פון די הונדרטער מעשיות וואס קומען ליידער פאר) און מען דארף געלט פאר טערעפי פאר דאס יונגעל/בחור/מיידל וואלט מען אויך געמאכט אזא טראסק און ער וואלט אויך געגעבן דאס הונדערטער? צו נישט? אפשר קענט איר מיר אנווייזען איין נאר איין אזא פאנדרעיזינג קעמפעין אין די לעצטע 50 יאר.

מיט דאנק פון פאראויס.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובה דורך ים רויבער »

יוסי געשטעטנער
אטעטשמענטס
752.jpg
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובה דורך ריק פערי »

כ'האב יעצט געזעהן א 'רויטן' ביי האום דיפאו קויפן נייע שלעסער און שליסלעך, נאכדעם וואס די אלטע זענען היינט געווארן אפגעריבן און ראסטיג פון ארויפלייגן אראפנעמען ארויפלייגן אראפנעמען וחוזר חלילה...
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובה דורך ים רויבער »

עולם
אטעטשמענטס
753.jpg
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

תגובה דורך תרגום יונתן »

א שאד ר' יוסף, א שאד. עס וואלט כדאי געווען איר זאלט זיך אריבערכאפן קיין ראטלידזש און זען מיט וועם מען האנדלט דא. דער ציל פון די קליקע איז שוין ווייט נישט איין עסקן אדער איין מעשה.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובה דורך היימישער איד »

די מסיבה איז פארטיג. מעריב דא אין זאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

איך קום איצט פון זאל, א רעכטער קידוש השם ווי גאנץ וויליאמסבורג אלע אירע שטרעמונגען און חסידות'ער זענען זיך צוזאמענגעקומען צו שטיצן מיט שיינע סכומים און ארויסצעווייזן סאלידאריטעט מיט א געטרייער עסקן לטובת הכלל וואס ווערט נעבעך באשולדיגט פון א כאפטע ליידיגע מגושם'דיגע אינגען מיט מוידן וואס האבן אונז אלע געלאזט וויסן היינט נאכט ווי אזוי מ'זעט צום סוף אויס ווען מ'גליטשט נאר א טראפעלע אויס און מ'פארלירט דעם באלאנס אין די היינטיגע גליטשיגע גאס, כשהן יורדין יורדין עד לעפר.

האב מיר זיך משתתף שוין צום דריטן מאל פאר די צוועק כדי ח"ו נישט נכשל צו ווערן במה שפסק המחבר בסי' רנ"ב סי' ב':
"המעלים עיניו מפדיון שבויים עובר על לא תאמץ את לבבך ועל לא תקפוץ את ידך ועל לא תעמוד על דם רעיך ועל לא ירדנו בפרך לעיניך ובטל מצות פתוח תפתח את ידך לו ומצות וחי אחיך עמך ואהבת לרעך כמוך והציל לקוחים למות והרבה דברים כאלו".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אריסטאקראט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2011 4:49 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך אריסטאקראט »

דער וויליאמסבורגער עולם האלט נישט ביים אהיים כיין
מפויייי׳ט און גרויסן...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

יוסף שרייבער האט געשריבן:אקעי מען האט צוריק געעפענט, איך וויל קלארשטעלן אז איך זיך קיינעם נישט אפצוהאלטען פון געבען נדבת לבו און ווי איך האב קלאר געשריבען ווייס איך נישט די פאקטען אין דעם פאל.

איך רעד בכלליות, און איך וויל פרעגן א שאלה וואס איך האב געפרעגט דער וואס האט מיר געאישית, מיט די הענט אויפען הארץ זאל מיר יעדער דא זאגען צו לו יצויר אז די מעשה איז יא אמת (אדער נישט די מעשה נאר איינע פון די הונדרטער מעשיות וואס קומען ליידער פאר) און מען דארף געלט פאר טערעפי פאר דאס יונגעל/בחור/מיידל וואלט מען אויך געמאכט אזא טראסק און ער וואלט אויך געגעבן דאס הונדערטער? צו נישט? אפשר קענט איר מיר אנווייזען איין נאר איין אזא פאנדרעיזינג קעמפעין אין די לעצטע 50 יאר.

מיט דאנק פון פאראויס.



כ'האב געוואלט שטיין אינדרויסן ביי אזא מעשה, ווען מיט יעדע ווארט קען מען פארקריכן
אבער ווען האי רשע גמור, וואס רוב רבני דורינו שליט"א האבן געמאכט א חרם אויף אים, דער אויסווארף און נידערטרעכטיגער מהרס, כלשון הפסו' מהרסייך ומחריבייך ממך וכו'
ער בעקט די גאנצע מעשה לצד הרע, דאס איז שוין גענוג צו וויסן אז ס'איז נישט אמת,
א חוץ דעם חילול ה' וואס ער איז גורם דערצו,
ווען דער דרך התורה ווען לו יצוייר די ביסט גערעכט ח"ו איז דא א מהלך ע"פ תורה, כפי שכבר הי' הרבה פעמים, וואס איך אליין ווייס

אבער אגב דא ווייס איך אז די מעשה איז לא דובים ולא יער,
ואכהמ"ל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובה דורך קראק-פאט »

אוי אוי, ווי ווייט מען קען נעבעך פאלן. ה"י וואס די עלטערן מאכן מיט פון אזוינע ליידאקעס.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובה דורך ריק פערי »

וויאזוי איז עס למעשה געווארן אויפגענומען אין די מידיע? און אנדערע ווערטער וואס שרייבט די אלגעמיינע פרעסע?
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

תגובה דורך יוסף שרייבער »

שמו האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:

כ'האב געוואלט שטיין אינדרויסן ביי אזא מעשה, ווען מיט יעדע ווארט קען מען פארקריכן
אבער ווען האי רשע גמור, וואס רוב רבני דורינו שליט"א האבן געמאכט א חרם אויף אים, דער אויסווארף און נידערטרעכטיגער מהרס, כלשון הפסו' מהרסייך ומחריבייך ממך וכו'
ער בעקט די גאנצע מעשה לצד הרע, דאס איז שוין גענוג צו וויסן אז ס'איז נישט אמת,
א חוץ דעם חילול ה' וואס ער איז גורם דערצו,
ווען דער דרך התורה ווען לו יצוייר די ביסט גערעכט ח"ו איז דא א מהלך ע"פ תורה, כפי שכבר הי' הרבה פעמים, וואס איך אליין ווייס

אבער אגב דא ווייס איך אז די מעשה איז לא דובים ולא יער,
ואכהמ"ל.

זאלסט מיר טויזענט מאר מוחל זיין, אינז קענען זיך ב"ה קלאפען אין בויך אויף אסאך זאכען, מיט אונזערע קהילות און חינוך דארפען מיר זיך נישט שעמען פאר קיינעם אין די וועלט אבער מיט די נושא איז א קאלאסאלער דורכפאל פון וועלכע קוקווינקעל דו זאלסט עס נאר נישט אנקוקען און עס פארלאנגט זיך דריגענד א טויש.

און דרך אגב דער טאג וואס די זאך וועט זיך ביי אונז טוישען וועט זיין דער טאג פון יענע פארשוינס מפלה.
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום מיטוואך מאי 16, 2012 11:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”