חושב מחשבות... האט געשריבן:משהלע האט געשריבן:https://www.lohud.com/story/news/local/rockland/pomona/2019/12/20/court-pomona-discriminated-against-tartikov-rabbinical-college/2713220001/
מעידזשאר נייעס. פאמאנע האט פארלוירן די אפיעל אקעגן טארטיקאב.
עירמאנט איז נעקסט.
טשעסטער איז נעקסט.
טעקסעס וועלן ארויפשיסן, ווייל די שטאט דארף צאלן מיליאנען פאר די געריכט קאסטן פון ביידע זייטן.
וועלכע אפיעל? וועלכע טארטיקאב? וואס האט עס מיט טעקסעס?
קום אריין קלאר פון וואס איז די רעדע
פאר 15 יאר צוריק האט טארטיקאוו אפגעקויפט א גרויסע שטיקל קרקע 100 אקער לאנג גרויס. די פלאן איז געווען אז זיי גיין בויען דארט הונדערטער דירות פאר יונגעלייט וואס וועלן לערנן אין א כולל להוראה צו קענען מיט די צייט אויסוואקסן דיינים און פירן דיני תורות.
די נישט-אידישע שכנים האבן זיך דערוויסט פון די פלאן און אנגעהויבן פירן א מערכה כבידה אקעגן דעם, צווישן אנדערע טענה'דיג אז דאס איז בלויז נאך א קאמפלעקס פאר חסידים צו וואוינען אונטערן שלייער פון א כולל, עס גייט פאר דאבלען די פאפולאציע און מאכן אז די חסידים זאלן קענען 'איבערנעמען' די ווילידש.
טארטיקאוו האט אריינגעגעבן א פעדעראלע אנקלאגע אקעגן דעם ווילידש אז זיי טשעפען זיך אן אין זיי בלויז ווייל זיי זענען אידיש און אז א רעליגעזע באנוץ איז באשיצט דורך רילאפ"א [א געזעץ פון 2000 אינטערגעשריבן דורך פרעזידענט קלינטאן וואס פארבאט מוניציפאלן פון שטערן דאס בויען רעליגעזע בנינים].
צען יאר האט זיך ארומגעשלעפט די געריכטן אהער און אהין ביזן אנקומען צום טרייעל, עס האט אפגעקאסט אריבער 5 מיליאן פאר פאמאנע, ענליך ווען עס איז שוין פארגעקומען די טרייעל האט טארטיקאוו געווינן, די געריכט האט זיי גערעכט געגעבן אז די 4 פרישע געזעצן זענען געמאכט געווארן ארויסצוהאלטן טארטיקאוו פון מאכן זייער רעליגעזע פרוייקט, אלץ רעזאלטאט האט דער געריכט מבטל געווען די אלע געזעצן און באפוילן די ווילידש שוין אויפצוהערן מיט די שטיק נאר זאפארט ערלויבן דאס בויען פון דעם ריזן פרוייקט.
קורץ דערנאך האט טארטיקאוו פארלאנגט פונעם געריכט אז די ווילידש זאל באצאלן פאר די לעגאלע קאסטן וואס עס האט זיי געקאסט אויך אריבער 5 מילאן דאלער, דערווייל האט די געריכט נאכנישט גע'פסק'נט דערויף.
אינצווישן האט די ווילידש אפפעלירט דעם אורטייל, דעם פרייטאג איז ארויסגעקומען א פסק פון אריבער 100 זייטן אין וועלכע דער צווייטער סערקעט פארקלענערט אביסל דעם געווינס פון טארטיקאוו דהיינו כלפי צוויי פון די פיר געזעצן איז נישט קלאר אז ס'איז געווען אנטיסעמיטיש אבער באשטעטיגט זייער געווינס כלפי די אנדערע צוויי. די שפיץ איז אז די ווילידש מוז ערלויבן טארטיקאוו צו בויען דעם פרוייקט. וועט מוזן באצאלן סיי זייערע אדווקאטן וואס ווי געשריבן האט זיי שוין געקאסט איבער 5 מיליאן, און זייער מעגליך אז זיי וועלן דארפן באצאלן אויך אפאר מעלאנוס פאר טארטיקאוו'ס אדווקאטן!
דא קענט איר ליינען דעם פסק אויספירלעך
https://www.documentcloud.org/documents ... v-Two.html