נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן, ענגלאנד

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

עפעס וואס האט מיט ביהמ''ד תורה ותפילה האט בדר''כ גארנישט מיט'ן לאנדאנער אידנטום.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

דאס מאל האט עס יא מיט'ן לאנדאנער אידנטום, און עס ווערט אראנדזשירט דורך עסקני קהילות הקודש פון סטאמפורד הילל און גאלדערס גרין.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אגב.. האדמו״ר מפשעווארסק איז יעצט אין לאנדאן צום דינער היינט פון רמבעה״נ.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקאל דער לאצי »

לאנדאנער האט געשריבן:
אכטונג אכטונג האט געשריבן:לויט ווי כ'האב געהערט גייט אין די טעג פאר גאר אקטיוו אסיפות עסקנים, איבער אן ריזן ''עצרת הסברה'' פאר'ן גאנצן לונדונ'עם אידנטוהם, וואס וועט אי''ה פארקומען חוה''מ פסח, אין איינע פון די גרויסע זאלן אדער גרויסע בתי מדרשים אין שטאט, מיט די ציהל אז די ציבור זאל זיין מער באהאווענט אין די שרעקליכע גזירות אויפן הייליגן חינוך וואס לויערט אויפ'ן ענגלישן אידנטוהם, אויב מוועט ח''ו נישט שטיין פעסט כחומה בצורה,

עס איז ערווארטעט דרשות חיזוק ודרשות הסברה פון גדולי הרבנים שליט''א אין פון גדולי העסקנים שליט''א. אין ווי אויך געסט פון אויסער די שטאט.

אויך ווערט ערווארטעט א ספיציעלע פארגרעסערטע ''פסח'דיגע אויסגאבע'' פונעם אויפגעכאפטע גליון ''קול החינוך'', מיט אינטערוויאס מיט מרנן זקני הרבנים וראשי הישיבות שליט''א ועסקנים חשובים שליט''א.


איך הער יעצט אז מ'פלאנט די עצרת הסברה חוה"מ אין ביהמ"ד הגדול תורה ותפילה אין אלקאם רד.


איך האב געהערט אז די עצרת גייט זיין אין ישיבה הרמה.

איז שוין די פלאץ קאנפערמד?
משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע דער נער »

ביהמ"ד תורה ותפלה און ישיבת הרמה, האבן זיי א שייכות?
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

די שלעזינגערס מיט נטורי קרתא? נישט עכט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקאל דער לאצי »

ווי איך פארשטיי, ארבייטען זיי צוזאמען בנוגע די גזירת החינוך. אזוי אויך אין די גליון וואס קומט ארויס.
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

''קול החינוך'' ספיציעלע פסח אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

איינער פון די הויפט אינטערסאנטע ווערק, וואס וועט אי''ה זיין אין די פסח'דיגע ''קול החינוך'', איז א גאר רייכע איטערוויא וואס איז אפגעהאלטען געווארן דורך מערכת ''קול החינוך'' מיט הגאון האדיר רבן של ישראל מרן ראש הישיבה רבי אליקים שלעזינגער שליט''א, ווי עס ווערט געדעקט משנתו הבהירה בענייני חינוך פונעם זקן ויושב בישיבה שליט''א שוין קרוב צו 100 יאר בלי עין הרע, ומרביץ תורה מער ווי 70 יאר פאר טויזענטע תלמידים.

מרן ראש הישיבה שליט''א געבט דארטען איבער דעת תורה ווי אזוי מען דארף באהאנדלען די גזירות אויפן חינוך אין ענגלאנד עפ''י משנתם פון זיינע גרויסע רביים מרן הגה''ק מהרי''צ דושינסקי זי''ע גאב''ד ירות''ו ומרן הגה''ק החזון איש זי''ע ומרן הגה''ק מבריסק זי''ע.

עס שיינט צו זיין גאר באלערנד אין נוצבאר, פאר אלע עסקנים ורבנים העוסקים בעבודת הקודש.
חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקאל דער לאצי »

זעהר גוט!

א שאד עס גייט אריין און קול החינוך, ווייל די רבנים און שטאט ליינען עס נישט.

אפשר זאל מען אויך אריינלייגען דעם אינטערוויאו און א גליון ווי שבת בשבתו אד"ג.
משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע דער נער »

און וואס זענען די אפדעיטס פונם ריזיגן עצרת וועלכע איז געפלאנט אין חוה"מ?

אויך בין איך צומישט: די קול החינוך זענען שלעזינגערס אדער נטורי קרתא? צוזאמען?
אור ישר
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור ישר »

בענין?
חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקאל דער לאצי »

ווי איך הער יעצט גייט קול החינוך אויף פסח ארויסקומען מיט א מעגא עדישאן פון 44 זייטען, און גייט זיין קאלערד!

האפעטליך וועלן די רבנים יא ליינען דעם גליון דאס מאל, און אזוי קלאר ווערן אין די שיטת קול החינוך.

אזוי אויך איז יעצט אריינגעקומען גאר פאזיטיווע נייעס פון איינער פון די גאר אקטיווע עסקנים שליט"א אז Jeremy Corbyn זאגט אז אויב ער ווערט פריים מיניסטער וועט ער מבטל זיין אז שולע'ס זאלן מאכן SATS פארהערן וואס איז יעצט נישט א חיוב אבער רוב גוי'שע שולעס און ענגלאנד מאכן דעם פארהער פאר 6 און 11 יעריגע קינדער. די פארהער האט ב"ה נישט קיין דברים אסורים, אבער די פראבלעם פון די פארהערס איז אז עס מאכט פרעשאר פאר קליינע קינדער וואס קען שאטן צו זייער געזינט.
משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע דער נער »

אבער ווען גייט פארקומען דער מעגא עצרת פון הנהלת קול החינוך?
כדארף וויסן וועלכע טאג נישט צו נעמען דער קינדער אויף א חוה"מ טריפ
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

איך גלייב עס וועט געמאלדן ווערן אונעם קול החינוך.

מען דארף אנפילן 44 בלעטער, עס קומט נישט אן לייכט.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אסאך פאליציי אויף Portland Ave לאנדאן

portland ave1.jpg
portland ave1.jpg (273.29 KiB) געזען 2572 מאל
portl2.jpg
portl2.jpg (245.65 KiB) געזען 2572 מאל
portl3.jpg
portl3.jpg (371.24 KiB) געזען 2572 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ווישוואש האט געשריבן:שוין געווען נעכטן.

https://drive.google.com/file/d/1UYnAuf ... p=drivesdk

אדרבה..
וואס איז געוועהן דארט?
א police chase וואס האט זיך גראדע געענדיגט אין די יודישע געגענט?
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מיקא האט געשריבן:ווער קען דא ברענגן א ליסטע פון די חתונות אין לאנדאן אום חודש סיוון הבעל''ט


https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

.

chasuna luach.JPG
chasuna luach.JPG (37.63 KiB) געזען 4341 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Prince & Princess Wedding Hall
4 Princes Rd, London N18 3PR, UK
+44 20 3538 9132
https://maps.app.goo.gl/Y21VCGBzjKK7b2uf9
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

ביי די כינוס כללי למען החינוך בטהרה בלונדון, וואס איז פארגעקומען מיטוואך ג' דחוה''מ פסח העעל''ט אין די פרדס זאל אויף קעזנאוו ראד, האבן זיך משתתף גדולי רבני עירנו שליט''א, אין א ריזן ציבור פון הונדערטע אידן בליעה''ר כ''י.

די אסיפה איז געווען גערופען אויף 9.45 אווענט, עטליכע מינוט שפעטער איז שוין נישט געווען א בענקל צו געפונען, רוב עולם האט געמיזט בלייבן אין די קארידארן אין מיטהאלטען פון דארט די פייערדיגע דרשות. (עס איז א גרויסע שאד אז די מארגנים האבן נישט ארויסגעדינגען א גרעסער זאל אדער סטעדיום צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור).

דברי פתיחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג רבי יצחק שלמה אלבוים שליט''א בעל אבני שי ראה''כ ברסלב ווי ער האט ארויס געברענגט די עת צרה וואס די ענגלישע ישוב איז מחמת די גזירות על החינוך וואס לויערט אויף אינזער קעפ. נאכדעם האט משמיע געווען די דבר החינוך בטהרתה הגה''צ רבי משה יצחק לונצער שליט''א ראש ישיבת מתיבתא וואס האט אויפגאפלאמט די עולם צו שטיין על המשמר יעדער איינער אין זיך נישט פארלאזען אויף דעם עסקן אדער יענער אם אין אני לי מי לי.

א שיינע דרשה איבער חובת החינוך עפ''י המסורה האט מען געהערט פון הגה''צ רבי ליפא ברוין שליט''א דומ''ץ נייטרא וואס האט שיין משלב געווען די אסיפה מיט די הייליגע טעג פון פסח וואס די חובת היום איז ''והגדת לבנך'' צו מחנך זיין אין איבערגעבן די תורה ריינערהייט כנתינתה מסיני.

אין נאכדעם האט די ציבור געהאט גי געלעגנהייט צו הערן פון הרה''ג ר' יחזקאל פריעדמאן שליט''א מו''צ בלונדון די לעגאלע אפטיילונג וואס איז נוגע פארן ציבור איבער די שעת שמד וואס לויערט אויף יהדות ענגלאנד ה''י אויב מוועט נישט שטיין כחומה בצורה נישט צו לאזן קיין שום שינויים ח''ו.

די ציבור איז זיך צוגאנגען פון די אסיפה אנטשלאסן צו שטיין צו הילף פאר די פייערדיגע עסקנים עסקני כל קהילות הקודש שבענגלאנד צו קענען אפהוטען די חינוך פון אינזער קומענדיגע דורות אויפן ערליכען שטייגער.

ויה''ר שחפץ ד' בידם יצליח.
אטעטשמענטס
ADB_0261=.jpg
ADB_0261=.jpg (682.63 KiB) געזען 3821 מאל
ADB_0228=.jpg
ADB_0228=.jpg (741.82 KiB) געזען 3821 מאל
ADB_0261=.jpg
ADB_0261=.jpg (682.63 KiB) געזען 3821 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אכטונג אכטונג האט געשריבן:ביי די כינוס כללי למען החינוך בטהרה בלונדון, וואס איז פארגעקומען מיטוואך ג' דחוה''מ פסח העעל''ט אין די פרדס זאל אויף קעזנאוו ראד, האבן זיך משתתף גדולי רבני עירנו שליט''א, אין א ריזן ציבור פון הונדערטע אידן בליעה''ר כ''י.

די אסיפה איז געווען גערופען אויף 9.45 אווענט, עטליכע מינוט שפעטער איז שוין נישט געווען א בענקל צו געפונען, רוב עולם האט געמיזט בלייבן אין די קארידארן אין מיטהאלטען פון דארט די פייערדיגע דרשות. (עס איז א גרויסע שאד אז די מארגנים האבן נישט ארויסגעדינגען א גרעסער זאל אדער סטעדיום צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור).

דברי פתיחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג רבי יצחק שלמה אלבוים שליט''א בעל אבני שי ראה''כ ברסלב ווי ער האט ארויס געברענגט די עת צרה וואס די ענגלישע ישוב איז מחמת די גזירות על החינוך וואס לויערט אויף אינזער קעפ. נאכדעם האט משמיע געווען די דבר החינוך בטהרתה הגה''צ רבי משה יצחק לונצער שליט''א ראש ישיבת מתיבתא וואס האט אויפגאפלאמט די עולם צו שטיין על המשמר יעדער איינער אין זיך נישט פארלאזען אויף דעם עסקן אדער יענער אם אין אני לי מי לי.

א שיינע דרשה איבער חובת החינוך עפ''י המסורה האט מען געהערט פון הגה''צ רבי ליפא ברוין שליט''א דומ''ץ נייטרא וואס האט שיין משלב געווען די אסיפה מיט די הייליגע טעג פון פסח וואס די חובת היום איז ''והגדת לבנך'' צו מחנך זיין אין איבערגעבן די תורה ריינערהייט כנתינתה מסיני.

אין נאכדעם האט די ציבור געהאט גי געלעגנהייט צו הערן פון הרה''ג ר' יחזקאל פריעדמאן שליט''א מו''צ בלונדון די לעגאלע אפטיילונג וואס איז נוגע פארן ציבור איבער די שעת שמד וואס לויערט אויף יהדות ענגלאנד ה''י אויב מוועט נישט שטיין כחומה בצורה נישט צו לאזן קיין שום שינויים ח''ו.

די ציבור איז זיך צוגאנגען פון די אסיפה אנטשלאסן צו שטיין צו הילף פאר די פייערדיגע עסקנים עסקני כל קהילות הקודש שבענגלאנד צו קענען אפהוטען די חינוך פון אינזער קומענדיגע דורות אויפן ערליכען שטייגער.

ויה''ר שחפץ ד' בידם יצליח.

ווי איז פארגעקומען די ''כינוס כללי''?
אין Golders Green? קענווי איילענד? מאנשעסטער? וועסטקליפ? אדער Stamford Hill?
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

moishy56 האט געשריבן:ווי איז פארגעקומען די ''כינוס כללי''?
אין Golders Green? קענווי איילענד? מאנשעסטער? וועסטקליפ? אדער Stamford Hill?

ליין איבער די ערשטע פאראגראף. ווי אויך די קעפל פונעם אשכול..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

האבּיך ליבּ די נארמאלע שטרײמליך פונעם עולם
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

נאך בילדער פון די כינוס כללי למען החינוך בטהרתה בלונדון
אטעטשמענטס
ADB_0266==.jpg
ADB_0266==.jpg (663.15 KiB) געזען 3620 מאל
ADB_0166-.jpg
ADB_0166-.jpg (353.11 KiB) געזען 3620 מאל
ADB_0188=.jpg
ADB_0188=.jpg (567.72 KiB) געזען 3620 מאל
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

כהאב אין אין באזיץ נאך צענדליגע שיינע בילדער פון די כינוס כללי, ווי מען זעהט די שטיפעניש אין די דארשטיגקייט לדבר ד' פון די הונדערטע אידן וואס שטייען אין די קארידארן נישט האבענדיג קיין פלאץ אין זאל, צווישען אנדערע ווערט געזעהן חשובע מורי הוראה שליט''א, מנהלי מוסדות הקדושים שליט''א, ועסקנים ובעלי בתים חשובים.

אזוי ווי עס איז צו גרויס אין MB קען עס ביזדערוויל נישט ארויפגעשטעלט ווערן.

לויט ווי כהאב געהערט גייט אין די קומענדיגע ''קול החינוך'' זיין אן אינהאלטסרייכע אינטערוויא וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט מרן הגאב''ד ומרא דאתרא בעל מנחת אפרים שליט''א.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”