מטעמים האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין וואס די הוטיס זענען און פון ווי זיי קומען?
זיי קומען פון צפון תימן. דער ערשטער פירער זייערער איז שוין דערהארגעט געווארן אין 2004 ווען ער האט רעוואלטירט קעגן דעם לאנגיעריגען פרעזידענט אבדולא סאלא. די הוטי׳ס קומען באמת פון די זעלבע שיאיטישע סעקט ווי סאלא, אבער זיי האבן דאן געטענה׳ט אז זיי ווערן באקריוודעט. זיי האבן אויסגענוצט די 2011 אראבישע פרילינג צו פארטרייבן סאלא פון תימן און מאנסור האדי - גראדע א סוני - האט איבערגענומען.
תימן איז פאר א לאנגע צייט געווען צעשפליטערט צווישן צפון-מערב און דרום-מזרח. זייט די 1960׳ס זענען שוין פארגעקומען פילע קריגערייען צווישן די צוויי זייטן ביז 1990 ווען זיי האבן זיך פאראייניגט, און אין 1994 האט די צפון מיליטער צוקלאפט די דרום מיליטער מאכנדיג תימן איין גרויסע לאנד. סאלא איז געווארן פרעזידענט און האדי ווייס פרעזידענט. סאלא איז א צפון געבוירענער אין האדי א דרום געבוירענער, און ביידע זענען זיי רעלאטיוו נארמאלע מענטשן וועלכע שטרעבן פאר שלום אינעם ראיאן. אזוי איז אלעס געגאנגען מער ווייניגער רואיג ביזן פרילינג.
אין סעפטעמבער 2014 האבן די הוטי׳ס פראבירט איינצונעמען די הויפט שטאט צאנא ווי עס איז פארגעקומען שלאכטן צווישן זיי און אל קאידא. עס איז געווען אנגענומען אז איראן האט געשטיצט/שטיצט די הוטי׳ס און אראביע אל קאידא. למעשה האבן די הוטי׳ס געזיגט און אום יאנואר האי יאר איז האדי אנטלאפן קיין אדען וועלכע איז די פינאנציעלע געזעמל אין תימן, און פלעגט דינען אלץ הויפט שטאט פון די דרום פראקציע ווען די לאנד איז געווען צוטיילט.
פאריגע וואך איז געלונגען פאר די הוטי׳ס אנצוקומען ביז אדען און כמעט איינעמען די שטאט. דאן איז האדי פארשווינדען געווארן צו אן אומבאקאנטע לאקאציע און די אראבישע לענדער האבן אנגעפאנגען מיט זייער אפענסיווע.