ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובה דורך פריינד »

קיקיון האט געשריבן:
א גוט מארגן האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:האשה החשובה מרת מרים פישער ע"ה מאנסי 92
אלמנת הרה"ח ר' משה שמואל ז"ל

קינדער:
ר' מנחם שליט"א דומ"ץ וויען מאנסי
ר' יצחק אהרן שליט"א מוהל מומחה

איך געדענק נאך איינעם מנעורי אין מתיבתא נחלת יעקב
יוא' צבי עלטער פון יצחק אהרן

ר' יואל הערש די מנהל. איז נישט קיין ברידער, איך מיין בכלל נישט קיין קרובים.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

אויפן שפיץ גאפל האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט אים אוועקגעלייגט מיטן זעקל וואס ער האט צאם געשטעלט הונדערטער טויזנטער פאר צדקה.
זאל אים טאקע זיין א זכות

דאכט זיך אז ער האט פארמאגט צוויי זעקלעך, א עלטערע און א נייערע , ווארשיינליך האט מען אים אוועגעלייגט מיט די עלטערע, ווייל ביי די שומרי החומות דינער האט מען פראמינענט אויסגערופן אז זיינע חשובע איידימער שיחי' וועלן ארומגיין מיט'ן זעקל. און עס איז געווען א מער מאדערענעם סטיל.

אודאי ער פלעגט דאך ארומגיין קודם מיט א תפילין בייטל אין די לעצטערע יארן איז ער געגאנגן מיט א טלית בייטל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

דריידל האט געשריבן:יעצט גערעדט צו מיין חבר אין ווילי, ער דערציילט אז די שטאט איז צעשוידערט
8ABD3F0C-07C3-49F8-B39E-BA7EA6BDA1EE.jpeg
8ABD3F0C-07C3-49F8-B39E-BA7EA6BDA1EE.jpeg (113.63 KiB) געזען 2982 מאל
ביים רעבין אין וואדבוירן אינעם ״גן עדן התחתון״
דביה תחדי נפשא
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

פרעזידענט האט געשריבן:יעצט ווען מען איז אריין אין די וואך פון הילולא דבר יוחאי רשב״י
מערקט זיך אן אז ר׳בי ב׳רוך י׳ודא ש׳ניטצלער
פארמאגט א טיפע אין טרעפליכע ר״ת

וואס? ר' שמעון בן יוחאי מיט ר' ברוך יודא שניצלער? ביסטו אקעי?
joegreen
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובה דורך joegreen »

דממה דקה האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:יעצט ווען מען איז אריין אין די וואך פון הילולא דבר יוחאי רשב״י
מערקט זיך אן אז ר׳בי ב׳רוך י׳ודא ש׳ניטצלער
פארמאגט א טיפע אין טרעפליכע ר״ת

וואס? ר' שמעון בן יוחאי מיט ר' ברוך יודא שניצלער? ביסטו אקעי?

אלעס ביז אהער איז יא גיט?
לע״נ הרה״ק רבי מאיר בעל הנס ????

לאז אפ. דער עולום איז צופראסקעט. מ׳ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טועהן
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובה דורך הבעש''ט »

Capture.PNG
Capture.PNG (123.79 KiB) געזען 2795 מאל
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובה דורך פראצעדור »

אויפן שפיץ גאפל האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט אים אוועקגעלייגט מיטן זעקל וואס ער האט צאם געשטעלט הונדערטער טויזנטער פאר צדקה.
זאל אים טאקע זיין א זכות

דאכט זיך אז ער האט פארמאגט צוויי זעקלעך, א עלטערע און א נייערע , ווארשיינליך האט מען אים אוועגעלייגט מיט די עלטערע, ווייל ביי די שומרי החומות דינער האט מען פראמינענט אויסגערופן אז זיינע חשובע איידימער שיחי' וועלן ארומגיין מיט'ן זעקל. און עס איז געווען א מער מאדערענעם סטיל.

סתם אינטרעסאנט
דאס באגראבן מיט חפצים האט א מקור אדער סתם אן עמאושענעל פילינג
איך גלייב אז בי"ד של מעלה דארף מען נישט האבן אונזערע proof :?:
נארגוטס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 11:05 am

תגובה דורך נארגוטס »

פראצעדור האט געשריבן:
אויפן שפיץ גאפל האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט אים אוועקגעלייגט מיטן זעקל וואס ער האט צאם געשטעלט הונדערטער טויזנטער פאר צדקה.
זאל אים טאקע זיין א זכות

דאכט זיך אז ער האט פארמאגט צוויי זעקלעך, א עלטערע און א נייערע , ווארשיינליך האט מען אים אוועגעלייגט מיט די עלטערע, ווייל ביי די שומרי החומות דינער האט מען פראמינענט אויסגערופן אז זיינע חשובע איידימער שיחי' וועלן ארומגיין מיט'ן זעקל. און עס איז געווען א מער מאדערענעם סטיל.

סתם אינטרעסאנט
דאס באגראבן מיט חפצים האט א מקור אדער סתם אן עמאושענעל פילינג
איך גלייב אז בי"ד של מעלה דארף מען נישט האבן אונזערע proof :?:

למעשה זעט מען אז אסאך ערליכע יודן האבן געהייסן באגראבן מיט די טיש וואס זיי האבן געלערנט וכדומ'
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

חיי אריכי האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועלכע מעשה פלא דו רעדטסט, אבער איך ווייס אן אנדערע מעשה פלא, אז פון גרויס צעמישעניש אין יענע צייט האט זיין טאטע אים געגעבן די זעלבע נאמען ווי זיין ברודער...
זיין עלטערע ברודער ״אייזיק״ וואס איז ל״ע אוועק תשע״ג האט געהייסן ״יצחק יהודה
און ער האט געהייסן ״ברוך יהודה...

די צומישעניש האט נישט מיט יענע צייט, עס האט זיך שוין געמאכט גענוג מאל היינטיגע צייטן אויך...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

נארגוטס האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
אויפן שפיץ גאפל האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט אים אוועקגעלייגט מיטן זעקל וואס ער האט צאם געשטעלט הונדערטער טויזנטער פאר צדקה.
זאל אים טאקע זיין א זכות

דאכט זיך אז ער האט פארמאגט צוויי זעקלעך, א עלטערע און א נייערע , ווארשיינליך האט מען אים אוועגעלייגט מיט די עלטערע, ווייל ביי די שומרי החומות דינער האט מען פראמינענט אויסגערופן אז זיינע חשובע איידימער שיחי' וועלן ארומגיין מיט'ן זעקל. און עס איז געווען א מער מאדערענעם סטיל.

סתם אינטרעסאנט
דאס באגראבן מיט חפצים האט א מקור אדער סתם אן עמאושענעל פילינג
איך גלייב אז בי"ד של מעלה דארף מען נישט האבן אונזערע proof :?:

למעשה זעט מען אז אסאך ערליכע יודן האבן געהייסן באגראבן מיט די טיש וואס זיי האבן געלערנט וכדומ'

דער ארון האט מען געמאכט פון דעם טיש וכו'. אזוי שטייט אין קדמונים. וכו'.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

האשה מרת יוטא פערלשטיין ע"ה מעיר סיגוט
אשת מו"ה זאב ע"ה מעיר סאטמאר

בת 96

די לויה איז פארגעקומען נעכטען נאכט אין פארנט פון קהל מנחת אלעזר מונקאטש
והובאה למנוחות בביה"ח דשם.
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

תגובה דורך איך הער נישט »

נארגוטס האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
אויפן שפיץ גאפל האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט אים אוועקגעלייגט מיטן זעקל וואס ער האט צאם געשטעלט הונדערטער טויזנטער פאר צדקה.
זאל אים טאקע זיין א זכות

דאכט זיך אז ער האט פארמאגט צוויי זעקלעך, א עלטערע און א נייערע , ווארשיינליך האט מען אים אוועגעלייגט מיט די עלטערע, ווייל ביי די שומרי החומות דינער האט מען פראמינענט אויסגערופן אז זיינע חשובע איידימער שיחי' וועלן ארומגיין מיט'ן זעקל. און עס איז געווען א מער מאדערענעם סטיל.

סתם אינטרעסאנט
דאס באגראבן מיט חפצים האט א מקור אדער סתם אן עמאושענעל פילינג
איך גלייב אז בי"ד של מעלה דארף מען נישט האבן אונזערע proof :?:

למעשה זעט מען אז אסאך ערליכע יודן האבן געהייסן באגראבן מיט די טיש וואס זיי האבן געלערנט וכדומ'

די באגראבן מיטן זעקל האט א קליינע געשיכטע אינטער זיך געהערט פון א אפיס איינגעשטעלטער
ר' ברוך יודא האט זיך לעצטענס געקויפט א נייע זעקל
אויף די אנפראגע פון א נאענטן וואס מען טוט מיט די אלטע האט ר' ברוך יודא געענטפערט מיט א שמייכל דאס וועט מען מיטלייגן לאחר מאה ועשרים
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

אויפן שפיץ גאפל האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט אים אוועקגעלייגט מיטן זעקל וואס ער האט צאם געשטעלט הונדערטער טויזנטער פאר צדקה.
זאל אים טאקע זיין א זכות

דאכט זיך אז ער האט פארמאגט צוויי זעקלעך, א עלטערע און א נייערע , ווארשיינליך האט מען אים אוועגעלייגט מיט די עלטערע, ווייל ביי די שומרי החומות דינער האט מען פראמינענט אויסגערופן אז זיינע חשובע איידימער שיחי' וועלן ארומגיין מיט'ן זעקל. און עס איז געווען א מער מאדערענעם סטיל.

מ'איז ארומגעגאנגן מיט די גרויסע האריגע זעקל.
די מנהל הכולל ר' שלמה מאיער האט געזאגט ביי זיין דברי הערכה אויף די נפטר אז ער האט נישט נהנה געווען קיין פרוטה אחת פון די צדקה און ער האט עס איבער געזאגט א צווייט מאל און מדגיש געווען וויבאלד ווען איינער האט אים געפרעגט וויפול קאמישאן ער באקומט האט ער געקענט ענטפערן 99% וכדומה אלץ ווערטל און פארדעם "וויל איך קלארשטעלן נאכאמאל אז ער האט נישט נהנה געווען קיין פרוטה אחת!"
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובה דורך מאירים »

nmi האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אפשר איז יודא מיט יהודה אנדערע נעמען?

ניין. די רבי האט געהייסן אז יצחק יודא זאל מען נישט רופן יודא. משום איזה סיבה האט אים איינער מפרסם געווען יא מיטן נאמען יצחק יודא און א שטיק צייט דעראויף איז ער אוועק.

שטותים והבלים.

ר' זושא, זייער טאטע האט נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק נאך יונגער. די מומע יענטל (לעבאוויטש) איז אויך אוועק יונג..
ר' שלום, זייער עלטערער ברודער האט אויך נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק יונג. מ'שטארבט נישט פון האבן דעם זעלבן נאמען!!

אויך אויף זיין כתובה, איז געשטאנען יצחק יהודה..
לעצט פארראכטן דורך מאירים אום מאנטאג מאי 20, 2019 10:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובה דורך קיסריה »

דממה דקה האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:יעצט ווען מען איז אריין אין די וואך פון הילולא דבר יוחאי רשב״י
מערקט זיך אן אז ר׳בי ב׳רוך י׳ודא ש׳ניטצלער
פארמאגט א טיפע אין טרעפליכע ר״ת

וואס? ר' שמעון בן יוחאי מיט ר' ברוך יודא שניצלער? ביסטו אקעי?

גוט!

איינער טרייבט קאטאוועס, און דרעולם גייט באנקערס.
ער האט נאר געמאכט א וויץ. גארנישט מער.
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

ר' דוד עטלינגער ע"ה
טאטע פון מאיר עטלינגער - וואס ארבעט ביי יוסי וועבער מעקעניק אין מאנסי
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובה דורך מאירים »

בד"ה
Kodak
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

תגובה דורך Kodak »

מאירים האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אפשר איז יודא מיט יהודה אנדערע נעמען?

ניין. די רבי האט געהייסן אז יצחק יודא זאל מען נישט רופן יודא. משום איזה סיבה האט אים איינער מפרסם געווען יא מיטן נאמען יצחק יודא און א שטיק צייט דעראויף איז ער אוועק.

שטותים והבלים.

ר' זושא, זייער טאטע האט נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק נאך יונגער. די מומע יענטל (לעבאוויטש) איז אויך אוועק יונג..
ר' שלום, זייער עלטערער ברודער האט אויך נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק יונג. מ'שטארבט נישט פון האבן דעם זעלבן נאמען!!

אויך אויף זיין כתובה, איז געשטאנען יצחק יהודה..

אבער בייצופאל איז ר אזיק ניפטר געווארען דעמאלץ ווען מיהאט די ערשטע מאהל געשריבען זיין נאמען מיט די יהודא, אזוי איז פינקט געוועהן די מעשה
Say cheese, it's a Kodak film
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

Haklal האט געשריבן:א צדיק פין א יוד געווען, אויסגעזאגט תהילים יעדן טאג, איך האב מיך איינמאל מזכיר געווען ביי אים כידוע האט א גבאי צדקה א גרויסן כח, האט ער גענומען מיין נאמען אין מיך אינזין געהאט טעגליך.

איך ווייס אז ער האט געבארגט געלט פאר מענטשן וואס האבן זיך געמוטשעט פאר פרנסה כאטש ער איז געווען ווייט פין א גביר.
ער האט נישט גענומען געלט פארן גיין נאך געלט טעגליך, ער האט געזאגט מען וועט עם שוין באצאלן נאך די 120.

אין וויפיל יודן ער האט מהנה געווען טעגליך מיט זיין שמייכל.
והלך לפניך צדקיך
יהא זכרו ברוך

איך בין נאך אלץ אין שאק פון די פריצייטיגע פטירה פון ידידי וידיד כל בית ישראל הרה"ח רבי ברוך יהודה שניטצלער ז"ל. ווייניג מענטשען זענען דא וואס ס'פילט זיך א אמת'ן חלל ווען זיי זענען נישט דא. דער צדיק וואס האט געהאט אזוי פיל צדקות אין זיך האט פארקערפערט די בעסטע אין כלל ישראל. ווער קען פארגעסען זיין שמייכעל, זיין פריינטליכקייט, זיין לויטערע נשמה וואס אנדערע האבען עס שוין געזאגט אז עס האט ארויס געשטראלט פון זיינע לעכטיגע אויגען. כ'האב נאך זוכה געווען צו געבען אים א דאלער א צוויי טעג פריער, און ווי געווענליך מיר ווארעם אנגעווינטשען, אבער האלטענדיג אין מיטען דאווענען (דארט ווי מען מעג וויכטיגס אויס רעדען) האב איך אים צוריק געווינטשען קורץ מיטען המברך יתברך.

איך וויל נאר צולייגען צו די אלע מעלות וואס מען האט שוין ארויס געברענגט, די געוואלדיגע מעלה וואס ער האט געהאט אין זיין זייער פארזיכטיג שלא לבייש את מי שאין לו. ער האט געווינטשען ווען מען האט אים געגעבען און אויך ווען מען האט אים נישט געגעבען, און נישט געמאכט קיין חילוק וויפיל מען האט אים געגעבען. אבער נאך א גרעסערע צדקות האט ער געהאט אז ער האט מוותר געווען אויף גוט געלט און אויס געלאזט מענטשען אויב איינער וועט ווערען מבוייש אז ער האט נישט וואס צו געבען. דעם וואס ער האט געוויסט קען אים נישט געבען האט ער פראבירט אויס מיידען, און אויב נישט געהאט א ברירה האט ער אים אזוי הארציג אנגעווינטשען אז די ארומיגע האבען זיכער געמיינט אז ער האט אים געגעבען א הונדערטער.

ער וועט אונז אלע אויס פעלען; א וואך אן רבי ברוך יהודה אין שוהל וועלען מיר אלע שטארק מיסען.

יהי זכרו ברוך
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 20, 2019 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חיי אריכי האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועלכע מעשה פלא דו רעדטסט, אבער איך ווייס אן אנדערע מעשה פלא, אז פון גרויס צעמישעניש אין יענע צייט האט זיין טאטע אים געגעבן די זעלבע נאמען ווי זיין ברודער...
זיין עלטערע ברודער ״אייזיק״ וואס איז ל״ע אוועק תשע״ג האט געהייסן ״יצחק יהודה
און ער האט געהייסן ״ברוך יהודה...

די צומישעניש האט נישט מיט יענע צייט, עס האט זיך שוין געמאכט גענוג מאל היינטיגע צייטן אויך...

אמאליגע צייטען איז עס געווען א מילתא דשכיחא; אין יעדער משפחה איז דא צו דערציילען. היינט אבער ווען מען נעמט איינעם דער קאפ אראפ דערפאר (און בכלל שמועסט מען זיך בעסער אויס און מען גייט אנפרעגען ביי א גוטען איד) גיבט מען זיך מער אכטונג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

ממש אזוי האט געשריבן:פאלגענד איז א פאעזיע וואס איך האב מיך פון הארץ פארשריבן נאכן הערן פון די טראגישע פטירה פון מיין פריינט און יעדנ'ס פריינט, ר' ברוך יודא שניצלער ע"ה.

ניין, איך האב דיר קיינמאל געקענט
איך ווייס ניטאמאל אויב איך האב דיר געגעבן מער ווי א פאר צענט
אבער יא, איך האב דיר געקענט
און מיט דיר פיל גערעדט

מיט א וואוקאבולאר וואס האט אנטהאלטן עפעס שטערקער ווי ווארט
פיל מער איידל, פון די זעלישע סארט
אין דעם שפראך האסטו צו מיר גערעדט
מיט ליבע און שעצונג, פארשטאנד, און צומאל אויך א גלעט

דיין שמייכל ווי א פלאם מיר שטענדיג געטראפן
דיינע אויגן קאנטאקט לויטער און אפען
מיט א פרעגעדיג פינקל און שטראל פון אינטערעס
אדורכגעדרינגען צוימונגען און צובראכן חומות

דיין אנווענזהייט מיר דערהויבן
באליבט און טייער האסטו מיר געמאכט שפירן
ווי דו האסט געוויסט ווער איך בין באמת
מיין זעל, מיין ווארער מהות

דיין ליכטיגער וועזן ווי פליסיגע זון שיין
דעם הארץ געפאנגען און די נשמה פארכאפט
געווארעמט וואונדען און פארלייכטערט פיין
טיף איז עס אריין און איינגעזאפט

א מייסטער אין נשמה שפראך
געקענט דעם מענטשנס ערך
אומאפהענגיק אין דערגרייכונג אדער טאלאנט
ווייל נישט דאס האט ביי דיר פארנומען דעם האריזאנט

איך האב דיר געקענט און דו מיך
נאנטע פריינט מיט דיר געווען בין איך
מיין פיזישע מויל צו דיר קיין ווארט געזאגט
אבער אונזערע הערצער האבן א פארשטאנד פארמאגט

ר' ברוך יודא, דיין ריינע נשמה איז ארויף למעלה דארט
אבער דיין שמייכל איז פארבליבן
איך האב עס, איך זע עס, עס איז אויף אן אייביגער ארט
ווייל דו האסט עס מיר הארציג געגיבן

האסט עס גענאגעלט!

(פאר די וואס האבען נישט געכאפט און ווילען נישט פרעגען, "וואוקאבולאר" מיינט ער "vocabulary")
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

איי! עס לאזט זיך נאך אלץ נישט גלייבן אז ר' ברוך יודא איז טאקע נישט דא.

והחי יתן אל לבו!!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובה דורך מאירים »

Kodak האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אפשר איז יודא מיט יהודה אנדערע נעמען?

ניין. די רבי האט געהייסן אז יצחק יודא זאל מען נישט רופן יודא. משום איזה סיבה האט אים איינער מפרסם געווען יא מיטן נאמען יצחק יודא און א שטיק צייט דעראויף איז ער אוועק.

שטותים והבלים.

ר' זושא, זייער טאטע האט נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק נאך יונגער. די מומע יענטל (לעבאוויטש) איז אויך אוועק יונג..
ר' שלום, זייער עלטערער ברודער האט אויך נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק יונג. מ'שטארבט נישט פון האבן דעם זעלבן נאמען!!

אויך אויף זיין כתובה, איז געשטאנען יצחק יהודה..

אבער בייצופאל איז ר אזיק ניפטר געווארען דעמאלץ ווען מיהאט די ערשטע מאהל געשריבען זיין נאמען מיט די יהודא, אזוי איז פינקט געוועהן די מעשה

הייסט דאס אז זיין כתובה האט מען געשריבן נאך זיין אייניקל'ס חתונה?

און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין טאטי איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר'שלום איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר' ברוך יהודה איז אוועק יונג?
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

תגובה דורך שרייב-פעדער »

מאירים האט געשריבן:
Kodak האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אפשר איז יודא מיט יהודה אנדערע נעמען?

ניין. די רבי האט געהייסן אז יצחק יודא זאל מען נישט רופן יודא. משום איזה סיבה האט אים איינער מפרסם געווען יא מיטן נאמען יצחק יודא און א שטיק צייט דעראויף איז ער אוועק.

שטותים והבלים.

ר' זושא, זייער טאטע האט נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק נאך יונגער. די מומע יענטל (לעבאוויטש) איז אויך אוועק יונג..
ר' שלום, זייער עלטערער ברודער האט אויך נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק יונג. מ'שטארבט נישט פון האבן דעם זעלבן נאמען!!

אויך אויף זיין כתובה, איז געשטאנען יצחק יהודה..

אבער בייצופאל איז ר אזיק ניפטר געווארען דעמאלץ ווען מיהאט די ערשטע מאהל געשריבען זיין נאמען מיט די יהודא, אזוי איז פינקט געוועהן די מעשה

הייסט דאס אז זיין כתובה האט מען געשריבן נאך זיין אייניקל'ס חתונה?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין טאטי איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר'שלום איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר' ברוך יהודה איז אוועק יונג?

די מעשה איז באקאנט, דער רבי ז"ל האט געהייסן מ'זאל אים רופן "אייזיק לייב" נישט "יודא" און אזוי פלעגט ער זיך שטענדיג רופן, יענע יאר האט ער חתונה געמאכט א קינד, און מחליט געווען אז נאך אזויפיהל יארן וואס ס'האט נישט געשאדט מעג ער שוין שרייבן אויף די אינוויטעישאן "יצחק יודא", און ליידער נאך א קורצע צייט איז ער ל"ע אוועק.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”