ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובה דורך נכד »

איינער האט א בילד פון הרב יעקב פאלאק ז''ל ?
וויל זיין ערליך
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 1:56 pm

תגובה דורך וויל זיין ערליך »

בעריש'ל האט געשריבן:איי! עס לאזט זיך נאך אלץ נישט גלייבן אז ר' ברוך יודא איז טאקע נישט דא.

והחי יתן אל לבו!!

די באשעפער האט געוואלט געבן יעדעם א דערמאן אויפאמאל, האט ער אוועקגענומען ''יעדעמ'ס בעסטע חבר'',
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובה דורך ידעתי »

שרייב-פעדער האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
Kodak האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:ניין. די רבי האט געהייסן אז יצחק יודא זאל מען נישט רופן יודא. משום איזה סיבה האט אים איינער מפרסם געווען יא מיטן נאמען יצחק יודא און א שטיק צייט דעראויף איז ער אוועק.

שטותים והבלים.

ר' זושא, זייער טאטע האט נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק נאך יונגער. די מומע יענטל (לעבאוויטש) איז אויך אוועק יונג..
ר' שלום, זייער עלטערער ברודער האט אויך נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק יונג. מ'שטארבט נישט פון האבן דעם זעלבן נאמען!!

אויך אויף זיין כתובה, איז געשטאנען יצחק יהודה..

אבער בייצופאל איז ר אזיק ניפטר געווארען דעמאלץ ווען מיהאט די ערשטע מאהל געשריבען זיין נאמען מיט די יהודא, אזוי איז פינקט געוועהן די מעשה

הייסט דאס אז זיין כתובה האט מען געשריבן נאך זיין אייניקל'ס חתונה?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין טאטי איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר'שלום איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר' ברוך יהודה איז אוועק יונג?

די מעשה איז באקאנט, דער רבי ז"ל האט געהייסן מ'זאל אים רופן "אייזיק לייב" נישט "יודא" און אזוי פלעגט ער זיך שטענדיג רופן, יענע יאר האט ער חתונה געמאכט א קינד, און מחליט געווען אז נאך אזויפיהל יארן וואס ס'האט נישט געשאדט מעג ער שוין שרייבן אויף די אינוויטעישאן "יצחק יודא", און ליידער נאך א קורצע צייט איז ער ל"ע אוועק.

ער האט יענעם יאר "נישט" חתונה געמאכט קיין קינד.
אבער מיט א באקאנטע מעשה דארפן פאקטן נישט שטימן.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובה דורך יש בו »

בר מצוה געמאכט אן אייניקעל,
און זיין איידעם האט אזוי געשריבן אויפן אינוויטעישן
The Divided States Of America
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובה דורך מאירים »

שרייב-פעדער האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
Kodak האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:ניין. די רבי האט געהייסן אז יצחק יודא זאל מען נישט רופן יודא. משום איזה סיבה האט אים איינער מפרסם געווען יא מיטן נאמען יצחק יודא און א שטיק צייט דעראויף איז ער אוועק.

שטותים והבלים.

ר' זושא, זייער טאטע האט נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק נאך יונגער. די מומע יענטל (לעבאוויטש) איז אויך אוועק יונג..
ר' שלום, זייער עלטערער ברודער האט אויך נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק יונג. מ'שטארבט נישט פון האבן דעם זעלבן נאמען!!

אויך אויף זיין כתובה, איז געשטאנען יצחק יהודה..

אבער בייצופאל איז ר אזיק ניפטר געווארען דעמאלץ ווען מיהאט די ערשטע מאהל געשריבען זיין נאמען מיט די יהודא, אזוי איז פינקט געוועהן די מעשה

הייסט דאס אז זיין כתובה האט מען געשריבן נאך זיין אייניקל'ס חתונה?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין טאטי איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר'שלום איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר' ברוך יהודה איז אוועק יונג?

די מעשה איז באקאנט, דער רבי ז"ל האט געהייסן מ'זאל אים רופן "אייזיק לייב" נישט "יודא" און אזוי פלעגט ער זיך שטענדיג רופן, יענע יאר האט ער חתונה געמאכט א קינד, און מחליט געווען אז נאך אזויפיהל יארן וואס ס'האט נישט געשאדט מעג ער שוין שרייבן אויף די אינוויטעישאן "יצחק יודא", און ליידער נאך א קורצע צייט איז ער ל"ע אוועק.

די מעשה שטאמט פון ר' ראובן פ., און די מעשה האט א בארד....
דער סאטמאר רב זצ"ל האט אמאל באמערקט אין קוויטל אז צוויי פון ר' זושא'ס קינדער הייסן יודא, האט ער געזאגט אז דער מנהג איז טאקע נישט צן געבן פאר צוויי קינדער דעם זעלבן נאמען, אבער יצחק יודא רופט מען דאך ממילא נאר אייזיק, ... זאל מען שרייבן אין קוויטל אייזיק לייב.

און יא. ער איז ליידער אוועק עטליכע יאר נאך דעם וואס ער זיך ע"פ הדרכת רבו, הרה"ק בעל אור האמת מ'וויזניץ זצוק"ל זיך אנגעהויבן אויף רופן לתורה, חתונה בריוו פון זיינע קינדער, און אויך א איינקל, מיטן נאמען יצחק יודא. (אויף זיין כתובה, און אויך כתובה דאירכתא איז געשטאנען יצחק יהודה)
יהי זכרו ברוך.

יעצט אודך:
וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין טאטע איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר' שלום איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר' ברוך יהודה איז אוועק יונג?

אלע זענען פון דעם אוועק יונג?
לעצט פארראכטן דורך מאירים אום מאנטאג מאי 20, 2019 4:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

תגובה דורך אפטימיסט »

מצב כללי האט געשריבן:בד״ה

ווער זענען די קינדער פון ר ברוך יודא?

ר' משה וויינבערגער ב"ר נח אהרן
ר' זושא, איידעם ביי דייטש
ר' יואליש בראך (בארא פארק)
ר' שלמה שטיינבערג פון דינוב
ר' ישראל מענדל, כעת אויסטראליע
ר' שרגא שמואל, איידעם ביי עוזר פריעד
הבחור הבעל חסד שמעון ני"ו
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

תגובה דורך אפטימיסט »

גבר ישראל האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:
photo_2019-05-19_20-37-24.jpg

איז ער נישט ברוך יודא בן משולם זושא?

המנוח ז"ל נולד בקליפורניה לאביו - הרה"ח רבי משולם זושא שניצלער ז"ל, נכדו של הגאון רבי שרגא שמואל שניצלער זצ"ל, אב"ד טשאבא. 

נולד באונגארן
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובה דורך גליטשעדיג »

מאירים האט געשריבן:
Kodak האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אפשר איז יודא מיט יהודה אנדערע נעמען?

ניין. די רבי האט געהייסן אז יצחק יודא זאל מען נישט רופן יודא. משום איזה סיבה האט אים איינער מפרסם געווען יא מיטן נאמען יצחק יודא און א שטיק צייט דעראויף איז ער אוועק.

שטותים והבלים.

ר' זושא, זייער טאטע האט נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק נאך יונגער. די מומע יענטל (לעבאוויטש) איז אויך אוועק יונג..
ר' שלום, זייער עלטערער ברודער האט אויך נישט געהאט קיין ברודער מיט'ן זעלבן נאמען און איז אוועק יונג. מ'שטארבט נישט פון האבן דעם זעלבן נאמען!!

אויך אויף זיין כתובה, איז געשטאנען יצחק יהודה..

אבער בייצופאל איז ר אזיק ניפטר געווארען דעמאלץ ווען מיהאט די ערשטע מאהל געשריבען זיין נאמען מיט די יהודא, אזוי איז פינקט געוועהן די מעשה

הייסט דאס אז זיין כתובה האט מען געשריבן נאך זיין אייניקל'ס חתונה?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין טאטי איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר'שלום איז אוועק יונג?
און וועלכע בייצופאל האט פאסירט ווען זיין ברודער ר' ברוך יהודה איז אוועק יונג?

דער ענטפער אויף די אלע קשיות איז, אז דער בורא עולם איז בורא ומנהיג און פירט די וועלט, דעם רמב"ם זאגט אז נשים און המון עם נעמען "צופאלן" און זענען און דעם תולה זאכן, אבער באמת ווייסן מיר נישט פארוואס מענטשן שטארבן, און טאמער איז געווען באשערט צו שטארבן און טוישן דעם נאמען האט געהאט דערין א חלק, מיינט עס איז מען האט צוגעפירט מן השמים ער זאל טוישן דעם נאמען.
מען דארף זיך היטן נישט צו באשולדיגן מענטשן מיט אזעלכע זאכן, ווייל עס קען זייער וויי טאן פאר די משפחה.

איין זאך וואס מען מעג יא, ווען א מחלל שבת בפרהסיא שטארבט, און עס שטייט קלאר אין די תורה מחלליה מות יומת, מעג מען זאגן אז דער מענטש איז געווען מחויב מיתה. אבער אנדערע מיני זאכן וואס זענען צומאל סתם חלומות, דארף מען זיך היטן נישט צו זאגן, און מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק מען קען מצער זיין די משפחה מיט דעם.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

מארמאראש האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:ברוך דיין האמת
הרה"ח
ר יודל עביר
רוזנבערג ז"ל
פון וויליאמסבורג
יומם ולילה געגנגען נאך געלט
פאר ויז'ניץ מוסדות אן קיין שום
פראצענט נעמען

דער חשובע'ר נפטר האט זוכה געווען צו זעהן הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זצ"ל ממש פאר די דייטשן ימ"ש האבן אים אומגעברענגט רח"ל, (ווער עס ווייסט מער פרטים קען עס מעלדן)

כ'געדענק אים דערציילען אז ער איז געווען פון די לעצטע אים צו זעהן (און דאכט זיך מיר געווען פון די אינטערפירערס און באגלייטערס) אבער געדענק נישט צו איז דאס שוין געווען אין אוישוויץ אדער ביים דעפארטירונג קיין אוישוויץ. אין אוישוויץ גלייב איך נישט איז געווען שייך באגלייטערס.

ער האט עס א סאך מאל דערציילט, און פאר א סאך מענטשען דערציילט, איך געדענק אבער נישט קלאר. קען איינער ביטע אריין קומען קלארער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN האט געשריבן:

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p1200224
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובה דורך יונה ישראל »

א גוט מארגן האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:האשה החשובה מרת מרים פישער ע"ה מאנסי 92
אלמנת הרה"ח ר' משה שמואל ז"ל

קינדער:
ר' מנחם שליט"א דומ"ץ וויען מאנסי
ר' יצחק אהרן שליט"א מוהל מומחה

ר' משה שמואל בן ?
וועלכע משפחת פישער ?
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

יונה ישראל האט געשריבן:
א גוט מארגן האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:האשה החשובה מרת מרים פישער ע"ה מאנסי 92
אלמנת הרה"ח ר' משה שמואל ז"ל

קינדער:
ר' מנחם שליט"א דומ"ץ וויען מאנסי
ר' יצחק אהרן שליט"א מוהל מומחה

ר' משה שמואל בן ?
וועלכע משפחת פישער ?

די נפטרת איז א טאכטער פון ר' ברוך אברהם לאפפלער ז"ל

זי האט געוואוינט ביי איר טאכטער מרת נייהויז אין מאנסי
אינטערסאנט אז דעם שבת איז נפטר געווארן א שכן וואס האט געוואוינט אין די נעקסטע הויז ר' דוד עטלינגער ע"ה - פון קהל עדת ישורון מאנסי
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובה דורך יונה ישראל »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
יונה ישראל האט געשריבן:
א גוט מארגן האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:האשה החשובה מרת מרים פישער ע"ה מאנסי 92
אלמנת הרה"ח ר' משה שמואל ז"ל

קינדער:
ר' מנחם שליט"א דומ"ץ וויען מאנסי
ר' יצחק אהרן שליט"א מוהל מומחה

ר' משה שמואל בן ?
וועלכע משפחת פישער ?

די נפטרת איז א טאכטער פון ר' ברוך אברהם לאפפלער ז"ל

זי האט געוואוינט ביי איר טאכטער מרת נייהויז אין מאנסי
אינטערסאנט אז דעם שבת איז נפטר געווארן א שכן וואס האט געוואוינט אין די נעקסטע הויז ר' דוד עטלינגער ע"ה - פון קהל עדת ישורון מאנסי

וועלכע משפחת פישער ? ווער איז געווען די נפטרת מאן ומשפחתו?
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

איימיצער ר' יוסף פישער נפטר געווארן לעצטע וואך אין ברוקלין, עני אינפא?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

איינע פון די זאכן וואס ר' ברוך יודא פלעגט טוהן וואס סתם איינער טוט נישט ווייל מקען דעמאלטס נישט אויסרעדן איז צוויי אמן'ס ביים דאווענען. איינס פאר קרי"ש" הבוחר בעמו ישראל באהבה " און די צווייטע פאר שמו"ע" גאל ישראל". איינער וואס דאווענט קען נישט אויסרעדן און ער פלעגט אייביג ענטפערן אמן.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובה דורך שטומפיג »

נעכטן געהערט פון א חשוב'ן בנש"ק אז זיין טאטע (א רב אין וויליאמסבורג) איז געווען ביי די אסיפת הרבנים פון כולל שומרי החומות און איינער פון די בעלי דרשנים (פארגעסן ווער) האט דערמאנט בדרך אגב ממש אינמיטן זיין רעדע אז ר' ברוך יודא ז"ל'ס גאנצע ארבעט איז לשם מצוה ממש.
דעי רב האט עס ממש נישט געגלייבט אז איינער זאל זיך אזוי איבערגעבן לשם שמים אינגאנצן, איז ער נאך די אסיפה געגאנגען איבערפרעגן אויב עס איז ממש דברים כסיפורן, ווען יענער האט אים נאכאמאל פארזיכערט אז יא האט ער אויסגעדרוקט חרטה אויף דעם וואס ער האט קיינמאל נישט גענוג מחשיב געווען ר' ברוך יודא'ס ארומגיין נאך געלט מיינענדיג אז ער איז א באצאלטע ארבעטער.
שפעטער האט יענער רעדנער נאכאמאל געטראפן דעם רב, האט ער אים געזאגט אז נאך עטליכע רבנים זענען צוגעקומען נאך די דרשה און אויסגעדרוקט זייער שטוינונג אויף די ארבעט וואס זיי האבן אלס געמיינט אז ס'איז עמלק"פ.
יהא זכרו ברוך.

א טויזנטער? א טויזנטער?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

שטומפיג האט געשריבן:נעכטן געהערט פון א חשוב'ן בנש"ק אז זיין טאטע (א רב אין וויליאמסבורג) איז געווען ביי די אסיפת הרבנים פון כולל שומרי החומות און איינער פון די בעלי דרשנים (פארגעסן ווער) האט דערמאנט בדרך אגב ממש אינמיטן זיין רעדע אז ר' ברוך יודא ז"ל'ס גאנצע ארבעט איז לשם מצוה ממש.

דוכט זיך מיר די בעל דרשן איז רבי שלמה מיכאל מאיער, מנהל הכולל
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

דריידל האט געשריבן:
אויפן שפיץ גאפל האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט אים אוועקגעלייגט מיטן זעקל וואס ער האט צאם געשטעלט הונדערטער טויזנטער פאר צדקה.
זאל אים טאקע זיין א זכות

דאכט זיך אז ער האט פארמאגט צוויי זעקלעך, א עלטערע און א נייערע , ווארשיינליך האט מען אים אוועגעלייגט מיט די עלטערע, ווייל ביי די שומרי החומות דינער האט מען פראמינענט אויסגערופן אז זיינע חשובע איידימער שיחי' וועלן ארומגיין מיט'ן זעקל. און עס איז געווען א מער מאדערענעם סטיל.

מ'איז ארומגעגאנגן מיט די גרויסע האריגע זעקל.
די מנהל הכולל ר' שלמה מאיער האט געזאגט ביי זיין דברי הערכה אויף די נפטר אז ער האט נישט נהנה געווען קיין פרוטה אחת פון די צדקה און ער האט עס איבער געזאגט א צווייט מאל און מדגיש געווען וויבאלד ווען איינער האט אים געפרעגט וויפול קאמישאן ער באקומט האט ער געקענט ענטפערן 99% וכדומה אלץ ווערטל און פארדעם "וויל איך קלארשטעלן נאכאמאל אז ער האט נישט נהנה געווען קיין פרוטה אחת!"

שוין אויבן דערמאנט
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אלטער היים
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 3:40 pm

שניצלער

תגובה דורך אלטער היים »

ממש א פלא צו זעהן אידישע קינדער באוויינען דעם איש חשוב ונכבד, דער עולם איז מבינים אויף א אמת'ע גוטע איד מיט אהבת ישראל
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

שטומפיג האט געשריבן:נעכטן געהערט פון א חשוב'ן בנש"ק אז זיין טאטע (א רב אין וויליאמסבורג) איז געווען ביי די אסיפת הרבנים פון כולל שומרי החומות און איינער פון די בעלי דרשנים (פארגעסן ווער) האט דערמאנט בדרך אגב ממש אינמיטן זיין רעדע אז ר' ברוך יודא ז"ל'ס גאנצע ארבעט איז לשם מצוה ממש.
דעי רב האט עס ממש נישט געגלייבט אז איינער זאל זיך אזוי איבערגעבן לשם שמים אינגאנצן, איז ער נאך די אסיפה געגאנגען איבערפרעגן אויב עס איז ממש דברים כסיפורן, ווען יענער האט אים נאכאמאל פארזיכערט אז יא האט ער אויסגעדרוקט חרטה אויף דעם וואס ער האט קיינמאל נישט גענוג מחשיב געווען ר' ברוך יודא'ס ארומגיין נאך געלט מיינענדיג אז ער איז א באצאלטע ארבעטער.
שפעטער האט יענער רעדנער נאכאמאל געטראפן דעם רב, האט ער אים געזאגט אז נאך עטליכע רבנים זענען צוגעקומען נאך די דרשה און אויסגעדרוקט זייער שטוינונג אויף די ארבעט וואס זיי האבן אלס געמיינט אז ס'איז עמלק"פ.
יהא זכרו ברוך.

א טויזנטער? א טויזנטער?

אזוי ווי א גבאי צדקה האט א גרויסן כח צו וואונטשן, האב איך עטלכע מאל געבעטן ברכות פון ר' ברוך יודא, און ווען איך האב אים אמאל עטליכע מאל געבעטן אויף די זעלבע ענין (א שווערער ענין וואס איך האב וויכטיג געברויכט) האט ער זיך אנגערופן "איך געב דיר אוועק די גאנצע זכות פון מיין היינטיגע געלט גיין אז דו זאלסט געהאלפן ווערן אין דעם ענין" און וואונדער איבער וואונדער, דעם זונטאג האבן זיך זאכן אנגעהויבן רוקן שנעל און עס איז שוין ב"ה מער-ווייניגער מסודר.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

יא יא א גבאי צדקה האט א כוח.
געווען נאך געלט היינט ביינונז אין שוהל א אידל געמאכט אויף מיר א רושם כהאב איהם געגעבן א סכום געלט און געבעטן א ווארעמע ברכה אין א ענין. לאמיר האפן די ישועה זאל קומען בקרוב.
כזאל עס מען זאל מחשיב זיין א געלט גייער און אריינכאפן ברכות.
על "טעם וריח" אין להתווכח
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אלטער היים האט געשריבן:ממש א פלא צו זעהן אידישע קינדער באוויינען דעם איש חשוב ונכבד, דער עולם איז מבינים אויף א אמת'ע גוטע איד מיט אהבת ישראל

יאפ! דער עולם ווארט אויף דעם ווארימען קוש אין די האנט מיט א טוץ ברכות, יעצט פאר זומער פלעגט ער ווינטשן אז מזאל האבן איין טאלער קעגן יעדן גראזל פון דא ביז די קאנטרי,
אלטער היים
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 3:40 pm

תגובה דורך אלטער היים »

איך פלעג מפליא זיין די גוטע געפיהל וואס ער האט געמאכט אפילו אויב מען האט אים נישט געגעבן...... אפילו אמאל א ברכה אויך... באמת אהבת ישראל!!, חבל על דאבדין
יהי רצון
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2019 5:27 pm

תגובה דורך יהי רצון »

שטומפיג האט געשריבן:נעכטן געהערט פון א חשוב'ן בנש"ק אז זיין טאטע (א רב אין וויליאמסבורג) איז געווען ביי די אסיפת הרבנים פון כולל שומרי החומות און איינער פון די בעלי דרשנים (פארגעסן ווער) האט דערמאנט בדרך אגב ממש אינמיטן זיין רעדע אז ר' ברוך יודא ז"ל'ס גאנצע ארבעט איז לשם מצוה ממש.
דעי רב האט עס ממש נישט געגלייבט אז איינער זאל זיך אזוי איבערגעבן לשם שמים אינגאנצן, איז ער נאך די אסיפה געגאנגען איבערפרעגן אויב עס איז ממש דברים כסיפורן, ווען יענער האט אים נאכאמאל פארזיכערט אז יא האט ער אויסגעדרוקט חרטה אויף דעם וואס ער האט קיינמאל נישט גענוג מחשיב געווען ר' ברוך יודא'ס ארומגיין נאך געלט מיינענדיג אז ער איז א באצאלטע ארבעטער.
שפעטער האט יענער רעדנער נאכאמאל געטראפן דעם רב, האט ער אים געזאגט אז נאך עטליכע רבנים זענען צוגעקומען נאך די דרשה און אויסגעדרוקט זייער שטוינונג אויף די ארבעט וואס זיי האבן אלס געמיינט אז ס'איז עמלק"פ.
יהא זכרו ברוך.

א טויזנטער? א טויזנטער?

ווייסט איינער וויפיל געלט ער האט צוזאמגעשטעלט א יאר?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובה דורך שטומפיג »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אלטער היים האט געשריבן:ממש א פלא צו זעהן אידישע קינדער באוויינען דעם איש חשוב ונכבד, דער עולם איז מבינים אויף א אמת'ע גוטע איד מיט אהבת ישראל

יאפ! דער עולם ווארט אויף דעם ווארימען קוש אין די האנט מיט א טוץ ברכות, יעצט פאר זומער פלעגט ער ווינטשן אז מזאל האבן איין טאלער קעגן יעדן גראזל פון דא ביז די קאנטרי,

און אין די ווינטער האטער געוואונטשן נאך א שניי "פאר יעדן שניי ברעקעלע, א טאלער"
וואו נעמט מען דעי ארגינעלע חן....
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”