ממש אזוי האט געשריבן:פאלגענד איז א פאעזיע וואס איך האב מיך פון הארץ פארשריבן נאכן הערן פון די טראגישע פטירה פון מיין פריינט און יעדנ'ס פריינט, ר' ברוך יודא שניצלער ע"ה.
ניין, איך האב דיר קיינמאל געקענט
איך ווייס ניטאמאל אויב איך האב דיר געגעבן מער ווי א פאר צענט
אבער יא, איך האב דיר געקענט
און מיט דיר פיל גערעדט
מיט א וואוקאבולאר וואס האט אנטהאלטן עפעס שטערקער ווי ווארט
פיל מער איידל, פון די זעלישע סארט
אין דעם שפראך האסטו צו מיר גערעדט
מיט ליבע און שעצונג, פארשטאנד, און צומאל אויך א גלעט
דיין שמייכל ווי א פלאם מיר שטענדיג געטראפן
דיינע אויגן קאנטאקט לויטער און אפען
מיט א פרעגעדיג פינקל און שטראל פון אינטערעס
אדורכגעדרינגען צוימונגען און צובראכן חומות
דיין אנווענזהייט מיר דערהויבן
באליבט און טייער האסטו מיר געמאכט שפירן
ווי דו האסט געוויסט ווער איך בין באמת
מיין זעל, מיין ווארער מהות
דיין ליכטיגער וועזן ווי פליסיגע זון שיין
דעם הארץ געפאנגען און די נשמה פארכאפט
געווארעמט וואונדען און פארלייכטערט פיין
טיף איז עס אריין און איינגעזאפט
א מייסטער אין נשמה שפראך
געקענט דעם מענטשנס ערך
אומאפהענגיק אין דערגרייכונג אדער טאלאנט
ווייל נישט דאס האט ביי דיר פארנומען דעם האריזאנט
איך האב דיר געקענט און דו מיך
נאנטע פריינט מיט דיר געווען בין איך
מיין פיזישע מויל צו דיר קיין ווארט געזאגט
אבער אונזערע הערצער האבן א פארשטאנד פארמאגט
ר' ברוך יודא, דיין ריינע נשמה איז ארויף למעלה דארט
אבער דיין שמייכל איז פארבליבן
איך האב עס, איך זע עס, עס איז אויף אן אייביגער ארט
ווייל דו האסט עס מיר הארציג געגיבן
WOW WOW!!! האסט נישט געקענט בעסער ארױסברענגען מײנע געפילן!!
אמת ויציב, קײן אײן איבערגעטריבענע װארט
ליב געהאט א אידישע נשמה מיט אזא אמת׳דיגקײט
שױן לאנג נישט געשפירט אזא פערזענליכע פארלוסט
זאל זײן א גוטע בעטער