ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובה דורך אבן יקרה »

We regret to inform you the passing of HaBucher Shimon Endzweig A”H Son of R’ Pinches, at the age of 18 years.

The levaya will take place today at 7:00 p.m in front of the Meor Hatfila Shul on 5910 20th Ave.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

moishy56 האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' משה שאלאמאן ע"ה מחסידי פאפא (61)
בן הרה"ח ר' יצחק אייזיק ז"ל יו"ר מוסדות פאפא

ווער זענען די קינדער?

דא שטייט אז ער האט געהאט 1 קינד

salamon shiva.JPG

אויפגעצויגן איין קינד
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

אילו זכינו האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:ליידער אזוי יונג אוועק פון די וועלט

בן? מעיר? גיל? פתאום?

בן ר׳ פנחס מעיר ב״פ בגיל 18 ליידער געבוירן נישט געזונט
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובה דורך Amazing »

חמרא טבא האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:ליידער אזוי יונג אוועק פון די וועלט

בן? מעיר? גיל? פתאום?

בן ר׳ פנחס מעיר ב״פ בגיל 18 ליידער געבוירן נישט געזונט

א תלמיד חשוב פון ישיבת תפארת התורה ברסלב ווילימסבורג בהנהלת הגאון ר' יואל ראטה שליט"א

לויט ווי זיי שרייבן איז א דייגענאויזט געווארן ביי די 8 יאר מיט א מחלה ענליך צו ALS רח"ל

שמעי ע"ה איז געווען א תלמיד אין ישיבה די לעצטע עטליכע יאר ווי ער האט געלעבט מיט די אייבירשטער מיט א זעלטענע שמחה, ער האט זוכה געווען צו מסיים שס עטליכע מאל! ווי אויך אנדערע חלקי תורה הקדושה.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

הלשון האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' משה שאלאמאן ע"ה מחסידי פאפא (61)
בן הרה"ח ר' יצחק אייזיק ז"ל יו"ר מוסדות פאפא

ווער זענען די קינדער?

דא שטייט אז ער האט געהאט 1 קינד

salamon shiva.JPG

אויפגעצויגן איין קינד

און ער זיצט שבעה?
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

עפעס אזוי. ער האט געריסן קריעה.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

מאכט סענס, שוין געהערט אזא פסק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

הבחור שמעון ענדצוויג ז"ל

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה בן ר' פנחס הי"ו, מחשובי תלמידי ישיבתינו הק', אין יונגען עלטער פון 18 יאר.
שמעון איז געווען א לעבעדיג קינד ביז די אכט יאר ווען ער איז דיאגניזירט געווארן מיט זעלטענע מחלה, ענליך צו די ביטערע מחלה ALS, וואס פאראורזאכט רח"ל אז די קערפער זאל צוביסלעך צעגיין. מיט יעדע יאר שפעטער, איז געווארן שווערער און שווערער פאר שמעי'ן צו גיין אויף די פיס.
במשך פונ'ם זומער שנת תשע"ה, ווען די ישיבה איז שוין געווען ברייט באקאנט אין די וועלט מיט די געוואלדיגע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז דער טאטע ר' פנחס ארויפגעקומען אין ישיבה איבערשמועסן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א דער מצב פון זיין זון, און דער ראש ישיבה האט געזען אין דעם א געוואלדיגע תועלת סיי פאר שמעי אז ער וועט קענען דא שטייגן און אויסניצן די צייט אומגעשטערט, און סיי פאר די אנדערע בחורים אז זיי זאלן זען פאר זיך א ביישפיל פון א בחור וואס לעבט מיט אזעלכע שוועריקייטן און נוצט אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין.
ראש חודש חשוון האבן די בחורים אנטפאנגען שמעי אין ישיבה, און פון דאן איז ער געווארן א פערמענאנטע חלק פון די ישיבה.
שמעי האט זיך באלד צוגעכאפט צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה, סיי צום סדר דרך הלימוד ווי ער איז געזעסן פון צופרי ביז ביינאכט אין זיין רעדער שטול מיט א הויפן ספרים נעבן זיך, און האט נישט אויפגעהערט גורס צו זיין די הייליגע תורה, טויזנטער בלעטער גמרא מיט טויזנטער פרקים משניות, מיט נאך פילע שיעורים בכל חלקי התורה, מיט א געשמאק און א חיות. ביי די שיעורים פלעגט דער ראש ישיבה כסדר באטאנען די געוואלדיגע התמדה פון שמעי, און ווי מ'דארף זיך לערנען פון אים.
אין ווייניגער פון א יאר זינט ער איז אנגעקומען אין ישיבה האט שמעי זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס. און אין יענע צייטן פלעגט ער אויך ענדיגן יעדע וואך גאנץ ששה סדרי משנה. און מיט אומגעפער א יאר צוריק האט ער געמאכט זיין צווייטע סיום הש"ס.
מיט די צייט האט ער זיך געמאכט נאך שיעורים אין כל התורה כולה, און ער האט אנגעיאגט צו לערנען א געוואלד אין די קארגע דריי יאר וואס ער האט פארברענגט דא אין ישיבה.
ווי אויך האט ער זיך שטארק צוגעכאפט צו די געוואלדיגע מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן פון רעדן צום אייבערשטן, דאס האט זיך ספעציעל אנגעזען ביי יעדע תפלה, ווען ער האט געמאכט יעדעס מאל אן עמטליכע סטאנציע ביי ברכת רפאינו, און מיט גרויסע בכיות זיך געבעטן אויף זיין מאמע לשון אז דער אייבערשטער זאל אים העלפן ארויסגיין פון זיין שווערע מצב.
ועל כולם האט ער מיט זיין ריין הארץ אויפגענומען דיע שיעורים פונ'ם ראש ישיבה וואס רעדט אלעמאל אז א מענטש זאל נישט האבן קיין טענות קעגן דעם אייבערשטן, מ'זאל אננעמען באהבה אלעס וואס דער אייבערשטער שיקט פאר'ן מענטש, און טראץ זיינע שווערע יסורים איז געווען ממש א זעלטענהייט צו זען ווי ער האט קיינמאל נישט אראפגענומען די שמייכל פון זיין פנים.
אלע וואס האט געארבעט מיט שמעי, די דאקטורים און אנדערע געהילפן, האבן כסדר באוואונדערט זיין שטענדיגע שמייכל. וויסענדיג זיין גאר שווערע געזונט צושטאנד, די ביטערע שווערע יסורים מיט וואס ער ראנגלט זיך טאג טעגליך, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי אזא מענטש קען זיך האלטן פרייליך און גוטמוטיג צו יעדע צייט, און נאך מחזק זיין און פרייליך מאכן יעדן ארום זיך.
מיט געציילטע טעג צוריק איז שמעי אריין אין שפיטאל אין אן עמערדשענסי צושטאנד, און ליידער האט ער היינט מאנטאג טהרה אויסגעהויכט זיין הייליגע און אויסגעלייטערטע נשמה.
די לויה וועט פארקומען היינט אוונט אום זיבן אזייגער, ביים בית המדרש קהל מאור התפלה אין בארא פארק, אויף 5910 20th Ava.
זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן מער נישט הערן קיין ביטערע בשורות, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

https://breslevcenter.com/news/%D7%91%D ... 7%A2%D7%94
אטעטשמענטס
khaMhqH1pG_שמעי_large.jpg
khaMhqH1pG_שמעי_large.jpg (192.05 KiB) געזען 2740 מאל
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

אוי דאס הארץ רייסט,געווען א טייערע נשמה, שמעי' האט שטענדיג געהאט א שמייכל אויפן פנים פיל מיט אמונה, אייביג געגלייבט אז מארגן גייט ער שוין קענען וואקן, ! א גוי וואס ארבעט און א געשעפט אונטער די ישיבה האט געזאגט ווען ער זעט וויאזוי שמעי' קומט און ישיבה יעדן טאג מיט זיין רעדער שטול און א גרויסע שמייכל אויפן פנים פארגעסט ער פון אלע זיינע פראבלעמען ס'גיט עם כח פאר א גאנצן טאג !
Volunteer
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:20 pm

תגובה דורך Volunteer »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:אוי דאס הארץ רייסט,געווען א טייערע נשמה, שמעי' האט שטענדיג געהאט א שמייכל אויפן פנים פיל מיט אמונה, אייביג געגלייבט אז מארגן גייט ער שוין קענען וואקן, ! א גוי וואס ארבעט און א געשעפט אונטער די ישיבה האט געזאגט ווען ער זעט וויאזוי שמעי' קומט און ישיבה יעדן טאג מיט זיין רעדער שטול און א גרויסע שמייכל אויפן פנים פארגעסט ער פון אלע זיינע פראבלעמען ס'גיט עם כח פאר א גאנצן טאג !

עם געזען לעצטנס ביי א חתונה פון א וואלאנטיר ער האט געזינגען א ניגון צו משמח זיין, איך געדענק עם פאר בערך 10 אדער 11 יאר צוריק אייביג מיט א שמייכל.
גענוג שוין צרות געליטן מען שרייט רחם נא.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובה דורך פרידן »

געקענט א נפש נקי וצדיק
נאר געדאווענט אין א שול ווי מען רעדט נישט ביים דאווענען
מקבל געווען יסורים באהבה ובדומיה
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובה דורך גבר ישראל »

עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן וויאזוי ער זינגט זיין באקאנטע אני מאמין. אוי משיח ווי ביסטו?....
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

צווייטער סיום הש"ס
הבחור החשוב שמעי ענדצווייג ז"ל
יום א' בהר בחקותי תשע"ח

קליפ פון די סיום דאס הארץ ציגייט לוינט זיך צי קוקן
https://www.dropbox.com/s/4lmlxacmlj9jo ... 7.mp4?dl=0

מיט גרויס שמחה איז געפראוועט געווארן א שיינע סיום צום געלגענהייט וואס הב' שמעון ענדצווייג לרפו"ש האט זוכה געווען צום צווייטן מאל צו ענדיגן ש"ס, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט דער בעל שמחה הב' שמעון ני"ו זיך באדאנקט פארן ראש ישיבה שליט"א, און געווינטשן אז אלע בחורים זאלן אויך זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
דערנאך האט ער געזונגען דער ניגון וואס ער האט פארפאסט, "משיח וואו ביסטו? משיח איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר", וואס דער גאנצער עולם האט ווארעם מיטגעזינגען.
נאכדעם האבן אויפגעטרעטן עטליכע חברים פונעם בעל שמחה.
החתן שמחה בלאך, האט ארויסגעברענגט אז אונזער שמעון כאטש ער וואלט געקענט נוצן אלע תירוצים צו זיין א רחמנות און קוקן פלעיס און מואוויס א גאנצן טאג, וואס ער וואלט גארנישט געהאט פון דעם, אנשטאט דעם זיצט ער אין ישיבה און האקט שטיקער א גאנצן טאג, שמייכעלט און איז פרייליך. "מיר דארפן זיך אפלערנען פון אים, מיר זענען ב"ה געזונט דארפן מיר אוודאי אויסנוצן אונזערע טעג צו לערנען און דינען דעם אייבערשטן" האט ער אויסגעפירט.
ר' אברהם לאנגער, האט פארציילט ווי ער האט פארברענגט מיט שמעון ני"ו אין "קעמפ שמחה" צוויי וואכן, "שמעון איז געווען דער איינציגסטער בחור, וואס האט "יעדן טאג" געלערענט", האט ער געזאגט. ער האט פארציילט אז שמעון האט געזאגט אז ער טוט גארנישט איידער ער לערנט זיין בלאט גמרא, 18 פרקים משניות, זאגט דעם יום תהלים, און לערנט אביסל חומש, "איך האב עס אויך געמוזט נאכמאכן". האט ער געזאגט.
הב' אליעזר שמן, האט געזאגט ווי שמעון מאכט יעדעם פרייליך מיט זיין שמייכל, בשעת ווען איינער צוברעכט זיך נאר זיין פיס, ווי שווער מ'קרעכצט, "אוי אויך יעצט דארף איך גיין אין ישיבה?".
ר' יושע אליעזר גליק, האט פארציילט אז אמאל פלעגט ער נישט יעדן טאג אניאגן גאנצע 18 פרקים משניות, אבער זינט שמעון איז אריינגעקומען אין ישיבה, און ער זעט ווי ער ענדיגט אפילו א גאנצע סדר משניות, האט עס אים געמאכט טראכטן "וואו בין איך?", און זייט דעמאלטס - טאקע אדאנק שמעון, איז נישט דורך א טאג וואס ער האט האט נישט געענדיגט 18 פרקים משניות.
החתן יענקי יאקאבאוויטש, האט געזאגט אז פון זיין אייגענע עקספריענס, "ענדיגן ש"ס נעמט מינימום 15,000 שעה, אפילו מ'זאל עס נאר זאגן. ענדיגן ש"ס איז שוין איינמאל א גרויסע זאך".
נאכדעם האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט ווי שמעון איז מחייב יעדעם איינעם. "האסט א שווערע שטוב? האסט פראבלעמען? האסטו דען מער תירוצים פון שמעון? ער קומט די ערשטע אין בית המדרש. ער מאכט זיך א הויפן ספרים, אנדערע דארפן אים עס ברענגען, ער קען עס אפילו נישט אליינס טון, ער וואלט געקענט האבן אלע תירוצים. מיט דעם אלעם האט ער יעצט שוין צום צווייטן מאל געענדיגט גאנצע צוויי טויזענט זיבן הונדערט און עלף בלאט גמרא". האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט.
דערנאך האט מען געזונגען נאך ניגונים איבער די גרויסקייט פון די הייליגע תורה.

https://breslevcenter.com/news/%D7%94%D ... 7%90%D7%A8
אטעטשמענטס
jhqTt6LWhU_סיום השס שמעי ענדצווייג_large.jpg
jhqTt6LWhU_סיום השס שמעי ענדצווייג_large.jpg (174.52 KiB) געזען 2397 מאל
לעצט פארראכטן דורך ברוינע באנאנע אום דינסטאג אפריל 09, 2019 12:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

טויזנטער ביים לויה
אטעטשמענטס
sh.png
sh.png (426.27 KiB) געזען 2144 מאל
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

גבר ישראל האט געשריבן:עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן וויאזוי ער זינגט זיין באקאנטע אני מאמין. אוי משיח ווי ביסטו?....

בערך ביי 7 מיניט אריין אינם קליפ

https://www.dropbox.com/s/4lmlxacmlj9jo ... 7.mp4?dl=0
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

דברי הספד אויף הבה''ח שמעון ענדצווייג ע''ה - ב' מצורע תשע''ט


https://www.dropbox.com/s/qqk4bwbldjidu ... 4.mp4?dl=0
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:דברי הספד אויף הבה''ח שמעון ענדצווייג ע''ה - ב' מצורע תשע''ט


https://www.dropbox.com/s/qqk4bwbldjidu ... 4.mp4?dl=0

ואין מספידין בו
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובה דורך דער בדחן »

היינט איז דא א נייע זאך וואס הייסט דברי פרידה נישט הספד
אוועטאר
Quality
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2011 2:24 pm

תגובה דורך Quality »

הרה"ח ר' לייבל בוים ע"ה
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

בד"ה

געווען א שיינע בעל תפלה בקולו האדיר והחזק
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובה דורך shalsheles »

בן רבי דוד ע״ה ?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

וועלכע בוים איז דאס?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

shalsheles האט געשריבן:בן רבי דוד ע״ה ?

יא
לעצט פארראכטן דורך הלשון אום דינסטאג אפריל 09, 2019 3:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובה דורך אילו זכינו »

Quality האט געשריבן:הרה"ח ר' לייבל בוים ע"ה

64 יאר - מחשובי חסידי פאפא וומסב"ג
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובה דורך ישראל_הלוי »

Quality האט געשריבן:הרה"ח ר' לייבל בוים ע"ה


לוי' 630 ביהמ"ד פאפא
אטעטשמענטס
IMG-20190409-WA0188.jpg
IMG-20190409-WA0188.jpg (71.62 KiB) געזען 5850 מאל
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”