אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

גיי זשעק די ריזאלטס פון 2016 עלעקשאן..

(הינט: די ריזאלטס פון די מענטשן, נישט פון די סטעיטס...)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און אויב רעכנט מען ליענינג קעגן נאציאנאל, איז עס געווען ביי ראמני רעפאבליקאנער פלאס 20%, און ביי טראמפ בלויז פלאס 11%, געווינט ער אויך בלויז מיט 2.


דאס איז די עיקר פוינט.

מ'קען זיך שוין אויפהערן צו שלאגן וויפיל 2018 זאגט אויף 2020, אויב 2016 זאגט עפעס אויף 2020 איז עס אז טראמפ גייט מוזן שטארק קאמפיינען אין טעקסאס.

אין 2012 איז טעקסאס געגאנגען 19.64% רויטער פון דאס לאנד, אין 2016 איז עס געגאנגען 11.1% רויטער פון דאס לאנד, און אויב די טרענד זאל ווייטער אנהאלטן וואלט עס געגאנגען אין 2020 בלויז 2.56% רויטער פון דאס לאנד!

2.56% רויטער פון דאס לאנד וואלט געגאנגען צו טראמפ אין 2016 מיט 0.46%, צו אבאמא אין 2012 מיט 1.30%, צו אבאמא אין 2008 מיט 4.71%, צו בוש אין 2004 מיט 5.02%, אין צו בוש אין 2000 מיט 2.04%, אין דאס וואלט געמיינט נאך מער סווינג סטעיט ווי פלארידע וואס איז געגאנגען צו טראמפ אין 2016 מיט 1.20%, צו אבאמא אין 2012 מיט 0.88%, צו אבאמא אין 2008 מיט 2.82%, צו בוש אין 2004 מיט 5.01%, אין צו בוש אין 2000 מיט 0.01%.

אודאי איז נישט מוכרח אז די טרענד גייט אנהאלטן פונקט אזוי, ווען יא וואלטן אלע אנאליסטן אפיציעל געשטעלט טעקסאס אינעם טאס-אפ קאלום. אבער ווען מ'נעמט אין באטראכט אז 1) א גרויס טייל פון די שיפט איז געקומען פון די דעמאגראפישע שיפט וואס איז ווייטער אנגעגאנגען אויך נאך 2016, 2) די אנדערע טייל פון די שיפט איז געקומען צוליב וואס טראמפ איז נישט איבריג פאפולער אין די קרייז פון טעקסאס רעפובליקאנער, און צוליב די פיינטשאפט קעגן קלינטאן איז מסתבר אז די שיפט צום דעמאקראט איז געווען נאר טיילווייז פון וואס ס'וואלט געווען קעגן אן אנדערע דעמאקראט, דארפן רעפובליקאנער חושד זיין אז אפשר איז טראמפ קאמפעטאטיוו דארט.

לייג נאך צו דעם פאקט אז איינע פון די שטארקייטן פאר רעפובליקאנער אין טעקסאס איז נידריגע טוירנאוט צווישן היספאנישע וויילער, דאס הייסט אז דעמאקראטן דארפן נישט משכנע זיין וויילער צו טוישן זייט, נאר פשוט ארויסברענגען זייער אייגענע באזע וואס איז שוין ביי זיי אין די קעשענע - א זאך וואס מיט געלט קען מען עס טוהן רעלאטיוו גרינג, און בלומבערג זאגט אז ער גייט אריינגיסן דארט אסאך געלט, דארף עס זיכער אנצונדן אן אלארם ביי רעפובליקאנער!

און דאס אליינס אז די רעפובליקאנער גייען דארפן אריינווארפן דארט אסאך געלט - אפגעזען ווי שטארק זיי גייען עס געווינען אין די ענדע - איז פונקט די "טעקסאס ווערט בלוי" קאשמאר פון וואס רעפובליקאנער האבן שוין מורא אזויפיל יארן.



דאס אז אין 2016 זענען געווען אסאך אנטי טראמפיסטן ריפאבליקענס, דאס פאלט דיר נישט איין צו רעכענען, אפשר איז דאס געווען א חלק פונעם שיפט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

לאמיר קאמפערן אביסעלע, אבאמא האט געווינען די עקסטרעם ליבעראלע מעסעטשוסעס אין 2008 מיט בערך 26% 61.80% צי 35.99% פאר מ'קעין א ריזיגע מארדזשין, איין יאהר שפעטער האט סקאט בראון געווינען די זעלבע סטעיט מיט 2.6% 51.9% צי 47.1% פארן ד', צוויי יאהר שפעטער האט אבאמא געווינען די סטעיט מיט בערך 23% 60.65% צי 37.51% פאר ראמני אין בראון האט פארלוירן מיט 7.5%, אין די זעלבע זאך האט מען געזען אין אילינוי ווי די רעפ האט געווינען אין 10, אין פארלוירן אין 12, א פרעזידענטליכע וואל יאהר, איז פון מיטוירן אילעקשן קען מען גארנישט ארויסלערנען פאר א פרעזידענטליכע אילעקשן עס איז בלויז געמאהלן וואסער
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ביידעוועי, קאמפעירן אייאווע, וואס אלע דעמעקראטן זיצן דארט די לעצטע פאר חדשים נאן סטאפ צו עני אנדערע סטעיט איז נישט די בעסטע איידיע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אוודאי איז טראמפ נישט מיינוס 21% נאציאנאל, בלויז געוואלט דערמאנען אז אייאווע איז היינטיגע צייטן היפש רעכט גענויגט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אמת, אבער מ'קעניש ברענגען קיין ראי פון א פלאץ וואו סיז פארפלייצט מיט דעמעקראטישע קאנדידאטן... אלעס האקט אויף טראמפ, און די אנקעטע פרעגט נישט טראמפ קעגן א נאמען, נאר יא טראמפ אדער נישט טראמפ...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און אויב רעכנט מען ליענינג קעגן נאציאנאל, איז עס געווען ביי ראמני רעפאבליקאנער פלאס 20%, און ביי טראמפ בלויז פלאס 11%, געווינט ער אויך בלויז מיט 2.


דאס איז די עיקר פוינט.

מ'קען זיך שוין אויפהערן צו שלאגן וויפיל 2018 זאגט אויף 2020, אויב 2016 זאגט עפעס אויף 2020 איז עס אז טראמפ גייט מוזן שטארק קאמפיינען אין טעקסאס.

אין 2012 איז טעקסאס געגאנגען 19.64% רויטער פון דאס לאנד, אין 2016 איז עס געגאנגען 11.1% רויטער פון דאס לאנד, און אויב די טרענד זאל ווייטער אנהאלטן וואלט עס געגאנגען אין 2020 בלויז 2.56% רויטער פון דאס לאנד!

2.56% רויטער פון דאס לאנד וואלט געגאנגען צו טראמפ אין 2016 מיט 0.46%, צו אבאמא אין 2012 מיט 1.30%, צו אבאמא אין 2008 מיט 4.71%, צו בוש אין 2004 מיט 5.02%, אין צו בוש אין 2000 מיט 2.04%, אין דאס וואלט געמיינט נאך מער סווינג סטעיט ווי פלארידע וואס איז געגאנגען צו טראמפ אין 2016 מיט 1.20%, צו אבאמא אין 2012 מיט 0.88%, צו אבאמא אין 2008 מיט 2.82%, צו בוש אין 2004 מיט 5.01%, אין צו בוש אין 2000 מיט 0.01%.

אודאי איז נישט מוכרח אז די טרענד גייט אנהאלטן פונקט אזוי, ווען יא וואלטן אלע אנאליסטן אפיציעל געשטעלט טעקסאס אינעם טאס-אפ קאלום. אבער ווען מ'נעמט אין באטראכט אז 1) א גרויס טייל פון די שיפט איז געקומען פון די דעמאגראפישע שיפט וואס איז ווייטער אנגעגאנגען אויך נאך 2016, 2) די אנדערע טייל פון די שיפט איז געקומען צוליב וואס טראמפ איז נישט איבריג פאפולער אין די קרייז פון טעקסאס רעפובליקאנער, און צוליב די פיינטשאפט קעגן קלינטאן איז מסתבר אז די שיפט צום דעמאקראט איז געווען נאר טיילווייז פון וואס ס'וואלט געווען קעגן אן אנדערע דעמאקראט, דארפן רעפובליקאנער חושד זיין אז אפשר איז טראמפ קאמפעטאטיוו דארט.

לייג נאך צו דעם פאקט אז איינע פון די שטארקייטן פאר רעפובליקאנער אין טעקסאס איז נידריגע טוירנאוט צווישן היספאנישע וויילער, דאס הייסט אז דעמאקראטן דארפן נישט משכנע זיין וויילער צו טוישן זייט, נאר פשוט ארויסברענגען זייער אייגענע באזע וואס איז שוין ביי זיי אין די קעשענע - א זאך וואס מיט געלט קען מען עס טוהן רעלאטיוו גרינג, און בלומבערג זאגט אז ער גייט אריינגיסן דארט אסאך געלט, דארף עס זיכער אנצונדן אן אלארם ביי רעפובליקאנער!

און דאס אליינס אז די רעפובליקאנער גייען דארפן אריינווארפן דארט אסאך געלט - אפגעזען ווי שטארק זיי גייען עס געווינען אין די ענדע - איז פונקט די "טעקסאס ווערט בלוי" קאשמאר פון וואס רעפובליקאנער האבן שוין מורא אזויפיל יארן.



דאס אז אין 2016 זענען געווען אסאך אנטי טראמפיסטן ריפאבליקענס, דאס פאלט דיר נישט איין צו רעכענען, אפשר איז דאס געווען א חלק פונעם שיפט?


זיכער איז דאס געווען א חלק פונעם שיפט, און כ'האב עס זייער קלאר געשריבן אויכעט.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
וויכיס ברודער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 06, 2020 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכיס ברודער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אמת, אבער מ'קעניש ברענגען קיין ראי פון א פלאץ וואו סיז פארפלייצט מיט דעמעקראטישע קאנדידאטן... אלעס האקט אויף טראמפ, און די אנקעטע פרעגט נישט טראמפ קעגן א נאמען, נאר יא טראמפ אדער נישט טראמפ...

דעס אליינס אז אלע זענען בלויז ביזי מיט האקן אויף טראמפ, איז שלעכטע נייעס פאר זיי,
יעדער ווערט מאטאווירט צו וואוטן אקעגן טראמפ אבער זיי בויען זיך נישט געניג אויף ביי זייערע וויילער,
סוי די מינוט די שאלה ווערט "טראמפ אדער ביידן" צו "טראמפ אדער סענדערס" דארט ווערן זיי צוריק צישפליטערט..
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:א דאטא סייענטיסט אנאליזירט די עלעקטעביליטי פון די זעקס העכסטע דעמאקראטישע קאנדידאטן לויט א מאדעל וואס וואלט פאראויסגעזאגט קלינטאן'ס פארלוסט אין 2016.

f.png

דער ערשטער אויפן ליסטע איז ענדרו יענג. כאטש ער איז דער נידריגסטער צווישן די 2016 קלינטאן וויילער, איז ער אבער דער העכסטער צווישן טראמפ וויילער און Disaffected Voters, וואס זענען די וויכטיגסטע גרופעס אין אלגעמיינע וואלן. זיין שטיצע איז די ווייניגסטע ענליך צו קלינטאן'ס.

דער צווייטער איז בוטידזשעזש, צוליב זיין גאנץ גוטע פעיווארעביליטי אין אלע גרופעס. ער מערקט אבער אן אז ער איז די ווייניגסטע סטאביל, און זיין פלאץ רעכנט נאכנישט געהעריג אריין זיין לעצטיגע בארג אראפ. אויב וועט עס אנהאלטן וועט ער פאלן צום ענדע פון די ליסטע.

די דריטע איז ווארען. איר שטיצע איז די ענליכסטע צו קלינטאן'ס, אבער זי קען בעסער אויפהייטערן איר באזע און ארויסשלעפן די מאסן.

ביידען, קלאבוטשער, סאנדערס פאלגן אלע נאך אויפן פערטן ארט.

https://medium.com/@benamy.yashar/a-dat ... 7426ea3f97


אפדעיט:
1 OCNuPkRw8IYX5YQgwudjWg.png
1 OCNuPkRw8IYX5YQgwudjWg.png (12.44 KiB) געזען 1731 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

FLORIDA
Sanders 53% (+6)
Trump 47%
.
Biden 51% (+2)
Trump 49%
.
Warren 51% (+2)
Trump 49%
.
Buttigieg 50%
Trump 50%

Florida Atlantic University 1/9-12
https://t.co/CA6mHo0VOL
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

דא האט איר אן אינטערסאנטע קוויז ווי איר קענט זעען -נאכן ענטפערן אפאר (אסאך...) שאלות- ווי איר האלט אין די אידעלאגישן שטאנדפונקט, ווי אויך מיט וועלכע קאנדידאטן און פארטייען איר עגריעט די מערסטע.

(ווי אויך קענט איר דא פאסטען אייער ריזאלטס....)

https://www.isidewith.com/elections/202 ... ntial-quiz

____________
האט מיך נישט אנטוישט..
78% ליבערטעריען
און 69% יענג
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

גאנץ אינטערעסאנט

מיר גיבט עס אין די פאלגנדע רייע: טראמפ בלומבערג דילעיני גאבארד יענג סטאיער ביידען קלאובעטשאר בוטידזשיעדזש ווארען סענדערס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:גאנץ אינטערעסאנט

מיר גיבט עס אין די פאלגנדע רייע: טראמפ בלומבערג דילעיני גאבארד יענג סטאיער ביידען קלאובעטשאר בוטידזשיעדזש ווארען סענדערס

טאקע אינטערסאנט. שכוח וואס טוט זיך.

מיר געבט עס 85% טראמפ, 61% בלומבערג, דילעני 59%, ביידן 40%,
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

אינטערעסאנט
אטעטשמענטס
92A3CA34-6E5A-4841-B662-C5752E1DB490.jpeg
92A3CA34-6E5A-4841-B662-C5752E1DB490.jpeg (696.14 KiB) געזען 1520 מאל
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

עס איז נישט אינגאנצן פונקטליך, אבער גענוג אז עס זאל מיר געבן 94% פאר יענג.
א דאנק @וואס טוט זיך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

הממ...
2020+.PNG
2020+.PNG (83.48 KiB) געזען 1449 מאל
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון דא.

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳פארשטיי נישט דיין פראגע. נעם א קאראלעיטאר אין רעכן אויס די סטעיט-ווייד געווינסן און די סווינג סטעיט׳ס אונעם שטערקסטן טורנאוט פאר די דעמעקרעטס, זאג מיר וויפיל עלעקטארעלס טראמפ האט.

אגב. דערווייל איז די 5% געווינס אונעם גענעטיק בעלאט שלעכטע נייעס פאר דעמעקרעטס!


עס דאכט זיך מיר אז מען האט דאס נישט געענטפערט דארט, עפּעס געבט כאפצעם א שרייב 252.

סוי דא האסטו וויפיל עלעקטארעל שטימען די דעמאקראטן האבן געווינען אין די סענאט פארמעסטן.

קודם, די מעפ פון די רעזולטאטן פון וויקיפעדיע. די דעמאקראטן האבן געווינען אין 23 סטעיטס, די רעפאבליקאנער בלויז אין 10.
525px-2018_United_States_Senate_elections.svg.png
525px-2018_United_States_Senate_elections.svg.png (47.08 KiB) געזען 1364 מאל


און דא האסטו פון 270 טו ווין וויפיל דאס איז אין עלעקטארעל שטימען, יא, מיט א רויטע טעקסאס און אירע 38 שטימען, יא, מיט א רויטע פלארידע און אירע 29 שטימען. (דאס זענען די צוויי גרעסטע סטעיטס וואס טראמפ מוז ביידע געווינען, און ביידע זענען טו סאם עקסטענט קאנטעסטעד. אן די צוויי, וועלכע זענען ביידע געווען זייער שמאל, האבן די רעפאבליקאנער בלויז געווינען זיצן אין סטעיטס מיט 55! שטימען.)
L80Nk.png
L80Nk.png (122.63 KiB) געזען 1357 מאל


פארשטייט זיך אז די דעמאקראטן וועלן נישט געווינען וועסט ווירדזשיניע וכדומה, אבער קעגן דעם האבן די דעמאקראטן כאטש די 39 עלעקטאראלע שטימען אין אילענוי קאלאראדא די סי און ארעגאן, וועלכע זענען נישט געווען אויפן בעלאט.

פון דא.
אין כל חדש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:די WOW איז אפשר אז בדרך כלל איז אינקאמבענסי דימינישט, און בד"וו דאס גייט ארויף אויף פרעזידענט אויך, אודאי איז דא אויסנאמען, דזשאן קאטקא אין ניו יארק געווינען קלינטאן +15, דעיוויד וואלאדא אין קאליפארניע וואס קלינטאן האט נאך געווינען שטערקער ווי די אנדערע 6, און דזשאן טעסטער און דזשאו מענטשין, מישיגען סענאט איז א טראמפ דיסטריקט, צוויי רעפאבליקאנער אין מישיגען זענען געפלויגן אין טראמפ ראמני דיסטריקטס.

די ספין כאפט מיר, גוט איז גוט!!


די טעג האט איינער פון די פארקעסטער געמאכט דעם פוינט, אז אינקאמבענטסי איז דימינישד, און טאקע מיט א ראי' פון קאנגרעס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Latinos as a share of the 2020 electorate, by state
("electorate" = citizens 18+)

1. New Mexico: 43%
2. California: 31
3. Texas: 30
4. Arizona: 24
5. Florida: 21
6. Nevada: 20
7. Colorado: 16
8. New York: 15
9. New Jersey: 15
10. Connecticut: 12

https://t.co/ekv1XTdiYX https://t.co/MJc1Effvr1
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בלומבערג האט ארויסגעגעבן א נייע מעכטיגע עד קעגן טראמפ, איבער דעם וואס האט נישט קיין רעספעקט פאר די גענעראלן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם לאנד.

פאקס ענד פרענדס האט עס געעירט נישט אלס אדווערטייזמענט בעפאר א אינטערוויו מיט דעם בלומבערג קאמפיין מענעדזשער.

Fox & Friends actually featured Michael Bloomberg's new ad hitting Trump's "arrogance, ignorance, [and] chaos" during a non-commercial break segment today. This is presumably what promoted Trump's Twitter outburst. https://t.co/eBsrrqViDR
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

עניני דיומא:

אויב סענדערס געווינט די דעמאקראטישע נאמינאציע, גייט זיין אן אויסוואל צווישן צוויי מכות..

צווישן דער ווילדער ערוב - טראמפ, און דער בייסיגער סענדערס - כינים...
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א וויכטיגע ציפער וואס איז באהאלטן אין די פאקס אנקעטע, וואס איז פשטות א דעט פענעלטי פאר טראמפ אויב אמת.
Fox News poll has removal at +19 (53-34%) among independents and +6 nationally. That type of resistance from Indies is a death sentence.

The poll also finds Trump’s net approval rating holding steady even while voters’ evaluations of the economy tick up.

https://t.co/9jYnQhhjGD


מיט 53 פראצענט קעגן 39 שטיצן אינדעפענדענט מען זאל רעמאוון טראמפ פון אפיס.

די וואס האלטן אז מען דארף די ערשטע מאל אין היסטאריע ארויסווארפן א פרעזידענט, זײ וועלן פשטות נישט שטימען פאר אים אין נאוועמבער.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

האסט א דאטום ווען די אנקעטע איז גענומען געווארען? אויב אזא אנקעטע קומט ווען ארויס א וואך פאר די עלעקשאן וואלט איך ווען געהאלטען אז טראמפ איז דערנאך! טראמפ האט מזל ער האט נאך א שאנס צוריק צו געוואונען די מיינדס פון מענטשען נאך די ברוטאלע ״דריי טאג״ לעבעדיגע טעלעוויזיע עדווערטייזמענט קעגן די פרעזידענט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

א פרישע וואשינגטאן פאוסט/עי בי סי אנקעטע

אין אלגעמיין טוען 49% אמעריקאנער ערווארטן אז טראמפ וועט געווינען ריעלעקשן, קעגן 43% וואס פרעדיקטן א דעמאקראטישע געווינס.

ווען עס קומט צו שטיצן ספעציפישע קאנדידאטן זענען דאס די נומערן:

ביידען 50 טראמפ 46. ד+4
סענדערס 49 טראמפ 47. ד+2
בלומבערג 49 טראמפ 46. ד+3
קלאובאטשור 48 טראמפ 47. ד+1
ווארען 49 טראמפ 49. אייניג
בוטידזשעדזש 45 טראמפ 48. ר+3

די אנקעטע האט א 4 פונקטן מארדזשין אוו עראר, דאס מיינט אז טראמפ איז טעכניש אייניג מיט אלע זיינע אפאנענטן.


לויט די זעלבע אנקעטע אין אקטאובער, האבן ביידען, סענדערס, ווארען, און בוטידזשעדזש, אלע געהאט א דאבל-דידזשיט אויבערהאנט איבער טראמפ.


https://www.washingtonpost.com/politics ... story.html
לעצט פארראכטן דורך נאך פונדערהיים אום מאנטאג יאנואר 27, 2020 11:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כמובן מאכט מער סענס אז די מארדזשין אף עראר אין די ריכטונג פון די עוורידזש ווי פארקערט.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יאנואר 27, 2020 11:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

צל עובר האט געשריבן:כמובן מאכט מער סענס אז די מארדזשין אף עראר אין די ריכטונג פון די עוורידזש ווי פארקערט.

דו מישט, במזיד אדער בשוגג, צווישן האלטן אז איינער וועט געווינען, און זאגן אז מען שטיצט יענעם.

איך פארשטיי נישט צו קיין אנקעטעס, אבער די ארויסגעבער פון די פאול שרייבן אז טראמפ און ביידען זענען 'ווירטועלי איווען'.

איך שרייב קלאר אויף די ערשטע פאול אז עס איז פרעדיקשן'ס, די איבריגע זענען יא איבער שטיצע, קיין געמיש.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”