נעה האט געשריבן:סיאטעל – ענדליך האט מען געכאפּט די געזוכטע מערדער... א גרופּע ספּעציאליסטן אנגעטאן אין גאר דיקע שוץ קליידונג זענען שבת אראפּגעקומען צו א פארם אין וואשינגטאן סטעיט, וואו זיי האבן געכאפּט א גאנצע שווארמע פון די געפארפולע "מערדער הארנעט" בינען פון וועלכע מען ליינט שוין עטליכע מאנאטן אז זיי זענען אויפ'ן וועג קיין אמעריקע. די בינען שטעלן אין געפאר געווענליכע בינען פארמס און אומצאליגע געוויקסן וואס זענען אנגעוויזן אויף געווענליכע בינען, ווייל זיי קענען דערמארדן טויזנטער בינען אויפאמאל. אצינד האט מען אנטדעקט א נעסט פון די מערדערליכע בינען, און מ'האט דאס אוועקגעפירט. די ארבעטער זענען געגאנגען דיקע שוץ קליידונג צו פארמיידן כאפּן שטעכעס פון די בינען וואס פארמאגן זעקס-מילימעטער-לאנגע שטעכערס, און אויך באדעקט די אויגן צוליב וואס די בינען קענען שפּריצן א ווייטאגליכן סם.
די רעדע איז פונעם געגנד בלעין, וואשינגטאן, ארום 100 מייל צפון פון סיאטעל, דאס איז ביים גרעניץ מיט בריטיש קאלאמביע, קאנאדע.
אנהייב חודש אוגוסט למס' האבן באאמטע אין וואשינגטאן סטעיט נאך צוויי דורכגעפאלענע פריוון ענדליך מצליח געווען צי ציבינדען צי אזא הארנעט א קליינעם טרעקינג דעווייס וואס האט זיי עווענטועל געפירט צי טרעפן דעם נעסט אינדרויסן פון דעם אויבענדערמאנטן געגנד. (די אנדערע 2 פריוון זענען דורכגעפאלן נאך וואס דער הארנעט האט אפגעביסן דעם בענדל מיט וואס ס'איז געווען אטאטשירט צי איר)
די געכאפטע הארנעט איז געווען גרעסער ווי 2 אינטשעס
נעכטן האבן די אגריקולטור עקספערטן אטאקירט דעם נעסט און און עס חרוב געמאכט.
אפאר חדשים צוריק איז געגאנגען וויירעל א ווידיאו ווי א אזיאנע הארנעט אטאקירט א מייז און נאך א לענגערע צייט זיך אמפערן האט דער הארנעט גע'הרג'עט דעם מייז.
זעהט דא דעם שרעקעדיגע קליפ ווי דער הארנעט רצח'ט דעם מייז