ראשית האט געשריבן:וויזוי ספעלט מען "וואו עיר" אויף ענגליש?
Wow Air
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
eller האט געשריבן:ניו יארק – די "וואו עיר" לופטליניע פון אייסלאנד האט געמאלדן, אז זי וועט אנהויבן צושטעלן רייזעס פון ניו יארק סיטי, קיין ארץ ישראל, פאר'ן פרייז פון בלויז 149 דאלאר. די פירמע איז באקאנט מיט אירע ביליגע עראפלאן רייזעס פון אמעריקע קיין אייראפע, פאר בלויז 99 דאלאר אדער צומאל אפילו 69 דאלאר. די פירמע זאגט אז אירע נייע רייזעס קיין ארץ ישראל וועלן זיך אנהויבן אין סעפטעמבער. עס וועט קאסטן 149 דאלאר פאר א וואן וועי טיקעט פון ניו יארק, באסטאן, שיקאגא, טאראנטא, און מאנטריאל, קיין ארץ ישראל. אויך וועט מען קענען פליען פון לאס אנדזשעלעס און סאן פראנציסקא, פאר א פרייז פון 199 דאלאר איין וועג, און פאר בלויז 99 דאלאר פון אייסלאנד. די נייעס איז ספעציעל פאזיטיוו פאר חרדי'שע רייזנדע, ווייל די דערמאנטע שטעט און לענדער זענען אפטע דעסטינאציעס פאר ארטאדאקסישע אידן.
דער איד דעלי
גיי שויןGuy who attacked a yid yesterday in LA גיי האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/rvr0j6pekmlz3lt/2017-05-22-VIDEO-00000154.mp4?dl=0
eller האט געשריבן:אין א גאר אינטערסאנטע שטודיע קומט ארויס זייער אינטערסאנטע ציפערען פון אידן אין אמעריקע
ס'איז דא 90% ווייסע אידן
2 פערצענט שווארצע
4 % לאטינאס
2 % אזיאנע
איינער ווייסט ווי ס'איז דא אזוי סאך טונקעלע אידן ? (אפשר גאר אבאמא ???)
eller האט געשריבן:שיכון סקווירא ארימסטע שטאט אין ניו יארק
א באריכט אינעם ״יו.עס.עי. טודעי״ ברענגט נאך אן אויספירליכע שטודיע איבער דעם פינאנציעלן צושטאנד פון אלע טאונס אין ניו יארק, וועלכע צייגט אז די טאון פון שיכון סקווירא איז דאס ארימסטע אין ניו יארק, נאכגעפאלגט דורך קרית יואל וועלכע איז די צווייט-ארימסטע.
דער באריכט זאגט אז איבער 70 פראצענט פון די איינוואוינער אין שטעטל געפינען זיך אונטער די לעגאלע ״ארימקייט ליניע״, וואס שטייט ביי אן איינקונפט פון ארום 15,000 דאלאר יערליך פאר יחידים און 20,000 דאלאר פאר פארפעלקער.
די שטודיע צייגט, אז די דורכשניטליכע יערליכע פארדינסט פון א פאמיליע אינעם שטעטל שטייט ביי 21,773 דאלאר, אין פארגלייך צו דעם אלגעמיינעם דורכשניט אין ניו יארק, וואס שטייט ביי א יערליכן איינקונפט פון 60,741 דאלאר.
סקווירא ווערט נאכגעפאלגט דורך קרית יואל, וועלכע איז די צווייט ארימסטע טאון און די דורכשניטליכע יערליכע פארדינסט שטייט עטוואס העכער ביים ארום 26,000 דאלאר פער פאמיליע. (פיינע נייעס)
זאל דער אויבערשטער אפהיטן