מעלדונג איבער נייע פארום "אקטועלע נייעס"

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

יישר כח אלע מנהלים פאר די ארבעט לטובתינו.

איין הערה נאר, אויב מען ליינט אן אשכול אין די פארום, ווען אין די צייט איז שוין דא נאך תגובות וואס איז נאכנישט באשטעטיגט און אפען פאר די פובליק, ווען מען קומט צוריק קומענדיגע מאל צו די ערשטע אומגעליינטע תגובה, גייט עס צו די ערשטע תגובה וואס איז נאכנישט געווען געשיקט די פריערדיגע מאל בכלל, דארף מען ארויפסקראלן זעהן צו עס איז אינדערצווישן אריינגעקומען פרישע תגובות פון פריער.

א יישר כח נאכאמאל פאר אייער ארבעט שטענדיג, און יעצט ספעציעל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גוטע פוינט... כאבעס באמערקט אפאר מאל היינט... איך בין אבער נישט געווען זיכער צו ס'ווערט רויט נאכן אפראוון צו נישט, סאט מיר אויסגעקוקט אז רויט ווערטעס נאכן אפראוון...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ישר כח פאר די מנהלים פאר די ארבעט וואס ווערט אריין געלייגט דא.

לגבי דעם פארום, אין מיינע אויגן דארף עס הייסן האקעלע נייעס, רוב אקטועלע נייעס וועלן בדרך הטבע נישט אנקומען דא, די וועלט איז צו אינסטענט פאר אזא זאך.
חוץ די וואס די מנהלים וועלן דא אריין שטעלן צוליב סענסיטיוויטי.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

ענדע געטראפן דעם פארום, נישט געוואוסט אז ער זיצט גאר אויבן-אן העכערן באלקן.
שוין געמיינט אז איך בין גאר אויסגעשלאסן פון דעם.

נו גוט.


א דאנק אייך פארוואלטער.

און נאכאמאל, דאס איינציגסט פלאץ וואו מען קען שרייבן און זיך שפירן נישט אין דער פרעמד. איז דא, אייוועלט.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

א גרויסע ישר כח פאר די מנהלים, אחרים, אין יעדער וואס איז אינוואלו
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פארוואס ריקט מען נישט אריבער דעם דאזיגן אשכול אין די מעלדונגען באקסל ?
ס'מאכט מיר נערועיז ווען איך קום אריין אין די וועלטליכע נייעס פארום
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אזוי ווי איך קריטיקיר נישט קיינמאל נעם איך די רעכט פאר אפאר ווערטער.

קודם כל בין איך זייער דאנקבאר פאר די הנהלה פארען צושטעלן אזא געשמאק פלאץ אומזינסט און איך פארשטיי די שריט וואס מען האט גענומען אבער עס מאכט מיר פערזענליך זייער שווער דאס שרייבען פאר א סך סיבות.

די נאמבער איינס פראבלעם איז די פאקט אז רוב נייעסער ענדיגט זיך נאך צען ווערטער, אבער מיט א שרייבערישע טאלאנט קענסט עס פארלענגערן צו זעקס פעיזשעס און נאך אלס נישט צו קימען צום ווארט.

נייעס דא איז מען געוואוינט צו באקומען שטייטליך און עס בויעט זיך צוביסליך מיט איין תגובה און נאך א תגובה, און מיט די נייע סיסטעם אז מען שרייבט שוין יא עפעס ווערט עס פארלוירען פון די שמועס ווייל ווען מען ענדיגט שרייבען זעהסטו בכלל נישט דיין תגובה, יעצט דארפסטו ווארטען אז עס זאל ווערן עפראווד און דאן זעהן א תירוץ אדער א קאמענט איבער דיין תגובה און טאמער ווערט עס נישט עפראווד איז עס א מניח מעותיו על קרן צבי.

מיר גייט נישט אן אויב מיין תגובה ווערט געמעקט אויב עס איז נישט גוט, מיר גייט אן אז עס קומט בכלל נישט ארויף. בקיצור, איך ווייס נישט אויב מען גייט מיר פארשטיין אדער נישט אבער קודם שיק איך.
לעצט פארראכטן דורך מטעמים אום דינסטאג יוני 06, 2017 10:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מטעמים טייערע, אביסעל שווער צו פארשטיין... זיי דיך אביסעל בעסער מסביר וואס באדערט דיך?
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחראי »

מטעמים האט געשריבן:אזוי ווי איך קריטיקיר נישט קיינמאל נעם איך די רעכט פאר אפאר ווערטער.

קודם כל בין איך זייער דאנקבאר פאר די הנהלה פארען צושטעלן אזא געשמאק פלאץ אומזינסט און איך פארשטיי די שריט וואס מען האט גענומען אבער עס מאכט מיר פערזענליך זייער שווער דאס שרייבען פאר א סך סיבות.

די נאמבער איינס איז די פאקט אז רוב נייעסער ענדיגט זיך נאך צען ווערטער, מיט א שרייבערישע טאלאנט קענסט עס פארמערן צו זעקס פעיזשעס און נאך אלס נישט צו קימען צום ווארט.

נייעס דא איז מען געוואוינט צו באקומען שטייטליך און עס בויעט זיך מיט איין תגובה און נאך א תגובה, און מיט די נייע סיסטעם אז מען שרייבט שוין יא ווערט פארלוירען די שמועס ווען מען ענדיגט שרייבען און נאכדעם גארנישט , יעצט דארפסטו ווארטען אז עס זאל ווערן עפראווד און טאמער ווערט עס נישט עפראווד איז עס א מניח מעותיו על קרן צבי.

מיר גייט נישט די מעקן אויב מיין תגובה איז נישט גוט, מיר גייט אן אז עס קומט בכלל נישט ארויף. בקיצור, איך ווייס נישט אויב מען גייט מיר פארשטיין אדער נישט אבער קודם שיק איך.

עס איז טאקע א פראבלעם און מיר פארשטייען עס, ווען וועל"ט וואלט ווען געווען וועלט און מען וואלט געהאנדלט מיט בלויז באזעסענע מענטשן וואס זוכן זיך אויסצושמועסן אויף אן ערוואקסענעם שטייגער וואלט דאס נישט געדארפט צו געשעהן.

נאר אזויווי עס איז א שעת חירום האט מען געמוזט אויפקומען מיט א עצה צו איינהאלטן די טענער אז מען זאל קענען געהעריג הנאה האבן אן זיך אפבריען.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:מטעמים טייערע, אביסעל שווער צו פארשטיין... זיי דיך אביסעל בעסער מסביר וואס באדערט דיך?

איך האב געעדיט מיין תגובה, ליין עס איבער.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לויט ווי איך זע באשטייט דערווייל די אקטואלע נייעס עפי"ר פון (איין) סענסיטיווע נושאים, מיטן אויפטו אז תגובות ברויכן צו ווערן אפראווד.
איז אויב אזוי קען מען דאך אהערברענגען פילע אנדערע אשכולות אפילו אזעלכע וואס זענען אין דער פארגאנגענהייט געווארן אראפגענומען.

פארשטיי איך גוט?
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א באגריסענדע שריט!

זאל זיין מיט הצלחה.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

וויפיל פראצענט פראבלעמאטישע תגובות ווינציגער ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

איז דא א חשבון וויפיל נארישע תגובות ווייניגער זענען געשיקט געווארן דורך די שרייבער
נאכן וויסן אז מען וועט נישט אנעמען סתם ווילדע שרייבעריי
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ווייניגער פון האלב תגובות זענען אפראווד געווארן, און דעיס איז שוין נאך וואס ס'ווערט שוין געשריבן ווייניגער אומרעלעוואנטע תגובות, צוליב אפראוועל סיסטעם.

איין קליינע פראבלעם מאכט זיך נאר, אז וויבאלד ס'איז א בחינה פון תליא בשודא דדיינא, וועט זיין צומאל געוויסע סארט תגובות וואס איין אחראי וועט יא אפראוון און א צווייטער נישט, קען זיך מאכן א רושם ביי איינעם, אז זיינע תגובות אפראווד מען נישט, און אנדערע תגובות בדומה האט מען יא אפראווד.

דער תירוץ איז אבער מובן כנ"ל, אז א זאך וואס איז תלוי בהבחנה קען יעדער אנקוקן אנדערשט.

ווי כ'האב פריער געזאגט פאר אן אחראי, דעיס אז מ'באקום מיר טענות פון ביידע זייטן איז א ראי' אז מיר זענען פעיר און בעלענסד...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פונקט ווי אלעמאל, אסאך האבן טענות אז זיי מעקט מען און אנדערע נישט, א מענטש איז נאר א מענטש, נישט מעגליך יעדן צופרידנצושטעלן 100%
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

קוידעם א גרויסע ישר כח פאר אלע וואס האבן אריינגעלייט כוחות אינעם נייע פארום "אקטועלע נייעס"


ווילאנג איז אין פלאן דעיס זאל זיין?
חוץ די כינוס גייען נאך אשכולות אהין פליען?

(אפשר קען מען דארט צירוק עפענען "נייעס אין קרישקעלעך פין קרית יואל"
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווארשיינליך וועלן נאר אריינגיין טעמעס וואס האבן אן עקספייערעישן דעיט... די ק"י אשכול קען אנגיין יארן...

שנית, דארט וועלן נאר אריינגיין טעמעס וואס איז נוגע גאנץ כלל ישראל, יעדער איז פארנומען דערמיט און מענטשן ווילן עס מיטהאלטן אויף א ריינע פלאץ... סתם דעבאטעס וואס איז אינטערעסאנט פאר אפאר ניקס וועלן לכאורה נישט אריינגיין...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

און פארגעסן נאך א פוינט... די אחראים קענען זיין ביזי מחליט זיין וואס די פאקטן זענען, נאר ביי א זאך וואס יעדער זעהט... דער רב איז געקומען, דער שרייבט א בריוו, ער רעדט און ער טוט... אין די ק"י נייעס אשכול האט יעדע פאקט דריי צדדים... איך זעה נישט וויזוי סאל קענען געשעהן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווייניגער פון האלב תגובות זענען אפראווד געווארן, און דעיס איז שוין נאך וואס ס'ווערט שוין געשריבן ווייניגער אומרעלעוואנטע תגובות, צוליב אפראוועל סיסטעם.


ס'אומגלויבליך, איז דא פראוו אויף דעם?
כאטש וואס מען שיקט אריין די תגובה צו אפראווען איז נאך אלץ דא מער ווי איינמאל אזוי סך פון וויפיל עס בלייבן, תגובות וואס דארפן גיין אין מיסט, אנבעליוועבעל
וואס טראכטן די שרייבער בעפארן דריקן דעם שיק קנעפל ?
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

טראכט מען דען?
ווען מטראכט ווען וואלט אויסגעקוקט גאנץ אנדערט דא!!!


(יא שיקען, נישט שיקען, יא שיקען, - זאל זיין שיק)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך בין נישט זיכער צו אלי רעדט פון אווער אלל בנוגע דעם כינוס, אדער פון אקטועלע נייעס פארום...

אווער אלל זענען מער תגובות נישטא דארט ווי יא, אבער אין די פארום מיין איך אז מער זענען איא אדורך... מ'האט ווייניגער געשריבן... קען זיין איך מאך א מיסטעיק, כעלעס נאכקוקן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

עטליכע מאל האב איך שוין געהאט געשריבען תוכן'דיגע תגובות וואס זענען נישט עפראווד געווארן מחמת סיבה לא ידועה, עס נעמט פשוט אוועק די חשק צי שרייבן.
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

לחם לשובע האט געשריבן:עטליכע מאל האב איך שוין געהאט געשריבען תוכן'דיגע תגובות וואס זענען נישט עפראווד געווארן מחמת סיבה לא ידועה, עס נעמט פשוט אוועק די חשק צי שרייבן.

עגרי...
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לחם, איך קען נישט אויפזוכן נישט אנגענומענע תגובות, סיז שטארק מעגליך אז סיז טאקע אוועקגעפאלן א תגובה דא דארט, נאך אלעם האט מען אפראווד הונדערטער תגובות אין אפאר טעג... אבער עפ"ר האט מען געוואטשט סאל נישט געשעהן און סיז נישט געשעהן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

כ'זעה אז ס'דויערט זייער לאנג פונעם אפשיקן דעם תגובה ביז ס'ווערט ארויפגעשטעלט אויפ'ן סיסטעם
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”