נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

Rak Tov האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין 2004 למספרם האט א באקאנטע אידישע קהילה אין אפסטעיט ניו יארק אפגעקויפט א 100 אקער לאנד באדן אין פאנאמא ווילעדזש און געזוכט אויפצובויען א רייע רעליגיעזע צענטערן הויפטזעכטליך א כולל און א מכון בית הוראה אין וועלכע יונגע תלמידי חכמים וועלן לערנען הוראה און אויסשטייגן דיינים און פירן דארט דיני תורה

איז א סוד ווער דו באקאנטע אידישע קהילה און כולל איז?

קוק צוויי תגובות ארויף.

כ'פארשטיי נישט קיין נסתר, שטייט דארט ווער די קהילה איז?

viewtopic.php?f=6&t=37083&p=2512833#p2509204

מכון להוראה ?
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

טארטיקוב שטייט דארט.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

כל טוב האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין 2004 למספרם האט א באקאנטע אידישע קהילה אין אפסטעיט ניו יארק אפגעקויפט א 100 אקער לאנד באדן אין פאנאמא ווילעדזש און געזוכט אויפצובויען א רייע רעליגיעזע צענטערן הויפטזעכטליך א כולל און א מכון בית הוראה אין וועלכע יונגע תלמידי חכמים וועלן לערנען הוראה און אויסשטייגן דיינים און פירן דארט דיני תורה

איז א סוד ווער דו באקאנטע אידישע קהילה און כולל איז?

קוק צוויי תגובות ארויף.

כ'פארשטיי נישט קיין נסתר, שטייט דארט ווער די קהילה איז?

עפעס הער איך איז געווען א פסק איבער די לאוסוט פון טארטיקוב ווס. פאמאנע.
קען אפשר איינע פון אונזערע עקספערטן אריינקומען ביטע מיט די פונקטליכע דעטאלן איבער די קעיס?
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

קאניאק האט געשריבן:עפעס הער איך איז געווען א פסק איבער די לאוסוט פון טארטיקוב ווס. פאמאנע.
קען אפשר איינע פון אונזערע עקספערטן אריינקומען ביטע מיט די פונקטליכע דעטאלן איבער די קעיס?

אפאר תגובות צוריק וועסטו טרעפן א הערליכע באריכט פון הכל הבל.
viewtopic.php?p=2510178#p2510178
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויסצוהערן א קעיס דורך עלטערן אין אן ארעגאן שולע וועלכע באקלאגן זיך איבער די ארטיגע סקוטל דיסטריקט פאליסי צו ערלויבן תלמידים/ות משונות אנצוגיין אין שולע מיט זייער געמיינע לעבנסשטייגער טראץ די שוועריקייטן וועלכע עס שאפט פאר די איבריגע סטודענטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער ווארפט אפיציעל ארויס קלאגע אקעגן מייקל פלין אין רעזולטאט פון טראמפ באגאנדיגונג
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער ווארפט אפיציעל ארויס קלאגע אקעגן מייקל פלין אין רעזולטאט פון טראמפ באגאנדיגונג

אינטערעסאנט אז די ריכטער האט נישט געלייגט קיין סטעי אויף די פארדן...
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין זייער סאמע ערשטע אורטייל די איצטיגע טערמין האט די סופרים קאורט אקארשט געאורטיילט אין די פאלגענדע קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א צייט צוריק

אין די וועלט פון מעדיצין און דראג פרעסקריבשאן'ס איז באקאנט די ראלע וואס פארמאסי בענעיטן מענדזשערס שפילן
אין קורצן איז זייער אקראנים PBM זיי זענען די פארהאנדלער צווישן העלט קעיר פלענס און פארמאסיס איבערן לאנד און טוען דיקטירן פילצאליגע פארמאסי פאליסיס און ראטעס ווי באשטימען א מאקסימום ערלויבטע קאסט ליסטע וועלכע באשליסט אויך צוריקצאלונג ראטעס וועלכע פארשפרייטן נאכגעמאכטע דראגס און מעדיצינען פאר ביליגערע פרייזן פון די אריגינעלע ברענדס

די פראבלעם האט זיך געשאפן אז אין רעזולטאט פון געוויסע קאנטראקטן צווישן די PBM'ס און א רייע פארמאסי'ס זענען אנדערע פארמאסיס'ס שווער באטראפן געווארן הויפטזעכטליך אין רורעל געגנטער און די ארקענסאו לעגיסלאטור האט באשלאסן צו אדרעסירן די פראבלעם און געשטימט צו רעגולירן די מאכט פון די מענעדזשערס

א גרויסע פארמאסיוטיקל קעיר מענעדזשמענט אסאסיאציע האט אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט מיטן ארגומענט אז די ארקענסאו געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן און פארבאטן סיי אונטער די ארבעטער רעטיייערמענט אינקאם סעקיוירטי אקט פון 1974 למספרם (ערייסא איז איר אקראנים) און סיי דורך די מעדיקעיר פארט די געזעץ

די דיסטריקט געריכט האט געפונען אז די ארקענסאו געזעץ איז יא אין איינקלאנג מיט מעדיקעיר פארט די אבער איינגעשטימט אז די ערייסא געזעץ פארבאט געוויסע טיילן פון די ארקעסנאו געזעץ

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום אכטן קרייז געריכט וועלכע האט געאורטיילט אז די סטעיט געזעץ גייט אקעגן ביידע אויבנדערמאנטע געזעצן

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און באשטימט מונדליכע ארגומענטן אויף אקטאבער 6 למספרם

אצינד האט די 0-8 אורטייל געלאנדעט געשריבן דורך ריכטערין סאטאמאיאר וועלכע שרייבט אז די סטעיט געזעץ איז יא אין איינקלאנג מיט די עריסא געזעץ

ריכטערין בערעט האט נאכנישט אנטייל גענומען אין די קעיס
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 10:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די צווייטע סופרים קאורט אורטייל אינעם נייעם טערמין איז א קעיס וועלכע מיר האבן נאך קיינמאל נישט באשריבן איז אט האט איר

אונטער די פעדעראלע געזעץ אפגעטיילט ציווילע געזעץ פון מיליטערישע געזעץ ווען קאנגרעס האט אוועקגעשטעלט א סיסטעם אונטער וועלכע די מיליטער פארמאגט א זעלבסטשטענדיגע יוסטיץ סיסטעם וועלכע לויפט פאראלעל אבער היבש אנדערש פון די ציווילע יוסטיץ סיסטעם און די מיליטער האט זיך איר אייגענע יורידישע געזעץ בוך, ווירטשאפט און אינפארסירונג

אין אלגעמיין קען מען אין די מיליטער זיך באקלאגן אויף אנדערע ביז 5 יאר פון ווען אן אינצידענט האט אנגעבליך פאסירט און דערנאך פארלירט מען די רעכט צו קלאגן אונטער א סטעטשו אף לימיטעישאנס מיטן אויסנאם פון פארשוואונדן ווערן אין צייט פון קריג און ענליכע פארלעצונגען

אין 1986 למספרם האט קאנגרעס אמענדירט די אויסנאם טייל פון די געזעץ אז זי זאל אויך איינשליסן אזעלכע פארברעכן אויף וועלכע מען קען באקומען טויט שטראף אז אויך זיי זאל מען קענען קלאגן יארן נאכן אינצידענט

אין די צייט וואס קאנגרעס האט איינגעשטעלט אט די טויש איז פיזישע איבערפאל און אביוז געווען א פארברעך פאר וועלכע מען האט געקענט באקומען טויט שטראף און איז דעריבער געווארן נכלל אין די 1986 למספרם אמענדמענט

אין 1977 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז צו פאראורטיילן צום טויט, באשולדיגטע אין פערזענליכע איבערפאל און אביוז גייט אקעגן די אכטע אמענדמענט און די פארברעך איז דאן אראפגעפאלן פון די טויט שטראף מעגליכקייט

נו, וויבאלד קאנגרעס אין 1986 למספרם האט נישט אויסגערעכנט ספעציפישע פארברעכנס נאר גענוצט די אלגעמיינע טערמין פון "קאפיטאל שטראף" וואס באדייט סיי וועלכע פארברעך מען קען אויסשטיין טויט שטראף דערויף איז דאך מיט די סופרים קאורט פסק פערזענליכע איבערפאל און אביוז אין די מיליטער לכאורה צוריק אונטער די אלגעמיינע סטעטשו אף לימיטעישאנס

דאס צו פאררעכטן האט קאנגרעס דורכגעפירט א פרישע געזעץ קלארצושטעלן אין ליכט פון די סופרים קאורט אורטייל אז הגם פערזענליכע איבערפאל און אביוז איז מער נישט א טויט שטראף פארברעך זאל עס פארט נישט פאלן אונטער די סטעטשו אף לימיטעישאנס

איז דאך אלצדינג אין פלאץ, ריכטיג? ניין, נישט ממש, ווייל ווען קאנגרעס האט זיך באכלעפטשעט איינצושטעלן די פרישע געזעץ איז שוין געווען 2006 למספרם..

איז די מיליאן דאלער פראגע וואס מען טוט פאר אזעלכע פארלעצונגען באגאנגען צווישן די יארן 1977 למספרם אין 2006 למספרם וועלכע זענען געווארן געקלאגט 5 יאר אדער מער נאכן אינצידענט

זעלבסטפארשטענדליך אז אזעלכע אינצידענטן זענען פארגעקומען און מער ווי איין פאל און צוויי אזוינע קעיסעס זענען געווארן צוזאמגעשמאלצן אין איין גרויסע קעיס

איינע פון די צוויי האנדלט זיך פון א געוועזענע ליוטענאנט קאלאנעל מיטן נאמען בריגס וועלכע האט זיך דערקלערט שולדיג אויף אזעלכע פארברעכנס און געווארן פאראורטיילט צו פינף מאנאטן טורמע אבער האט עס שפעטער אפעלירט מיט די טענה אז מען האט אים קיינמאל נישט אויפמערקזאם געמאכט אז ער קען פארלאנגען אז מען זאל ארויסווארפן די קעיס צוליב סטעטשו אף לימיטעישאנס צוליס וואס די פארברעך איז געווארן דורכגעפירט אום 2005 למספרם (פונקט אין די גוטע צייט, א יאר פאר עס איז צי שפעט..)

די עיר פאורס קרימינאלע אפעלאט געריכט האט אבער אפגעווארפן זיין טענה שרייבנדיג אז איצט איז שוין צי שפעט און ער האט געזאלט אליינס אויפברענגן די טענה דורכאויס זיין פראצעס

בריגס האט דערנאך ווידעראמאל אפעלירט זיין קעיס דאסמאל צו די ארמד פאורסעס אפעלאט געריכט וועלכע האט עס אקצעפטירט אויסצוהערן

די ארגומענט פון די רעגירונג איז געווען אז ווען קאנגרעס האט געשטימט אין 2006 למספרם אז אביוז פאלט נישט אונטער די סטעטשו אף לימיטעישאנס האבן זיי געשריבן די געזעץ חל צו זיין למפרע אויך אויף פארברעכן באגאנגען בעפאר 2006 למספרם

לויט די סופרים קאורט פרעצעדענט גייען נישט פריש געשריבענע קאנגרעס באשטעטיגטע געזעצן אויף צוריק בלויז אין פאל די שפראך אינעם געזעץ טוט קלאר אנדייטן אז דאס איז וואס זיי ווילן

דא אין די פאל שטייט בלויז א אז אזעלכע סארט פארברעכן "זאלן ווערן פראצעסירט צו יעדע צייט אן קיין שום סטעטשו אף לימיטעישאנס"

די רעגירונג מאכט איר קעיס זאגנדיג אז עס איז אנדערש ווי ווען קאנגרעס שטימט אויף א געזעץ צו פארלענגערן אדער פארקורצערן די סטעטשו אף לימיטעישאנס אויף א ספעציפישע פארברעכן וואס דאן באדייט עס אז קאנגרעס "האט באשלאסן צו טוישן א געזעץ" וואס דאן איז עס בלויז חל אויף להבא

אנדערש אז אבער אין די איצטיגע פאל ווען קאנגרעס האט ארגינעל געהאט באשטעטיגט אז די דאזיגע פארברעכן האט נישט קיין לימיטעישאנס (אין 1986 למספרם לויט די דעמאלטסדיגע סטאטוס אז מען קען באקומען דערויף טויט שטראף) נאר שפעטער ווען די סופרים קאורט האט קלארגעשטעלט אז מען קען נישט טייטן דערויף האט קאנגרעס געהאלטן אז די פארברעך געניסט ווייטער נישט פון קיין לימיטעישאנס און עס האט פשוט געדויערט אביסל צייט אז קאנגרעס זאל איינזעהן די "נויט פון פשוט קלארשטעלן אינעם געזעץ אז זייער שטעלונג איבער די לימיטעישאן פראגע ווערט נישט אפעקטירט דורך די סופרים קאורט אורטייל"

אין אנדערע ווערטער איז עס נישט קיין "נייע געזעץ" וועלכע איז גילטיג פון 2006 למספרם און ווייטער נאר א קלארשטעלונג אז ווען זיי זאלן ווען וויסן צוריק אין 1986 למספרם וואס די סופרים קאורט וועט שפעטער אורטיילן וואלטן זיי שוין דאן קלאר געמאכט אינעם ביל וואס זיי האבן געשריבן אינעם 2006 למספרם ביל און דעריבער גייט די 2006 למספרם ביל אויך למפרע

די ארמד פאורסעס אפעלאט געריכט האט אבער געשריבן אז אויב קאנגרעס וואלט דאס געוואלט וואלטן זיי עס געקענט קלאר ארויסשרייבן אין זייער 2006 למספרם געזעץ און צוליב דעם אנידערגעשטימט די אורטייל פון די נידריגע אפעלאט געריכט שרייבנדיג אז לויט די פארשריפטן וואלט די מיליטערישע ריכטער וועלכע האט פארפיגט אויפן פראצעס געזאלט איינמעלדן פאר בריגס איבער די סטעטשו אף לימיטעישאנס מעגליכקייט און ווען ער וואלט עס געטוהן וואלט בריגס געקענט בעטן מען זאל ארויסווארפן די קעיס צוליב וואס לויט ווי געזאגט איז די מיינונג פון די געריכט אז פארברעכער וועלכע האבן "אריינגעכאפט" צו באגיין אביוז צווישן 1986 למספרם און 2006 למספרם קענען ווערן פריי געלאזט אין פאל מען האט זיי נישט געקלאגט אין די ערשטע פינף יאר

די רעגירונג האט עס אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און האט אויסהערגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 13 למספרם

איידער מען לאזט זיך אריין אין די ארגומענטן איז וויכטיג אונטערצושטרייכן אז די סופרים קאורט אורייל פון 1986 למספרם האט אדרעסירט די לימיטעישאנס סטעטשו פון טויט שטראף פאר איבערפאל אין אלגעמיין אבער נישט ספעציפיש געזאגט אויב זייער אורטייל איז אויך גילטיג פאר די מיליטער

אין לויף פון די ארגומענטן האבן ביידע זייטן געמוטיגט די געריכט אוועקצושטיין פון די פראגע אויב יענע אורטייל האט געמיינט די מיליטער אדער נישט (און אנשטאט גיין מיט די הנחה אז עס האט יא מחייב געווען די מיליטער נאר אנשטאט זאל מען זיך אויסקריגן אויב די שפעטערע קאנגרעס געזעץ גייט למפרע אדער נישט)
עס קען אבער יא זיין רעלעוואנט צו האלטן אן אויג אויף די פראגע אין פאל עס וועלן נישט זיין קיין 4 ריכטער (די קעיס איז דאך פארנט פון אן אכט ריכטער באנק) וועלכע וועלן זיך קענען פאראייניגן און באשליסן אויב די קאנגרעס געזעץ גייט למפרע צו נישט און וועלן מעגליך זי יא אריינלאזן אין די פראגע צו מעגליך זענען די באשולדיגטע סייווי שולדיג זינט די סופרים קאורט אורטייל איז נישט כולל די מיליטער

צוריק צו די ארגומענטן האט סאליסיטאר דזשענעראל דזשעפרי וואל אנגעהויבן מיטן בעהטן די ריכטער אויסצוטייטשן די מיליטערישע געזעץ וועלכע שרייבט אז טויט שטראף סארט פארברעכן פאלן נישט אונטער קיין לימיטעישאנס אז דאס באציהט זיך צו פארברעכנס וועלכע "קענען" באקומען טויט שטראף אונטער די "מיליטערישע געזעץ"

עס איז וואר אז אין איין טייל פון די מילטערישע געזעץ שטייט אז אין אלגעמיין זאל מען נישט גיבן טויט שטראף פאר איבערפאל אבער אין א צווייטע טייל שטייט אז די מעגליכקייט צו גיבן טויט שטראף אין פעלער פון איבערפאל בלייבט אפן

איי די סופרים קאורט האט געשריבן אז די אכטע אמענדמענט פארבאט טויט שטראף פאר אזעלכע פארברעכן אין אלגעמיין? (און די פראגע צו יענע אורטייל שליסט אויס די מיליטער איז דאך עפעס פון וואס קיינער וויל נישט איצט רעדן ווי פריער ערווענט)

טענה'ט וואל אז ווען די מיליטער געזעץ בוך רעדט איבער פארברעכן וואס מען קען קריגן אויף זיי טויט שטראף רעדט זי פון איר אייגענע געזעץ בוך און נישט פון די אלגעמיינע געזעץ וועלכע איז אינדרויסן פון מיליטער (דהיינו די אכטע אמענדמענט)

ריכטערן קעיגען האט אריינגעהאקט און ארויסגעברענגט אז די ווערטער "פארברעכן וואס מען קען באקומען טויט שטראף" איז לויט איר עפעס וואס דעקט אלע פעדעראלע געזעץ און אויב איז דא איין געזעץ (די אכטע אמענדמענט) וועעלכע פארבאט טויט שטראף האט די מיליטערישע כלל פון לימיטעישאנס אויך יענץ גענומען אין רעכענונג

וואל איז נישט געווען צופרידן דערפון אבער קעיגען האט אים געווארפן אן היכי תמצי פון א קאנגרעס געזעץ וועלכע זאל ווען שרייבן אז די פאר אזא פארברעך טאר מען נישט באשטראפן מיט טויט אונטער "קיין שום געזעץ"

וואל האט רעזיגנירט אז אויף אזא פאל וואלט עס מעגליך געווען אנדערש ווייל עס וואלט געשאפן א דירעקטע קאנפליקט צווישן די די מיליטערישע טייל וועלכע ערלויבט טויט שטראף אין געוויסע פעלער און די קאנגרעס פראוויזיע

ריכטער קעווענאו האט שפעטער געגעבן נאך א שאנס פאר וואל צו ענטפערן קעיגען'ס פראגע און וואל האט בעסער ערקלערט זיין פאזיציע אנערקענענדיג אז וויל אויסבעסערן זיין ארגינעלע רעאקציע צו די קעיגען פראגע און קלארגעשטעלט אז ווען קאנגרעס זאל ווען שרייבן זייער געזעץ קלאר כולל צו זיין די מיליטער וואלט ער מעגליך איינגעשטימט אדער אמווייניגסטנס געהאט א שווערערע קעיס

קעווענאו האט אבער געמאכט אן ענליכע אבזערוואציע צו ריכטערין קעיגען און ארויסגעברענגט אז די מיליטערישע געזעץ וועלכע רעדט איבער פארברעכן וואס מען קען קריגן אויף זיי טויט שטראף שרייבן זיי נישט אז זיי באציעהן זיך בלויז צו די מעגליכקייט פון באקומען טויט אונטער די מיליטערישע געזעץ און דערפון איז משמע אז זיי באציעהן זיך אויך צו אנדערע פעדעראלע געזעצן

אצינד איז די אורטייל ארויס

ריכטער אליטא האט איצט געשריבן די 8-0 אורטייל אז מען קען יא קלאגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

און צום דריטן מאל

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט איבער א קעיס וועלכע מיר האבן ברייט באשריבן א צייט


אט האט איר:
צוריק די סיסטעם פון אנפולן יורידישע בענק אויפן פעדעראלן שטאפל איז אויסגעשטעלט אז דער פרעזידענט נאמינירט קאנדידאטן אויף לעבנסענגליך און די לעגיסלאטיווע פליגל (די סענאט) באשטעטיגט אדער ווארפט אפ די נאמינאציע

ווען עס קומט צו סטעיט ריכטער איז די איינפיר אין מיינסטנס פעלער אז די ריכטער שטעלן זיך זעלבסט ארויס אלץ קאנדידאטן און לויפן געהעריג אונטער פאליטישע פארטייען און ווערן ערוועלט צו באשטימטע טערמינען מיט די מעגליכקייט צו לויפן פאר ווידערערוויילונג

אן אויסנאם איז די סטעיט דעלעוויער וועלכע איז זייער אייגנארטיג מיט זייער סיסטעם

ביי די יערליכע קאנסטיטוציע קאנווענשאן אין 1897 למספרם האבן די קאנווענשאן פירער היציג באהאנדלט די פראגע ווי אזוי ריכטער ווערן געשטעלט און קאנווענשאן פרעזידענט דזשאן ביגס האט ערקלערט זיין פאזיציע אז ריכטער זאלן נישט געשטעלט ווערן פארנט פון די וויילער ווייל דאס וועט באדייטן אז זיי וועלן אורטיילן באזירט אויף פאליטישע חשבונות און עס איז געווארן רעקאמענדירט דוטרך די דעלעגאטן צו טוישן די קאנסטיטוציע און צוטילן די מאכט פון קלויבן ריכטער צום גאווערנאר און די נאמינאציע זאל דערנאך באשטעטיגט ווערן דורך די סטעיט סענאט

שפעטער האט מען פארגעזעצט צו דעבאטירן ווי אזוי צו פארזיכערן אז די נייע איינפיר איז די מערסטע אומפארטייאיש וואס מעגליך און מען איז געקומען צו אויספיר אז מען זאל פשוט באגרעניצן די צאל ריכטער מיט וועלכע איין פארטיי קען דאמינירן די געריכט בענק

די אויבנדערמאנטע פראוויזיע איז דורך ערנסטע דעבאטעס ווען טייל האבן עס אויסגעלויבט אלץ אעפעס וועלכע וועט באלאנסירן פארטייאישקייט בעת וואס אנדערע האבן פארפירט אז איינמאל די באנק גרייכט די מאקסימום פון איין פארטיי וועט די געזעץ פארלאנגען אז פון איצט און ווייטער טאר נמען נישט נאמינירן פון יענע פארטיי און דאס באדייט אז די געזעץ מישט קלאר אריין פארטיי אינעם סיסטעם

עווענטועל האט די פראוויזע איבערגעלעבט און עס איז געווארן טייל פון די סטעיט קאנסטיטוציע

שפעטער אין 1951 למספרם איז געווארן צוגעלייגט א רייע גאר אינטערסאנטע באגרעניצונגען

1) אויף די סטעיט סופרים קאורט וועלכע פארמאגט פינף בענקלעך זאלן דריי זיין פון איין "הויפט" פארטיי און צוויי פון די אנדערע "הויפט" פארטיי (אין אנדערע ווערטער מוז סיי ווער עס גיבט אריין אן אפליקאציע צו ווערן באטראכט דורכן גאווערנאר פאר א ריכטער סופרים קאורט ריכטער פאזיציע זיין רעגיסטרירט אלץ רעפובליקאנער אדער דעמאקראט)

די זעלבע אינטערסאנטע פארשריפט איז אויך גילטיג פאר א רייע נידריגערע סארט געריכטן

באזונדער דארף מען זיכער מאכן אז ווען מען רעכנט צוזאם אלע בענק אונטער יענע קאטעגאריעס אינאיינעם אקופירן ריכטער פון איינע פון די צוויי פארטייען האלב פון די זיצן און צוגאב פון נאך איינס צו האבן א מאיאריטעט און אלע איבריגע דארפן ווערן געהאלטן דורכן קעגנערישן גרויסן פארטיי

2) ווען עס קומט צו פאמיליע געריכטן און נאך נידריגערע געריכטן איז אויך גילטיג די דאך וועלכע באגרעניצט א פארטיי מיט א מאיאריטעט זיצן נישט צו באזיצן מער ווי איינס מער פון האלב פון אלע זיצן אבער אויף די נידריג ראנגיקע געריכטן זענען שוין יא אפן צו מיטגלידער פון דריטע פארטייען אויך

עס צו מאכן אין קורצן: אלע געריכטן זענען פארבאטן צו האבן אן איין פארטיי מאיאריטעט פון מער ווי איינס נאר אין די צייט וואס אויף די העכערע געריכטן קענען בלויז זיצן דעמאקראטטן אדער רעפובליקאנער קענען אויף די קלענערע געריכטן יא זיצן רעגיסטרירטע אין אנדערע פארטייען

די סיסטעם ארבעט אז א קאמיסיע רעקאמענדירט נעמען צום גאווערנאר און וועלן ארויסלייגן א נאטיץ ווען א זיץ ווערט פריי אז מענטשן זאלן קענען איינגעבן אן אפליקאציע אבער זיי זענען אויך געבונדן צו די אויבנדערמאנטע פארשריפטן און שרייבן אלץ ארויס פון וועלכע פארטיי מען קען זיך איינשרייבן

צום ביישפיל אין אוגוסט 2012 למספרם האבן זיי געמאלדן אז עס זענען ליידיג געווארן סלאטס פאר דריי דעמאקראטן און צוויי רעפובליקאנער

אונזער געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען א מאן מיטן נאמען דזשעימס עדעמס וועכע איז א מעמבער אין די דעלעוועיר סטעיט באר

דער עדעמס איז יארן לאנג געווען רעגיסטרירט אלץ דעמאקראט אבער געטוישט פארטיי אפיליאציע צו אינדעפענדענט נאכן ווערן פרוסטערירט מיט די פארטיי צענטעריזם זיך באצייכענענדיג אלץ מער א פראגרעסיווער און אלץ א בערני סאנדערס סארט אינדעפענדענט

ארום יענע צייט האט ער געזוכט איינצוגעבן פאר א יורידישע פאזיציע אבער אנדעקט אז זיין פארטיי טויש וועט אפעקטירן זיינע שאנסן דערפאר

עדעמס האט געהאלטן אז אזא איינפיר איז אבסורד און אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן גאווערנאר דזשאן קארני און ארויסגעברענגט אין די קלאגע אז פונקט אין יענע צייט זענען דא צוויי ליידיגע סלאטס אבער בלויז פאר רעפובליקאנער וועלכע באדייט אז ער קען זיי נישט באקומען

דיסטריקט ריכטערין האט באטראכט די פאקט אז עדעמס האט למעשה אפילו נישט איינגעגעבן זיין נאמען (וואוסנדיג אז ער האט נישט קיין שאנס אלץ אינדעפענדענט) אבער געקומען צום אויספיר אז ער פארמאגט סטענדינג לגבי די פראוויזיע פון די העכערע געריכטן

די ריכטערין האט אים אבער נאר געגעבן סטענדינג צו קלאגן אויף די פראוויזיע לגבי די העכערע געריכטן וואו אן אינדעפענדענט האט נישט קיין דריסת הרגל אבער נאכגעגעבן די פארלאנג פונעם גאווערנאר אים נישט צו גיבן סטענדינג צו קלאגן אויף די נידריגע געריכטן פראוויזיע וואו עס איז בלויז דא א פארבאט צו אקצעפטירן קאנדידאטן פון א פארטיי וועלכע האט שוין א שמאלע מאיאריטעט

עדעמס האט געוואלט זאגן אז טראץ וואס אינדעפענדענטס קענען ווערן אנגענומען אויך נידריגע געריכטן איז די פראוויזיע צו ערלויבן בלויז א שמאלע איין פארטיי מאיאריטעט עפעס וועלכע טוט שטופן די קאמיסיע צו אנפולן פאזיציעס ביז די שמאלע מאיאריטעט מאקסימום דוקא פון רעגיסטרירטע אין די גרויסע פארטיייען אויפן חשבון פון קלענערע פארטייען אבער די געריכט האט געשריבן אז עס איז נישט ריכטיג און די באגרעניצונג איז א דאך (נישט צו גיין העכער אן איין פערזאן מאיאריטעט) און נישט קיין פאדלאגע (אז איידער מען האלט ביי א מאיאריטעט מוז מען נעמען דוקא פון די גרויסע פארטייען)

די דיסטריקט געריכט האט גראדע פרובירט צו זאגן אז טראץ וואס עדעמס מאנגלט אין קאנסטיטוציאנאלע סטענדינג (גערופן ארטיקל 3) אויף די נידיגע געריכטן פראוויזיע קען מען ערזעצן זיינע רעכטן צו קלאגן צוליב וואס ער פארמאגט יא פרודענשעל סטענדינג

א שטיקעלע ערקלערונג: ארטיקל דריי פארלאנגט פון קלעגער צו איבערצייגן אז מען איז דירעקט באטראפן/געשעדיגט פון א געזעץ
נאך וואס א קלעגער האט שוין די סטענדינג קומט צו פרודענשעל סטענדינג וועלכע איז א באזונדערע וועג פאר געריכטן לויז צו ווערן פון קלאגעס אפילו פון אזעלכע וועלכע פארמאכן ארטיקל 3 סטענדינג

פרודענשעל סטענדינג באדייט אז דיין קלאגע איז פארבונדן דירעקט צו דיר און דו קלאגסט נישט פאר א דריטע פארטיי און אויך איז עס נישט א באקלאגעניש איבער עפעס וועעלכע פלאגט א גרויסע צאל מענטשן צוגלייך און אפעקטירט נישט דיר ספעציפיש נאר דו ווערסט באטראפן אזוי צו זאגן מער אויף אן אלגעמיינע וועג בבחינת צרת רבים

די דיסטריקט געריכט האט געהאלטן אז עדעמס קוואליפיצירט דערפאר ווייל ער פערזענליך האט געוואלט ווערן א ריכטער און אפילו ער מאנגלט ארטיקל 3 סטענדינג אויף די נידירגע געריכטן קעיס וואלט ער ווען געקענט קלאגן אין געריכט מיט די טענה אז ער האט פרודענשל סטענדינג

די טייל איז אבער געווארן שפעטער אפגעווארפן דורכ'ן דריטן סירקוט קאורט וועלכע האט קלארגעשטעלט אז פרודענשל סטענדינג איז נישט קיין ערזאץ צו ארטיקל 3 סטענדינג נאר ליבערשט א פרישע שיכט ארויפגעשמירט אויפן לעגאלן טארט איבער ארטיקל 3 ולא בא אלא להחמיר עליו ולא להקל צו זאגן אז נאכן דורכמאכן די ארטיקל 3 באריקאדע קען מען נאך ארויסשליידערן דיין קעיס אויב האסטו נישט קיין פרודענשל סטענדינג און דעריבער האט די קרייז געריכט באשלאסן אז די נידריגע געריכטן איז אן קיין צווייפל נישט עפעס וואס זיי קענען אפילו באטראכטן זינט עס פעלט ארטיקל 3 סטענדינג

איר מיינט אז מיר זענען שוין פארטיג מיט די פרודענשל סטענדינג פראגע? פאוואליע, די חומרא וואס עס ברענגט מיט זיך איז יא געווארן באהאנדלט און טאקע ווען עס קומט צו די העכערע געריכטן קעיס וואו עדעמס האט יא געהאט ארטיקל 3 סטענדינג און דא האט דער גאווערנאר פארפירט אז פרודענשעל סטענדינג פארמאגט ער נישט הלמאי ער האט געטוישט פארטיי צו אינדעפענדענט "פונקט" איידער ער האט אריינגעטראגן די קלאגע וואס איז א באווייז אז ער זוכט נישט עכט קיין פאסטן נאר די גאנצע קלאגע איז מער אן אקאדעמישע אונטערנעמונג צו באקעמפן א פראוויזיע וועלכע ער גלייכט נישט אבער נישט עפעס וואס אפעקטירט ארים עכט און דעריבער באזיצט ער נישט קיין פרודענשל סטענדינג

עדעמס האט ערקלערט אז די אורזאך פארוואס ער האט (קורץ נאכן באטראכטן זיך איננצוגעבן פאר א ריכטער פאזיציע אין 2009 למספרם מער) נישט פרובירט צו קאנדידירן פאר א יורידישע פאסטן איז צוליב וואס ער איז געווארן פארנומען מיטן ארבעטן פאר ביו ביידען (א זוהן פון דזשאו ביידען) און די סיבה פארן טוישן לעצטענס פארטיי איז ווי אויבן ערקלערט ווערנדיג פרוסטירירט מיט די לאנגזאמע רעפארמירונג פון די פארטיי צו פראגרעסיוויזם

אויף דעם האט די סירקוט געשריבן אז למעשה ערלקערט עדעמס זיינע שריט מיט מאסנגעבנדע ראציאנאלע ערקלערונגען און זיי קענען נישט צווייפלען דערין און שפעקולירן אז זיי זענען בלויזע פארפירערישע אויסריידן בלויז ווייל די גאווערנאר האט אזוי באשלאסן

אקעי, די נידריגע געריכטן קעיס איז ארויסגעווארפן, די העכערע געריכטן קעיס האט ארטיקל 3 סטענדינג און אויך פרודענשל סטענדינג און מען קען שוין צוגיין צום הארץ פונעם קעיס און אויסשמוסען אירע מעריטס

די ארגומענטן פונעם גאווערנאר זענען געווען:

1) אז ריכטער זענען פאליסי מאכער אזוי ווי ערוועלטע פאליטיקאנטן און פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט ערלויבט דאס אויפנעמען און אויפזאגן רעגירונג אייינגעשטעלטע באזירט אויף פארטיי לאיאליטעט

פון די אנדערע זייט האט עדעמס פארפירט אז ריכטער דארפן בלויז אויסטייטשן געזעצן אזוי ווי זיי זענען און נישט אוועקשטעלן און שאפן נייע פאליסי

2) אפילו אויב ריכטער קענען נישט דעזיגנירט ווערן אלץ פאליסי מאכער איז נאכאלץ אין די אינטערעסען פון די סטעיט צו פארזיכערן אומפארטייאישע מאכט באלאנס מיטן פארזיכערן אז אלעמאל זענען פארהאן א מער ווייניגער אייניגע צאל דעמאקראטן און רעפובליקאנער אויפן באנק און עס איז ווערט די באגרעניצונגען וועלכע זי שטעלט ארויף אויף דריטע פארטיי רעגיסטרירטע
פון די אנדערע זייט האט עדעמס פארפירט אז ריכטער דארפן בלויז אויסטייטשן געזעצן אזוי ווי זיי זענען און נישט אוועקשטעלן און שאפן נייע פאליסי

די ריכטער אויפן דריטן סירקוט האבן אבער אפגעווארפן די באהויפטונגען שרייבנדיג אז די אויסנאם וועלכע די סופרים קאורט האט געגעבן ביים באהאנדלען רעגירונג ארבעטער באזירט אויף פארטיי אפיליאציע איז געציהלט צו פארזיכערן אז ווען אן אדמינסטראציע קומט אריין האבן זיי איינגעשטעלטע מיט געמיינזאמע פאליסי אויסקוק דורכצופירן זייער אגענדע און נישט ווערן געשטערט דורך קעגנזייטיגע פאליסי אינטערעסן אבער זינט ריכטער דארפן גאר זיין אומפארטייאיש זענען ריכטער פאזיציעס נישט עפעס וואס מען קען אראפבונדן צו פארטיי רעגיסטראציע

דער גאווערנאר האט געמאכט אן ארגומענט אז מיטן אויסטייטשן געזעצן, פאראורטיילן קרימינאלן און אווקשטעלן און אויסקלארן די געזעץ זענען ריכטער פאקטיש פאליסי באשליסער אבער די געריכט שרייבט אז די פראגע איז נישט עכט אויב זיי הייסן פאליסי מאכער אדער נישט

זיי שרייבן אז צום ביישפיל א ריכטער געשטעלט איבער וואלן אנגעלעגנהייטן באזיצט א פאליטישע ארבעט אבער האט נישט קיין פאליסי מאכער אויפגאבע אין די צייט וואס א סטעיט יוניווערזיטעט פוטבאל קאוטש קען זיין פארמישט און אוועקשטעלן פאליסי אן זיין פאליטיש און

אין אנדערע ווערטער: נישט יעדער וואס מאכט פאליסי קומט עס אויטאמאטיש מיט די רעכט עס צו טוהן מיט פאליטישע אינטערעסן און ריכטער זענען דייקא א קלאס וועלכע טאר נישט נוצן פאליטיק ביים אורטיילן "אפילו אויב מען זאל אננעמען אז זייער ארבעט ווערט אנגערופן פאליסי מאכער" און טאקע פארדעם האט די סופרים קאורט געשריבן אז מען קען נישט אויפזאגן פוטבאל קאוטשעס צוליב פארטיי שטעלונגען טראץ וואס זיי קענען אוועקשטעלן פאילסי פאר אן אטלעטישע אפטיילונג

איז וואס איז יא די סופרים קאורט פרעצעדענט? ווי געזאגט איז עס געציהלט פאר אזעלכע פאליסי מאכער פאזיציעס וועלכע זענען קלאר אוועקגעשטעלט צו העלפן אן אדמיניסטראציע דורכצופירן אגענדעס וועלכע זענען אין די פאליטישע אינטערעסן פון די פארטיי וועלכע האט אים פארזיכערט וואל זיג אבער ריכטער זענען אויסגעשלאסן פון אזא קאטעגאריע ווייל אפילו זיי קענען אורטיילן איבער שליסל פראגן וועלכע אפעקטירן די אגענדע פון די ערוויילטע פירער איז זייער אויפגאבע בכלל נישט מיטצוארבעטן מיט די אגענדע און שמירן די רעדער פון אירע פאליסיס צו קענען ווייטער גאלאפירן און דעריבער איז בכלל נישט רעלעוואנט די פראגע אויב ריכטער זענען פאליסי מאכער אדער נישט און די דריטע סירקוט האט טאקע צוליב דעם ניטאמאל באהאנדלט די פראגע אויב זיי זענען פאליסי מאכער

אויף די צווייטע ארגומענט אז די געזעץ איז אין די סטעיט אינטערעסן צו פארזיכערן אומפארטיייאישקייט שרייבט די געריכט אז דער גאווערנאר האט פארפעלט צו איבערצייגן אז צו גרייכן אומפארטייאישקייט מוז מען פארבאטן דריטע פארטיי רעגיסטרירטע פון קאנדידירן

די אורטייל פון די דריטע סירקוט קומט אין קעגנזאץ צו אורטיילן דורך די זעקסטע און זיבעטע קרייז געריכטן וועלכע האבן יא געשריבן אז סטעיט ריכטער זענען פאליסי מאכער און צוליב דעם אין די האנט פון א גאווערנאר יענעם צו באגרעניצן באזירט אויף פאליטישע שטעלונגען און פארטיי אפיליאציע

איר ווילט שוין גיין? איין מינוט, נאך איין פראגע וועלכע די דריטע סירקוט האט באהאנדלט און דאס איז לויט זייער אורטייל אז די פארבאט אויף דריטע פארטיי קאנדדיאטן איז אומקאנסטיטוציאנאל וואס פאסירט מיט די אנדערע טייל וועלכע שרייבט אז איין פארטיי קען נישט פארמאגן א מיאיריטעט פון מער ווי איין?

יענע טייל האט דעקט טאקע אויך די נידריגע געריכטן אבער אויף די נידירגע געריכטן האט עדעמס נישט געהאט קיין סטענדינג ווייל אזא באגרעניצונג טוט אים נישט אפעקטירן

עכט טוט אים די פראגע (איבער איין פארטיי קען נישט פארמאגן א מאיאריטעט פון מער ווי איין) אויך נישט אפעקטירן ווען עס קומט צו די העכערע געריכטן אבער איננמאל ער האט סטענדינג אויף די אנדערע טייל פון די העכערע געריכטן געזעץ (די בלויז רעפובליקאנער/דעמאקראטן טייל) וועלכע האט אים יא אפעקטירט האט עדעמעס זיך אריינגעגליטשט דורך אן הונטער טיהרל אויך צו קלאגן איבער די אנדערע טייל ווייל איינמאל ער פארמאגט סטענדינג אויף די ספעציפישע פראוויזיע וועלכע אדרעסירט די העכערע געריכטן מוז מען אויסהערן זיין קעיס אוןן באהאנדלען די פולע פראוויזיע

די איינציגסטע פראגע איז געווען אז נאכן עס באהאנדלען ווען עס ווערט קלאר אז בלויז די ערשטע טייל (רעפובליקאנער /דעמאקראטן) איז אומקאנסטיטציאנאל קען מען מעגליך אפטיילן די צוויי טייילן און פסלע'ן די ערשטע טייל און לאזן אין פלאץ די צווייטע טייל והיתה המחנה הנשאר לפליטה

אויף דעם שרייבט די געריכט אז עס איז נישט זייער אויפגאבע צו באטראכן אויב מען קען אפטיילן די פראוויזיע'ס לעגאליטעט אין צוויי

זיי ווייזן אן אז ווען עס קומט צו פראגן איבער פסל'ן בלויז טייל פון א סטעיט געזעץ קוקט מען אויף די סטעיט פארשפריטן וועלכע אדרעסירן אזאנע פראגן צו צושפאלטן געזעצן פון וועלכע טייל ווערן גע'פסל'ט און די דעלעוועיר געריכטן האבן שוין אראפגעשטעלט צוויי פאקטארן אויף וועלכע צו קוקן

1) אויב נאכן פסל'ן איין טייל קען נאך די רעגירונג אינפארסירן געהעריג און פראקטיש די צווייטע טייל
2) אויב די ציהל פון די וועלכע האבן איינגעשטעלט די פולע געזעץ איז געווען אז אפילו אויב טייל 1 פאלט זאל טייל 2 בלייבן אין קראפט אדער איז עס געבונדן אז ווען עפעס צופאלט דאן טראסקעט אלעס

שרייבט די געריכט אז אין אונזער פאל איז קין פראגע אז טייל צוויי אליין קען פראקטיש ווערן אויסגעפירט ווייל ביי די נידריגע געריכטן האט מען בלויז איינגעשטעלט די צווייטע טייל אבער די צווייטע פאקטאר וועלכע איז צו קוקן אויף די ציהל פון די געזעץ שרייבער פירט זיי אין ריכטונג פון ארויסשליידערן אויך טייל צוויי

זיי ערקלערן אז די גאנצע ציהל איז צו פארזיכערן גאר שטארק אומפארטייאישקייט און צום ביישפיל די סטעייט סופרים קאורט וועלכע האט פינף זיצן קען בלויז באשטיין פון דריי דעמאקאטן און צוויי רעפובליקאנער אדער פארקערט

אויב אבער די געריכט פארלאנגט אז מען זאל מוז אקצעפטירן אויך אנדערע פארטיי קאנדדיאטן אבער יא לאזן אין פלאץ די פארבאט פון האבן מער ווי דריי רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן וועט אזא באגרעניצונג ווייט נישט אויפטוהן וואס אירע שרייבער האבן געזוכט ווייל דער דעמאקראטישער גאווערנאר וועט קענען שטעלן דריי דעמאקראטן און אויף די איבריגע צוויי פאזיציעס וועט ער קענען שטעלן א גרין פארטיי קאנדידיאט וועלכע האט ליבעראלע אנשויאונגען וועלכע באדייט אז די געריכט ווערט אידעאלאגיש און פארטייאיש

די דריטע סירקוט אורטייל איז געקומען פון א פאנעל פון צוויי ריכטער נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן און איין נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

אזוי ווי פריער געשריבן האט זיך געשאפן א סירקוט שפאלט צווישן די דריטע און אנדערע צוויי קרייז געריכטן האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס און וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 5 למספרם


איצט האט די געריכט געאורטיילט ווען ריכטער ברייער שרייבט 0-8 אז די קלעגער מאנגלען סטענדינג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יא, מען האלט שוין ביים פערטן סופרים קאורט אורטייל היינט

אויך א קעיס ברייט באשריבן דא

אט ליינט:
מוכאמעד טאנוויר, דזשאמאל אלדזשיבא און נאוויד שינווארי זענען דריי אמעריקאנע מוסולמענער וועלכע זענען אלע פארבעהטן געווארן דורך די עף בי איי זיך צו רעקרוטירן אלץ אינפארמאנטן און איבערגעבן אינפארמאציע פאר די אגענטור איבער פארדעכטיגטע מוסולמענער אבער אלע דריי האבן אפגעזאגט די ביטע ערקלערנדיג אז מסירה גייט אקעגן זייער רעליגיע

נישט לאנג דערויף האבן אלע פון זיי אנדעקט אז זיי ערשיינען אויף די פעדעראלע נאו פליי ליסט וועלכע באדייט אז זייערע נעמען פיגורירן אויף א דאטא בעיס וועלכע דעזיגנירט א גרויסע צאהל אמעריקאנע בירגער אלץ פארדעכטיגט און פארבאט זיי פון פליען אויף פליגער

טאנוואר צום ביישפיל איז א לעגאלער בירגער וועלכע וואוינט אין קווינס און ארבעט אלץ א טראק דרייווער און אלץ טייל פון זיין ארבעט האט ער אפט געדארפט פליען אויף דאמעסטיק רייזעס און ביי איין פאל האט ער פרובירט צו רייזן פון אטלאנטא קיין ניו יארק אבער ער איז געווארן אפגעשטעלט און צווי עף בי איי אגענטן האט אים צוגעפירט צו א באס סטאנציע פון וועלכע ער איז געפארן קיין ניו יארק א רייזע וועלכע געדויערט אומגעפער 24 שטונדן

ער האט אין דריי באזונדערע פעלער שוין איינגעהאנדלט טיקעטס צו רייזן קיין פאקיסטאן צו באוזכן זיין קראנקע מוטער אבער געווארן בלאקירט פון ארויספליען פון לאנד

אויב האבן זיי געקלערט אז עס איז געווען א בלויזע מיספארשטענדעניש האט מען זיי גאנץ קלאר ערקלערט אז קאאפערירן מיט די רעגירונג אלץ אינפארמאנטן וועט העלפן אז זייערע נעמען זאלן פארמעקט ווערן פון די ליסטע

די האבן געקלאגט פערזענליך די דריי אגענטן פארמישט אין זיי פארפאלגן אלץ אינדיווידועלן פארן אביוזן די די נאו פליי ליסטע און דאדורך פארלעצן זייערע רעליגיעזע פרייהייט און פרובירט צו בויען א קעיס פון פארלעצן די רעליגיעזע פרייהייט רעסטארעישאן אקט (מיטן אקראנים RFRA)

נאכן אויפהייבן א וויי געשריי און אנמאכן א שטורעם האט מען אראפגענומען זייערע נעמען פון די ליסטע אבער די דריי זענען פארשטענדליך נישט צופרידן און זוכן ווייטער אנטשעדיגונג

די דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז די דריי מאנגלען סטענדינג צו קענען קלאגן זינט זייערע נעמען זענען שוין אראפ פון די ליסטע

אינעם דיסטריקט געריכט האבן די דריי געהאט פארגעלייגט צוויי לעגאלע ארגומענטן

איינס דערפון איז געווען אז מען האט פארלעצט זיערע ערשטע אמענדמענט רעכטן אבער אויף דעם האט די דיסטריקט געריכט אנגעוויזן אז די סופרים קאורט האט זיך שוין אין די פארגאנגענהייט אפגעזאגט פון אויסברייטערן א פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט אין די באקאנטע ביווענס קעיס צו די ערשטע אמענדמענט

ביווענס איז געווען עימיצער וועם דראג אגענטן זענען איבערגעפאלן זיין היים און אים אונטערזוכט פאר געווירצן ווועלכע זיי האבן קיינמאל נישט געפונען אבער די גאנצע אקציע איז געקומען אן קיין געריכטליכע ווארענט און אין פארלעצונג צו זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן וועלכע באשוצן א מענטש פון ווערן באפאלן/אונטערזוכט אן א געהעריגע אורזאך/ערלויבעניש

דער ביווען האט געקלאגט די אגענטן פארן פארלעצן זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן אבער א דיסטריקט ריכטער האט עס ארויסגעווארפן מיט די טענה אז עס איז נישטא קיין פעדעראלע געזעץ אונטער וועלכע מען קען פארלאנגען פארגיטיגונג פאר "בלויז צוליב וואס אזא רעכט איז געווארן פארלעצט" און עס מוז זיין א ספעצעפישע געזעץ וועלכע שרייבט קלאר אז מען קלאגן פארן עס פארלעצן ווי צום ביישפיל אויב די סטעיט וואו דער קלעגער וואוינט ערלויבט צו פארלאנגען אנטשעדיגונג פאר אינוואדירן א פריוואטע הויז קען דער קלעגער קלאגן די אגענטן פארן פארלעצן די סטעיט געזעץ און אינוואדירן פריוואטע אייגנטום

אין יענע פאל האט די סופרים קאורט עווענטועל געאורטיילט אז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט איז יא גענוג צו קלאגן גייענדיג מיט די הנחה "אז יעדע פארלעצונג דארף קענען ווערן קאמפענצאסירט" ואם אפשר לקלקל אפשר לתקן און אז די אגענטן האבן די מעגליכקייט צו טרעטן אויף יענעם'ס רעכטן מוזן זיי זיין אויסגעשטעלט צו פארגיטיגן יענעם אויסער אין פעלער וואס קאנגרעס שרייבט א קלארע געזעץ אויף פארקערט אדער אין פעלער וואס פארארדענען פארגיטיגונג ווועט שאפן ערנסטע פראבלעמען

ווען די סופרים קאורט האט באקומען א געלעגנהייט אויסצוברייטערן די אויבנדעמאנטע פרעצעדענט אויך צו די ערשטע אמענדעמענט האט זי זיך אנטזאגט עס צו טוהן און צוליב דעם האט די דיסטריקט ריכטער אין אונזער קעיס געקומען צום אויספיהר נישט צו ערלויבן די דריי מוסולמענער צו נוצן די ביווענס געזעץ און די דריי האבן טאקע נישט פרובירט צו אפעלירן די טייל אינעם סירקוט קאורט

די צוויייטע טענה פון די דריי מענער איז געווען אז די 1993 למספרם רפר"א געזעץ ערלויבט זיי צו פארלאנגען אנטשעדיגונג

אין 1990 למספרם האט די סופרים קאורט זיך אנטזאגט צו אנערקענען רעליגיעזע אויסנאמען צו געווענליכע געזעצן
אין א קעיס איבער רעליגיעזע איינגעשטעלטע אין א פריוואטע דראג רעהאביליטאציע קליניק אבער אלץ טייל פון זייער ארבעט האט זיי זיך באנוצט מיט א געוויסע סארט געווירץ פארבאטן דורך א סטעיט געזעץ אבער איז געווען טייל פון זייערע רעליגיע צו נוצן אבער זענען געווארן אויפגעזאגט פארן פארלעצן א סטעיט געזעץ

יענע האבן פארלאנגט ארבעטלאזע בענעפיטן אבער געווארן צוריקגעוויזן צוליב וואס זייער אויפזאגונג איז געקומען נאכן פארלעצן א סטעיט געזעץ

די סופרים קאורט האט דאן געאורטיילט אז הגם די סטעיט וואלט געהאט די רעכט צו מאכן אן אויסנאם צו יענע געזעץ עס זאל אויסשליסן פעלער פון רעליגיעזע געברויך זענען זיי אבער נישט פארפליכטעט צו מאכן די אויסנאם און דעריבער קענען זיי אפזאגן די בענעפיטן אין פעלער פון רעליגיע קאנפליקטן פונקט ווי זיי וואלטן געטוהן ווען עס וואלט געווען אומפארבונדן צו רעליגיע

אלץ רעאקציע צו יענע אורטייל האט קאנגרעס דורכגעפירט א געזעץ גערופן "רעליגיעזע פרייהייט צוריקשטעלונג אקט" (אקראנים RFRA) מיט דריי יאר שפעטער וועלכע פרעזידענט קלינטאן האט פארן אונטערשרייבן רעטאריש עס ארויסגעהויבן אלץ עפעס וואס פארזיכערט אז די רעגירונג ווערט געהאלטן צו זייער א הויכע סטאנדארט פון באווייז אידער זיי ווערט פארמישט אין עפעס וואס שטערט רעליגיעזע רעכטן פון מענטשן

די געזעץ רופט די רעגירונג נישט צו שטערן מענטשן פון זייערע רעליגיעזע פליכטן אפילו ביים דורכפירן געזעצן וועלכע זענען מחייב מענטשן ווען עס רירט נישט אן רעליגיע אויסער אין פאל וואס די רעגירונג קען קלאר איבערצייגן אז די געזעץ איז עכט אין די אינטערעסע פונעם לאנד און אז די געזעץ טוט ארויפשטעלן בלויז די מינימום באגרעניצונג אויף רעליגיע וועלכע פעלט זיך אויס פארן לאנד'ס אינטערעסע

צו גיבן דעקונג פאר יענע געזעץ האט קאנגרעס צוגעלייגט א רעכט פאר אינדיווידועלן צו קענען קלאגן די רעגירונג אין פאל פון פארלעצן רעליגיעזע רעכטן און פארלאנגען אין געריכט "די פאסיגע רעליעף" און איבער אט די פראזע און איר באדייט לויפט עכט די לעגאלע געראנגל אין אונזער קעיס

באזירט אויף אט די 1993 למספרם געזעץ האבן די דריי מענער פרובירט צו פארלאנגען אנטשעדיגונג אבער די דיסטריקט געריכט האט אנגעוויזן אז די רפר"א געזעץ האט בלויז געציהלט צוריקצודרייען די זייגער צו איידער די 1990 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז זאכן זאלן זיין ווי בעפאר יענע אורטייל (און אז אין פאל פון א קלאגע פון יענע סארט זאל די געזעץ יא ערלויבן יענעם צו באקומען בענעפיטן) אבער די געזעץ האט קלאר נישט געציהלט אויסצוברייטערן רעכטן פון קלעגער נאכמער ווי עס איז געווען בעפאר די 1990 למספרם אורטייל און פונקט ווי בעפאר יענע אורטייל האט די געריכט קיינמאל נישט אויסגעברייטערט די אויבנדערמאנטע ביווענס אורטייל צו זיין גילטיג אויף ערשטע אמענדמענט פארלעצונגען האט קאנגרעס אויך נישט געזוכט עס אויסצוברייטערן אין זייער געזעץ

די טייל איז אבער געווארן אפעלירט דורך די דריי מוסולמענער צום צווייטן סירקוט מיט די טענה אז די געזעץ ערלויבט יא צו פארלאנגען אנטשעדיגונג און אן איינשטימיגע דריי ריכטער אויפן צווייטן קרייז געריכט האבן איינגעשטימט דערמיט

די דיסטריקט געריכט האט ווי געשריבן נישט געוואלט אויסטייטשן אז "די פאסיגע רעליעף" באדייט פארגיטיגונגס געלט וויייל לויט זיי האט קאנגרעס נישט געזוכט צו גיין אזוי ווייט אבער די צווייטע קרייז געריכט האט יא אזוי אפגעלערנט די ווערטער

די דיסטריקט קאורט האט נישט אדרעסירט א צווייטע געפעכט צווישן די צוויי זייטן אויב די ראפר"א געזעץ ערלויבט בכלל צו ברענגן קלאגעס אקעגן פעדעראלע באאמטע אלץ אינדיוויועלען און פריוואטע בירגער

מען קען קלאגן פעדעראלע באאמטע פארן פארלעצונגען אלץ אפיציעלע איינגעשטעלטער אבער אין אזא פאל באדייט עס אז די קלאגסט די אגענטור /דעפארטמענט ווי ער איז איינגעשטעלט און אפילו דו קלאגסט יענעם איז די רעגירונג עכט דער וואס זיצט אויפן באשולדיגונגס באנק און וועט דארפן צאלן סיי וועלכע שטראף ריכטער באשטימט (פילייכט האבן די דריי מענער אין אונזער קעיס נישט גענומען אזא צוגאנג ווייל אזאנא קלאגעס איז פיל שווערער ווען דו דארפסט איבערציייגן אזי די פירער פון די דעפארטמענטס האבן פארארדנט דורכצופירן די אומלעגאלע שטיק)

א צווייטע וועג פון קלאגן איז דורכן באשולדיגן די באאמטע אלץ פריוואטע מענטשן אבער דאן איז די פראגע אויב די אויבנדעמאנטע רפר"א געזעץ וועלכע ערלויבט "קלאגעס אקעגן פארלעצונגען פון "די רעגירונג" דעקט אויך קלאגעס אקעגן רעגירונג איינגעשטעלטע אויף אן אינדיווידועלע פריוואטע פארנעם און נישט אלץ זייער "אפיציעלע ארבעט"

די צווייטע סירקוט האט געגעבן גערעכט פאר די קלעגער אויך איבער דעם און געשריבן אז די געזעץ באציהט זיך אויך צו אזעלכע קלאגעס און ערלויבט ווי געזאגט צו פארלאנגען פארגיטיגונגס געלט

די גענויע שפראך אינעם געזעץ ערקלערט וואס זיי רופן "רעכט צו קלאגן די רעגירונג" די געזעץ איז מפרש אז "רעגירונג" באדייט א פליגל, דעפארטמענט, אגענטור, און "אפיציעלער איינגעשטעלטער" ("אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ")

איז לאמיר צונעמען אלע טערמינען וועלכע מיר האבן אנגעצייכנט מיט גענזן פיסלעך

די אגענטן האבן געבעטן פונעם קרייז געריכט אפצולערנען די טערמין "רעגירונג" אויפן מערסט נאטורליכן און איינפאכן וועג וועלכע וואלט באגרעניצט קלאגעס צו בלויז אזעלכע וואס קלאגן באאמטע אלץ טייל פון זייער אפיציעלע ארבעט און קאפאציטעט און נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועלן

זיי האבן אויך אנגעוויזן אויף די ווערטער "אפיציעלער איינגעשטעלטער" אלץ באווייז אויף די אויבנדערמאנטע

אין באצוג צו די ווערטער "אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ" האבן זיי גע'טענה'ט אז דאס מיינט נישט אז מען זאל אויסברייטערן די קלאגע מעגליכקייט צו קענען קלאגן אלץ פריוואטע אינדיווידועלן

אלע דריי האט די צווייטע סירקוט אפגעווארפן זאגנדיג אז רעגיורנג מיינט קלאר נישט בלויז צו קלאגן אלץ אפיצילע איינגעשטעלטע ווייל דאס וואלט באדייט קלאגן די רעגירונג און דאס איז עפעס וואס איז געווען קלאר ערלויבט בעפאר די געזעץ (ווען מען האט די ריכטיגע באווייזן) און די געזעץ וואלט דאס נישט געדארפט מחדש זיין

אפיציעלע באאמטע מיינט לויטן געריכט אז יענער איז פאקטיש אפיצילע איינגעשטעלט אבער לאו דוקא אז מען קלאגט אים באזירט אויף זיין אפיציעלע אמט

און סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ איז א קלארע אנדייטונג לויט די געריכט אז מען קען יא קלאגן
אפילו אלץ פריוואטע אינדיווידועל ווייל אויב נישט דאס איז וואס די געזעץ האט געזוכט קלארצושטעלן איז וואס איז די כפל הלשון?

די אגענטן האבן צו ערשט פרובירט צו פארלאנגען אז די פולע באנק אויפן צווייטן סירקוט זאל איבערהערן די קעיס אבער א מאיאריטעט האט אפגעווארפן די ביטע

די ריכטער אין די מינאריטעט האבן געשריבן אז די אורטייל פונעם פאנעל וועט שעדיגן נאציאנאלע זיכערהייט פירנדיג צו אויטאריטעטן איבערצוטראכטן צוויי מאל פארן נעמען דרינגנדע שריט וואוסנדיג אז זיי וועלן קענען ווערן געקלאגט שפעטער

א צווייטער ריכטער אין די מינאריטעט האט זיך באצויגן צו פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט צום ביישפיל צו א קעיס אין 2009 למספרם ווען די העכסטע געריכט האט ארויסגעווארפן אן אורטייל טאקע פונעם צווייטן סירקוט וועלכע האט ערלויבט פאר א פאקיסטאנער מוסולמענער מאן ארעסטירט נאך די סעפטעמבער 11 למספרם אטאקעס צו קלאגן געוועזענע אטוירני דזשענעראל דזשאן עשקראפט און געוועזענע עף בי איי דירעקטאר ראבערט מולער פאר אנגעבליכע אביוז וועלכע ער האט געליטן אין א פארהאלטונגס צענטער אין ברוקלין

דער ריכטער האט אויך אנגעצייגט אויף א סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט אראפגעשטימט א צווייטע אורטייל פונעם זעלבן צווייטן סירקוט וועלכע האט געשריבן אין שטיצע פון מוסולמענע אימיגראנטן וועלכע האט פארפירט אז זייערע רעכטן זענען פארלעצט געווארן אינעם זעלבן ברוקלין פארהאלטונגס צענטער

געוועזענע ריכטער ענטאני קענעדי האט דאן געשריבן פארן מאיאריטעט אז אויב איז וואר די טענות פון די פארהאלטענע איז עס זייער שלעכט אבער עס איז נישט די ריכטיגע וועג צו אדרעסירן די פראבלעם דורך ערלויבן צו קלאגן רעגירונג איינגעשטעלטע פערזענליך פאר אומריכטיגע פירונג אינמיטן פון א נאצינאלע זיכערהייט קריזיס

די אדוואקאטן פאר די קלעגער האבן אבער גע'טענה'ט אז אין די פאל איז עס אנדערש ווייל די 1993 למספרם געזעץ אויטאריזירט דאס קענען קלאגן רעגירונג באאמטע פאר "ריכטיג פארדינטע הילף" וואס טוט לויט זיי איינשליסן פארגיטיגונגס געלט

די קעיס איז געווארן אפעלירט דורך די אגענטן צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און די טראמפ אדמינסטראציע האט געמוטיגט די געריכט צו אורטיילן אקעגן די קלעגער

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 6 למספרם

ביז אהער פון אונזער ערשטע באריכט איבער די קעיס

ווי געסקעדזשועלט האט די געריכט אויסגעהערט די קעיס פארלאפענע חול המועד אין די סעסיע האט זיך אנגעהויבן מיט אן אויפטריט דורך דעפיוטי אטוירני דזשענעראל עדווין נידלער וועלכע האט ארויסגעברענגט ווי זעלטן קאנגרעס האט באשטעטיגט געזעצן וועלכע שטעלן פאראנטווארטליכקייט אויף פעדעראלע באאמטע פאר פערזענליכע שאדנס און ווען זיי האבן עס שוין יא געטוהן איז די שפראך זייער געמאסטן און דעריבער זאל די געריכט נישט איינשליסן פעלער ווי אין אונזער קעיס אין די רפר"א געזעץ

עטליכע ריכטער האבן אדרעסירט די שפראך אין די רפר"א געזעץ ווי צום ביישפיל ריכטער קעיגען וועלכע האט -רעדנדיג צו ראמזי קאסעם וועלכע האט פארטרעטן די קלעגער- איינגעשטימט מיט נידלער אז קאנגרעס מוז זיין זייער קלאר ווען זיי באלעסטיגן פעדעראלע אנגעשטעלטע מיט פאראנטווארטליכקייט פון געלט אנטשעדיגונג פאר פערזענליכע שאדנס און אויב זיי שרייבן נישט קליפ און קלאר אז זיי מיינען אז די באאמטע זאלן אויסשטיין געלט קאמפענצאסיע קען עס פאלן שווער אויף די ריכטער צו אריינלערנען אז דאס האט קאנגרעס ווירקליך געמיינט ווען די שפראך אין די געזעץ איז אזוי אומקלאר

ריכטער ברייער איז יא געווען מער סקעפטיש איבער נידלער'ס שטעלונג פרעגנדיג: וואס איז דיין בעסטע ארגומענט אקעגן די קלעגער וועלכע טענה'ן אז רפר"א ערלויבט "פאסיגע רעליעף" פון די "רעגירונג" וועלכע ווערט אויסגעטייטשט צו מיינען סיי וועלכע באאמטער און אסאך קעיסעס טוען אנדייטן אז פאסיגע רעליעף נעמטאויך אריין געלט אנטשעדיגונג

נילדער האט ווידערהאלט די רעגיורנג פאזיציע אז די רפר"א געזעץ שרייבט קלאר ארויס אז מען קען קלאגן די רעגיורנג און טראץ וואס זי באציהט זיך אויך צו רעגירונג באאמטע איז עס טאקע בלויז אויב קלאגט מען זיי אלץ טייל פון זיין אנגעשלאסן אין די רעגיורנג אבער נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועל

ריכטער ראבערטס האט קענטיג איינגעשטימט דערמיט און געזאגט פאר קאסעם אז אויב קוקט מען נישט אויף די פראזע
"אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ" איז גאנץ קאר אז די געזעץ ערלויבט בלויז צו קלאגן די אגענטן אונטער זייער אפיציעלע קאפיציטעט אבער נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועלן (איי, וואס מיינט אויב מען קוקט נישט אויף יענע פראזע? די פראזע איז דאך א טייל פון די געזעץ?!

גוטע קשיא אבער ווען ריכטער זוכן א געוויסע אויסגאנג איז טח עיניהם מראות און זיי קוקן נאר אויף די טיילן וועלכע וועט זיי העלפן גרייכן זייער פון פריער באשטימטע באשלוס)

ריכטער גארסוטש האט גענומען א טאן וועלכע איז מער אין שטיצע פון די קלעגער ווי ראבערטס און שפעקולירט אז די טערמין "פאסיגע רעליעף" אין רפר"א איז געווען א מיסיע וועלכע קאנגרעס האט ארויפגעווארפן אויף די יורידישע פליגל אז זיי זאלן באשליסן איבער וואס די ריכטיגע רעליף איז און געשאנקן פארן געריכט זייער צוטרוי אז די ריכטער זאלן באשליסן די פראגע אן דעם וואס קאנגרעס זאל פארבאטן אדער צוטיילן געלט קאמפענצאסיע

גארסוטש האט געוואלט אויסשפורן און זעהן צו זיין צוגאנג וואלט געווען א געניאלע דורכברוך/פשרה וועלכע וואלט צופרידנגעשטעלט די קלעגער און געפרעגט פון קאסעם אויב זיין קליענט וואלט געווען צופרידן אויב די סופרים קאורט וואלט געאורטיילט אז די קאנגרעס געזעץ לאזט פאר די געריכטן צו באשליסן וואס די ריכטיגע רעליף איז (אין אזא צייט וואלט די קעיס צוריקגעגאנגען צום נידריגן געריכט וועלכע וואלט אצינד געמוזט באשליסן איבער אנטשעדיגונג אויף די אייגענע האנט אן עס באזירן אויף די הנחה אז קאנגרעס האט "געהייסן" גיבן געלט קאמפענצאסיע

קאסעם וועלכע וואלט געקענט פארלוירן ווערן פון אזא אינטערסאנטע פארשלאג איז טאקע נישט געווען זיכער ווי אזוי צו רעאגירן און האט דעריבער הומאריסטיש זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן דירעקט אז אזוי לאנג ווי ביים ענדע פונעם אורטייל שטייט די ווערטער "מיר באשטעטיגן די אורטייל פונעם צווייטן סירקוט" בין איך אבסאלוטלי צופרידן (אומדירעקט איז די ענטפער אז איך הער דיין אנבאט אבער אויב גיבסטו מיר אינגאנצן נאך בין איך זיכער צופרידן..)
און דא האט זיך דער עולם צולאכט שאפנדיג א לייכטערע אטמאספערע אין די טרוקענע וויטואלע סעסיע

אמווייניגסטנס צוויי ריכטער האבן געשיינט צו זיין באזארגט איבער עפענען א וועג צו קלאגן פעדעראלע באאמטע און דאס זענען געווען ריכטער טאמאס וועלכע האט געצימבלט קאסעם ווי אזוי רעגירונג איינגעשטעלטע דארפן באשליסן ווי אזוי צו פארזיכערן די קלענסטע לאסט אויף אמעריקאנער און גלייכצייטיג באשוצן די רעגירונג אינטערסען די מערסטע וואס מעגליך

ריכטער קעווענאו איז געווען נאר מער דירעקט זאגנדיג פאר קאסעם אז ער פארשטייט שווערליך ווי אזוי רפר"א זאל ערלויבן צו קלאגן באאמטע פארן פארלעצן איינעם'ס רעכטן נישט בדוקא (ווייל לויט קאסעם מוז נישט די פארלעצונג זיין דירעקט געציהלט צו טרעטן אויף יענעמם'ס רעכטן) דורכ'ן אינפארסירן א געזעץ וועלכע איז מחייב אלע בירגער צוגלייך און אז פאר אזא פארלעצונג זאל מען קענען פארלאנגען פערזענליכע גדעלט קאמפענצאסיע פון קאריערע עף בי איי אגענטן

נידלער איז שפעטער צוריקגעקומען צו די פונקט און נאכמער פרובירט צו דערשרעקן די ריכטער צו וואס אזא אורטייל קען פירן און געווארנט אז אגענטן קענען זיך טרעפן אין א ווינקל און דארפן שאפן ספעציעלע אויסנאמען ווען עס האנדלט זיך פון געוויסע רעגירונג אינטערעסן און דארפן אונטערזוכן פערזענליכע אינפארמאציע פון מענטשן צו פארזיכערן אז זייערע רעכטן ווערן נישט פארלעצט טראץ וואס אין געווענליכע אומשטענדן וואלט דער באטרעפנדער אגענט מעגליך נישט געמעגט האבן צוטריט צו יענעם'ס פריוואטע אינפארמאציע (גלויב אים אויב דו ווילסט.. און אויך אז זיי זענען גאר באזארגט איבער די פריוואטקייט פון יענעם'ס אינפארמאציע..)

ריכטער אליטא האט אויסגעקוקט ווייניגער באזארגט איבער דעם פארלייגנדיג פאר נידלער וואס די קלעגער זאגן אז אפילו אויב זיי זיגן אין געריכט וועלן די עף בי איי נאך אלץ קענען פרובירן צו זאגן אז זיי געניסן פון אימיוניטי איז אויב אזוי ווי אזוי איז אן אורטייל אין שטיצע פון די קלעגער שעדליך פאר די רעגירונג?

ריכטערין סאטאמאיאר וועלכע איז געווען די מערסטע סימפאטיש מיט די קלעגער האט געצימבלט נידלער איבער די ציהל פון רפר"א זאגנדיג אז די געזעץ איז געקומען נאך אויפטריטן פון באטראפענע און עקספערטן וועלכע האבן קלארגעשטעלט אז בלויז אינדזשאנקטיוו רעליעף (געריכטליך ווארענען די פארלעצער נישט ער צו באגיין אזא פארלעצונג אדער איינשטעלן מאסנאמען צו פארזיכערן אז עס פאסירט נישט נאכאמאל) וועט נישט העלפן די באטראפענע פאמיליעס איז אויב אזוי שווער צו גלויבן אז די געזעץ וועלכע האט נאכגעפאלגט האט געזוכט בלויז אינדזשאנקטיוו רעליף און נישט געלט אנטשעדיגונג

קאסעם האט שפעטער אויך געהאמערט מיט דעם פונקט אז קאנגרעס האט פארשטאנען אז בלויז געלט שטראפן וועלן אויסגלעטן באטראפענע פון שאדן און גענוצט צווישן אנדערען א ביישפיל פון א אידישע סטודענט וועלכע איז געווארן ארויסגעווארפן פון אן איבונגען צענטער נאכן זיך אנטזאגן צו קליידן שלא בצניעות

אין אלגעמיין האט אויסגעקוקט אז אז די געריכט איז היבש צוטיילט און טאמאס, קעווענאו און ראבערטס זענען גאנץ שטארק אויף די זייט פון די רעגירונג (די לעצטע צוויי זענען געווענליך די ווייניגסטע ליבערטעריען פון די קאנסערוואטיווע קאקוס) בעת וואס סאטאמיאר איז גאנץ זיכער אויף די זייט פון די קלעגער

גארסוטש קען גאנץ מעגליך פאלן מיט די קלעגער און אפילו אליטא אויך
אויב זאל די געריכט אויסקומען 4-4 באדייט עס א געוואונס פאר די קלעגער ווייל עס בלייבט ביים אורטייל פון די צווייטע סירקוט

ריכטער טאמאס שרייבט פאר אן איינשטימיגן געריכט דער קלעגער קען יא קלאגן די רעגירונג איינגעשטעלטע אין זייער אינדיווידועלע קאפאציטעט און זוכן אנטשעדיגונג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 10:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

און דאס איז עס פאר היינט

א לעכטיגן חנוכה און שבת!
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

פיר רולניגס, אלע פאראייניגט 8-0. איז דאס א טעגליכע ערשיינוג?

זעהט אויס זיי ווילען ארויסנעמען די סופרים קאורט פון פאליטיק.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

Wow האסטו אונז געמאכט נוצן די מח דזשעלי היינט... הערליך שיין!

יישר כח הבל!
---
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בשבילי נברא האט געשריבן:Wow האסטו אונז געמאכט נוצן די מח דזשעלי היינט... הערליך שיין!

יישר כח הבל!

טאקע געלעזט?
וויפיל פון די 4?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הכל הבל האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:Wow האסטו אונז געמאכט נוצן די מח דזשעלי היינט... הערליך שיין!

יישר כח הבל!

טאקע געלעזט?
וויפיל פון די 4?

אלע 4..
מיינסט טאקע אז דו פלאגסט דיך בחנם? אז הבל שרייבט ווייסט מען אז מ'דארף אלעס אוועקשטעלן, צולייגן קאפ און זיך איינשפאנען דעם קאנצענטראציע.

גראדע אינמיטן פון די מיליטערישע טויט שטראף קעיס האב איך איבערגעהיפט אביסל, אבער חוץ פון יענס האמיר אלעס געלעזט און גאר שטארק הנאה געהאט
---
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בשבילי נברא האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:Wow האסטו אונז געמאכט נוצן די מח דזשעלי היינט... הערליך שיין!

יישר כח הבל!

טאקע געלעזט?
וויפיל פון די 4?

אלע 4..
מיינסט טאקע אז דו פלאגסט דיך בחנם? אז הבל שרייבט ווייסט מען אז מ'דארף אלעס אוועקשטעלן, צולייגן קאפ און זיך איינשפאנען דעם קאנצענטראציע.

גראדע אינמיטן פון די מיליטערישע טויט שטראף קעיס האב איך איבערגעהיפט אביסל, אבער חוץ פון יענס האמיר אלעס געלעזט און גאר שטארק הנאה געהאט

הו הא!
יישר כח פארן גיבן דעם גוטן געפיל!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

Wow הערליך שיין!

יישר כח הבל!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Rak Tov האט געשריבן:Wow הערליך שיין!

יישר כח הבל!

טו מאשט, פאָר מי...
עמרם
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם »

הכל הבל האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:Wow האסטו אונז געמאכט נוצן די מח דזשעלי היינט... הערליך שיין!

יישר כח הבל!

טאקע געלעזט?
וויפיל פון די 4?

אלע פיר,
איך באוואונדער דיין ארבעט,
א גרויסן דאנק.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק הכל הבל! געלייענט א יעדע ווארט און אויסנאם שטארק הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

הכל הבל האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:Wow האסטו אונז געמאכט נוצן די מח דזשעלי היינט... הערליך שיין!

יישר כח הבל!

טאקע געלעזט?
וויפיל פון די 4?


All 4
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

יעצט אפגעליינט די ערשטע צוויי, זייער קלאר און געשמאק געשריבן!
...
הרב הבל, קענסט אמאל מאכן א שטיקל בחינה צו זען צו דער עולם האט טאקע אפגעליינט און פארשטאנען וואס דו שרייבסט...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח אלע!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סי סירקוט נעכטן געשטימט 4-5 אפצוזאגן א סטעי פאר צוויי פעדעראלע ארעסטאנטן געסקעדזשולעט צו ווערן הינגעריכטעט ווען ריכטערין י-הודית ראדזשערס נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן שטעלט זיך מיט די פיר ריכטער נאמינירט דורך רעפובליקאנע פרעזידענטן
איינער איז ברענדאן בערנארד וועמענס קעיס איז גראד גאגאנגען צום סופרים קאורט וויבאלד די פראצעדור האט געדארפט פאסירן נאך נעכטן נאכט
די סופרים קאורט האט באשטעטיגט דעם די סי ארדער מיט 3-6 ווען די דריי ליבעראלן טענה'ן אז די סירקוט קאורט האט איגנארירט באווייזן אין די קעיס
די צווייטע ארעסטאנט איז געסקעדזשולעט צו ווערן הינגעריכטעט היינט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”