דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
דריידל האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן: מאנטאנא איז רויט נאציאנאל, אבער ווען עס קומט צו סטעיטווייד קען א שטארקע דעמאקראט עס געוואונען
וואס מיינט רויט נאציאנאל?
אז נאציאנאל/פרעזידענט זענען זיי א זיכערע רעפאבליקאן געווינס, אבער זיי קענען עלעקטאן דעמאקראטן אלס סטעיטווייד, וועסט ווירדזשיניע איז די זעלבע זאך.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
הכל הבל האט געשריבן:בעת וואס קאמאלא העריס מוטשעט זיך צו מאכן פראגרעס אין די פריימערי האט מען איר געפרעגט פארוואס זי הויבט נישט מער ארויס ווי היסטאריש איר קאנדידאטור איז אלץ אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי
העריס האט רעאגירט אז געוויסע פאקטן זענען אזוי קלאר אז זיי פארציילן זיך אליינס
טעות: זי איז נישט קיין אפריקאנער
זי איז טונקעל הויטיג ווייל זי איז א אינדיאנער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
אגב אין איינע פון די היימישע צייטונגען איז מיט עטליכע וואכן צוריק געווען א גאנצע ארטיקל, וואס מישט אויף ביידנ'ס ראסיסטיש-גענויגטע פארגאנגענהייט, און איך מיין עס איז כדי מען זאל אביסל ארויסהאבן דאס בילד.
ביידען האט אין די 197'ס געקעמפט אין סענאט קעגן געזעצן וואס וועלן העלפן די שווארצע זיך איינגלידערן מיט די ווייסע געזעלשאפט, א שטייגער ווי צענויפמישן ווייסע סטודענטן מיט שווארצע דורך איינפירן געזעצן צו מאכן טראנספארטאציע פון סטודענטן אין ווייסע געגנטער צו מער שווארצע סקול'ס און אזוי אויך פארקערט.
די סיוויל רייט'ס געזעץ פון יאר 1964 האט זיך שטארק קאנצעטרירט איבער די נושא פון "סקול באס סעגעראציע", דורך געבן מאכט פאר די פעדעראלע רעגירונג צו פארסירן די געזעץ אויף די לאקאלע רעגירונגען. ביידען און זיינע ווייסע קאלעגעס אין סענאט האבן געארבעט אפצושוואכן די פארסירונג מאכט און דורך דעם אפצושוואכן דאס גאנצע פאוער פונעם געזעץ. דאס געזעץ איז למעשה אריין אין קראפט. שפעטער איז ער אויך געווען דער קא-ספאנסער אויף נאך א געזעץ וואס וועט נאך מער איינצוימען די פעדעראלע מאכט איבער די אישו, און דער געזעץ איז אויך אריין אין קראפט און אינטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט 'דזשימי קארטער'....
ביידען האט זיך אויך ארויסגעשטעלט אין שטיצע פון א געזעץ אויפגעברענגט אין יאר 1976 דורכן דעמאקראטישער וועסט-ווירדזשיניע סענאטאר ראבערט בוירד און א געוועזענער מיטגעליד פון די קו-קלוקס-קלען - וואס ער האט געהאלטן א 14 שעה פיליבאסטער קעגן דעם סיוויל רייט'ס ביל אין 1964 - דער ביל איז געווען געצילט אפצוהאלטן שווארצע סטודענטן צו קענען האבן טראנספארטאציע צו ווייסע סקול'ס.
עניוועי, ביידען האט אין יענע יארן שטארק געקעמפט פאר די אישו, און אין אן אינטערוויו אין יענע יארן האט ביידען געזאגט: "איך האלט אז וואס איך האב באוויזן צו טוהן, איז אז איך האב עס געמאכט רעפעקטירבאר פאר לאנגיעריגע ליבעראלן, אנצוהייבן אויפצוברענגען די פראגעס איבער באס טראנספארטאציע. איך בין געווען דער ערשטער עס אויפצוברענגען אין די ליבעראלע קומיוניטי דא אינעם סענאט".
עניוועי, דאס איז דער זעלבער ביידען וואס ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאמפיין האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלס דער רעכטפארכטיגער און אויסגעהאלטענער מענטש וואס גייט זיך שלאגן מיטן "ראסיסט" טראמפ, און אראפגעריסן טראמפ איבער זיינע קאמענטארן איבער שארלאטסוויל, יא דער ביידען האט געארבעט יארן לאנג פאר די זעלבע געזעצן וואס די שארלאטוויל'ער פראטעסטירער האבן געקעמפט פאר.

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קרייסלער האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:בעת וואס קאמאלא העריס מוטשעט זיך צו מאכן פראגרעס אין די פריימערי האט מען איר געפרעגט פארוואס זי הויבט נישט מער ארויס ווי היסטאריש איר קאנדידאטור איז אלץ אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי
העריס האט רעאגירט אז געוויסע פאקטן זענען אזוי קלאר אז זיי פארציילן זיך אליינס
טעות: זי איז נישט קיין אפריקאנער
זי איז טונקעל הויטיג ווייל זי איז א אינדיאנער
טעות: זי איז ביידע
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20190517_062352.jpg (112.77 KiB) געזען 2033 מאל
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
חילוק פונעם זעלבע פאל צווי חדשים צוריק
אינ'ם זעלבע פאל האלטן אזוי סאך וויילער איבער יעדע אישו אז ס'איז עקסטרעם וויכטיג
73% צו "קענען ביטן טראמפ"
71% האט "הויכע עטישע סטאנדארטן"
51% "האלט ווי מיך אויף די וויכטיגע אישוס"
47% "האט נייע געדאנקען"
47% "האט פאליטישע עקספיריענס"
...
אויף די צווייטע חלק פאל, מיין איך איך מוז ליידער זאגן, עס איז בעסער פאר סענדערס .
הכל הבל האט געשריבן:פאקס אנקעטע
ביידען 35 +4
סאנדערס 17 -6
ווארען 9 +5
באטידזשעדזש 6 +5
העריס 5 -3
ארורק 4 -4
בוקער 3
קלאובאשאר 2
קאסטרא 2
אלע אנדערע אונטער 1
אינ'ם זעלבע פאל האלטן אזוי סאך וויילער איבער יעדע אישו אז ס'איז עקסטרעם וויכטיג
73% צו "קענען ביטן טראמפ"
71% האט "הויכע עטישע סטאנדארטן"
51% "האלט ווי מיך אויף די וויכטיגע אישוס"
47% "האט נייע געדאנקען"
47% "האט פאליטישע עקספיריענס"
...
אויף די צווייטע חלק פאל, מיין איך איך מוז ליידער זאגן, עס איז בעסער פאר סענדערס .
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
אלף נכנסים...
אלע 23 קאנדידאטן וואס לויפן דערווייל אויפן דעמאקראטישע זייט.
החתימות הם לפי סדר ה'א.ב. ...
אלע 23 קאנדידאטן וואס לויפן דערווייל אויפן דעמאקראטישע זייט.
החתימות הם לפי סדר ה'א.ב. ...
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20190517_123759.jpg (228.64 KiB) געזען 1865 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4319
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
היינט נאכט וועט פיט בוטעדזשאידזש אפהאלטן א טאונהאול אויף פאקס מיט קריס וואלעס. די ערשטע מאל וואס אמעריקע האט זיך באקענט מיט דעם אומבאקאנטן מעיאר איז געווען ביי די טאונהאל פון סננ. עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן אויב ער וועט ווידער קענען אויפוועקן זיין קאנדידאטור דורך די טאונהאל, נאך וואס ער איז היפש אראפ פון די מאפע נאכפאלגענדיג ביידען'ס אריינטריט אינעם פארמעסט.
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
דיבלאזיא האט נעכטן אפגעהאלטן צוויי איווענטס אין אייאווע, די ערשטע פאנדרעיזינג איווענטס נאך זיין קאנדידאטור מעלדונג.
ביי ביידע האבן זיך משתתף געווען בלויז 20 - 25 שטיצער....
ביי ביידע האבן זיך משתתף געווען בלויז 20 - 25 שטיצער....
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
- מידער
- שר האלפיים
- תגובות: 2409
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
- לאקאציע: אונטער פרעשור
כ'בין דא אזוי אריינגעפאלן, האבעך נישט געדולד צו ליינען די אלע פריערדיגע בלעטער.
מ'זעהט דא א לאנגע רונדע קאנדידאטן, ס'קוקט אויס אז רוב דערפון טראכטן ניטאמאל פון אנקומען ערגעץ. בינעך נייגעריג צוויי זאכן, איינס, צי מ'ווארט נאך צו הערן פון נאך מעגליכע קאנדידאטן אדער דאס איז עס מער ווייניגער, צוויי, ווער פון די קאנדידאטן האבן באוויזן צו איינריקן די געלונגענע פאליטישע קעפ פון פריערדיגע קאמפיינס?
אויבנאויף קוקט עס אויס אז דער אלטער ביידען גייט ערהאלטן די שטיצע פונעם מעסיגן חדר אינערהאלב דעם דעמאקראט, און צו זיין האפענונג וועלן זיך די איבריגע ארומשלאגן א לאנגע צייט ווער ס'זאל זיין זיין קעגנער.
לויטן ערשטן שאצונג וואלטעך געזאגט אז ווארען גייט מיט די צייט איבערקומען סאנדערס און ביים ענדע אפילו ביידען. די דעמאקראטן האבן א גאנץ קלארע רעקארד פון לאזן גרינגערהייט רעטייערן 'אלטע נייעס'.

- שמשון הגיבור
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
- לאקאציע: אויפן פראנט
- טעאריע וואס לעבט
- שר האלף
- תגובות: 1175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:וועכנטליכע מארנינג קאנסאלט פון די וואך:
ביידען 40%
בערני 19%
ווארען 8%
העריס 7%
בוטידזשעדזש 6%
בעטא 5%
בוקער 3%
קלאבוטשאר 2%
יענג 1%
דזשיליבראנד 1%
רייען 1%
קאסטרא 1%
דעלאני 1%
היקנלופער 1%
בלק 1%
גאבארד 1%
אנדערע 2%
ביידען איז ארויף פיר, אויף וועמנ'ס חשבון? בערני האט פארלוירן דריי, בוטידזשעדזש צוויי, ווארען/יענג/אינסלי/מאלטאן איינס יעדע פון זיי. (ס'איז אינטרעסאנט אז ביידען האט פארדינט פון די לינקע פונקט ווי פון די מעסיגע, און באלד גיימיר האבן די זכיה אז צל זאל אריינטשעקן צו אנמערקן ווי שטארק דער עולם קוקט אויף עלעקטיביליטי...)
מ'האלט יעצט ביי אכט קאנדידאטן וואס ציען אן מער פון א פראצענט (צו א געמיינזאמע 90%), און נאך אכט וואס ציען אן א פראצענט, וואס מאכט עס פאר א היבש קריסטאליזירטע פעלד (צוריק אין 2015 אין דעם טאג האבן די זיבן שטערקסטע רעפובליקאנער אנגעצויגן 73.9% לויט די RCP דורכשניט, היינט ציען די זיבן שטערקסטע אן לויט די RCP דורכשניט אזויפיל ווי 83% טראצדעם וואס די פעלד איז אסאך גרעסער).
ביידען 39%
בערני 19%
העריס 8%
ווארען 8%
בוטידזשעדזש 6%
בעטא 5%
בוקער 3%
קלאבוטשאר 2%
בענעט 1%
קאסטרא 1%
גאבארד 1%
דזשיליבראנד 1%
היקנלופער 1%
אינסלי 1%
רייען 1%
יענג 1%
אנדערע 2%
דערווייל איז עס א לאנגווייליגע פארמעסט...
די איינציגסטע טויש פון פאריגע וואך צווישן די אכט שטערקסטע קאנדידאטן (וואס ציען אן א געמיינזאמע 90%) איז, אז העריס האט צובאקומען א פונקט אויפ'ן חשבון פון ביידען, עפעס וואס איז פשוט נאכדעם וואס די ביידען אנאנסירונג באמפ דארף דאך אנהייבן צו אויסוועפן עטוואס, און העריס איז די וואס קאמפיט מיט ביידענ'ס באזע.
צווישן די קלענערע קאנדידאטן איז בלק (וועלכער האט היינט געמאלדן אז ער לויפט) און דעלאני אראפ פון 1% צו 0%, און בענעט (וואס האט אנאנסירט אז ער לויפט) און אינסלי זענען געגאנגען פון 0% צו 1%, ס'זאל זיי וואויל באקומען...
ביל דעבלאזיא באקומט 0% און די אנקעטע טראץ די ערווארטונג אז ער גייט אט אט מעלדן אויב ער לויפט און ער איז די מעיאר פון 4-5 פראצענט פון נאציאנאלע דעמאקראטן.
ביידען 39%
בערני 19%
ווארען 9%
העריס 8%
בוטידזשעדזש 6%
בעטא 4%
בוקער 3%
בענעט 1%
בלק 1%
דעבלאזיא 1%
קאסטרא 1%
דילאני 1%
גאבארד 1%
דזשיליבראנד 1%
היקנלופער 1%
קלאבוטשאר 1%
רייען 1%
יענג 1%
אנדערע 2%
ווארען (מאמענטום די לעצטע עטליכע וואכן), דעבלאזיא און בלק (אנאנסירונג באמפ), און דעלאני, ארויף איינס. בעטא, קלאבוטשאר, און אינסלי אראפ איינס.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.
די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
די דנס האט געמאלדן אז זיי העכערן די פארלאנגען פון די קאנדידאטן צו קענען אנטייל נעמען אין פריש געפלאנטע דריטע דעבאטע וועלכע וועט ווערן אפגעהאלטן דורך עי.בי.סי.
צו באקומען א שטענדער ביי דעם דעבאטע וועט די קאנדידאט דארפן אנציען 2% אין כאטש פיר אנערקענטע אנקעטעס (ווס. 1% אין דריי אנקעטעס פאר די ערשטע צוויי דעבאטעס) און וועלן מוזן צייגן אז זיי האבן ערהאלטן באשטייערונגען פון 130 אינדיווידועלע דאונערס (ווס. 65 טויזנט אין די ערשטע צוויי).
לויט די יעצטיגע ציפערן זענען פארהאן 8 קאנדידאטן וועלכער קומען נאך די פארלאנגען: ביידען, בערני, ווארען, העריס, קאלאבשור, בוקער, בוטידזשעדזש און בעטא.