אין כל חדש האט געשריבן:יענג
לאמיר האלטן די פאקוס אויף יוגאוו
איך בין נישט אינטערסירט צו דורכטון פונקטליך וואס די DNC האט באשלאסן
יוגאוו איז רעספעקטירט ביי מענטשן וואס האלטן מיט פאליטיקס, זיי האבן זייער א גועט טרעק רעקארד, ווייס איך גארנישט איבער די DNC בליק אויף זיי
סא וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט
פארוואס זיי האבן עס נישט ארויסגעגעבן אין אקטאבער? ווייל זיי האבן געוויסט אז די אנקעטע איז גארבידזש
פארוואס נאכן שטורעם האבן זיי עס יא ארויסגעגעבן? מן הסתם האבן זיי נישט געקענט זיך ספראווען מיט די פרעשור
פארוואס נאכן שטורעם אויף טוויטער האבן זיי ריליעסד די סטעיטמענט? צו אויפקלערן די סיטואציע
ווי געשמועסט, עס איז נישט אז איך פארשטיי נישט עפעס, איך נוץ עס נאר צו ווייזן פאר די וואס כאפן נישט אליינס אז די פאולסטערס זענען אין קאנטראל פונעם אינפארמאציע. דאס בילד וואס זיי געבן איז נישט קיין פאטאגראף פונעם אמת, אויך אויב וואלטן די אנקעטעס געווען 100% פונקטליך, נאר ענדערש א געמאלן בילד.
אבער אויב ווילסטו עס דווקא הערן בלשון קושיא, יוגאוו האט דורכגעפירט אן אנקעטע פאר א צווייטע קאמפעני, לאמיר זאגן מיט שוואכערע סטאנדארטן ווי געווענליך. דאס טייטשט אז יוגאוו, אדער די צווייטע קאמפעני, האט געקלערט דאסמאל ארויסצוגעבן אן אנקעטע מיט א שוואכערע סטאנדארט. (זיי האבן נישט דורכגעפירט די אנקעטע נאר כדי צו קענען סעיוון עפעס א פייל אויף זייער קאמפיוטער, גלייב מיר). צום סוף איז די אנקעטע נישט ארויסגעקומען. דאס טייטשט אז יוגאוו, אדער די צווייטע קאמפעני, האט געטוישט זייער מיינונג נאכן זען אז די רעזולטאטן שטימען נישט מיט וואס זיי וואלטן געוואלט זען. וואס איז דאס, אויב נישט סעלעקטיוו בייעס?
אין כל חדש האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, איך האב נישט קיין געדולד נאכצוזוכן
אבער אפשר ברענגסטו א טשארט, וויפיל טעג איז געווענליך אפגעטיילט נעשאנעל אנקעטעס פון קאמפעניס, און וויפיל טעג איז עס יעצט געווען אפגעטיילט, צוליב די גרויסארטיגע און שווערע ארבעט פון די מידיע צו אויסקרויזן יענג
(על אחרון ראשון, איך האב עקסטער געדרוקט אז עס איז אפשר אפילו געווען שלא בכוונה תחילה, און זיכער האט נישט אויסגעפעלט "גרויסארטיגע און שווערע ארבעט" נישט דורכצופירן קיינע אנקעטעס. אונזער דעבאטע וועט זיך זיכער פירן מער דעמאקראטיש אויב וועלן מיר נישט לייגן ווערטער אין צווייטן'ס מויל
)
טשארטס האב איך נישט אויף די מינוט, אבער גאנצע פיר קוואליפייאינג אנקעטעס בכלל זענען ארויסגעקומען אינעם גאנצן חודש נאך וואס יענג און גאבבארד האבן באקומען זייער דריטע אנקעטע. אין א געווענליכע חודש איז ארויסגעקומען ארום דרייסיג קוואליפייאינג אנקעטעס (לויט א שנעלע בליק אויף די פאליטיקא ספרעדשיט)
אינמיטן זענען געווען 14 טעג וואס קיין קוואליפייאינג אנקעטע איז בכלל נישט ארויסגעקומען (אנדערע אנקעטעס זענען יא ארויסגעקומען תמידים כסדרם), דער פריערדיגער רעקארד איז געווען 7 טעג, אויב געדענק איך ריכטיג.