דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ביידען
בערני
בוטידזשאדזש
בעטא
בוקער
בענעט
בלק

נאך בלעם פעלט...
[/b][/b]
דיב[b]לאזיא[/b]
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

נייע העריס הילל אנקעטע האט
ביידען ביי 46...
סענדערס 14..
בוטיגיג 8
ווארען 7
הערריס 6
בוקער און ארורק 3
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סארקאזי האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ביידען
בערני
בוטידזשאדזש
בעטא
בוקער
בענעט
בלק

נאך בלעם פעלט...

די בלאזיא

עליזעבעט בארן
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ביידען
בערני
בוטידזשאדזש
בעטא
בוקער
בענעט
בלק

נאך בלעם פעלט...

די בלאזיא

עליזעבעט בארן

באס איז נייעס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בעטא ארורק אין אייאווע: ארבעטער וועלכע געניסן פון די יוניאן פארהאנדלונגען זאלן באצאלן זייערע אפצאלן אפילו אויב זיי באשליסן נישט צו ווערן מעמבערס אין די יוניאן
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אנדערע האבן עס שוין געברענגט בקיצור, דא איז די גאנצע מארנינג קאנסאלט:

ביידען 36%
בערני 22%
ווארען 9%
בוטידזשעדזש 8%
העריס 7%
בעטא 5%
בוקער 3%
קלאבוטשאר 2%
יענג 2%
אינסלי 1%
דעלאני 1%
היקנלופער 1%
קאסטרא 1%
דזשיליבראנד 1%
בלק 1%
רייען 1%
גאבארד 1%
מולטאן 1%
אנדערע 2%

אגב, די טאטעל איז 105% צוליב ראונדינג אישוס...

ביידען איז ארויף זעקס פונקטן וואס איז פונקטליך מיט וויפיל בערני איז ארויף נאך זיין אנאנסירונג אבער די אנקעטע איז בעיקר גענומען געווארן פאר ביידען האט פארמעל אנאנסירט וואס איז זייער שטארק, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען געדענקען אז ביידען האט פארלוירן פינף פונקטן פון איינס ביז פינף וואכן צוריק, סאו ער איז יעצט בסך הכל העכער מיט איין פונקט פון פינף וואכן צוריק.

בערני איז יעצט די נידריגסטע זינט זיין אנאנסירונג און ווארען איז די העכסטע זינט איר'ס, בפשטות זענען צוויי פון זיינע געגאנגען צו איר.

פון וואו קומט ביידענ'ס זעקס? אלע נאכלויפערס אונטער די צוויי הויפט קאנדידאטן אויסער ווארען האבן פארלוירן, הגם בלק און דעלאני האבן באקומען איינס איז עס ווארשיינליך נישט קיין גאנצע פראצענט און די צייט וואס די וואס האבן פארלוירן האבן פארלוירן מער).

די גאר גוטע נייעס - פאר די וואס ווילן ארויסזעהן טראמפ ווי שנעלער בכלל, און פאר מעסיגע דעמאקראטן בפרט - איז, אז בערני'ס קאנקורענץ אינעם לינקן לאגער שטארקט זיך. איינע פון די גרויסע זאכן וואס קען גורם זיין אז א מעסיגע דעמאקראט זאל פארלירן קעגן טראמפ איז אז די לינקע גייען בלייבן אינדערהיים ווייל זיי גייען זיין אנגעווייטאגט אויף די עסטאבלישמענט פאר'ן פארארבעטן מעשים קעגן זיי, אויב אבער די לינקע לאגער קען זיך נישט פאראייניגן אונטער איין אלטארנאטיוו וועט עס בכלל נישט זיין קיין ערנסטע פארמעסט מיט אנגעווייטאגטע פארלירער.

וועכנטליכע מארנינג קאנסאלט פון די וואך:

ביידען 40%
בערני 19%
ווארען 8%
העריס 7%
בוטידזשעדזש 6%
בעטא 5%
בוקער 3%
קלאבוטשאר 2%
יענג 1%
דזשיליבראנד 1%
רייען 1%
קאסטרא 1%
דעלאני 1%
היקנלופער 1%
בלק 1%
גאבארד 1%
אנדערע 2%

ביידען איז ארויף פיר, אויף וועמנ'ס חשבון? בערני האט פארלוירן דריי, בוטידזשעדזש צוויי, ווארען/יענג/אינסלי/מאלטאן איינס יעדע פון זיי. (ס'איז אינטרעסאנט אז ביידען האט פארדינט פון די לינקע פונקט ווי פון די מעסיגע, און באלד גיימיר האבן די זכיה אז צל זאל אריינטשעקן צו אנמערקן ווי שטארק דער עולם קוקט אויף עלעקטיביליטי...)

מ'האלט יעצט ביי אכט קאנדידאטן וואס ציען אן מער פון א פראצענט (צו א געמיינזאמע 90%), און נאך אכט וואס ציען אן א פראצענט, וואס מאכט עס פאר א היבש קריסטאליזירטע פעלד (צוריק אין 2015 אין דעם טאג האבן די זיבן שטערקסטע רעפובליקאנער אנגעצויגן 73.9% לויט די RCP דורכשניט, היינט ציען די זיבן שטערקסטע אן לויט די RCP דורכשניט אזויפיל ווי 83% טראצדעם וואס די פעלד איז אסאך גרעסער).
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן: אנמערקן ווי שטארק דער עולם קוקט אויף עלעקטיביליטי...

אדער מעסיג/צענטריש.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

איך האלט גראדע אז בערניס לעצטיגע טראסק איז לאו דוקא וועגן ביידן (איך זעהה נישט עכט פארוואס א בערני שטיצער זאל פלוצלונג ליב באקומען ביידן מער פון בערני) סקען זיין אסאך אנדערע פאקטארן ווי למשל בערניס טעקס ריטוירן'ס וואס ווייזן אז ער האט ל"ע זיך דערקייקלט צו ס'ארגסטע וואס ס'איז נאר פארהאן און רייך געווארן (דאס איז שוין אין צוגאב צו זיינע אנדערע פילע חסרונות ווי זיין א ווייסער מאן און אלט)
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

קהל עדתינו האט געשריבן:בערניס טעקס ריטוירן'ס וואס ווייזן אז ער האט ל"ע זיך דערקייקלט צו ס'ארגסטע וואס ס'איז נאר פארהאן און רייך געווארן (דאס איז שוין אין צוגאב צו זיינע אנדערע פילע חסרונות ווי זיין א ווייסער מאן און אלט)

איך ווייס נישט ווי ערנסט דו מיינסט עס, אבער אויב דו ווייסט נישט וויל איך דיר דערציילן: (מבשרי אחזה) לינקע פראגרעסיוון קוקן נישט אן צו זיין רייך אלס דאס ארגסטע וואס ס'איז נאר פארהאן, אדער ווייס/מאן/אלט אלס חסרונות. (ומבשרך תחזה) אויב דו זעסט עס אויף דעם וועג איז עס צוליב וואס ביי די פון וועלכע דו נאשסט אינפארמאציע ווילן אז דו זאלסט עס אזוי זען...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובה דורך בוידעם »

און ביי וועמען דו נאשט ווילן אז דו זאלסט עס זעהן וויאזוי דו זעהסט עס..
רצונינו לעשות רצוניך.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:בערניס טעקס ריטוירן'ס וואס ווייזן אז ער האט ל"ע זיך דערקייקלט צו ס'ארגסטע וואס ס'איז נאר פארהאן און רייך געווארן (דאס איז שוין אין צוגאב צו זיינע אנדערע פילע חסרונות ווי זיין א ווייסער מאן און אלט)

איך ווייס נישט ווי ערנסט דו מיינסט עס, אבער אויב דו ווייסט נישט וויל איך דיר דערציילן: (מבשרי אחזה) לינקע פראגרעסיוון קוקן נישט אן צו זיין רייך אלס דאס ארגסטע וואס ס'איז נאר פארהאן, אדער ווייס/מאן/אלט אלס חסרונות. (ומבשרך תחזה) אויב דו זעסט עס אויף דעם וועג איז עס צוליב וואס ביי די פון וועלכע דו נאשסט אינפארמאציע ווילן אז דו זאלסט עס אזוי זען...

איך האב עס נישט געמיינט אזוי ערנסט ווי דו מיינסט אז איך מיין עס אבער א נקודה של אמת איז דא דערין וואס קען קאנטריביוטן צו די פאקט אז ער איז געפאלן מיט עטליכע פונקטן (פערצופאל האב איך פריער טאקע געוואלט צולייגן אז איך האלט אז ער וועט ריקאווערן און צוריק שטייגן צוליב וואס די חברה וועלן צו זיך קומען און דיסיידען אז ער איז נאך אלץ דער בעסטער קאנדידאט)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש ברירה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ביידען
בערני
בוטידזשאדזש
בעטא
בוקער
בענעט
בלק

נאך בלעם פעלט...

די בלאזיא

עליזעבעט בארן

באס איז נייעס!

איך באקל מיך....

;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:בערניס טעקס ריטוירן'ס וואס ווייזן אז ער האט ל"ע זיך דערקייקלט צו ס'ארגסטע וואס ס'איז נאר פארהאן און רייך געווארן (דאס איז שוין אין צוגאב צו זיינע אנדערע פילע חסרונות ווי זיין א ווייסער מאן און אלט)

איך ווייס נישט ווי ערנסט דו מיינסט עס, אבער אויב דו ווייסט נישט וויל איך דיר דערציילן: (מבשרי אחזה) לינקע פראגרעסיוון קוקן נישט אן צו זיין רייך אלס דאס ארגסטע וואס ס'איז נאר פארהאן, אדער ווייס/מאן/אלט אלס חסרונות. (ומבשרך תחזה) אויב דו זעסט עס אויף דעם וועג איז עס צוליב וואס ביי די פון וועלכע דו נאשסט אינפארמאציע ווילן אז דו זאלסט עס אזוי זען...

אזוי? סא דאס וואס בערני דרשנט אגאנצן טאג אקעגן די טאפ 1% איז נאר א וויץ? אדער אפשר הייסט נישט טאפ 1% רייך?? אההמ
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

בוידעם האט געשריבן:און ביי וועמען דו נאשט ווילן אז דו זאלסט עס זעהן וויאזוי דו זעהסט עס..

ס'איז נישט אז איך זע עס אזוי, איך פרעזענליך שטיץ פראגרעס און איך האב נישט פיינט קיין עשירים אדע ווייסע/אלטע/מענער (וועגן דעם האב איך דערמאנט "מבשרי אחזה").
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

וואס טוט זיך האט געשריבן:

איך פארשטיי נישט, ווען א קאנדידאט וואלט קאמפיינט אז מ'זאל העכערן שטייערן פאר די ארימע אדער מיטל קלאס, קענסטו מיט רעכט זאגן אז ער איז נישט מיט אונז, ווען איינער קאמפיינט אז מ'זאל העכערן שטייערן פאר די רייכע??? וויאזוי דען זאל מען באצאלן די הוצאות???

יעצט פארשטייט זיך אז איך זוך נישט יעצט אריינצוגיין אין די נושא פון ווי גרויס די רעגירונג דארף זיין, אבער איך דארף דיר יעצט ענטפערן אז קאמפיינען צו העכערן שטייערן פאר רייכע מוז נישט זיין קיין וויץ אויב מ'האט נישט פיינט קיין רייכע???
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:און ביי וועמען דו נאשט ווילן אז דו זאלסט עס זעהן וויאזוי דו זעהסט עס..

ס'איז נישט אז איך זע עס אזוי, איך פרעזענליך שטיץ פראגרעס און איך האב נישט פיינט קיין עשירים אדע ווייסע/אלטע/מענער (וועגן דעם האב איך דערמאנט "מבשרי אחזה").

דאן ביסטו נישט גענונג לינק.

פארשטייט זיך אז מיט "פיינט האבן עשירים", מיינט מען נישט פיינט האבן און פשוט'ן זין פון ווארט, די זעלבע מיט ווייסע אלטע וודאי מענער..

עס איז די געדאנק נישט די ווארט.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן אבער אז דו קענסט מיר מסביר זיין פליז??? ווייל עס איז זייער שווער צו פארשטיין וואס דו טראכט יעצט, ס'איז נישט פשוט יושר'דיג צו מאכן א פרעצענטועל טעקס??? דו כאפסט אז ווען מען רעדט פון פרעצענטועל, מיינט מען צו זאגן למשל, איינער וואס מאכט 50,000$ א יאר, און צאלט למשל
20% 10,000$, און איינער וואס מאכט 500,000 און צאלט 100,000, פארלירן זיי די זעלבע אמאנט סאפערס, אדער וואקעישענס וכו', און אויב ווילסט מיר זאגן אז זיי זאלן האבן די זעלבע (אדער אפילו כמעט זעלבע) עסן און טריפס וכו', מיינט עס בעסיקלי מ'מאכט זיי ביידע די זעלבע, וואס דאס זאגסטו וויל נישט סענדערס.
בד"וו אויב איר זענט פשוט "פרעגרעסיוו" זענט איר מסתם מער איינשטימיג מיט ארורק, ס'דא א שטיקל חילוק (אפילו עפ"ר מיינט עס די זעלבע) ארורק איז מע "פרעגרעסיוו" און בערני איז מער "סאציאליסטיש".
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קאנדידאט ווארען האט לעצטענס אנגעהויבן מיט א נייע פראז "זי האט א פלאן פאר יענס". די ווארען קאמפיין שטעלט טאקע כסדר ארויס פלענער איבער אישוס; די לעצטע איז געווען א הונדערט ביליאן דאלער פלאן צו העלפן שליכטן די אויפיאויד קריזיס.

דאס איז א פאליטישע מאנווערע פון איר זייט זיך ארויסצוהייבן פון צווישן די פילע אנדערע קאנדידאטן, אז בשעת ווען אלע זענען בלויז פארנומען מיט רעדן איבער די פראבלעמען איז זי דא מיט פאקטישע פלענער וויאזוי זיי צו שליכטן.

די קומענדיגע טיימס מאגאזין ראווער
20190509_092524.jpg
20190509_092524.jpg (203.6 KiB) געזען 1486 מאל

אויב די סטראטעגיע וועט ארבעטן איז א גוטע פראגע, איך געדענק ווען הילערי האט פרובירט די זעלבע זאך און כסדר געהאמערט ביי דעבאטעס אז זי האט פלענער און פרובירט צייגן מיט דעטאלן אז זי ווייסט וואס זי רעדט, אין פארגלייך צו טראמפ וואס האט געמאכט ווערטער סאלאטן מיט רוסישע דרעסינג. למעשה "איף איט בלידס איט ליעדס" איז א פאקט, און ווער עס וועט רעדן מער פון די פראבלעמען ווי איידער סעלושענס, וועט ער האבן א גרעסערע אודיענס.

דא קען זיין איז אנדערש, ווייל די סלאגאן איז נישט געמאכט צו געווינען נאר איז מער געצילט נישט צו ווערן דערטראנקען צווישן די אנדערע 23 קאנדידאטן. למעשה האט עס טאקע געכאפט די אויגן פון די מידיא און דאס קען איר אריינשטעלן אין די ספאט לייט עפעס וואס זי האט נאכנישט באוויזן צו טון ביז יעצט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אוודאי קעמען דיבעיטן וואס די לינקע ווילן, און די לינקע אליין האבן אויך יעדער זיין שיטה...

די פאקט איז אבער אז בערני איז קעגן מיליאונערן, און ער האט געהאלטן אז סיז ממש אן עבירה צו זיין רייך... ער האטעס אנגערופן "אוממאראליש" צו זיין א מיליאונער...

צווישן זיינע שטיצער זענען דא אויך אזעלעכע וואס שטיצן אים צוליב דעם, יעצט ווען זיי האבן געזעהן אז ער אליינס איז צווישן די אוממאראלישע, זוכן זיי א צווייטן...

אבער איך האלט אויך אז ער גייצעך ווארשיינליך צוריקכאפן... ווי מ'קען זעהן דערווייל, יעדער האט געהאט א באמפ נאכן ענאונסן, און נאכדעם האבן זיך זאכן גע'סעטלט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש ברירה האט געשריבן:
אויב די סטראטעגיע וועט ארבעטן איז א גוטע פראגע, איך געדענק ווען הילערי האט פרובירט די זעלבע זאך און כסדר געהאמערט ביי דעבאטעס אז זי האט פלענער און פרובירט צייגן מיט דעטאלן אז זי ווייסט וואס זי רעדט, אין פארגלייך צו טראמפ וואס האט געמאכט ווערטער סאלאטן מיט רוסישע דרעסינג. למעשה "איף איט בלידס איט ליעדס" איז א פאקט, און ווער עס וועט רעדן מער פון די פראבלעמען ווי איידער סעלושענס, וועט ער האבן א גרעסערע אודיענס.

עס איז לגמרי נישט אזוי, טראמפ איז געקומען מיט פלענער א שטייגער ווי ריפילען אבאמא קעיר, בויען א וואנט ביי די בארדער, ארויסגיין פון דעם נוקלעארן דיעל מיט איראן, לייגן טאריפ'ס, קאטן רעגולעישנ'ס, שניידן טעקסעס, צו פארשטערקערן די מלחמה קעגן אייסיס אין סיריע און אין איראק אנשטאט זיין ביזי צו פייטן אסאד, ועוד ועוד..

און דוקא דאס האט אים געויבעט, זיין קומען מיט פשוטע פארשטענדליכע סעלושענ'ס אויף די פראבלעמען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מיט פלענער מיין איך 'דיטעילד פלענער', נישט בלויז רעכענען א ליסטע פון זאכן וועלכע מען דארפט פאררעכטן.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די פאקט איז אבער אז בערני איז קעגן מיליאונערן, און ער האט געהאלטן אז סיז ממש אן עבירה צו זיין רייך... ער האטעס אנגערופן "אוממאראליש" צו זיין א מיליאונער...

קענסט אפשר ברענגען די קוואוט ווי ער האט אנגערופן "אוממאראליש" צו זיין א מיליאנער?

וירא הקהל וישפוט למי החותמת ולמי הפתילים ארויפצושמירן זאכן אויף א מענטש ווען דאס איז די איינציגסטע וועג אפצוהאלטן מענטשן פון צו שטימען פאר אים.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

כ'וועל דיר פארגרינגערן, און עס ברענגען. דאס איז פון די בענינגטאן בענאר, א לאקאלע ווערמאנט צייטונג, אום דעצעמבער 1971:

סאנדערס שלאגט סענאט'ס רייכטום

בורלינגטאן – ליבערטי יוניאן קאנדידאט בערנארד סאנדערס זאגט אז ס'איז א נאציאנאלע שאנדע אז האלב פון די מיטגלידער אינעם יו. עס. סענאט זענען מיליאנערן. סאנדערס, וועלכער לויפט פאר א יו. עס. סענאט זיץ פון ווערמאנט, זאגט עס שיינט "אוממאראליש" צו אים אז מיליאנערן רעפרעזענטירן די מענטשן אין זייער שטאַט.

זיי טוען פאקטיש רעפרעזענטירן "די אינטערעסן פון די קארפארעישאנ'ס און גרויסע ביזנעס – זייערע חברים מיליאנערן", האט ער געקלאגט.

ער האט פארגעשלאגן אוועקצונעמען די יעצטיגע אפצאל פון $42,500 פאר קאנגרעס מיטגלידער, און עס איינטוישן מיט די דורכשניטליכע איינקופט פון יעדע קאנגרעסמאנ'ס היים שטאַט. פאר ווערמאנט, וואלט עס געווען $7,600, זאגט ער.

"איך טראכט אז די רעזולטאט וואלט געווען אז די דאזיגע לאנד וואלט גלייך אויפגעהערט אויסצוגעבן ביליאנען אויף וואפנ'ס וואס זענען קיינמאל נישט אראפ פון די צייכנונגס טאוולען, און אויף די שטיצע פון מיליטערישע דיקטאטורשאפטן ארום די וועלט," זאגט סאנדערס. "איך האב אויך א געפיל אז אסאך פון די שטייער לאפהאולס וואס קארפארעישאנ'ס און מילאנערן באקומען וואלטן שנעל אנטרינען..."
-
און אויף דעם ארויף איז אלל אווער די פלעיס אז סאנדערס האט געזאגט אז ס'איז אוממאראליש צו זיין א מיליאנער...

איי ער נישט גערעדט פונעם המון עם נאר פון א קלאס וואס דארף מ'כלומר'שט פארטרעטן די אינטערעסן פון די מענטשהייט, און אפילו אויף זיי האט ער נישט געזאגט אז ס'איז אוממאראליש אויב אן אינדיווידועלע סענאטאר איז א מיליאנער נאר בלויז אויף די געדאנק אז האלב פון אלע סענאטארן זענען מיליאנערן??? (איז ס'איז צו אנמערקן אז אין יענע צייט איז א מיליאן דאלאר געווען אסאך מער ווערט ווי היינט, און בלויז איינס פון "1400"! מענטשן אין אמעריקע זענען געווען מיליאנערן, דאס הייסט אז אפילו ווען ס'זאל זיין איין סענאטאר וואס איז א מיליאנער וואלטן די מיליאנערן געהאט פערצן מאל מער רעפרעזענטאציע ווי זייער פאקטישע געמיינדע, און דא האבן זיי געהאט נישט אייינס נאר פופציג!) נאר הדא הוא דכתיב נויט איז די פאטער פון ערפינדונג... אויב ווען מ'לייגט אראפ זאכן וויאזוי ס'איז לייגט עס נישט אראפ בערניו אין גענוג א נעגאטיוון זין, נא, מוז מען עס טוהן אויף דעם וועג...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

בוידעם האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:און ביי וועמען דו נאשט ווילן אז דו זאלסט עס זעהן וויאזוי דו זעהסט עס..

ס'איז נישט אז איך זע עס אזוי, איך פרעזענליך שטיץ פראגרעס און איך האב נישט פיינט קיין עשירים אדע ווייסע/אלטע/מענער (וועגן דעם האב איך דערמאנט "מבשרי אחזה").

דאן ביסטו נישט גענונג לינק.

פארשטייט זיך אז מיט "פיינט האבן עשירים", מיינט מען נישט פיינט האבן און פשוט'ן זין פון ווארט, די זעלבע מיט ווייסע אלטע וודאי מענער..

עס איז די געדאנק נישט די ווארט.

אודאי איז עס די געדאנק, ווייל די ווארט איז עס נישט.

די פראבלעם איז אז מ'נוצט די ווארט פאר די געדאנק ווייל אויב וואלט מען גענוצט אנדערע ווערטער וואלט זיך עס בכלל נישט געהערט שלעכט...

וויאזוי למשל וואלט דיר געפאלן אז מ'זאל עס אנרופן "נישט מורא האבן אויפצושטיין קעגן ספעציעלע אינטערעסן", אדער "זיך אננעמען פאר די קליינע מענטשן וואס ווערן צודריקט פון די גרויסע", אדער "פארשטיין אז גלייכע רעכטן געבן גלייכע געלעגנהייטן", איך מיין אז אפילו אויב דו האלטסט אז ס'איז נישט דאס בכלל, וועסטו אבער מודה זיין אז (עכ"פ די וואס שטיצן יענע מהלך האלטן אז) ס'איז "די געדאנק"...
-
און איבער צו איך בין גענוג לינק אדער נישט, קענסט מיך רופן וויאזוי דו ווילסט, אפילו רעכט, אבער איך איך שטיץ א כאטש 75% שטייער ראטע, מיט מעדיקעיר, אומזיסטע חינוך, אומזיסטע האוזינג, עסן און טאשן געלט פאר יעדעם איינעם. און גלייב מיר, איך האב ליב די עשירים אהבת נפש...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וועגן דיינע אנדערע מיינונגען גיי איך אייך נישט מוטשענען (איך וואלט נאכאלס געקענט באשטיין איר זאלט פארשטיין געבן פארוואס איר האלט אזוי), אבער דאס יא די 75% גייט אן פאר *יעדעם איינעם אין אמעריקע*?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”