נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

גראדע דא גאנץ א שיינע שמועס פון ר' איתמר גינזבורג אויף קולמעוואסע פאריגע 3-4-5, וואו ער רעדט וועגן באריס זשאנסאן און זיינע פארלירן די וואוט'ס אין פארליאמענט.

איתמר גינזבורג - ברעקזיט בערך 10-15 מינוט וועגן ברעקזיט און זשאנסאן
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ברעקינג ניוז: די סופרים קארט האט נארוואס געאורטייל אז זשאנסאן'ס סוספענדירונג איז אומלעגאל.......

פון די ווערטער פון פרוי העיל, די פרעזידענט פונעם קארט: "די סוספענדירונג איז בטל און אן קיין שום קראפט .... פארליאמענט איז קיינמאל סוספענדירט געווארן .... די ספיקער'ס פון ביידע הייזער - די קאממאנס און די לארדס - קענען נעמען באלדיגע שריט צו זעהן דערצו אז די הייזער זאלן זיך צאמקומען"
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Unanimous decision. Wow.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

100% א פאליטיקעל פסק
גארנישט אנדערש ווי בג"ץ און די אמעריקאנע סופרים קארט וואס היינטיגע צייטען גייט אלעס לויט אינטערעסען אין פאליטיק און אויף די בעסערע פאל וועט די טשיף טשוסטיס פאסקענען אנדערש ווי ער האלט כדי מען זאל נישט זאגן אז די סאפרים קארט איז פאליטיקעל וואס דאס אליין איז אויך פאליטיעקעל און א ריזיגע עוולה
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די דיסיזשאן איז געווען גאר א שטארקע סורפרייז, אפילו די אנקלעגער - די קעגנער פון זשאנסאן - האבן זיך גערישט אז די קארט וועט לאזן פאלן גאר א שארפע ווארענונג אדער אפשר אביסל מער פון דעם, אבער דאס אז להד"מ - די גאנצע סוספענדירונג האט קיינמאל פאסירט און פארליאמענט איז נאך געהעריג אין סעסיע האט קיינער נישט ערוואטערט.

זשערעמי קארבין איז ארויסגעקומען מיט א רוף אז פארליאמענט זאל שוין ווי פריער - היינט נאכמיטאג/מארגן צופרי - זיך צאמקומען און דורכשטיפן פרישע געזעצן.

ווי אויך זאגט ער: "איך רוף דעם פרעמיער ער זאל איבערטראכטן זיין אמט און אזויארום ווערן די קורץ-דינענדיגסטע פרעמיער אין היסטאריע. סוי, מיר ברויכן פאלגן די געזעץ, אראפנעמען נאו-דיעל פון טיש, און האבן אן עלעקשאן צו ערוועלן א רעגירונג וואס רעספעקטירט דעמאקראסי." די פירער פון די אנדערע אפאזיציע פארטייען - ווי אויך אנדערע פארליאמענט מיגלידער - זענען ארויסגעקומן מיט שארפע אטאקעס קעגן זשאנסאן: "ער איז נישט פאסיג צו זיין פרעמיער" "ער זאל שוין יעצט רעזיגנירן" "באריס זשאנסאן האט געבראכן דאס געזעץ ... ס'איז קיין פראגע אז ער מוז זאפארט רעזיגנירן".

די פראגע וועט זיך שטעלן אויב זענען אלע אפאזיציע פארטייען אזוי פאראייניגט אז זשאנסאן מוז אפטרעטן/רעזיגנירן - און ער האט שוין קלאר געזאגט אז ער גייט נישט - פארוואס ברענגט קארבין נישט אויף א אומצוטרוי אפשטימונג???
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין ליכט פון די היינטיגע אורטייל, האט זשאן בערקאו - ספיקער אוו די קאממאנס - געמאלדן אז פארליאמענט וועט זיך צאמקומען מארגן אום 11.30 פארמיטאג, ווי ס'וועט זיין א געלעגנהייט צו פרעגן "אוירזשענט קוועסטשאנס" (וויכטיגע פראגן), פרעגן פון מיניסטארן, ווי אויך - והוא העיקר - וועט זיין א געלעגנהייט אויפצוברענגן א S.O.24 מאשען.

ביז לעצטענס זענען "סטענדינג ארדער 24 מאשענ'ס" גענוצט געווארן אויף צו צווינגען אן אפשטימונג איבער א געוויסע גאר וויכטיגע נושא, אויף וואס די רעגירונג האט נישט געוואלט צושטעלן די צייט דערצו, געווענדליך ווערט אזא וואוט אנגענומען אלס נישט-בינדענד אויפן רעגירונג נאר בלויז אלס א צייכן פון די ווילן פונעם הויז, אבער לעצטענס, האט בערקאוי אנגעהויבן צולאזן אז די אפשטימונגען אויף "ס.א.24 מאשענס" זאלן קענען זיין בינדענד און צווינגע די רעגירונג אויסצופאלגן די רעזולטאטן פונעם וואוט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

באריס זשאנסאן געפינט זיך יעצט אין ניו-יארק צוליב די יו.ען. פארזאמלונג, אויף דערווייל האט מען געהערט פון זיין אפיס בלויז אז די רולינג איז "עקסטרע-ארדינערי" און זיי וועלן לאזן הערן מער שפעטער.

ווי אויך איז ארומגעפארן א אינערליכע אי-מעיל צווישן די קאנסערוואטיווע מיטגלידער אין פארליאמענט מיט א בקשה נישט צו לאזן פאלן פובליק קאמענטס אויף די אורטייל, אריינגערעכנט נישט צו די פרעסע און נישט אויף סאשעל-מידיע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פון נייזשעל פאראזש, די פירער פון די ברעקזיט פארטיי, און אזוי אויך פון א צאל קאנסערוואטיווע פארליאמענט מיטגלידער האט מען געהער רופן אז באריס זשאנסאן זאל ארויסווארפן דאמיניק קאממינגס פון אמט, קאממינגס איז א נאנטע געהילף צו זשאנסאן שוין מערערע יארן, און ס'ווערט אנגעגעבן אז ער האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די "ליעוו" קאמפיין ביים רעפערענדום פאר דריי יאר צוריק, ווי אויך ווערט אנגעגעבן אז קאממינגס איז דער וואס האט געראטן פאר זשאנסאן זיך ארויסצולאזן אין אן אגרעסיוון קאמף מיט די פארליאמענט - און בעיקר טאקע דא מיטן סוספענדירן. יעצט אז זשאנסאן האט געליטן אזא מיאוס'ע דורכפאל זאגן מערערע קאנסערוואטיווע מיטגלידער אז ס'שוין העכסט צייט מ'ווערט פטור פון איהם.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

באריס זשאנסאן איז ערוואטערט געווען אפצוהאלטן היינט - דינסטאג - א זיצונג מיט די איירישע פרעמיער בנוגע ברעקזיט. וועלמיר צו די היינטיגע אורטייל וועט האבן סיי וועלכע אויסווירקונג דערויף
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אי א שטיקעלע נחמה פורתא, איז די געריכט נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי באשוילדיגן זשאנסאן און ליגנט זאגן און פארפירן די קעניגן. די סקאטישע געריכט האט געהאט געזאגט אין זייער אוטייל אז זשאנסאן האט "פארפירט און ליגנט געזאגט פאר'ן קעניגן איבער זיינע מאטיוון" צו וועלן סוספענדירן פארליאמענט. היינט צופרי האט אבער די סופרים קארט געזאגט: "עס איז אוממעגליך פאר אונז צו באשטימען, באזירט אויף די באווייזן וואס זענען אונז געווארן פארגעשטעלט, אז עס איז געווען סיי וועלכע סיבה - אפגערעדט פון א אויסגעצייכענטע - צו ראטן פארן קעניגן צו סוספענדירן פארליאמענט פאר 5 וואכן. מיר קענען נישט שפעקולירן, אן ווייטערדיגע באווייזן, אויף וועלכע סיבות אזא פארלאנג איז געמאכט געווארן."

בקיצור, וואס זיי זאגן איז אז אן קיין באווייז קען מען נישט באשולדיגן זשאנסאן אין האבן פארפירט און ליגנט געזאגט (אנדערש ווי די סקאטישע האבן גע'טענה'ט אז "ס'איז נישטא קיין אנדערע פארשטענדליכע סיבה, נעם איך אן אז דאס - ברעקזיט - איז די סיבה"), אבער אעפ"כ היות די תוצאה פון די יעצטיגע סוספענדירונג איז אומלעגאל ווערט די גאנצע סוספענדירונג בטל ומבוטל.

מ'דארף אינאכט נעמען אז די קארט האט שטארק באגרעניצט די אורטייל בלויז אויף צום יעצטיגן פאל, ווי זיי שרייבן "דאס איז א איינמאליגע געשעהניש".
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פון די אנדערע זייט איז שטארק מעגליך אז זשאנסאן זאל פרובן נאכאמאל סוספענדירן די פארליאמענט אויף א קורצערע צייט, וואס דאס קען זיין איז יא לעגאל אויסגעהאלטן אפילו נאכ'ן היינטיגן אורטייל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זשאנסאן'ס ערשטע עפענטליכע קאמענטארן: "זעלבסט-פארשטענדליך אז מיר וועלן אויספאלגן דעם אורטייל, מיר וועלן רעספעקטירן די יורידשע פראצעדור. איך האלט נישט אז ס'איז ריכטיג - זייער אורטייל - אבער מיר וועלן פאראויס גיין, און אוודאי וועט פארליאמענט צוריקקומען. די וויכטיגע זאך איז אז מיר וועלן ווייטער גיין און דעליוויר"ן ברעקזיט אום אקטאבער 31."

אויף די פראגע צו די היינטיגע אורטייל מיינט אז ער איז אויסגעלאפן פון אפציעס פאר ברעקזיט, זאגט ער אז ניין, זיכער האט עס נישט געמאכט גרינגער, אבער מיר זוכן נאך ווייטער אדורכצופירן אן אפמאך."

ווי אויך ווערט איבערגעגעבן אז זשאנסאן וועט זיך צוריקקערן פון נ.י. שוין היינט נאכט - אנשטאט מארגן צופרי - אויף צו קענען זיין אין פארליאמענט מארגן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין ווייטערדיגע באריכטן פון זשאנסאן'ס ערשטע עפענטליכע קאמענטארן:

אויף די אנפראגע פון רעפארטער צו ער "לויפט אויס פון אפציעס" זאגט ער: "אדרבה! חויטן די יעצטיגע געזעץ פארלאזט מען די אי.יו. אקטאבער 31 איך שיהי'. אבער די עקסייטינ"ג זאך וואס איז יעצט פאר אונז, איז צו אויסהאמערן א גוטע דיעל, און אויף דעם ארבעטן מיר."

אויף די פראגע צו ער וועט נאכאמאל פרובן צו סוספענדירן פארליאמענט "איך האלט אז ס'איז דא א אויפריכטיגע טענה אויף צו וועלן האבן א "קעניגן'ס רעדע", און מיר וועלן דאס טוהן. איך האלט אז די ריכטער האבן אינגאנצן נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט פון א "קעניגן'ס רעדע", נאר וואס מיר דארפן יא פארזיכערן איז אז די פארליאמענט האט איבער-גענוג צייט צו דעבאטירן ברעקזיט."
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

"לאמיר נישט פארגעסן עס זענען דא אסאך מענטשען וואס ווילן פרוסטרירן ברעקזיט, ס'זענען דא אסאך מענטשען וואס ווילן פשוט אפהאלטן דאס לאנד פון פארלזן די אי.יו., און מיר האבן א פארליאמענט וואס קען נישט ווערן סוספענדירט, עס וויל נישט קיין עלעקשאן, און איך מיין ס'איז צייט מיר זאלן עפעס אויפטון אין די נושא. לויט'ן יעצטיגע געזעץ, פארלאזן מיר די אי.יו. אום אקטאבער 31, און כ'האב גרויס האפענונג אז מיר וועלן דערגרייכן אן אפמאך. כ'מיין אז וואס מענטשען ווילן איז צו זעהן ווי פארליאמענט מיטגלידער נעמען זיך צוזאם אין די נאציאנאלע אינטרעסן אויסצופירן די ברעקזיט."
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עציץ נקוב האט געשריבן:100% א פאליטיקעל פסק
גארנישט אנדערש ווי בג"ץ און די אמעריקאנע סופרים קארט וואס היינטיגע צייטען גייט אלעס לויט אינטערעסען אין פאליטיק און אויף די בעסערע פאל וועט די טשיף טשוסטיס פאסקענען אנדערש ווי ער האלט כדי מען זאל נישט זאגן אז די סאפרים קארט איז פאליטיקעל וואס דאס אליין איז אויך פאליטיעקעל און א ריזיגע עוולה

גראדע וואלט איך געזאגט אז על אף וואס איך האלט שטארק פון ברעקזיט, און לכתחילה האב איך געשטיצט דעם פרעמיער מיט'ן דיזיגן שריט, איז אבער נאכ'ן דורכליינען די רולינג איז עס אינגאנצן נישט קיין פאליטישע פסק. פארקערט, זיי האבן בכלל נישט געזוכט אפצוטייטשן די מאטיוון וואס ער האט מעגליך יא אדער נישט געהאט, זיי האבן זיך פארלייגט אויף די תוצאה (OUTCOME) פון זיינע שריט און אויף דעם ארויף זענען אנגעקומען אהין. זיי האבן זיך אינגאנצן נישט אריינגעלאזט אין פאליטישע אינטריגעס און שפעקולאציעס, אנדערש ווי די סקאטישע געריכט וואס האט באשלאסן וואס זיינע מאטיוון זענען געווען. סוף דבר, כ'קען הערן וואס דו זאגסט און גלייב מיר כ'וואלט אויך געוואלט אזוי שרייען, אבער "סארי טו דיסאפוינט יו" ס'קוקט נישט אויס אזוי...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס דערלייגט באריס יעצט פון א אפענע פארלאמענט נאך וואס זיי האבן שוין עניוועי געשטימט קעגן א נאו דיעל ברעקזיט?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סתם זיי קענען אנדרייען נאך קאפוויי, כ'זעה דאך אז ספיקער בערקאו האט פארשפראכן צו לאזן נוצן עמערזשענסי טאקטיקן צו קענען אויפברענגן פרישע רעזאלוציעס - וואס קענען פארוואנדלט ווערן אין געזעצן - כ'ווייס נישט וואס, אבער עפעס האט ער....
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ס'ווערט יעצט באריכטעט איבער די פארשידענע סענאריוס וואס קענען זיך מארגן אפשפילן:

1. די רעגירונג זאל פאררופן ש אפשטימונג צו מ'זאל גיין אויף ריסעס - צוליב די קאנסעוואטיווע פארטיי קאנפערענץ וואס קומט פאר קומענדיגע וואך, טעכניש מוז מען נישט גיין אויף ריסעס צוליב דעם און ביי די קלענערע פארטייען טוט מען טאקע נישט, נאר ביי די גרויסע. אבער ס'וואלט געווען א שטארק היפאקריטישע שריט אויב אפאזיציע פארטייען זאלן איינגיין דערויף ווייל זיי שרייען שוין די לעצטע דריי וואכן אז מ'נעמט צו זייערע רעכטן.

2. א אומצוטרוי אפשטימונג (VOTE OF NO CONFIDENCE) וואס קען אויפגעברענגט ווערן דורך זשערעמי קארבין, אבער עס איז נישט ערוואטערט אז דאס זאל טאקע אויפקומען פאר א וואוט, צוליב וואס די אנדערע אפאזיציע פארטייען, ווי אויך די ארויסגווארפענע קאנסערוואטיוון, זענען בפשטות נישט גרייט אז קארבין זאל ווערן פרעמיער - אפי' אויב נאר אויף א קורצע צייט, און ווילאנג ס'נישט דא א צווייטן אויף וועם אלע קענען זיך פאראייניגן איז נישט ערוואטערט ס'זאל ווערן אויפגעברענגט ווייל ס'קען פירן צו פרישע וואלן אויף זשאנסאן'ס טערמינען.

3. זשאנסאן האט היינט געזאגט אז אין ליניע מיט די אורטייל פונעם געריכט, אז א קורצע סוספענדירונג איז יא לעגאל אויסגעהאלטן, וויל ער סוספענדירן פארליאמענט פון פריש צו קענען אנגרייטן פאר א פרישע סעסיע און א "קעניגן'ס רעדע". די שאלה איז נאר ווען ער גייט דעס אויספירן, ווייל אויף מער ווי א וואך גייט לכאורה ברענגען פרישע לעגאלע שריט.

4. זשאנסאן קען פרובירן נאכאמאל צו פאררופן פריע וואלן, אבער איז שוין דורכגעפאלן צוויי מאל דערמיט.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אלעקסיי, געוואלדיג קלארע און באטעמטע רעפאראט!

א ריזיגן דאנק! עס איז א פלעזשור צו האבן אזא עקסקלוסיוו רעפארטער, כמותו ירבו!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:סתם זיי קענען אנדרייען נאך קאפוויי, כ'זעה דאך אז ספיקער בערקאו האט פארשפראכן צו לאזן נוצן עמערזשענסי טאקטיקן צו קענען אויפברענגן פרישע רעזאלוציעס - וואס קענען פארוואנדלט ווערן אין געזעצן - כ'ווייס נישט וואס, אבער עפעס האט ער....


אבער פון די אנדערע זייט קען דזשאנסאן פרובירן נאכאמאל צו גיין צו וואלן.

פארוואס עס איז א פלאפ פאר אים פארשטיי איך יא.

עניוועי, ישר כח פאר אייערע רעפוטאזשן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

כדי צו גיין אויף פרישע וואלן ברויך ער האבן שטיצע פון 434 פארליאמענט מיטגלידער, און לכאורה באקומט ער עס נישט.

ס'דא נאך א מהלך פאר פריע וואלן, ער זאל דורכפירן א געזעץ וואס רופט פאר וואלן ביום פלוני, אבער דעמאלטס קען שוין סיי ווער פארשלאגן סיי וועלכע אמענדמענט (הוספה) צום געזעץ, און דארט קען ער דאך נישט וויסן ואס מ'גייט אלץ אנדרייען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח אלעקסיי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

ש'כח אלעקסיי!

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זאגט ער (באריס): "אדרבה! ..."

א נארישע שאלה, וויאזוי האט ער געזאגט אדרבה אין ענגליש?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אלעקסיי, געוואלדיג קלארע און באטעמטע רעפאראט!

א ריזיגן דאנק! עס איז א פלעזשור צו האבן אזא עקסקלוסיוו רעפארטער, כמותו ירבו!


---

רואיג! האט געשריבן:ש'כח אלעקסיי!

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זאגט ער (באריס): "אדרבה! ..."

א נארישע שאלה, וויאזוי האט ער געזאגט אדרבה אין ענגליש?



to the contrary מיינט דאס, כאטש איך ווייס נישט וואס באריס האט געזאגט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”