אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אן אינטערסאנטע קרישקעלע: אן איטאליענע מיטגליד פון די אייראפעאישע פארליאמענט - מר. קעימפאמענאסי - זאגט אז לדעתו האט די אי.יו. חרטה פארן האנדלן אויף אזא שטרענגן אופן מיט ענגלאנד.
דערמאנט מיר פון די ענגלישמען וואס האבן געהאלטן אז מ'זאל אביסל נאכלאזן פאר די אמעריקאנע צוריק אין די 18'טע יאר הונדרעט, מיט א בליק אויף צוריק זענען זיי געווען גערעכט.
באריס זשאנסאן האט היינט - מיטוואך - ארויסגעשטעלט זיינע פארשלאגן פאר א אפמאך מיט די אי.יו. איבער וויאזוי די ארויסטריט פון ענגלאנד זאל צוגיין. אי.יו. פירער האבן נישט גלייך אפגעווארפן זיינע פלענער, אבער, אין די זעלבע צייט האבן זיי נישט ארויסגעוויזן קיין גרויס שטיצע דערפאר. די עיקר שפילער אינעם יעצטיגן צייט איז די איירישע פרעמיער - צוליב וואס די עיקר טויש פון די ביז יעצטיגע אפמאך איז בנוגע די איירישע גרעניץ, דעריבער אויב איז די איירישע פרעמיער נישט צופרידן מיט די פארשלאגן - און ס'קוקט אויס אז ער איז נישט עפעס אויסטערלישט צופרידן דערפון - קען ער דאס בלאקירן פון אדוכגיין ביים אי.יו. קאמישאן.
אין א פרישע אנקעטע זאגן 40% אז ברעקזיט האט זיי אנגעמאכט גייסטישע שוועריגיקייטן. צווישן די וואס האבן געשטיצט צו בלייבן אין די אי.יו. שטייגט די ציפער צו אזוי הויך ווי 50%, בעת וואס די ווילן פארלאזן די פאראיין האלט עס ביי בלויז 30%.
אין אנדערע נייעס, ווערט באריכטעט אז זשאנסאן פלאנירט נאכאמאל צו פארלאנגען פון די קעניגן אז זי זאל סוספענדירן די פארליאמענט אין צוגרייטונג צו א "קעניגן'ס רעדע", וואס זשאנסאן וויל ס'זאל פארקומען אום אקטאבער 14 (מאנטאג, א' סוכות).
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אן אינטערסאנטע קרישקעלע: אן איטאליענע מיטגליד פון די אייראפעאישע פארליאמענט - מר. קעימפאמענאסי - זאגט אז לדעתו האט די אי.יו. חרטה פארן האנדלן אויף אזא שטרענגן אופן מיט ענגלאנד.
דערמאנט מיר פון די ענגלישמען וואס האבן געהאלטן אז מ'זאל אביסל נאכלאזן פאר די אמעריקאנע צוריק אין די 18'טע יאר הונדרעט, מיט א בליק אויף צוריק זענען זיי געווען גערעכט.
אין אנדערע ווערט באריכטעט אז די וועכענטליכע זיצונג פון די אפאזיציע פארטייען - מיטן ציהל אויפצוקומען אויף א סטראטעגיע אפצושטעלן נאו-דיעל ברעקזיט - האט זיך אויסגעלאזט מיט טיפע מיינונגס דיפרענצן צווישן די באטיילגטע איבער וויאזוי ווייטער פאראויס צוגיין. לעיבאר פירער זשערעמי קארבין וויל פאררופן אן אומצוטרוי אפשטימונג אין די יעצטיגע רעגירונג מיטן פלאן זיך אליינס אריינצושטעלן אין אפיס - אלס צייטווייליגע פרעמיער - און פארלאנגען אן עקסטענשאן פון די אי.יו. און דערנאך פאררופן א "זשענעראל עלקשאן". די פירער פון די "ליבעראל-דעמאקראטס" טענה'ט אבער, אז קארבין קען נישט באקומען די "קאנפידענס" פון די פארליאמענט, דעריבער אויב וועט ער פאררופן אן אומצוטרוי וואוט אין די יעצטיגע רעגירונג, מיטן פלאן זיך ארייצושטעלן אין אפיס, וועט עס בלויז פירן צו אן עלעקשאן אן קיין ברעקזיט עקסטענשאן. דעריבער, טענה'ט די "ליבעראל-דעמאקראטס", ברויך מען טרעפן אן עלטערע רעספעקטירטע מיטגליד אין די פארליאמענט וואס קען יא באקומען די קאנפידענ"ס אוו די הויז, און יענעם אריינשטעלן אין אפיס.
עמאנועל מאקראן - די פראנצויזישע פרעזידענט - האט נעכטן געגעבן אנצוהערן פאר פרעמיער זשאנסאן אז די אי.יו. וועט באשליסן ביז סוף די וואך אויב עס איז שייך אויסצוהאמערן אן אפמאך. די טאלק"ס (דורכשמועסן זיך) וועלן אנגיין אויפן העכסאן שטאפל מיטן ציהל צו קענען באשליסן אויב עס איז שייך אויסצוהאמערן אן אגרימענ"ט וואס טוט רעספעקטירן די אי.יו. פרינציפן.
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אן אינטערסאנטע קרישקעלע: אן איטאליענע מיטגליד פון די אייראפעאישע פארליאמענט - מר. קעימפאמענאסי - זאגט אז לדעתו האט די אי.יו. חרטה פארן האנדלן אויף אזא שטרענגן אופן מיט ענגלאנד.
דערמאנט מיר פון די ענגלישמען וואס האבן געהאלטן אז מ'זאל אביסל נאכלאזן פאר די אמעריקאנע צוריק אין די 18'טע יאר הונדרעט, מיט א בליק אויף צוריק זענען זיי געווען גערעכט.
איך האב אבער גערעדט פון די פערספעקטיוו פון ענגלאנד (וואס איז דאן געווען אין די יעצטיגע פאזישען פון די אי. יו.), זיי וואלטן געקענט אנהאלטן בעלות ווען זיי באגייען זיך נישט אזוי שטרענג מיט די קאלאניעס.
אגב, מצד די אמעריקאנע האלט איך גראדע אויך אז ס'איז בעסער דעמאקראטיע, אפילו ס'קען אמאל ברענגן א טראמפ, איז עס ס"ה איין פרק אין א לאנגע מעשה.
רואיג! האט געשריבן:אגב, מצד די אמעריקאנע האלט איך גראדע אויך אז ס'איז בעסער דעמאקראטיע, אפילו ס'קען אמאל ברענגן א טראמפ, איז עס ס"ה איין פרק אין א לאנגע מעשה.
די ווארט דעמאקראטיע אי'נישט ריכטיג גענוצט געווארן, ענגלאנד איז שוין געווען א דעמאקראטיע נאך הונדערטער יארן פאר מ'האט אנטדעקט אמעריקא, נאר די אמעריקאנער קאלאניעס האט מען נישט גלאזט האבן קיין רעפרעזענטעישא"ן אין די ענגלישע פארליאמענט (גאר א גרויסע טעות, אבער ס'וואלט ניט געוועזן פראקטיש). און איה"נ אונז זעמיר אנגעקומען צו האבן זשאנסאן אלס פרעמיער (הגם ער איז סאך סאך קלוגער פונעם זעלבסט-דערקלערטער "חכם מכל האדם", "in my great and unmatched wisdom")
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע ווערט באריכטעט אז די וועכענטליכע זיצונג פון די אפאזיציע פארטייען - מיטן ציהל אויפצוקומען אויף א סטראטעגיע אפצושטעלן נאו-דיעל ברעקזיט - האט זיך אויסגעלאזט מיט טיפע מיינונגס דיפרענצן צווישן די באטיילגטע איבער וויאזוי ווייטער פאראויס צוגיין. לעיבאר פירער זשערעמי קארבין וויל פאררופן אן אומצוטרוי אפשטימונג אין די יעצטיגע רעגירונג מיטן פלאן זיך אליינס אריינצושטעלן אין אפיס - אלס צייטווייליגע פרעמיער - און פארלאנגען אן עקסטענשאן פון די אי.יו. און דערנאך פאררופן א "זשענעראל עלקשאן". די פירער פון די "ליבעראל-דעמאקראטס" טענה'ט אבער, אז קארבין קען נישט באקומען די "קאנפידענס" פון די פארליאמענט, דעריבער אויב וועט ער פאררופן אן אומצוטרוי וואוט אין די יעצטיגע רעגירונג, מיטן פלאן זיך ארייצושטעלן אין אפיס, וועט עס בלויז פירן צו אן עלעקשאן אן קיין ברעקזיט עקסטענשאן. דעריבער, טענה'ט די "ליבעראל-דעמאקראטס", ברויך מען טרעפן אן עלטערע רעספעקטירטע מיטגליד אין די פארליאמענט וואס קען יא באקומען די קאנפידענ"ס אוו די הויז, און יענעם אריינשטעלן אין אפיס.
די מיינונגס פארשידענהייטן גייט אויף אזוי ווייט אז די פירערין פון די "ליבעראל-דעמאקראטס" האט היינט גאר באשולדיגט די "לעיבאר" פארטיי אין זיין "די גרעסטע שטער" אין אפשטעלן א נאו-דיעל ברעקזיט, זאגענדיג אז לעיבאר'ס פאר'עקשנ'טקייט אז בלויז קארבין מעג פארמירן א צייטווייליגע רעגירונג טוט אונטערהאקן די טשאנסן אז א אומצוטרוי אפשטימונג זאל זיין סוקסעספול, וויבאלד די 21 ארויסגעווארפענע קאנסעוואטיוון וועלן בשום אופן נישט אונטערברענגן די יעצטיגע רעגירונג אויב ס'וועט צופירן אז קארבין זאל קומען צו די מאכט.