אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן: ווידער ביי איראן איז עס נישט אזוי פשוט, א מלחמה מיט איראן איז זייער קאמפליצירט און זייער דענדזשרעס, עס איז זייער שווער צו זאגן אז אמעריקע קען 'עכט' געווינען א מלחמה, אפשר יא.... הו קנאו'ס...


דאכט זיך אז נאך וואס בוש האט אינוואדירט איראק און אראפגעזעצט סאדאם פון בענקל אינאיינעם מיט זיין ברוטאלע רעזשים, האט די בוש אדמיניסטראציע געשיקט ווינקן צו די איראנער הארט איידער אכמענדענדזשאד איז ערוועלט געווארן, אז איראן שטייט נעקסט אויף די ליסטע. פאקטיש איז דאס נישט געשען, און ס׳וואלט טעכניש נישט געקענט פאסירן אזוי שנעל, ווייל נעמענדיג אין באטראכט די פאקטן וואס האט זיך דאן אפגעשפילט אין איראק קעגן וואס עס טוט זיך אין איראן, איז זייער שוער צו זאגן אז ס׳וואלט גע׳גאנגען אינעם זעלבן ריכטונג. פאקטיש האבן זיך די איראנער אויפגעבויט א שטארקע מיליטער, טראץ וואס איך גלייב נישט אז זיי האבן די מעגליכקייט אראפצושיסן אפאר בי2 סטעלט פליגער, דאך האבן זיי די מעגליכקייט אפצושטויסן א פיינטליכע אטאקע מיט סטיפיקירטע וואפן. א חוץ דערפון איז רוב פון די איראנער באפעלקרונג אין שטיצע פונעם רעזשים וואס מאכן עס נאך שווערער.

אפערעישאן פרעיאינג מענטיס איז אן אפעראציע וואס איז פארגעקומען אום אפריל 18, 1988 למספרם, אין וועלכע די אמעריקאנער נעיווי האט אין גאר שטארק געצוימטע אטאקעס באוויזן צו זינקען האלב פון איראנ'ס נעיווי אין בלויז איין טאג! און באוויזן אויסצומיידן אלע אנטי שיף מיסילס וואס די איראנער האבן געשאסן קעגן איר.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

ווי עס ווערט איבער געגעבען האט טראמפ געשיקט א פערוואטע נאמער דורך שווייץ צי איראן אז ווען זיי ווילען פארהאנדלען קענען זיי אים גראד קאלן
שווייץ זאגט אז זיי גייען עס נישט געבען ווי לאנג איראן בעט עס נישט
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

שקר האט געשריבן:ווי עס ווערט איבער געגעבען האט טראמפ געשיקט א פערוואטע נאמער דורך שווייץ צי איראן אז ווען זיי ווילען פארהאנדלען קענען זיי אים גראד קאלן
שווייץ זאגט אז זיי גייען עס נישט געבען ווי לאנג איראן בעט עס נישט

איראן האט געענטפערט אויף דעם אז טראמפ האט זייער טעלעפאן נאמבער...
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

HeimisheMedia: The US is sending another Aircraft Carrier to the Middle East.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איראן ווארנט אמעריקע: אויב וועלן זיי מאכן סיי וועלכע מיליטערישע מאוו וועט עס זיי "שלאגן אין קאפ".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פעיק נוז האט געשריבן:איראן ווארנט אמעריקע: אויב וועלן זיי מאכן סיי וועלכע מיליטערישע מאוו וועט עס זיי "שלאגן אין קאפ".

עגרי 100%, איך זאג נישט ס'גייט זיין נאך די גאנצע איאטאלא כאמעני גייט זיין אין די ערד, עס גייט אבער נישט טוישן די פאקט...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

רעטאריק קריג...

א איראנער רעוואלוציעינערע גארד קאמאנדיר האט געזאגט פאריגע וואך אז אמעריקע'ס מיליטערישע אנוועזנהייט אין די גאלף פלעגט פאר אונז זיין א ערנסטע "טרעט" (סכנה) אבער יעצט איז עס א טארגעט (ציל) און א אפורטוניטי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צוויי אויל טאנקער שיפן פון סאודי אראביע זענען געשעדיגט געווארן דורך סאבאטאזש, און זיי בלעימען (שטייטציך) איראן, אז זיי האבן דורכגעפירט סאבאטאזש אטאקעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו האט אפגערופן א געפלאנטע באזוך קיין מאסקווע און אפגעפלויגן היינט קיין בריסעל זיך צו באטייליגן אין א זיצונג מיט אייראפעאישע פירער צו דיסקוסירן ווייטערדיגע שריט בנוגע איראן.

פאר׳ן אפפארן קיין אייראפע האט פאמפעאו געזאגט אז דער ציל פונעם באזוך איז מיטצוטיילן מיט די אייראפעאישע פירער וויכטיגע אינפארמאציע איבער איראנער אקטיוויטעטן אינעם ראיאן און זיי געבן א ערשטהאנטיגע שפיאנאזש באריכט איבער די אנטוויקלונגען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טראמפ פאר רעפארטער'ס אינעם אוועל אפיס, איבער די אנגעבליכע סאבאטאזש אטאקע דורך איראן אויף צוויי סאודי'ער אויל טאנקער שיפן:

"עס גייט זיין זייער 'בעד פראבלעם'ס' פאר איראן אויב עפעס איז געשעהן, דאס קען איך דיר זאגן. זיי גייען נישט זיין זייער העפי".

ווען ער איז געווארן אנגעפרעגט וואס ער מיינט מיט "בעד פראבלעם'ס". האט טראמפ רעספאנדעד: "דו קענסט עס אליין אויספיגערן, זיי ווייסן וואס איך מיין דערמיט".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואס גייט פאר? איך האב פרובירט אפאר מאל צו קענסעלן די "לאז מיך וויסן ווען איינער שרייבט א תגובה אין די אשכול" אפציע, אבער יעדע מאל איינער שרייבט א תגובה באקום איך א נאטאפיקאציע, און ווען איך גיי אריין זעה איך אז עס איז ווידעראמאל אנגעצינדן עני וואן???
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אייראפיעישע דיפלאמאטן האבן ווידערהאלט זייער מיינונג פאר מייק פאמפעיאו ביי זיין באזוך אין בריסל, אז זיי שטייען ווייטער שטארק צו אנהאלטן די איראנער נוקלעארע דיעל, און גערופן צו אמעריקע פאר "מאסימום איינגעהאלטנקייט".

"עס איז אלעמאל בעסער צו רעדן ווי נישט", האט געזאגט פדריקא מאגריני, די EU דיפלאמאטיק טשיף. "מייק פאמפעאו האט דאס זייער קלאר געהערט פון אונז היינט".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סעקרעטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו איז היינט אין די רוסישע שטאט סאטשי, און ער האט זיך דארט געטראפן מיטן רוסישן אויסערן מיניסטער סערגיי לעווראוו.

פאמפעאו זאגט: "אז אמעריקע פונדאמענטאל זוכט נישט קיין מלחמה מיט איראן". און "אז אמעריקע ערווארט פון איראן זיך אויפצופירן ווי א 'נארמאלע לאנד'".

איראנ'ס סופרים לידער כמועיני האט אויך געזאגט אז איראן זוכט נישט קיין מלחמה מיט אמעריקע און אויך זיי זוכן נישט.
און איבער אנדערע אישו'ס, האט פאמפעאו געבעטן אז רוסלאנד זאל אויפהערן סופארטן דעם מאדורא רעזשים, לעווראוו האט אבער רידזשעקטעד זיין פאדערונג זאגענדיג אז "אמעריקע'ס רייצענישן מיט ווענעזועלע זענען "אומדעמאקראטיש""....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פעיק נוז האט געשריבן:צוויי אויל טאנקער שיפן פון סאודי אראביע זענען געשעדיגט געווארן דורך סאבאטאזש, און זיי בלעימען (שטייטציך) איראן, אז זיי האבן דורכגעפירט סאבאטאזש אטאקעס.

זיי האבען עס פאראויס געזאגט:
פעיק נוז האט געשריבן:נעכטן האט מען געהערט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט געלייגט א האנט אויף שפיאנאזש אינפארמאציע, אז הויכראנגיקער איראנער רעזשים באאמטע האבן געגעבן באשטעטיגונג פאר פרא-איראן באוואפנטע גרופעס אינעם מיטל מזרח, צו אטאקירן אמעריקאנער טרופן.

זיי האבען עס שוין אמאל געטוהן (אליין געטוהן, נישט דורך פראקסיס):
SPUSMN האט געשריבן:איראן האט גלייך נאך דעם ווייטער געטשעפעט אמעריקאנער שיפען דארט און לכאורה געווען די וואס האבען סעבוטאדזד די צוויי אמעריקאנער מלחמה שיפען וואס זענען ארויס פון קאמישען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס איז דא נאך א נקודה וואס מאכט פאר טראמפ זייער שווער צו באשליסן וואס צו טוהן.

טראמפ איז געלאפן מיט א צוזאג נישט אריינצוגיין אין קיין מלחמות - און אזוי ארויסציען אמעריקאנער סאלדאטן - פון די מיטל מזרח.
פון די אנדערע זייט האט ער באלטאן מיט די רעפובליקאנער און אזוי אויך מדנ"י וואס וואלטן לכאורה יא געוואלט זען אמעריקע אטאקירן איראן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

סטעיט דעפאטמענט האט געמאלדן אז זיי ציען ארויס אלע נישט-עמערדזשענסי פערסאנעל פון איראק, צוליב שטייגענדע אנגעצויגנקייט מיט איראן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אלעס איז א טריט נענטער צו משיח צדקנו
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלייקנט א מידיא באריכט, וועלכע האט געלויטעט אז ער באטראכט א פלאן צו שיקן 120,000 טרופן צום מיטל-מזרח אלס טייל פון די צוגרייטונגען פאר א מעגליכער קריג מיט איראן.

טראמפ האט געזאגט אז די באריכטן זענען "פעיק ניוז", אבער ער האט צוגעלייגט אז אויב איראן וועט עפעס טוהן וועט ער גערן באטראכט די אפשן, נאר אויב וואלט ער געשיקט טרופן צו באקעמפן איראן, וואלט ער געשיקט פיל מער טרופן ווי דאס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מעמבעער'ס פון די סענאט אויסערן פאליסי קאמיטע האבן פראטעסטירט דאס וואס די ווייסע הויז ״האלט זיי אין די פינסטערניש״ איבער די אנטוויקלונגען אין איראן, זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט עפנטליך גערעדט איבער אן אנגעבליכע געפאר פון איראקער טעראר מיליציעס קעגן אמעריקאנער אינטערעסן און געשיקט אהין באוואפנטע שיפן, אבער פארט האט די אדמיניסטראציע נישט געגעבן קיין שום אינפארמאציע פאר סענאט און קאנגרעס ווי עס איז די שטייגער ווען עס איז דא אן ערנסטע געפאר צו אמעריקאנער אינטערעסן.

די קריטיק זענען געקומען סיי פון רעפובליקאנער און סיי פון דעמאקראטן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פעיק נוז האט געשריבן:מעמבעער'ס פון די סענאט אויסערן פאליסי קאמיטע האבן פראטעסטירט דאס וואס די ווייסע הויז ״האלט זיי אין די פינסטערניש״ איבער די אנטוויקלונגען אין איראן, זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט עפנטליך גערעדט איבער אן אנגעבליכע געפאר פון איראקער טעראר מיליציעס קעגן אמעריקאנער אינטערעסן און געשיקט אהין באוואפנטע שיפן, אבער פארט האט די אדמיניסטראציע נישט געגעבן קיין שום אינפארמאציע פאר סענאט און קאנגרעס ווי עס איז די שטייגער ווען עס איז דא אן ערנסטע געפאר צו אמעריקאנער אינטערעסן.

די קריטיק זענען געקומען סיי פון רעפובליקאנער און סיי פון דעמאקראטן.

אינטרעסאנט ווייל אבאמא האט זיי געהאלטען אין דער פינסטענשי אפילו "נאך" דעם וואס איראן האט אטאקירט, און זיי האבען נישט פראטעסטירט.

א באנטש אוו היפעקריטס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט טראמפ האט היינט פרובירט צו נידערן די טענער און די זארג איבער א קריג מיט איראן וואס קען אויסברעכן יעדע ליאדע מינוט, זאגנדיג: "אז ער זוכט נישט קיין קריג" און האפט צו לעזן דעם קאנפליקט מיט איראן אויף א פרידליכע פארנעם.

ער האט געמאכט דעם סטעיטמענט פאר א זיצונג מיט׳ן שווייצער פרעזידענט וועלכער דינט אלס פארמיטלער צווישן אמעריקע און איראן, און לויט באריכטן האט פרעזידענט טראמפ אים געגעבן זיין פריוואטן טעלעפאון נומער אז ער זאל עס איבערגעבן פאר׳ן איראנער פרעזידענט אויב ער וויל זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש.

גלייכצייטיג האט דער ״ניו יארק טיימס״ אויך באריכטעט אז אין א קאבינעט זיצונג אינעם ווייסן הויז האט פרעזידענט טראמפ זיך קעגנשטעלט די מיטגלידער אין זיין אדמיניסטראציע וועלכע זוכן א שטייפערע שטעלוג, און פארלאנגט צו נידערן די טענער און זיך צוריקהאלטן פון שריט וואס קענען פירן צו א קריג.

JP
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

498627240ce144cc8d0fbd034320899d.jpg
498627240ce144cc8d0fbd034320899d.jpg (30.89 KiB) געזען 3490 מאל
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

8c3ee9f04013451f9607edc51e1bdc2b.jpg
8c3ee9f04013451f9607edc51e1bdc2b.jpg (62.54 KiB) געזען 3459 מאל


איאר צירוק

3bf8cb5e14eb4efab91dcd1173e5a430.jpg
3bf8cb5e14eb4efab91dcd1173e5a430.jpg (53.33 KiB) געזען 3459 מאל


יעצט נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאך, נאכאמאל און נאכאמאל און נאך איין מאל
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

וואס איז היינט געשען? האט די קעניג געטרינקן פאר'סמ'טע וויין?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

עפעס איז געפלויגן ראקאטס און איראק צום ריכטונג פון דער אמעריקאנער עמבעסי.

עמער מיזן ווארטן אויף די נייעס ברענגערס צי ברענגען לענגערע באריכטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”