עציץ נקוב האט געשריבן:אויב האלט מען נישט ביים טון גארנישט מאכט מער סענס וואס טראמפ האט געטון און פארטיג עס איז א סאך ערגער צו ריליסען אזא זאך און זאגן אז מען טוט גארנישט
איך האף אז איר פארשטייט אז ס'איז פונקט קאפויער..
ווען אן אנדערע לאנד טוט א שלעכטע אקט, ספעציעל אזאנס ווי דעם קאשאגי מארד, דארף מען עס פארדאמען, עס איז
מענדעטארי, נישט פארדאמען מיינט אז מען ווייזט אז ס'גייט דיך נישט אן, און דו געסט זיי א פרייע האנט דאס ווייטער צו טוען. יעצט פאקטישע עקשאן ווי סאנקציעס וכדו', איז שוין די נעקסטע לעוועל, הגם ס'קען זיין אז ס'וואלט אויסגעפעלט, און כ'קען אפילו מודה זיין צו דיר אז די ביידען אדמיניסטראציע וואלט אפשר ווען געדארפט טוען עפעס, אבער דאס איז שוין די נעקסטע לעוועל. און ס'איז זיכער אז א פארדאמונג אן עקשאן איז בעסער ווי בכלל נישט א פארדאמונג (דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געטוען).