נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מי יודע האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דאס וואלט געווען א רשעות שאין כדגמתו!
ס'דא יודן וואס האבן נישט וואו צו פארקן, און לא די זייער קאר ליגט אויפ ראוד און וועט דארפן ארבייטן טריפלט עס ארויסצושלעפן פון די שניי, גייסטו איהם נאך טויען?
ל"ע

רשעות איז ווען מ'פארקט אויפן ראוד, און א קאר וואס פארט ארויס פון פארקינג לאט קען נישט זען אז א קאר קומט צו פארן, דאס איז אלעמאל לאו דוקא ביי א שניי
איך זע עס ביי מיינע שכנים, ווער ס'פארקט אויפן ראוד איז עס אלעמאל סתם פוילקייט, גארנישט מיטן שניי
אויב האסטו נישט קיין פארקינג טו עפעס דערצו, מוף אוועק, איך ווייס נישט וואס, אבער דאס פארקן אויפן ראוד גרעניצט זיך מיט שפיכות דמים, איך זע עס כסדר
יאיא...
מ' זעהט טאקע אין וומ"ס גגיסצעך בלוט...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שואלכענין האט געשריבן:דו זאגסט ריכטיג, מען קען נישט זיין קיין בת היענה און נישט זען אז פאקטיש זענען פארהאן אומצאליגע דירות אן קיין פארקינגס.

מען דארף כאטש טוישן די דרייוו-וועיס, עס זאל זיין אזוי ווי מרדכי שעהר, מען זאל קענען אריינפארקן גראד, (טראצדעם וואס מען דארף מער אריבערפארן די סיידוואק), און מאכן איבריגע פארקינג פלעצער, פאר יענע דירות אויך. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז מען זאל (למשל) צאמנעמען אלע בויערס אין שטעטל, און מאכן א געוויסע מהלך, אז מען קען נישט אויפפיקסן א בוידעם, אדער אפטיילן א דירה, וכדומה, בלויז אויב מען מאכט אויך נאך א פארקינג. (איך זאג סתם א משל, עס קען זיין נאך עצות דערצו, תן לחכם ויחכם עוד).

אז מען איז א "תם" און מען קוקט אויף די ביכער (בוק-סמארט בלע"ז), שטויסט עס נאכדעם ווי א "מועד".

קודם זאל קומען א פארלאנג עכ"פ פון יעצט און ווייטער, נישט ווייל דער פראבלעם איז שוין דא זאל מען עס מאכן גרעסער
דער פראבלעם וואקסט יערליך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דאס וואלט געווען א רשעות שאין כדגמתו!
ס'דא יודן וואס האבן נישט וואו צו פארקן, און לא די זייער קאר ליגט אויפ ראוד און וועט דארפן ארבייטן טריפלט עס ארויסצושלעפן פון די שניי, גייסטו איהם נאך טויען?
ל"ע

רשעות איז ווען מ'פארקט אויפן ראוד, און א קאר וואס פארט ארויס פון פארקינג לאט קען נישט זען אז א קאר קומט צו פארן, דאס איז אלעמאל לאו דוקא ביי א שניי
איך זע עס ביי מיינע שכנים, ווער ס'פארקט אויפן ראוד איז עס אלעמאל סתם פוילקייט, גארנישט מיטן שניי
אויב האסטו נישט קיין פארקינג טו עפעס דערצו, מוף אוועק, איך ווייס נישט וואס, אבער דאס פארקן אויפן ראוד גרעניצט זיך מיט שפיכות דמים, איך זע עס כסדר
יאיא...
מ' זעהט טאקע אין וומ"ס גגיסצעך בלוט...

ס'איז אינו דומה צו וומס"ב
סיי די חלק ווייל ס'איז א פארקינג לאט פון עטליכע קארס איז שווערער, און סיי ווייל אין קרית יואל ווען ס'איז א געדרייטע ראוד אדער אינמיטן א בארג איז אויך פיל שווערער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

סוי בלעם נישט דעם אומשילדיגן דרייווער מיט שפיכות דמים!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ס'איז קלאר אז ווען נישט די קאונטי פארטיילט ווען נישט אזויפיל פערמיטן וואלט נישט געווען אזוי אנגעשטרענגט.

(נישט בילדינג פערמיטן, כ'רעד פון קאר פערמיטן)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מיר האבן אריבערגעשפרייזט דעם פיר הונדערטער !!!
א דאנק @בארואיגט אייך פארן פרובירן נאכמאל צו עפענען ס'אשכול ב"ה ס'איז געקרוינט געווארן מיט הצלחה
א דאנק פאר אלע וואס האלטן זיך ס'מויל בעת צר/צער און מ'געט נישט אויס ס'גאנצע ווייטאג כדי מ'זאלמער נישט בלייבן אונטערשלאס און ריגל
און פארשטייט זיך א דאנק פאר די הנהלה אלעס און פאר דעם ספעציפשן צווילדעוועטן טינעדזשער הנקרא
"נייעס און קריקעלעך אין קרית יואל"
וואס ווערט געטרעינט און געקלינט ווען מ'דארף כה לחי!
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

מי יודע האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דאס וואלט געווען א רשעות שאין כדגמתו!
ס'דא יודן וואס האבן נישט וואו צו פארקן, און לא די זייער קאר ליגט אויפ ראוד און וועט דארפן ארבייטן טריפלט עס ארויסצושלעפן פון די שניי, גייסטו איהם נאך טויען?
ל"ע


א קאר געפארקט אויפן ראוד איז א מזיק ברשות הרבים און א רודף.
גענוג עקסידענטס געשען. מדארף נישט נאך.
לא תעמוד על דם ריעך.
לא תרצח
וחי אחיך עמך.
והחזקת בו


מ'קען זאגן בערך די זעלבע ליסטע מיט לאווין אויף דיע וואס שטעלן נישט צו קיין פארקינג ...

קאן זיין, טו ראונגס דאזען מעיק וואן רייט

די נושא איז שווער, ווייל למעשה האבן מיר דא צוויי זייטן וואס ביידע האבן גאר גערעכטע טענות, בעת וואס די תוצאות זענען עקסידענטן וכדו' וכו'.

עס גייט זיין זייער שווער צו סאלוון דעם פראבלעם, ווייל די פראבלעם איז שוין דא פול פארס.

די ריכטיגע זאך - וואס איך טראכט - קען העלפן, פארשטייט זיך מיט די קאפעראציע פון די ווילידש באמטע, און פארשטייט זיך די איינוואוינער איז ווי פאלגענד:

דעזיגנירן איין זייט פון יעדע גאס ספעציעל פאר פארקינג ביי די זייט.
מיר דארפן פארשטיין אז די פראבלעם איז דא, און מיר מוזן לעבן דערמיט. פרובירן זיך צו פייטן דערמיט וועט נישט העלפן, אין מיין אפיניען איז עס א ענדלאזע פייט.

אויף שמאלע גאסן, ברייטער מאכן די ראוד
די איינוואוינער וועלן איינשטימען פאר זייער אייגענע סעיפטי (און ווער ס'וועט זיך עקש'נען וועט מען בע"כ מוזן טון, דאס איז לענ"ד א אחריות פון די באאמטע פאר די גאנצע שטאט).

אויף די געדרייטע גאסן, מ'גייט דארפן אריין לייגן אסאך קאפ און געפיל וויאזוי דאס צו אויסשטעלן אז מ'זאל קענען פארקן אויף די זייטן, איך וואלט געזאגט מ'זאל פרעגן די שכינים, זיי וועלן קענען געבן די בעסטע איידיעס.

אין אנדערע ווערטער: שלום מאכן מיט מצב, און צושטעלן מער פארקינג, דעזיגנירט און אנגעצייכנט, נאר אויף איין זייט פון יעדע ראוד.

אין די סיטי מיט ברייטע ראודס קען מען פארקן אויף ביידע זייטן, דא קען מען מאכן אביסל ברייטער, און דעזיגנירן איין זייט פאר פארקינג.

און נאכדעם קען מען זיך נעמען צום נעקסטן שטאפל, טיילן געלט שטראפן פאר פארלעצער!

קיין איין ביהמ"ד/שאפינג סענטער/געשעפט קען נישט צושטעלן גענוג פארקינג פאר אלע באנוצער/קאסטומער'ס, ס'איז פשוט נישט מעגליך. אבער די וואס קומען אין ביהמ"ד/סטאר דארפן האבן גענוג שכל נישט צו פארקן ווי חיות...

וואס מיינט געפארקט ווי א חי'?

    פארקן ביי די זייט פון די ראוד און איבערלאזן פלאץ נאר פאר איין קאר אריבער צו פארן.

    פארקן אין יענעמ'ס ספאט, אפילו נאר פאר א קורצע צייט.

    פארקן האלב ארויף אויפן סיידוואלק, אז מאמעס מיט קעדידשעס זאלן נישט קענען אריבער גיין.

    פארקן ביי די דריי פון די ראוד און שטערן די טרעפיק פון אלע זייטן.

    פארקן גאר נאנט צו די עק פון א גאס, און קארן וואס קומען פון אלע זייטן קענען נישט זעהן אויב א אנדערע קאר קומט.

אין איין ווארט: פארקן מיט שכל.


און אויב וועט מען וואוסן אז פארן פארקן ווי א חי' באקומט מען א געלט שטראף, וועט מען טראכטן צוויי מאל פארן ברענגען דעם קאר אין ביהמ"ד, און מ'וועט ענדערש וואקן 5 מינוט, און די בתי מדרשים וועלן אפאטעמען מיט ווייניגער קאר טרעפיק.

מיר האבן זיך שוין עטליכע מאל איבערצייגט אז פון א אויפוואכונג דא אויף אייוועלט זענען דראסטישע זאכן געשעהן לטובת דעם גאנצן שטאט, לאמיר האפן אז די מעסעדש וועט אנקומען צו די ריכטיגע אויערן
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גוט געזאגט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29299
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און עס מוז נישט זיין 200$ שטראפן אויך נישט.

עס קען זיך אנגעהויבן ביי למשל 18$ די ערשטע פארלעצונג, גיין צו למשל 36$ ביי די צווייטע פארלעצונג אין דריי חדשים, און אזוי ווייטער.

--------

די ערשטע זאך דארף מען איינפירן די פארקן אויף בלויז איין זייט פון די ראוד, ווייל דאס קען מען מסתמא די גרינגסטע ערלעדיגן, און עס איז מסתמא די וויכטיגסטע זאך וואס קען אסאך העלפן.

פארשטייט זיך אז מען זאל רוקן די געלע ליניעס אז עס זאל שטימען מיט די זייט ווי מען פארקט.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

געלט קנסות דארף שטימען מיט הלכה, מען קען נישט ארויסנעמען געלט פון יענעם היינטיגע צייטן אזוי גרינג, מען דארף האבן א בי"ד מוסמך וואס קען מאכן קנסות.
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

צל עובר האט געשריבן:און עס מוז נישט זיין 200$ שטראפן אויך נישט.

עס קען זיך אנגעהויבן ביי למשל 18$ די ערשטע פארלעצונג, גיין צו למשל 36$ ביי די צווייטע פארלעצונג אין דריי חדשים, און אזוי ווייטער.

--------

די ערשטע זאך דארף מען איינפירן די פארקן אויף בלויז איין זייט פון די ראוד, ווייל דאס קען מען מסתמא די גרינגסטע ערלעדיגן, און עס איז מסתמא די וויכטיגסטע זאך וואס קען אסאך העלפן.

פארשטייט זיך אז מען זאל רוקן די געלע ליניעס אז עס זאל שטימען מיט די זייט ווי מען פארקט.

זייער גוט געזאגט!

א גרויסן יישר כח פארן שרייבן דיינע איידיעס, חברה! קומטס אריין מיט ווי מער איידיעס, אז עס זאל קענען ארויסגיין מכח אל הפועל.

די איידיע פון אנהייבן די שטראף נידעריג און ארויפגיין איז זייער גוט. לכאורה קען דאס די בעסטע ארבעטן.

און אוודאי דארף מען צו ערשט צושטעלן פארקינג פאר מ'הייבט אן באשטראפן.

און אויך גייט מען דארפן אריין לייגן אסאך קאפ און מח אהערצושטעלן אזא פראיעקט, ווי ריקן די געלע ליין, און אנדערע צייכענונגן אויפן ראוד. ווי אויך אנצייכענען די פארקינג ספאטס.
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

שואלכענין האט געשריבן:געלט קנסות דארף שטימען מיט הלכה, מען קען נישט ארויסנעמען געלט פון יענעם היינטיגע צייטן אזוי גרינג, מען דארף האבן א בי"ד מוסמך וואס קען מאכן קנסות.

זאלן די דיינים און יודעי ספר אריין קומען און עס אויסארבעטן, עס איז זיכער דא א מהלך, אויב נישט די מהלך קען מען טראכטן פון א צווייטע.
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

קאלט האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פארן שרייבן דיינע איידיעס, חברה! קומטס אריין מיט ווי מער איידיעס, אז עס זאל קענען ארויסגיין מכח אל הפועל.


אנשטאט שרייבן דא איידיעס, זאל דער וווילעדזש/טאון אנהייבן צו מאכן פאבליק הירינגס ביי יעדע אפראוועל/אפשטומינג וכדו', אזויווי יעדע טאון און ווילעדזש וואס געט די רעכט פאר יעדן איינעם צו לאזן הערן זיין מיינונג
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29299
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען מוז נישט פאלגן די איידיעס פון יעדן, אבער מען דארף יא אויסהערן דעם עולם.

אדער קען דער ווילעדזש פשוט ווייטער ליינען דא און פרובירן צו טאן גוטע איידיעס וואס זיי זעהן דא...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שכל זאגט אז מ'זאל פשוט פארלאנגען צו צושטעלן 10 פראצענט מער פארקינג והכל על מקומו יבא בשלום.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29299
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאס איז אפשר גוט פאר נייע דעוועלאפמענטס מכאן ולהבא, אבער אויף ביז יעצט דארף מען אויך עפעס.

ווי אויך איז דא דער מציאות פון צוטיילטע דירות אדער אויפגעפיקסטע בעיסמענטס. (באקאנט אין אנדערע פלעצער אלס אומלעגאלע דירות.)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קאלט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און עס מוז נישט זיין 200$ שטראפן אויך נישט.

עס קען זיך אנגעהויבן ביי למשל 18$ די ערשטע פארלעצונג, גיין צו למשל 36$ ביי די צווייטע פארלעצונג אין דריי חדשים, און אזוי ווייטער.

--------

די ערשטע זאך דארף מען איינפירן די פארקן אויף בלויז איין זייט פון די ראוד, ווייל דאס קען מען מסתמא די גרינגסטע ערלעדיגן, און עס איז מסתמא די וויכטיגסטע זאך וואס קען אסאך העלפן.

פארשטייט זיך אז מען זאל רוקן די געלע ליניעס אז עס זאל שטימען מיט די זייט ווי מען פארקט.

זייער גוט געזאגט!

א גרויסן יישר כח פארן שרייבן דיינע איידיעס, חברה! קומטס אריין מיט ווי מער איידיעס, אז עס זאל קענען ארויסגיין מכח אל הפועל.

די איידיע פון אנהייבן די שטראף נידעריג און ארויפגיין איז זייער גוט. לכאורה קען דאס די בעסטע ארבעטן.

און אוודאי דארף מען צו ערשט צושטעלן פארקינג פאר מ'הייבט אן באשטראפן.

און אויך גייט מען דארפן אריין לייגן אסאך קאפ און מח אהערצושטעלן אזא פראיעקט, ווי ריקן די געלע ליין, און אנדערע צייכענונגן אויפן ראוד. ווי אויך אנצייכענען די פארקינג ספאטס.

;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

צל עובר האט געשריבן:און עס מוז נישט זיין 200$ שטראפן אויך נישט.

עס קען זיך אנגעהויבן ביי למשל 18$ די ערשטע פארלעצונג, גיין צו למשל 36$ ביי די צווייטע פארלעצונג אין דריי חדשים, און אזוי ווייטער.

;l;p-
דער זאך איז אז די געלט טאר נישט זיין געצילט אלץ אן הכנסה פארן ווילעדש נאר פשוט אז סזאל זיין גענוג סיבה נישט צו פארקן דארט
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

צל עובר האט געשריבן:און עס מוז נישט זיין 200$ שטראפן אויך נישט.
עס קען זיך אנגעהויבן ביי למשל 18$ די ערשטע פארלעצונג, גיין צו למשל 36$ ביי די צווייטע פארלעצונג אין דריי חדשים, און אזוי ווייטער.


א געלט שטראף איז נישט יושר. די אידן וואס פלאגן זיך פאר א דאלער, וועלן זיך מוזן צושטעלן ווי טאטעלעך, אבער אן עושר וועט בכלל נישט צוקראצט ווערן פון דעם. דאס מיינט אז דו געסט אוועק דעם ראוד פאר די עשירים פון שטעטל. איז דאס ריכטיג?
מען דארף אן איידיע פון אן עונש וואס באשטראפט עשירים ווי ארימעלייט אייניג. אפשר ארויפקלעבן א צעטל אויפן פענסטער "איך האב געפארקט ווי א חיה" וואס וועט אים זיין א שאנד פלעק פאר אפאר וואכן?
האלטס אז עס איז נאריש? אדרבה, געבט אריין דיינע געדאנקען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29299
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נברא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און עס מוז נישט זיין 200$ שטראפן אויך נישט.
עס קען זיך אנגעהויבן ביי למשל 18$ די ערשטע פארלעצונג, גיין צו למשל 36$ ביי די צווייטע פארלעצונג אין דריי חדשים, און אזוי ווייטער.


א געלט שטראף איז נישט יושר. די אידן וואס פלאגן זיך פאר א דאלער, וועלן זיך מוזן צושטעלן ווי טאטעלעך, אבער אן עושר וועט בכלל נישט צוקראצט ווערן פון דעם. דאס מיינט אז דו געסט אוועק דעם ראוד פאר די עשירים פון שטעטל. איז דאס ריכטיג?
מען דארף אן איידיע פון אן עונש וואס באשטראפט עשירים ווי ארימעלייט אייניג. אפשר ארויפקלעבן א צעטל אויפן פענסטער "איך האב געפארקט ווי א חיה" וואס וועט אים זיין א שאנד פלעק פאר אפאר וואכן?
האלטס אז עס איז נאריש? אדרבה, געבט אריין דיינע געדאנקען.

מאכט גרויס סענס וואס דו שרייבסט וועגן עשירים.

אפשר זאל די 18 דאלער טיקעט זיין א שטארק קלעבעדיגע סטיקער.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

Rak Tov האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און עס מוז נישט זיין 200$ שטראפן אויך נישט.

עס קען זיך אנגעהויבן ביי למשל 18$ די ערשטע פארלעצונג, גיין צו למשל 36$ ביי די צווייטע פארלעצונג אין דריי חדשים, און אזוי ווייטער.

;l;p-
דער זאך איז אז די געלט טאר נישט זיין געצילט אלץ אן הכנסה פארן ווילעדש נאר פשוט אז סזאל זיין גענוג סיבה נישט צו פארקן דארט

די געלט זאל אריין גיין אין א קאסע וואס וועט קער נעמען צו פארבעסערן די ראודס, אדער א קאסע וואס וועט צושטעלן געלט פאר יעדע קאמערשעל בילדינג וואס שטעלט צו פארקינג, פאר יעדע 10 פארקינג ערטער באקומט ער באצאלט פער סקווער פיס פאר איין פארקינג פלאץ, ער זאל נישט זוכן צו קארגן פאר פארקינג (נאר א געדאנק, תן לחכם ויחכם עוד)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ab frid
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ab frid »

מי כעמך ישראל.
א איד האט מיך יעצט נאכגעזאגט בשם א בעל שמחה וואס האט נעכטען חתונה געמאכט אז ער האט זיך געמוטשעט מיט א דרייווער, און די חברים מעמבער'ס האבן אים אנגערופן אז סיי וואספארע קאר רייד ער דארף קען מען זיי רופן און זיי האבן אים געמאכט איבער 20 ריידס פאר אומזיסט!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

אויב איך מעג אריין ווארפן מיינע פאר רובל. וואלט איך פארגעשלאגן אז מזאל אוועקשלעפן אלע קארס וואס פארקן ווי חיות, מדארף נישט בעיטן קיין געלט אויס'צולייזען, נאר פשוט ער זאל ברויכן וואקן א פאר מניט אדער זיכן א היטש, אז קימענדיגע מאל וואס ער וועט זיך יאגן, וועט ער זיך אפיר זיכן א נארמאלע ספאט.

איינער איז מיט מיר?
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

tesla האט געשריבן:אויב איך מעג אריין ווארפן מיינע פאר רובל. וואלט איך פארגעשלאגן אז מזאל אוועקשלעפן אלע קארס וואס פארקן ווי חיות, מדארף נישט בעיטן קיין געלט אויס'צולייזען, נאר פשוט ער זאל ברויכן וואקן א פאר מניט אדער זיכן א היטש, אז קימענדיגע מאל וואס ער וועט זיך יאגן, וועט ער זיך אפיר זיכן א נארמאלע ספאט.

איינער איז מיט מיר?

100 פראצענט
כ'האב פריער געוואלט שרייבן די תגובה, די פראבלעם איז פשוט ס'איז נישטא קיין וואו עס צו שלעפן....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

מי יודע האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:אויב איך מעג אריין ווארפן מיינע פאר רובל. וואלט איך פארגעשלאגן אז מזאל אוועקשלעפן אלע קארס וואס פארקן ווי חיות, מדארף נישט בעיטן קיין געלט אויס'צולייזען, נאר פשוט ער זאל ברויכן וואקן א פאר מניט אדער זיכן א היטש, אז קימענדיגע מאל וואס ער וועט זיך יאגן, וועט ער זיך אפיר זיכן א נארמאלע ספאט.

איינער איז מיט מיר?

100 פראצענט
כ'האב פריער געוואלט שרייבן די תגובה, די פראבלעם איז פשוט ס'איז נישטא קיין וואו עס צו שלעפן....

פארק & רייד. בית החיים. . .
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”