א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

סאיז מורדיג קריספ און קלאר די קאקאש.. כמיין די פיינע פרישע נייעס
איך ליין טעגליך די נייעס פון די דעילי איד, פיינע נייעס, קול מבשר, און איך זאג אין כמו הבל נייעס דו ברענגסט אן אייגענארטיגע טעם וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש, גיי אן!
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג אחרי א'



בערני סאנדערס אדרעסירט אימיגראציע אין א פאקס אינטערוויו זאגנדיג אז מען דארף אויפבויען פאסיגע צענטערן ביים גרעניץ אויפצוהאלטן דארט די אימיגראנטן אויף די צייט וואס זייערע קעיסעס ווערן איבערגעקוקט
אויך רופט ער צו שטעלן הונדערטער פרישע ריכטער צו באהאנדלען די קעיסעס

מיט ארום 2 יאר צוריק האט פרעזידענט טראמפ איבערצייגט דעם דאן דעמאקראטישע גאווערנאר דזשים דזשאסטיס צו אריבערשפרייזן פארטיי ליניע און טוישן זיין פארטיי אפיליאציע
איצט ווען דזשאסטיס קומט אונטער אויספארשונג און סענאטאר מענשין שפעקולירט הויך פון לויפן אקעגן דזשאסטיס און לאקאלע רעפובליקאנער הויבן אן ווערן נערוועז איבער זיין ווידערערוויילונג
איז געקומען די צייט פאר טראמפ צוריקצוצאלן פאר דזשאסטיס און פארזיכערן אז ער ווערט נישט פארוואנדלט אין אן אלען ספעקטער (פאר די וועלכע געדענקן דעם פענסילוועניע סענאטאר וועלכע לעבט שוין נישט וועלכע איז געווען א רעפובליקאנער און איז געווארן א דעמאקראט און דאן האבן אים די דעמאקראטן ארויסגעשטויסן אין א פריימערי)
מיט עטליכע טאג צוריק איז געווארן באריכטעט אז צוויי געוועזענע הויכע טראמפ קאמפיין געהילפן זענען געווארן איינגעשפאנט ארויסצוהעלפן דעם דזשאסטיס קאמפיין און נעכטן איז געווארן געמאלדן אז מייק לאקעטש א וועטעראן פונעם טראמפ 2016 למספרם קאמפיין וועט שטיין אין שפיץ פון די דזשאסטיס ווידערערווייילונג קאמפיין

בערני סאנדערס קאמפיין מענעדזשער: דאנאלד טראמפ האט קאמפיינט אלץ א פאלשע בערני סאנדערס און די וועג אים צו באזיגן איז בלויז מיט די עכטע בערני סאנדערס

דעם דאנערשטאג וועט זיך בעטא ארורק אומקערן צו זיין צווייטע קאמפיין באזוך אין ניו העמפשיר
ערב פסח און דעם ערשטן טאג פסח וועט מעיאר פיטע באטידזשעדזש קאמפיינען אין ניו העמפשיר
דעם ערשטן טאג פסח וועט עליזאבעט ווארען גיבן עטליכע אויפטריטן אין ניו העמפשיר

ראקי פארקי איז דער דעמאקראטישע מינאריטעט פירער אין די קענטאקי סטעיט הויז און לויפט אין די פריימערי צו קענען לויפן אקעגן גאווערנאר מעט בעווין
ער האט נעכטן געלאזט אין גאנג זיין ערשטע טעלעוויזיע קאמפיין רעקלאמע
די פריימערי וועט פארקומען אום מאי 21 למספרם

אין אלאבאמא איז ארויס א מעיסאן דיקסאן אנקעטע וועלכע גיבט פארן דעמאקראטישן ערשט טערמיניגן סענאטאר דאג דזשאונס א צופרידנהייט ראטע פון 45% אקעגן 44%
די אנקעטע האט אויך רעזולטאטן פון קאנדידאטן וועלכע קענען זיך מעגליך אנשליסן אין א פריימערי פארמעסט אויף די רעפובליקאנע זייט
ראי מור27%
ברוקס 18%
ברעדלי בירנע 13%
גערי פאלמער 11%

דאן ליפינסקי איז איינע פון די מערסט קאנסערוואטיווע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און איז אויסגעשטאנען א שווערע פריימערי אין זיין דיסטריקט אין אילינאי ווען מאריא ניימאן האט איז אריינגעקומען בלויז 2% אונטער אים אין די פריימערי
אין די לעצטערע וואכן איז ניימאן געווען אקטיוו אין זאמלען געלט טראץ וואס זי איז נישט אפיציעל געווען קיין קאנדידאט און זי האט אינעם ערשטן למספרם קווארטאל אויפגעטריבן 211 טויזנט דאלער
היינט מעלדט זי אז זי שפרונגט אפיציעל אריין אינעם פארמעסט אין א פרישן פארזוך ארויסצושטויסן קאנגרעסמאן ליפינסקי
איינע פון די אישוס איבער וועלכע זיי רייסט אפט ארונטער דעם קאנגרעסמאן איז זיין שטעלונג אקעגן חוקי רציחה

היינט אום 10 אזייגער וועט די סופרים קאורט אויסהערן א קעיס איבער שטייערן פון א טראסט
מיר וועלן נאכאמאל אראפברענגן די דעטאלן פונעם קעיס אבער עס איז שוין געווען באשריבן דא מיט א צייט צוריק דעריבער אויב איר האט עס שוין געליינט קענט איר עס איבערהיפן און גראד גיין צו די נעקסטע קעיס

א ניו יארקער מאן האט געעפנט א טראסט אין וועלכע ער האט אריינגעלייגט א טייל פון זיין פארמעגן פון וועלכע די פארדינסטן וועלן בענעפיטירן זיינע דריי קינדער
א צייט שפעטער האט מען צוטיילט די טראסט אין דריי צו זיין באזונדער פאר יעדן קינד
איינע פון די קינדער וואוינט היינט אין נארט קאראליינע און דער טראסטי האט אין די לעצטערע יארן געפיילט שטייערן מיט די נארט קאראליינע סטעיט באאמטע אויף די פארדינסטן פון יענעם ספעציפישן טראסט
נאך עטליכע יאר האט ער זיך געכאפט אז אייגנטליך האט די טראסט גארנישט קיין שייכות מיט נארט קאראליינע און ער האט פארלאנגט פון די סטעיט א ריפאנד אויף די איינגעצאלטע שטייערן אבער די סטעיט האט זיך אנטזאגט צוריקצוצאלן די געלט זאגנדיג אז וויבאלד די בעניפיטירער פון די טראסט איז א נארט קאראליינע רעזידענט דארף די שטייערן גיין פאר די סטעיט
נאך א געראנגל אין געריכט האט די נארט קאראליינע סטעיט סופרים קאורט געאורטיילט אזוי ווי די נידריגע געריכט אז די סטעיט איז אומבארעכטיגט איינצומאנען די שטייערן ווייל די סטעיט האט נישט קיין עכטע שייכות צום טראסט אין די וואוין ארט פון א בעניפיטירער איז נישט גענוג זיי צו לאזן בעטן שטייער
נישט לאנג דערויף איז די אמעריקאנע סופרים קאורט ארויסגעקומען מיט א באזונדערע היסטארישע אורטייל אויף די רעכט פון סטעיטס צו מאנען אינטערנעט שטייער אויף סעילס וועלכע ווערן דורכגעפירט אין זייערע סטעיטס
די סופרים קאורט האט דערמיט איבערגעדרייט פריערדיגע פרעצעדענט וועלכע האט פארבאטן סטעיטס איינצומאנען שטייער אויף אקטיוויטעטן אן דעם וואס די באטרעפנדע זענען פיזיש אנוועזנד אין די סטעיט
די היסטארישע אורטייל האט נישט קלאר ערלקערט וועלכע סארט אנוועזנהייט איז גענוג פאר א סטעיט צו קענען בעטן שטייער נאר האט בלויז געשריבן אז אויף אינטערנעט סעילס קען מען בעטן שטייער
די נארט קאראליינע טראסט שטייער קעיס איז א דראמאטישע אנטוויקלונג צוליב וואס די געריכט האט שוין נישט באהאנדלט אזעלכע קעיס פאר יארן לאנג און קומט קורץ נאכן אורטיילן אינעם אינטערנעט שטייער קעיס
מיטן אויפנעמען די קעיס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז אין דעם פאל וועט די געריכט יא צוריק אריינקריכן אין די פונדאמענטאלע פראגע צו דעצידירן וועלכע סארט אנוועזנהייט אין א סטעיט באדייט אז די סטעיט קען בעטן שטייער
אפגעזעהן אויף וועלכע וועג די געריכט וועט גיין וועלן די קאנסקווענצן זיין גאר באדייטפול
אויב וועט די געריכט באשטעטיגן די נארט קאראליינע סופרים קאורט פסק וועלן פילע טראסטיס וועלכע האבן שוין איינגעצאלט שטייערן אין לויף פון די לעצטערע יארן וועלן מעגליך קענען צוריקבעטן ריפאנדס עס זענען מעגליך דא סטעטשו אף לימיטעישאנס צו פארלאנגען א ריפאנד דעריבער זאלן טראסטיס שוין אריינגעבן די עדווענסד פראטעקטעד ריקוועסט פאר א ריפאנד אז אין פאל פון אזא פסק זאלן זיי שוין האבן געבעטן איצט די ריפאנד און ווען די פסק קומט ארויס(ווארשיינליך ערשט אין יוני למספרם) זאל די ריפאנד פארלאנג גיין למפרע אויף איצט
אויב די סופרים קאורט גיט רעכט פאר נארט קאראליינע און איר רעכט צו מאנען די שטייער וועט די סטעיט קענען צוריקגיין צו בעטן שטטיער פון אלע טראסטיס וועלכע האבן נישט געצאלט קיין שטייערן ביז היינט אפלערנענדיג די געזץ ווי די נארט קאראליינע געריכטן האבן עס אפגעלערנט און איצט וועט די סטעיט קענען צוריקבעטן די געלט (ווען עס קומט צו די סטעיטס רעכט איינצומאנען עקזיסטירט נישט קיין סטעטשו אף לימיטעישאנס, נאר ביי די בירגערס רעכט צו בעטן א ריפאנד איז דא די איינפיר..)
די פראבלעמען קענען אין אזא פאל אריבערגיין די סטעיט גרעניצן ווייל די אלע וואס האבן נישט געצאלט קיין שטייערן באזירט אויף די הנחה האבן אבער יא געצאלט די שטייער אין אנדערע סטעיטס ווי די טראסט איז געווארן געעפנט
איצט זאלן אזעלכע טראסטיס איינגעבן פאר א עדווענסד פראטעקטעד ריקוועסט פאר א ריפאנד אין יענע סטעיטס ווייל זיי וועלן אנשטאט דארפן זאלן די שטייערן אין די סטעיטס ווי די בעניפיטירער וואוינט
מעגליך אז די באטרעפנדע סטעיטס וועלן זאגן אז א אויף צוריק גייט א קאזע און דאן וועט אויסקומען אז טראסטיס וועלן עווענטועל האבן געצאלט דאפלט שטייערן
איינמאל דארט וואו טראסט איז געווארן געשאפן אין איינמאל מרור אין חרוס.. אפפס, דארט וואו די בעניפיטירער וואוינט


אום 11 אזייגער וועט די געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די פאלגענדע קעיס:
ברייען ניוטאן האט געארבעט פאר די פארקער דרילינג מענעדזשמענט סערוויסעס פירמע אויף א גראבן פלאטפארמע ביים ים ברעג פון פון סאנטא בארבארא קאליפארניע
זיינע שיפטס פלעגן געדויערן 14 טעג און ער פלעגט ארבעטן 12 שטונדן פער טאג
לויט ניוטאן פלעגט ער אראפציפן פון 15 ביז 30 מינוט אן עס אפיציעל באריכטן ווייל די פירמע האט נישט צוגעשטעלט די פארלאנגטע 30 מינוט אפרוה פער יעדע 5 שעה ווי עס איז פארלאנגט דורך די קאליפארניע געזעץ
נאך וואס פארקער האט אים אויפגעזאגט האט ער אריינגעטראגן אן אנקלאגע אינעם סטעיט געריכט פאר וועידזש און ארבעט שטונדן פארלעצונגען לויט די קאליפארניע געזעץ
פארקער האט זיך אבער געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט צו פארלאנגען אז די קעיס זאל ווערן אריבערגעפירט אונטער פעדעראלע יוריסדוקציע און זיי זאלן אויסהערן די קלאגע
די דיסטריקט געריכט האט אקצעפטירט זיין פארלאנג שרייבנדיג אז לויט די געזעץ האט ניוטאן געארבעט אויף א פראיעקט אויף באדן אונטער פעדעראלע יוריסדיקציע (א רייע וואסערן און בארטנס באלאנגען פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר די סטעיטס אין וועמענס גרעניצן זיי געפונען זיך) און דעריבער איז ניוטאן באשוצט בלויז אונטער די ארבעט סטאנדארטן און רעכטן פון די פעדעראלע רעגירונג און קאליפארניע קען נישט אריינרעדן און רעגולירן זיינע ארבעטס אומשטענדן
די דיסטריקט געריכט האט גראדע אויך געהאט אנערקענט אז די פעדעראלע געזעץ וועלכע באשוצט ארבעטער שרייבט קלאר ארויס אז סטעיטס קענען צולייגן זייערע אייגענע באשיצונגען אבער זיי האלטן אז דאס איז בלויז אינערהאלב טעריטאריע וועלכע באלאנגט פאר די סטעיט
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום 9'טן סירקוט און זיי האבן איבערגעדרייט די דיסטריקט געריכטס מיינונג און געזאגט אז דאס וואס די סטעיט מעג נישט אריינרעדן איז בלויז ווען זייערע געזעצן זענען א סתירה און זענען חולק מיט די פעדעראלע געזעצן אבער אויב זיי זענען מוסיף דערויף דאן איז כל המרבה הרי זה משובח
דהיינו און אונזער פאל איז עס נישט א דירעקטע קאנפליקט פןון די פעדעראלע געזעץ און סטעיט געזעץ
עס איז בלויז אז די פעדעראלע געזעץ באשוצט דעם ארבעטער אויף א מינימאלע פארנעם און די סטעיט לייגט צו א פרישע שיכט פון באשיצונג און די סטעיט מעג אזאנס טוהן אפילו אויף באדן וואס ווערט אפערירט דורך די פעדעראלע רעגירונג
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הכל הבל, א נחת צו ליינען, דיינע רעפארטס.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יישר כח כבוד הרב, מיר האבן שטארק הנאה
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

כ'האב שטארק הנאה געהאט! שכוח.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

הערליך. אמחי' געווען. האסט אפשר נאך א שטיקל?
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

כ'האב שטארק הנאה געהאט! שכוח.
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

הכל הבל האט געשריבן:
די אשכול וועט זיין אייער לעזונג ווי איר וועט קענען ביי אייער רוטינע נאכמיטאג איבערבייס איינזינקען אינעם פוטער ווייכן סאפע ווען פארנט פון אייך שמייכלט א טשאקלאד רינעדיגע קוכן און דערנעבן א שאל קאכעדיגע קאווע וועמענס רויך רונדן מאכן איר וועג ארויף צום באלטן פון אייער ביורא

צווישן ביס און שלונג איז די צייט געאייגנט אויף וואס איר טוט איצט, נעמליך באקומען א קורצן סך הכל פון די טעגליכע נייעס וואס שפילט זיך אפ אנגעהויב פון די אנדערע זייט פון אייער טיר ביז די אנדערע עק וועלט


די טעות ווערט מער און מער אריינגעבאקן ביים עולם, מען דארף עס איינמאל פאר אלעמאל אויסקלארן. הבל האט זיך מתנדב געווען צו ברענגען פיינע פרישע (נישט געבאקענע) נייעס, אין די צייט וואס די ליינער באלעקן זיך די פינגער מיט זייער אייגענע רעפטעל קאקאש, און טרונקען צו פון זייער אייגענע שאל קאווע.

יישר כוח הבל פאר זיך האלטן צו אייער זייט פון די אפמאך און רעגלמעסיג אזוי שיין אהערשטעלן די נייעס, בו בזמן וואס א גרויסע חלק פון די ליינער האלטן זיך קלאר נישט ביי זייער טייל פון די אפמאך פון אהערשטעלן די קאקאש קעיק און די קאווע.
עס איז צום האפן אז עס זאל נישט ווערן קיין לעגאלע געפעכט דערוועגן, אויב יא קען עס מעגליך אנקומען ביז צום סופרים קאורט, עס איז א קעיס וואס האט נישט קיין פרעצעדענט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בר דעת האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
די אשכול וועט זיין אייער לעזונג ווי איר וועט קענען ביי אייער רוטינע נאכמיטאג איבערבייס איינזינקען אינעם פוטער ווייכן סאפע ווען פארנט פון אייך שמייכלט א טשאקלאד רינעדיגע קוכן און דערנעבן א שאל קאכעדיגע קאווע וועמענס רויך רונדן מאכן איר וועג ארויף צום באלטן פון אייער ביורא

צווישן ביס און שלונג איז די צייט געאייגנט אויף וואס איר טוט איצט, נעמליך באקומען א קורצן סך הכל פון די טעגליכע נייעס וואס שפילט זיך אפ אנגעהויב פון די אנדערע זייט פון אייער טיר ביז די אנדערע עק וועלט


די טעות ווערט מער און מער אריינגעבאקן ביים עולם, מען דארף עס איינמאל פאר אלעמאל אויסקלארן. הבל האט זיך מתנדב געווען צו ברענגען פיינע פרישע (נישט געבאקענע) נייעס, אין די צייט וואס די ליינער באלעקן זיך די פינגער מיט זייער אייגענע רעפטעל קאקאש, און טרונקען צו פון זייער אייגענע שאל קאווע.

יישר כוח הבל פאר זיך האלטן צו אייער זייט פון די אפמאך און רעגלמעסיג אזוי שיין אהערשטעלן די נייעס, בו בזמן וואס א גרויסע חלק פון די ליינער האלטן זיך קלאר נישט ביי זייער טייל פון די אפמאך פון אהערשטעלן די קאקאש קעיק און די קאווע.
עס איז צום האפן אז עס זאל נישט ווערן קיין לעגאלע געפעכט דערוועגן, אויב יא קען עס מעגליך אנקומען ביז צום סופרים קאורט, עס איז א קעיס וואס האט נישט קיין פרעצעדענט.



:grin:

שקויעך פאר אלע
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

ער רעד ווי א בר דעת
א שכוח הכל הבל פאר דא אין איבעראל
[align=center]הק' יישר כח[/align]
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

כ'האב שטארק הנאה געהאט! שכוח.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

{פסח וועט זיין מאקאראניס אנשטאט קאקאש}
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך אחרי א'

אין אינדאניזיע ווערן אפגעראכטן וואלן אין א גאר קאמפליצירטע פארמעסט ווען מיליאנען שטימען און לויט 6 פריוואטע אנקעטע פירמעס איז דער אמטירנדע פרעזידענט דזשאקא ווידאדא פאראויס פון די געוועזענע גענעראל פראבאוואו

דער טשעכישער פרעימיער מיניסטער וועלכע איז די צווייט רייכסטער מאן אין לאנד שטייט מעגליך אויס קלאגעס איבער מיסבאהאנדלונג פון אייראפעאישע סובסודיעס
געוועזענע פערו פרעזידענט אלען גארסיע האט אריינגעפירט אין שפיטאל נאכדעם וואס ער האט זיך געשאסן ווען פאליציי זענען ערשינען צו זיין היים אים צו ארעסטירן אין אן אנגייענדע אויספארשונג אז ער האט גענומען שוחד

אמעריקאנע אמבאסאדער צו כינע און געוועזענע אייאווע גאווערנאר טערי ברענסטעד ביישטייערט צו פריימערי קעגנער פון אייאווע קאנגרעסמאן סטיוו קינג

טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין גייט אויפנעמען מאיקא קראולי פון פאקס נייעס צו דינען אלץ די דעפארטמענטס ווארטזאגערין
קראולי איז געווארן באטראכט פאר א פאסטן אין די אדמיניסטראציע אין 2017 למספרם אבער האט זיך ארויסגעצויגן דערפון נאך אויפדעקונעגען אז זי האט גענוצט אינהאלט פון רעדעס פון אנדערע מענטשן אין איר אייגענע אויפטריטן

די פלארידא סופרים קאורט באהאנדלט א געראנגל צווישן גאווערנאר ראן דסענטיס און בראוערד קאונטי געוועזענע שעריף סקאט איזראעל
וועלכע באקעמפט די שריט פונכם גאווערנאר אים צו סוספענדירן

קארי בוקער: די פובליק האט א רעכט צו זעהן די פולע מולער באריכט אן קיין שום צענזור

געוועזענע וועסט ווירדזשיניע סטעיט האנדלס סעקרעטאר וואדי טרעשער מעלדט אפיציעל אז ער לויפט פאר גאווערנאר

דעמאקראטישער ליוזיאנא גאווערנאר האט געלאזט אין גאנג זיין דריטע אין א סעריע אנליין רעקלאמעס און דאסמאל ארויסצוהייבן זיין פלאן צו גיבן א גרעסערע געהאלט פאר טיטשערס און מער פאנדינג פאר קלאס
צימערן

ערציאונגס סעקרעטארשע בעטסי דעוואס וועט ערשיינען ביי צוויי אויפטריטן היינט אין קענטאקי מיטן ארטיגן גאווערנאר מעט בעווין

אין מיסיסיפי קען דער ארטיגער רעפובליקאנער גאווערנאר פיל ברייענט נישט לויפן פאר א דריטע טערמין צוליב טוירם לימיטס און זיין ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס לויפט אים צו ערזעצן אקעגן א היבש שטארקע דעמאקראט וועלכע שטייט אין שפיץ פון די דעמאקראטישע פריימערי
א רייע סטעיט רעפובליקאנער זענען נערוועז איבער די שאנסן פון ריוועס אנצוהאלטן די זיץ פארן פארטיי אין די אלגעמיינע פארמעסט וועלכע וועט פארקומען נאך היי יאר און א צאל געוועזענע פארטיי פירער שטעלן זיך דעריבער אונטער די קאנדידאטור פון א געוועזענע סופרים קאורט ריכטער ביל וואלער וועלכע לויפט אין א פריימערי אקעגן ריוועס

דזשאו ביידען: מענטשן קענען זיך טוישן און מיר קענען זיך לערנען פון די פארגאנגנהייט ווי אזוי צו בויען א בעסערע צוקונפט

דזשאן קערי איבער אויב ער וועט לויפן פאר פרעזידענט : איך וויל זעהן וואס דזשאו (ביידען) גייט טוהן

קאנגרעסמאן סעט מאולטאן גרייט זיך לויט באריכטן צו מעלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט

נאכפאלגנדיג די אינטערוויו פון בערני סענדערס אויף פאקס נייעס וועלכע האט געצויגן א פרעצעדענטלאזע צאל מיטהאלטער טוען פיטע באטידזשעדזש און אנדערע קאנדידאטן באטראכטן נאכצופאלגן דעם ביישפיל און ערשיינען אויף פאקס

רעגי וואלטאן איז אן אפריקאנע אמעריקאנע ריכטער נאמינירט דורך דעם לעבעדיגן פרעזידענט בוש
ער האט נעכטן געזאגט אז די האנדלונג פון אטוירני דזשענעראל באר איבער די מולער באריכט שאפט אומצוטרוי ביים פובליק און אז נאכן פארעפנטליכן די באריכט וועט ער מעגליך פארלאנגען צו זעהן די צענזורירטע טיילן דערפון

נאך וואס די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האטגעמאלדן אגרעסיווע מיטלען באקעמפן סיי ווער עס וועט העלפן פריימערי קעגנער פון אמטירנדע קאנגרעסלייט האט איצט סענאטארשע קירסטען דזשיליברעננד אינדארסירט די דעמאקראטישע פריימערי קעגנער פון קאנגרעסמאן דאן ליפינסקי (די פארמעסט איז געווארן באריכטעט אינעם נעכטיגן באריכט אינעם דאזיגן אשכול)
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

כ'האב געדארפט גיין אין טענט עסן די קאקאש אבער עס האט זיך געלוינט. ישר כח!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

א ספעציעלע שכוח פארן צושטעלן די נייעס אין די יעצטיגע פארנומענע ערב פסח טעג!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך אחרי א'


געוועזענע פערו פרעזידענט אלען גארסיע האט אריינגעפירט אין שפיטאל נאכדעם וואס ער האט זיך געשאסן ווען פאליציי זענען ערשינען צו זיין היים אים צו ארעסטירן אין אן אנגייענדע אויספארשונג אז ער האט גענומען שוחד


ער איז שוין אפגעשטארבן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג בדיקת חמץ

די אשכול איז שוין גערייניגט פאר פסח
ביטע נישט אריינקומען מיט קיין חמץ
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג בדיקת חמץ

די אשכול איז שוין גערייניגט פאר פסח
ביטע נישט אריינקומען מיט קיין חמץ

:x
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג בדיקת חמץ

די אשכול איז שוין גערייניגט פאר פסח
ביטע נישט אריינקומען מיט קיין חמץ

:x

דיינע ברעמען פאלן אראפ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א ליכטיגן פרייליכן כשר'ן פסח צו מיינע גוטע פריינט און צו אלע אידישע קינדער

זאלן מיר שוין זוכה זיין צו לאזן אונטער זיך די קאקאש און קאווע און די אלע הבלים ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים ולהשתעשע בתורתו ולעסוק בעבודתו בארעא דישראל
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

אמן. שכח פארן אונז מהנה זיין
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

הכל הבל האט געשריבן:א ליכטיגן פרייליכן כשר'ן פסח צו מיינע גוטע פריינט און צו אלע אידישע קינדער

זאלן מיר שוין זוכה זיין צו לאזן אונטער זיך די קאקאש און קאווע און די אלע הבלים ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים ולהשתעשע בתורתו ולעסוק בעבודתו בארעא דישראל

אמן, און זאל טאקע די איינציגסטע נייעס וואס מען זאל דארפן באריכטן זיין, וועגן די אנקום פונ'ם גואל צדק במהרה בימנו.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

א כשר'ן פרייליכן פסח הרב הכל הבל.

יישר כח פאר אייערע הערליכע געשמאקער באריכטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זונטאג אחרי




בלומבערג נייעס האט באריכטעט אז פרעזידענט טראמפ האט מיט צוויי וואכן צוריק גערעדט מיטן ליביער גענעראל קאפילא העפטער אונטער וועמענס איינפלוס מזרח ליביע הויפזעכלטילך בענגאזי געפונט זיך
טראמפ האט אנגעבליך אים געזאגט אז אמעריקע שטיצט זיין אטאקע אויף די הויפטשטאט טריפאלי
אין א באזונדערע טעלעאנישע געשפרעך האט דזשאן באלטאן אויך איבערגעלאזט דעם איינדרוק אז וואשינגטאן שענקט אים די גרינע ליכט פארצוזעצן מיט זיינע מיליטערישע שריט
העפטערס היסטאריע און בעקגראונד איז גאר א קאלירפולע און ער איז שוין געווען אויף יעדע זייט פון יעדע קאמף אין ליביעס לעצטע צייטן
ער האט אנטייל גענומען אינעם פוטש וועלכע האט געברענגט קאדאפי צו די מאכט און אויך אנגעפירט די אקציעס אקעגן די איזראעליס ביי די יום כפור מלחמה און שפעטער געדארפט אנטלויפן קיין אמעריקע ווי די סי איי עי האט אים געהאלפן זיך איינארדענען אין לענגלי ווירדזשיניע
ער האט מיט זייער שטיצע אונטערגענומען א רייע אטענטאט פרואוון אויף קאדאפי וועלכע האט זיך אלץ ארויסגעשטעלט אלץ דורכפאל ביז די עווענטועלע רעוואלוציע אין ליביע ווען ער האט זיך אהין אומגעקערט און אנגענומען א פירנדע ראלע און צוביסלעך געבויעט א זעלבסשטענדיגע ארמיי קראפט וועלכע האט מיט די צייט דערקלערט קאנטראל אויף בענגאזי און זיך געאמפערט מיט די מער איסלאמיש גענויגטע יו ען אנערק'ענטע רעגירונג וועלכע רעגירט אין די הויפטשטאט טריפאלי
די אמעריקאנער אומאפיציעל און די איזראעליס און זייערע פריינט און מיטל מזרח ווי עגיפטן און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן זענען שטארק אין שטיצע פון העפטער זעענדיג אין אים די בעסטע קאנדידאט אונטערצוברענגן עקסטרעמיזם אין לאנד און ער איז טאקע שטארק אינסטרעמונטאל צו באקעמפן אייסיס קעמפער און האט שוין ערלעדיגט איזראעלי באמבאדירונגען אויף אייסיס פאזיציע
פון די אנדערע זייט איז די סיטואציע היבש דעליקאט זינט די אפיציעלע יו ען שטעלונג איז ווייטער צו שטיצן די טריפאלי רעגירונג און זעהט העפטער אלץ די הויפט שטער פאר פרידן אין לאנד און איז שטארק באזארגט איבער העפטערס איצטיגע שריט זיך פאראויסצורוקן און פרובירן דעראבערן טריפאלי אז דאס קען אריינווארפן דאס לאנד אין א בלוטיגע פרישע ציווילע קריג
די ווייסע הויז סעקיוריטי קאונסיל איז געווארן אנגעפרעגט אויב די באריכט פון טראמפס אויסדרוקן שטיצע איבער העפטער טריפאלי אטאקע איז וואר און ווארטזאגער גערעט מארקוויס האט עס אפגעלייקנט
ווען מען האט אבער אנגעפרעגט אויב טראמפ שטיצט די אינטערנאציאנאל אנערקענטע טריפאלי רעגירונג איז נישט געקומען קיין קלארע אנטווארט

עקטינג פארטיידידונג סעקרעטאר פעטריק שאנאהאן איז געווארן ריינגעוואשן דורך א פענטאגאן וואטשדאג פון אנגעבליכע עטיק סטאנדארט פארלעצונגען

אטוירני דזשענעראל ווילאם באר האט געווארנט דעמאקראטן אויפן הויז יורידישן קאמיטע אז אויב זיי טוישן נישט די פארמאט פון די פארהער ווי ער איז ערווארטעט צו ערשיינען די וואך וועט ער איינפאך נישט אהינקומען
באר איז נישט צופרידן פון די אויסשטעל ווי אזוי נאדלער האט באשטימט די פארהער פארצוקומען

די פארזיצער פון די קאנגרעס איבערזיכט קאמיטע אלייזשע קאמינגס האט אפגעשיבט די אפשטימונג צו האלטן אין קאנטעמפט קארל קליין דעם פירער פון די קלערענס איבערזיכט אפיס אין ווייסן הויז וועלכע אנטזאגט זיך צו קאאפערירן מיט זיינס א סובפינע
די דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען האט געשירבן צום ווייסן הויז לעגאלע קאונסיל אז צו פארמיידן אומנויטיגע קאנפליקט צווידן קאנגרעס און די עקזעקוטיווע פליגל און צו אפקילן קאמינגס איבערגעהיצטע ארקעסטרירטע קאנפראטאציע בעהט ער אז קליין זאל יא ערשיינען אויף א וואלונטיר פארמאט

מארנינג קאנסאולט האט גענומען אן אנקעטע פון די פאפולאריטעט פון די גאווערנארס אין לאנד
די העכסטע 10 אויף די ליסטע זענען אלע רעפובליקאנער און ציילט צווידן אנדערן ניו העמפשיר גאווערנאר קריס סונונו, ווערמאנט גאווערנאר פיל סקאט, נארט דעקאטע גאווערנאר דאג בורגאם און די אלע לויפן פאר ווידערערוויילונג אין 2020 למספרם

די רוסישע מאריא בוטינא וועלכע איז געווארן געפארשט דורך מולער איז דעווארן פאראוטיילט צו 18מאנאטן אין טורמע

סענאטאר לינדזי גרעהעם איבער טראמפס אנגעבליכע פארזוכן צו נוצן מקגעהן ארויסצושטעלן מולער: אויב דו גייסט אריינקוקן אין יעדע פרעזידענט וועלכע איבט אויס דרוק אויף שטאב און בעט צו טוהן זאכן וועלכע זענען מעגליך צודרייט דאן וואלטן מיר נישט געהאאט קיין פרעזידענטן

דער געוועזענע אינדיאנא סענאטאר ריטשארד לוגער פריער געשטאטרבן אין עלטער פון 87 יאר

די העלט און יומען סערוויסעס דעפארטמענט פלאנט צוריקצודרייען א רייע רעגולאציעס וועלכע באשוצן בריות משונות פאציענטן און וועלן גרינגער מאכן פאר סערוויס פראוויידערס אפצוזאגן באהאנדלונג באזירט אויף רעליגיעזע ווירדן

פאלגענד איז א נייעס וועלכע איז געווארן דא באריכטעט מיט א צייט צוריק און איך ברענג עס ווידער ארויף וויבאלד יענע איז פארלאפענעם דינסטאג טאקע אריינגעשפרינגען אינעם פארמעסט
שומער זיך געטראפן דורכאויס דעם פארלאפענעם וויקענד מיט מערי העגער, אן עיר פארס וועטעראן און ביזנעספרוי וועלכע האט זיך פארמאסטן אין 2018 למספרם אקעגן אמטירנדער קאנגרעסמאן דזשאן קארטער וועלכע האט איר באזיגט מיט 3%
שומער וויל איר איינשפאנען צו לויפן אקעגן סענאטאר דזשאן קארנין

די ליוטענאנט גאווערנאר פון נארט קאראליינע דען פארעסט איז א רעפובליקאנער און האט דערווייל געשאפן אן עקספלאראטארי קאמיטע צו קענען לויפן פאר גאווערנאר און ארויסשטויסן דעם דעמאקראטישן גאווערנאר אין די 2020 למספרם וואלן האט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון אינדארסירונגען פון 49 סטעיט געזצעגעבער וועלכע אינדאסירן זיין קאנדידאטור

מיזורי ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס איז קענטיג ערנסט באזארגט איבער זיין פריימערי קעגנער און האט שוין ארויסגעלייגט זיין ערשטע טעלעוויזיע קאמפיין רעקלאמע אקעגן דעם דעמאקראטישן קאנדידאט טראץ וואס ער דערמאנט נישט זיינע פריימערי קעגנער איז עס רעלאטיוו פרי נעמענדיג אין באטראכט אז די פריימערי וואל אז ערשט אין אוגוסט 6 למספרם און איז א צייכן אז ער נעמט די פארמעסט ערנסט
דעם דעמאקראטישן קאנדידאט וועם ער רייסט ארונטער איז סטעיט אטוירני דזשענעראל האד וועלכע דארף נאך גראדע אויך אראפקלאפן זיין פריימערי קעגנער איידער ער קען זיך פארמעסן אקעגן דעם עווענטועלן רעפובליקאנער קאנדידאט
האד האט פרייטאג ערהאלטן די אינדארסירונג פון דער געוועזענער דעמאקראטישע מיזורי גאווערנאר וויליאם ווינטער
ווינטער האט סערוויאט אלץ גאווערנאר פון 1980-1984 למספרם און איז היינט אלט 96 יאר

די ליואיסוויל קענטאקי פעדעראציע פון רעטייערטע פייערלעשער האבן אינדארסירט עדעם העדעלען פאר גאווערנאר אין די דעמאקראטישע פריימערי

אן אנדערע קאנדידאט פאר קענטאקי גאווערנאר ענדי באשאר האט באריכטעט 2 מיליאן דאלער אין סך הכל פאנדרעיזינג
איןו די ערשטע קווארטאל פון 2019 למספרם איז אריינגעקומען 750 טויזנט

די רעפובליקאנער סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע וועלכע האבן דערווייל נישט קיין ערנסטע קאנדידאט צו לויפן אקעגן ניו העמפשיר סענאטארשע שאהין נאך וואס גאווערנאר סונונו האט אנגעבליך נישט קיין אפעטיט דערצו האבן ארויסגעליסט א רייע בילבאורד רעקלאמע צייט ארונטערצורייסן דעם ארטיגן סענאטארשע
א רעפובליקאנע אדוואקאט ברייענט קארקי מעסנער טוט באטראכט צו לויפן אקעגן שאהין

אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט האט מיטוואך געזאגט אין אייאווע אז זי איז נישט זיכער אויב מען וועט זיך קענען פאראייניגן אויף איין גרויסע קאמפריהענסיוו אינפראסטרוקטור ביל אבער מען קען עס מעגליך צוטיילן אין עטליכע קלענערע רעפטלען
ערנסט זיצט אויף ענווייראמענט און פובליק ארבעט סענאט קאמיטע וועלכע פארפיגט איבער אינפראסטרוקטור אונטערנעמונגען

די 2020 למספרם וואל סעזאן קען זיך ארויסשיילן איינצושליסן א היבשע רייע פון סטעיטס אוןיף א שטארקע פארנעם צוליב וואס די שווערסטע רייע פון שלאכטן איבער די פרעזידענטשאפט ווערט פאראויסגעזאגט צו ווערן אפגעהאלטן אין די מידוועסט שטאטן ווי פענסילוועניע וויסקאנסין און מישיגען אבער די שמאלסטע סענאט פארמעסטן ווען פארקומען און א אנדערע שטאטן ווי אריזאנא נארט קאראליינע דזשארדזשיע און קאלאראדא וואס באדייט אז די ספאטלייט וועט שיינען אויך אהין

פארלאפענע דאנערשטאג איז דער געוועזענע וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען אפיציעל אריינגעשפרינגען אינעם דעמאקראטישן פריימערי פארמעסט פאר פרעזידענט און די אינדאסירונגען האבן נישט געשפעטיגט פון אנהויבן פליסן
א פריע אינדאסירער איז געווען ניו יארקער קאנגרעסמאן טאם סאוזי
אין סענאט האט ער ערהאלטן די שנעלע אינדאסירונג פון סענאטארן באב קעיסי און קריס קונס וועלכע קומט פון דעלעווער וועלכע איז ביידנס היימשטאט
ביידען האט אין דשי ערשטע 24 שעה פונעם קאמפיין אויפגעטריבן .3 מיליאן דאלער וועלכע שטייגט איבער אלע זיינע קעגנער
די געלט איז אריינגעקומען פון 96,926 ביישטייערער איבערן לאנד
סענאטארשע עליזאבעט ווארען וועלכע איז איינע פון די קאנדידאטן וועלכע פארמעסטן זיך מיט דזשאו ביידן האט אין א פאנדרעיזינג שנאר בריוול אראפגעריסן ביידען'ס פריע פאנדרעיזינג סוקסעס שרייבנדיג אז עס איז אין טייל צו פארדאנקן א פריוואטע פאנדרעיזער פאר רייכע ביישטייערער אין די היים פון דער הויפט לאביאיסט פאר קאמקעסט

בערני סאנדערס האט לעצטע וואך ארויסגעשטעלט אינערליכע אנקעטע ציפערן וועלכע צייגן אז ער באזיגט טראמפ מיט דאפלטע ציפערן אין וויסקאנסין און אין מישיגען און אזער איז פאראויס פונעם פרעזידענט אין פענסילוועניע מיט 8 פראצענט

בערני סאנדערס האט אויפגענומען דזשעסיקע ווענדען בערג, אן אייאווע פאליטישע וועטעראן וועלכע האט אין די פארגאנגענהייט געארבעט פאר דזשים וועב און פאר טולסי געבערד

בערני סאנדערס האט אין 1971 שטארק קריטיקירט די רייכטום פון אמעריקאנע סענאטארן אין זיין דעמאלטיגע קאמפיין פאר אפיס
ער האט באצייכנט אלץ אוממאראליש די פאקט אז אריבער האלב סענאטארן זענען מיליאנערן

בערני סאנדערס דרוקט אויס זיין קעגנערשאפט צו פארברייטערן די זיצן אויפן סופרים קאורט זאגנדיג אז די פארטיי וועלכע וועט דאן צוריקכאפן די ווייסע הויז וועט צולייגן נאכמער זיצן לויט זייער געשמאק און דורכפירן וואס זיי ווילן און עס איז א דבר שאין לו סוף
ער שטיצט ליבערשט צו שאפן א סיסטעם אונטער וועלכע סופרים קאורט ריכטער זענען באגרעניצט צו סערווירן פאר צוועלף יאר און דערנאך דארפן קענען זיך צוריקקערן צו סערווירן אויפן אפעלאט געריכט

בעטא ארורק איז געווארן געפרעגט אויב די ICE וועט פונקציאנירן אונטער זיין זייגער האט געענטפערט : געוויס וועט די אגענטור פארבלייבן אבער זיי וועלן ווערן פארארדנט אפצושטעלן דעפארטאציע פראקטיצירונג וועלכע מיר האבן בייגעוואוינט נישט בלויז אונטער די איצטיגע אדמיניסטראציע נאר אויך אונטער די פריערדיגע

פיטע באטידזשעדזש האט לעצטע מיטוואך ערהנאלטן זיין סאמע ערשטע אינדארסירונג ווען קאנגרעסמאן דאן בעיער פון ווירדזשיניע האט געזאגט אז ווערנדיג אינספירירט פונעם מעיאר טוט ער אים אינדארסירן

פיטע באטידזשעדזש וועט זיך ווענדן קיין סאוט קאראליינע קומענדיגע חודש פאר א רייעכ אויפטריטן אויפצוטרייבן שטיצע צווישן די ארטיגע אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדע

פיטע באטידזשעדזש האט געמאלדן אז ער וועט מער נישט אקצעפטירן קיין ביישטייערונגען פון פעדעראלע לאביאיסטן און אפילו צוריקגעבן אזעלכע פאנדס וועלכע די קאמפיין האט שוין ערהאלטן
גלייכצייטיג האט די קאמפיין אראפגענומען די נאמען פון איינע פון די האוסטס וועלכע האבן פיגורירט אויף א ליסטע פון א פאנדרעיזינג אוונט געסקעדזשועלט אויןפן קומענדיגן מאי למספרם צוליב יענעמס ארבעט אלץ א פעדעראלע לאביאיסט

דזשוליאן קאסטרא האט פרייטאג באזוכט צום 5'טן מאל נעוואדע זינט ער האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט
ער האט זיך געטראפן מיט היספאנישע הויך שולע אקטיוויסטן און לאקאלע אדוואקטן פאר היימלאזע אין לאס וועגאס
היינט זונטאג באזוכט קאסטרא אין ניו העמפשיר

באקאנטע מיט דעמאקראטישע ביישטייערער גיבן איבער אז די פאנדרעיזינג ארום די באטידזשעדזש קאמפיין דערמאנט פון די אקטיוויטעטן ארום די אבאמא קאנדידאטור אין 2007 למספרם ווען ביישטייערער ווערן באאיינדרוקט פון א קאנדידאט און א קאמפיין נאך איידער די קאמפיין איז אפילו געבויעט אויף אזא פארנעם צו דערהייבן אזא אפרוף און די אינפראסטרוקטור איז נאכנישט אזוי מאסיוו
אנשטאט צו דארפן נאכלויפן פאר געלט טוען ביישטייערער גאר אויסשטרעקן א האנט און זיך ווענדן צום קאמפיין פרעגנדיג אויב זיי קען זיך אנשליסן מיט שטיצע

פארלאפענע מיטוואך האבן סיניאר טראמפ קאמפיין באאמטע באזוכט העריסבורג פענסילוועניע זיך צו טרעפן מיט סטעיט רעפובליקאנער אויסצוארבעטן א וועג פאראויס פארן פרעזידענט און די פארטיי צוריקצוכאפן מאמענטום אין א סטעיט וועלכע האט געשפילט א קריטישע ראלע אין טראמפ איבערראשנדע וואל זיג אבער איז זינט דאן היבש צוריק אינעם בלויען קאלום א פאקט וועלכע האט שטארק אלאמירט די רעפובליקאנער

גרויסע געלט זאמלער פאר געוועזענע רעפובליקאנע פרעזידענטליכע קאנדידאטן וועלן זיך טרעפן אין מאי 7 למספרם אויסצושמועסן די דעטאלן פון א מאסיווע פאנדרעיזינג אפעראציע פאר די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין
די רעדע איז פון עליטע עסטאבלישמענט פיגורן וועלכע האבן אויפגעטריבן שווערע געלטער פאר די בוש און ראמני קאמפיינס
איינע פון די פאנדרעיזערס איז דזשעק אליווער וועלכע איז א לאנגיעריגע בוש פאנדרעיזער וועלכע איז געשטאנען אין שפיץ פון די דזשעב בוש פאנדרעיזינג מאשין און האט איגנארירט די 2016 למספרם אלגעמיינע קאמפיין צווישן קלינטאן און טראמפ העךפט איצט ארויס די טראמפ קאמפיין מיט ראט איבער ווי אזוי צו גרייכן די הערצער און טעשער פון טראדיציאנאלע רעפובליקאנע ביישטייערער
ראי בעילי איז א פאנדרעיזער פון דאלאס טעקסאס האט פארלאזט די טראמפ סופערפעק צו גיין ארבעטן דירעקט פאר די טראמפ וויקטארי פאנד

פארלאפענע דינסטאג האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די שטארק נאכגעפאלגטע צענזוס סיטיזאן קעיס און שוין אינדערפרי האבן זיך לאנגע ליניעס געשלענגלט פארנט פונעם סופרים קאורט געביידע ווען פולע האבן געוואלט באקומען א שאנס מיטצוהאלטן די היסטארישע מונדליכע ארגומענטן
לויט אלע אנדייטונגען שיינט עס אז די קאורט וועט זיך שפאלטן אויף פארטייאישע ליניעס מיט א 5-4 מאיאריטעט זיג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע
ריכטער ראבערטס און קעווענאו האבן ביידע געריכטעט מערסטנס פון זייערע פראגן צו די קלעגער וועלכע ווילן ארויסווארפן די סיטיזאנשיפ פראגע פון ווערן צוגעלייגט צום צענזוס בויגן בעת די ליבעראלע ריכטער האבן געצימבלט די רעגירונגס ארגומענטן
קעוועאו האט גראדע יא געפרעגט פראגן אויך פון די רעגירונגס אדוואקאט אבער אויסגעקוקט מער גענויגט אנצונעמען זיין פאזיציע
ביי איין פאל האט קעווענאו ארויסגעברענגט אז די יו ען רעקאמענדירט פאר לענדער צו לייגן א סיטיזאן פראגע אין זייער צענזוס בויגן און א רייע לענדער אריינגערעכנט שפאניע דייטשלאנד קאנדא אויסטראליע איירלאנד און מעקסיקא פרעגן טאקע די פראגע אין זייער בויגן
ריכטער טאמאס, אליטא און גארסוטש האבן אויסגעדרוקט אומבאקוועמליכקייט אז די יורידישע צווייג זאל אריינרעדן און שפילן א ראלע אין באשליסן וועלכע פראגן זאל יא אדער נישט פיגורירן אינעם צענזוס בויגן
ריכטערין קעיגען האט האט אראפגעריסן די צוגאנג ווי אזוי סעקרעטאר ווילבאר ראס האט באהאנדלט די טעמע און אוועקגעמאכט די ארגומענט פון ווילבאר אס אז ער וויל צולייגן די פראגע אויפן פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטמענט וועלכע האט עס פארלאנגט צו קענען בעסער אויספירן די וואוטינג רייטס אקט וועלכע דארף באשוצן מינאריטעטן
קעיגען האט אנגעצייגט אז א רייע פון אסיסטענט אטוירני דזשענעראלס אין די יוסטיץ דעפארטמענטס ציווילעי רעכט דיוויזיעס האבן קיינמאל פארלאנגט אזעלכע סארט דאטא
ריכטערין גינזבורג האט ארויסגעברענט אז די פאקט אז די צענזוס ביורא האט געברענגט אן ענדע צו די פראגע אום 1950 למספרם צייגט קלאר אז זיי האבן פארשטאנען אז אזא פראגע רעדוצירט די ציפער פון וויפיל מענטשן ענטפערן די צענזוס בויגן
ריכטער ברייער האט אנגעוויזן אויף די עדות'שאפט פון צענזוס ביורא באאמטע וועלכע האבן געזאגט אז אזא פראגע וואלט גאר פארערגערט די דאטא
ריכטערין סאטאמאיאר האט געשטעלט אירע פראגן מיט א טאן פון היבשע אויפברויז אן איז געווען די מערסטע אויסגעשפראכענע אויפן באנק זיך ארומצורייסן מיטן רעגירונגס סאליסיטאר דזשענעראל ניעל פראנסיסקא און האט אים דורכאויס איבערגעריסן מיטן פראגן אינמיטן זיין פרעזענטאציע און גאר שארף דעבאטירט
די געריכט האט געהאט נאכגעגעבן די פארלאנג פון קאנגרעס אז זיי זאלן אויך קענען האבן אנוועזנד אן אדוואקאט וועלכע זאל מאכן זיין קעיס אקעגן די סיטיזאנשיפ פראגע און ביים אנהויב פון זיין פרעזענטאציע האט דער אדוואקאט דאגלעס לעטער באדאנקט די געריכט אין נאמען פונעעם קאנגרעס ספיקער פארן אקאמאדירן די פארלאנג פון קאנגרעס צו אינטערווענירן אויף וועלכע הויפט ריכטער ראבערטס האט רעאגירט מיטן צוריקגריסן מיטן פארבעטן לעטער צו זאגן פאר ספיקער פעלאסי אז זי איז וועלקאם
די גרעיכט זאל האט אויסגעשאסן אין א לייכטע געלעכטער
און לעטער האט זיך באדאנקט דערפאר און פארשפראכן ווייטער צו שיקן די מעסעדזש
לעטער האט ארויסגעברענגט אז אפילו אויב די ביורא זעהט פאר בענעפיטן פון די פראגע (ווייל עס וועט העלפן בעסער אינפארסירן די וואוטינג רייטס אקט) איז די חסרון דערפון (אז די דאטא וועט זיין ווייניגער אקוראט צוליב א קלענערע צאל וועלכע וועלן ענטפערן די בויגן) גענוג אז מען זאל אויסוועלן נישט צוצולייגן די פראגע און די באשלוס פון ראס עס צוצולייגן איז גאר א שלעכטע
ריכטער אליטא האט געצווייפלט אין די ארגומענט זאגנדיג אז אויב די האבט א מעטאד וועלכע שטעלט דיר צו א 98% אקוראטע בילד (די בויגן מיט די סיטיזאנשיפ פראגע איינגעשלאסן) און דו האסט אן אנדערע מעטאד וועלכע קען מעגליך האבן צושטעלן מער פונקטליכע דאטא (דהיינו אן די פראגע אינעם בויגן) ביזטו טאקע אזו געפעליך ביים באשליסן צו גיין מיט די 98% ראטע ?! (נאכן אריינעמען אין חשבון די בענעפיטן פון די פראגע)
ריכטער קעווענאו האט אוועקגעמאכט לעטערס ארגומענט זאגנדיג אז קאנגרעס א שטארקע ראלע אין די פראגע און זיי האבן געשאנקן ברייטע מאכטן פארן סעקרעטאר צו באשליסן אזעלכע פראגן איבער ווי אזוי אויסצושטעלן די פארום
ער האט פארגעזעצט צו זאגן אז אויב קאנגרעס זעהט א פראבלעם מיט די פראגע זאלן זיי דורכפירן א געזעץ צו פארבאטן אזא פראגע גענוי ווי זיי האבן אין די פארגאנגנהייט געשטימט צו פארבאטן רעליגיעזע פראגן אין די צענזוס בויגן

פארלאפענע מאנטאג אינדערפרי האט די סופרים קאורט ענדליך אקצעפטירט די היי פראפיל קעיס עס פון נארישקייט און פרייהייט אין וועלן אריינקוקן אין די פראגע אויב די פעדעראלע געזעץ וועלכע באשוצט ארבעטער פון דיסקרימינאציע שליסט איין באשיצונגען פאר אנשים מתועבים און בריות משונות וועלכע ווערן אפגעזאגט צוליב זייער אוממאראלישע סטאטוס
די קעיס איז צוזאמגעשמאלצן פון צוויי באזונדערע קעיסעס אין די ריכטער האבן שוין געצעגערט דערין זינט יונואר 4 למספרם ווען מען האט זיך געוואנדןן צו זיי דערוועגן און עס נאכאנאנד באהאנדלט ביי זייערע פריוואטע פרייטאג זיצונגען אבער איצט האבן זיי עס ענדליך אנגענומען
די ריכטער וועלן אויסהערן די קעיס ערשט אינעם קומענדיגן געריכט טערמין
פאלגענד איז באריכט וואס מיר האבן געשריבן דא מיט א צייט צוריק איבער די דעטאלן פונעם קעיס:

מיר האבן שוין אין די פארגאנגנהייט באשריבן די טעמע אבער אצינד ווען עס ווערט מער רעלעוואנט זענען מיר דא מיט כאטש אביסל מער קלארקייט איבער וואס די צומישעניש איז..

אבער צום אלעם ערשט א רעקאמענדאציע, די פאלגענדע ארטיקל קען זייער מעגליך זיין נישט שטארק רעקאמענדירט פאר יעדן
עס צייכנט זיך נישט אויס מיט לייכטע הומאר אדער דראמאטישע זאפט
די טעמע איז הויפטזעכטליך נישט עפעס וואס איז קריטיש וויכטיג פאר אייך צו וויסן און איר אינהאלט איז היבש קאמפליצירט און איז אמבעסטן געאייגנט פאר די וועלכע גלייכן לעגאלע געראנגלען און גייט מער אריין אין פיצינקע דעטאלן וואס מען רופט די נידי גרידי מאכענאציעס
דעריבער צו פארמיידן אומנויטיגע קאפ ווייטאג טראכט צוויי מאל בעפאר איר זעצט פאר צו ליינען

אנגעהויבן האט זיך עס מיט 2 באזונדערע קעיסעס וועלכע פארלאנגען ביידע פון די געריכט קלארצושטעלן אויב דיסקרימינאציע ביי די ארבעט באזירט אויף די נארישקייט לעבנסשטייגער פון די ארבעטער טוען פארלעצן די 1964 למספרם סיוויל רייטס אקט

די פעטיציעס דערוועגן זענען אבער געווארן אפגעלייגט אויף דערווייל נאך וואס א קאנסערוואטיווע גרופע האט געבעטן עס אפצושיבן אויף ווילאנג די געריכט דעצידירט אויב זי וויל אויפנעמען אן אנדערע קעיס וועלכע זיי האבן געברענגט צום געריכט אין וועלכע זיי זוכן צו אפעלירן אן אורטייל פון די 6'טע סירקוט געריכט אין מישיגען וועלכע האט געאורטיילט לטובת אן ארבעטער וועלכע איז אויסגעשטאנען ארבעטס דיסקרימינאציע צוליב א משנה הבריותדיגע לעבנסשטייגער (יענער האט פארוואלטעט אין א טויטן היים ווי באריכטעט דא א צייט צוריק)
אין אקטאבער למספרם האט דער סאליסיטאר דזשענעראל וועלכע פארטרעט די יוסטיץ דעפארטמענט איבערראשט די לעגאלע וועלט מיטן פארלאנגען פון די געריכט גאר אפצולייגן די משנה הבריות פעטיציע און ליבערשט קודם דעצידירן אויב זיי נעמען אן איין אדער ביידע נארישקייט קעיסעס
דיער סאליסיטאר דזשענעראל פארטרעט אפיציעל די "געלעגנהייט פאר גלייכע ארבעטסרעכטן קאמיסיע" וועלכע איז א רעגירונג אגענטור און באשטייט פון א מאיאריטעט אבאמא נאמינירטע קאמישאנערס און די אפיציעלע שטעלונג פון די קאמיסיע איז גראדע אז מען זאל יא באטראכטן אלע קעיסעס אויף איינמאל ווייל זיי גלויבן אז אפילו די מישיגען קעיס פארדינט די זעלבע באשיצונג אונטער די געזעץ ווי די צוויי נארישקייט קעיסעס
אגב אין סענאט ווארטן איצט דריי טראמפ נאמינירטע צו ווערן באשטעטיגט צו די דאזיגע קאמיסיע און ווען דאס פאסירט וועט עס שענקן אן אויבערהאנט פאר די קאנסערוואטיוון און די שטעלונג וואלט ווארשיינליך געווען די זעלבע וואס דער סאליסיטאר דזשענעראל טענה'ט אפילו איצט גאר אויף זייער חשבון
עס קומט אין די זעלבע צייט וואס אין די דעפארטמענט אף העלטה צירקולירט אין די טעג אן אינערליכע דרעפט צו אדאפטירן א רעגולאציע וועלכע באטראכט נישט די באשלוס פון בריות משונות אלץ רעלעוואנט
ווי געזאגט פארלאנט דער סאליסיטאר דזשענעראל אז דער געריכט זאל ליבערשט אויפנעמען די נארישקייט קעיסעס אין וועלכע עס זענען דא קעגנזייטיגע אורטיילן צווישן די סירקוט געריכטן
די צווייטע סירקוט געריכט באזירט אין ניו יארק ווי א פאנעל פון די גאנצע געריכט באנק איז געזיצן און באהאנדלט אדי קעיס און עווענטועל אין זייער אורטייל צוריקגעדרייט פריערדיגע פרעצעדענט מיטן זאגן אז נארישקייט הנהגה וועלכע ווערט גענוצט פאר א סיבה צו דיסקרימינירן אין די ארבעט ווערט באשוצט אונטער די 2964 למספרם געזעץ, די אורטייל האט נאכגעפאלגט א גאר ענליכע אורטייל פון די זיבעטע סירקוט קאורט באזירט אין שיקאגא אילינאי פארלאפענע יאר
פון די אנדערע זייט האט א פאנעל פון דריי ריכטער אין די עלפטע סירקוט געריכט באזירט אין אטלאנטא דזשארדזשיע צוריקגעוויזן אזא סארט אנקלאגע און אנטזאגט צו שענקן א פרישע שאנס פאר די קעיס צו ווערן אויסגעהערט דורך די גאנצע געריכט
דער סאליסיטאר דזשענעראל ערקלערט זיינע מאטיוון אין געריכט פארוואס מען זאל נישט אויפנעמען דערווייל די שינוי הבריות קעיס זאגנדיג אז די זעקסטע סירקוט קאורט אין מישיגען וועלכע האט געאורטיילט אינעם יעניגן'ס שטיצע באזירט זייער מיינונג אויף די פסק פונעם צווייטן סירקוט געריכט אז נארישקייט דיסקרימינאציע איז באשוצט אונטער די 1964 למספרם געזעץ און אויף דעם ארויף האט די זעקסטע סירקוט געריכט ארויפגעבויעט נאך א שטאק אין אריינגערוקט אינעם געזעץ באשיצונג אויך פאר בריות משונות
דעריבער איז זיין ארגומענט אז קודם דארף מען זעהן אויב נארישקייט איז טאקע באשוצט ווייל אויב נישט איז נפל היסוד נפל כל הבנין און ער האפט אזוי ארום ארויסצושלעפן די קארפעט פון אונטער די פיס פון די זעקסטע סירקוט געריכט אורטייל און אין פאל ער פארלירט יא די נארישקייט קעיס וועט ער ערשט דאן פריש אנהויבן בעטן די געריכט אפצוטיילן די קעיס פון נארישקייט
דא ווערט אבער די זאך מער מאדנע, דער סאליסיטאר דזשענעראל זאגט גאר אז אפילו אין פאל די געריכט וויל נישט אויפנעמען די נארישקייט קעיסעס זאלן זיי נאך אלץ נישט אויפנעמען די שינוי הבריות קעיס וזה צריך ביאור אז פארוואס זאל דער טראמפ געפירטער יוסטיץ דעפארטמענט נישט זוכן איבערצודרייען די מישיגען אורטייל
גראדע האט ער עטליכע ערקלערונגען דערויף אנצייגנדיג אז יענע אורטייל איז פעלערהאפטיג פון עטליכע שטאנדפונקן און דעריבער איז נישט דא אזא נויט עס מאמענטאל צו אפעלירן אבער עס פארבלייבט פארט פארדעכטיגט און אומפארשטענדליך וואס עס האלט אים פון עס איצט אפעלירן
עקספערטן פרובירן צו דערגיין זיין סטראטעגיע מיטן נעמען אין באטראכט די פאליטישע צושטאנד אויף די אויבנדערמאנטע "געלעגנהייט פאר גלייכע ארבעטסרעכטן קאמיסיע" וועלכע ווי געזאגט האט איצט א מאיאריטעט דעמאקראטן
די קאמיסיע באשטייט פון 2 דעמאקראטן און איין רעפובליקאנער און 3 ליידיגע זיצן צו וועלכע עס זענען דא דריי קאנדידאטן נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ווארטן איצט אויף סענאט באשטעטיגונג
די מינומום קאמעסיארן ארויסצוגעבן א שטעלונג איז 3
די פארשריפטן פון די קאמיסיע ערלויבט נישט מער ווי דריי מיטגלידער פונעם זעלבן פארטיי (צו היטן אויף די זעלבסטשטענדיגקייט
דעצעמבער 31 למספרם לויפט אפ די טערמין פון חי פעלדבלום איין פון די צוויי דעמאקראטן אליינס א מתועבת און טראמפ אין זיין פרישן פעקל פון נאמינירטע האט איר אויך איינגעשלאסן און איר רענאמינירט צו איר איצטיגע פאזיציע וועלכע באדייט אז אויב די גאנצע פעקל ווערט באשטעטיגט וועט זי ווייטער זיין צוזאמען מיטן אנדערן דעמאקראט און צוגאב צו די צוויי פרישע רעפובליקאנער מיטן רעפובליקאנער וועלכע איז שוין איצט דארט וועלכע וועט פירן די רעפובליקאנער צו א 3-2 אויבערהאנט
אבער איר נאמינאציע ציהט שארפע אפאזיציע פון עטליכע רעפובליקאנע סענאטארן און עס קען מעגליך פארשלעפן די גאנצע פעקל פון ווערן באשטעטיגט
אפילו אויב עס פארשלעפט זיך און ווערט נישט באשטעטיגט אינעם איצטיגן לעים דאק סעסיע קען טראמפ נאמינירן פון פריש זיין ליסטע נאר איינטוישן פעדלבוים מיט אן אנדערן דעמאקראט
אויב די סענאט באשטעטיגט טאקע אזא פעקל קען מען זיך רישן אז די קאמיסיע וועט גיך אדאפטירן די זעלביגע רעגולאציע וועלכע די יוסטיץ דעפארטמענט האט שוין פאריאר געשריבן אין אן אינערליכע מעמא ווי זיי טוען אפשאפן די ברייטע דעקונג וועלכע די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט האט געגעבן פאר די 1964 למספרם געזעץ און אנדערש טוט די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט אויסטייטשן די געזעץ אויף מער א באגרעניצטע וועג וועלכגע שליסט נישט איין אזעלכע קעיסעס ווי געברענגט אין די מישיגען געריכט
אין אזא פאל שפירט די יוסטיץ דעפארטמענט אז האבנדיג די קאמיסיע מיטשפילן אפיציעל מיט זייער אפטייטש פונעם געזעץ קענען זיי עס אינפארסירן אן דעם וואס זיי זאלן אפילו דארפן דורכמאכן א געריכטליכע קעיס אויף די טעמע און דעריבער קען דאס זיין די אונטערלאגע פארן סאליסיטאר דזשענעראל אפענע אומאינטערעסע אויפצוברענגן די קעיס אין געריכט
בלייבט נאר איבער צו שרייבן איבער די קאנסערוואטיווע גרופע וועלכע האט ארגינעל אריינגעגעבן די ביטע צו אפעלירן די מישיגען קעיס
זיי האבן אריינגעגעבן זייער אייגענע אנטווארט רעאגירנדיג צום סאליסיטאר דזשענעראלס שטעלונג אנצייגנדיג אז זינט די רעגירונגס אפיציעלי פאזיציע איז אז די מישיגען אורטייל איז אונטער גרויס פראגע צייכן טא פארוואס זאל נישט די געריכט איצט אויפנעמען די קעיס?
מיט די אדמיניסטראציע אומאיינשטימיג מיט איר אייגענע קאמיסיע וועלכע האט צו יענע צייט פארטיידיגט דעם ברי' אין מישיגען איז יענער פארבליבן אנע פארטרעטער און די ACLU טוט דעריבער יענם פארטרעטן און זיי האבן פארלאנגט אז די געריכט זאל לאזן די מישיגען אורטייל אומבארירט און אפווארפן די ביטע אריינצוקוקן אין די אפעלאט פעטיציע
אלזא איז זייער אומקלאר 1)אויב די געריכט וועט אקצעפטירן אריינצוקוקן אין די נארישקייט קעיסעס
2) אויב די געריכט וועט אויפנעמען די מישיגען קעיס גייענדיג מיט די קאנסערוואטיווע גרופעס פארלאנג אדער עס אפווארפן אמווייניגסטנס מאמענטאל גייענדיג מיט די ACLU
די צווייטע אפציע וועט מעגליך זיין לייכטער אנצונעמען זינט די געריכט איז ווייט נישט אויסן אריינצושפרינגען און צופיל הויכע פראפיל קעיסעס וועלכע קענען ציען פרעצעדענטלאזע פאליטישע אויפמערקזאמקייט און די געריכט האט איצט א גאר גוטע אויסרייד אנווייזנדיג אז די רעגירונג אליין בעהט אויף אפצולייגן די פעטיציע (הגם זייער מאטיוו איז בכלל נישט די זעלבע ווי די וואס די ACLU האט)
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג אפריל 28, 2019 3:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

פיינע לאנגע פרישע קאקש אחר פסח תשע'ט
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”