א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

הכל הבל, פליז טו דאס נישט אז צל זאל צירוק קומען ברויך מען איינרייסן, אבער אזוי גראד נאך פסח זאלן מיר פארלירן דער קאקאש ? פליז נישט.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח הכל פאר די טעגליכע נייעס!!

פליז דאונט סטרייק!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אקעי, היינט וועל איך מוזן אריינקומען מיטן צווייטן דעילי קאקאש:

ברעיקינג

פון די הויפטקווארטירן פון ק׳רעטשמע נ׳ייעס א׳גענטור סטאנציע אין ניו יארק קומט אריין באריכטן איבער פרישע אנטוויקלונגען אין די פארצויגענע סטעף סטרייק.

היינט ארום צווייע מיטאג האט די עדיטער פונעם גאר פאפולערן קאקאש קאלום, באקאנט מיטן פענע נאמען ׳הכל הבל׳, ארויסגעלייגט אן אפיציעלן סטעיטמענט אין וועלכע ער שטעלט פאר אן א.ג. ׳קאנטער סטרייק׳ וועלכע זאל באצווינגען די סטאנציע פירערשאפט זיך אראפצוזעצן פאר ערנסטע פארהאנדלונגען מיט זיין קאלעגע ׳צל עובר׳ וועלכע ציט שוין אן זיין אייגענע סטרייק פאר עטליכע וואכן, ווי אויך סטראשעט ער א ׳פולע קריג׳ אין פאל זיינע שריט וועלן נישט זיין עפעקטיוו.

אין זיין סטעיטמענט שטעלט ער קלאר אז זיין ארבעט ביים קאקאש ווינקל איז דערווייל געפרוירן, אבער עס איז דערווייל נישט קלאר זיינע פלענער בנוגע די איבריגע אפטיילונגען אין וועלכע ער איז גאר אינסטרומענטאל.

די אנטוויקלונג איז גאר דראמאטיש, סיי צוליב די הויכע פראפייל פונעם שרייבער, און סיי אז די סטרייק ווערט מיט דעם אריבערגעפירט צום רעכטן זייט פונעם פאליטישן ספעקטרום ווערנדיג אן אומפארטייאישע פרואוו צו פארלאנגען אייניגע און פארשטענדליכע רעכטן פון די עקזעקוטיוון.

פרעזידענט טראמפ האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן די גאנצע סטרייק, און געשריבן אין א טוויט אז איצט גלייכט ער די קאקאש מיט 50% ווייניגער, ווי אויך האט ער זיך אויסגעדריקט פאר רעפארטער ״לאו רעיטינגס צל״.

דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאטן האבן זיך אבער מייסטנס אנגענומען פאר די סטרייק.

דזשאו ביידען האט קאמענטירט אז מיר מוזן זיך אננעמען פאר די ארבעטער און יוניאן רעכטן, ענליך האט בערני סענדערס זיך געאייסערט ביי א ראלי אקעגן די טיף קארופטירטע קארפערעיט ריזן וועלכע קאפיטולירן אויפן חשבון פונעם ארעמען המון עם, סענאטארשע העריס האט געזאגט אז די קנ״א אדמיניסטראציע האט קלאר פארלעצט די פרידאם אוו ספיטש אמענדמענט, און בעטא ארורק האט געזאגט אז די גאנצע אייוועלט פארום איז מתחילה ׳אנאמעריקען׳ און ברויך דרינגענדע רעפארמירונגען.

מעיאר פיטע באדזשידזשעדזש האט בלויז קאמענטירט אז ער קען אויך אידיש.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

נאאא ווועי, איך האב שוין נאך א גוטע שטיק צייט, שלום געמאכט מיטן מצב אז @צל איז נישט דא, באט איי געס די אנפיטערער פון אייוועלט האט נישט, איך ווייס די אינהאלט פון די תגובה און איך פארשטיי זייער גוט די ברוגזקייט פונם שרייבער

איך האב נישט קיין שום מערכה אקעגן די מנהלים, און א ריזיגע יישר כח פארן קעיר נעמען פונ'ם סייט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג אחרי




די פארצויגענע רעוואלוציע אין ווענעזועלע איז היינט אריין אין אן ערנסטע פאזע ווען דער מערב וועלט אנערקענטער פרעזידענט גוויידא האט ארויסגעשיקט א ווידעא מעסעדזש צום פאלק צו שטיין צו זיין זייט און זיך גרייטן צו די סאמע לעצטע שטאפל פון די לאנדס באפרייאונג פון טיראניע
גוויידא האט אפיציעל גערופן צו א מיליטערישע אויפשטאנד שטייענדיג אין די מיליטערישע דזשענעראליסימא פראנציסקא דע מיראנדא לופט באזע ארומגערינגלט דורך מיליטערישע אפיצירן וועלכע באוואכן אים האט ער דערקלערט אז די ארמיי איז אצינד אויף די זייט פונעם פאלק
אונטער גוויידא איז געזעהן געווארן לעפאלדא לאפעז א פראמינענטע אפאזיצע פירער וועלכע איז געווארן פאראורטיילט אויף א נאנט צו 14 יאר טורמע טערמין און איז געהאלטן געווארן הויז ארעסט צוליב זיין ראלע און פארמירן פראטעסטן צוריק אין 2014 למספרם
אצינד האבן די סאלדאטן באפרייט לעפאלדא אין האט אין זיין ערשטע טוויטער מעסעדזש זינט 2017 למספרם טריאומפירט אז ער איז באפרייט דורך די מיליטער אויפן באפעל פון פרעזידענט גוויידא און אז אלע זענען מאביליזירט און אז עס צייט צו קעמפן פאר פרייהייט
גוויידא האט געזאגט פאר רעפארטער אז אן ערנסטע טייל פון די מיליטער איז איצט אין זיין שטיצע אריינגערעכנט הויפט קאמאנדירן, גענעראלן און ליוטענאנט קאלאנעלס אבער האט זיך אנטזאגט פון פארעפנטליכן זייערע אידענטיטעטן
איבערן לאנד האבן זיך אנטי רעגירונג פראטעסטירער אנגעהויבן פארזאמלען אויף גוויידאס רוף און רעגירונגס קרעפטן רעאגירן מיט טרערן גאז און אויך אין די באזע זעלבסט האבן טרופן טריי צו מאדורא גזיך באנוצט דערמיט
א גרויסע גרופע מיט ווענעזועלע פענער זענען געזעהן געווארן מארשירן אין ריכטונג פון די באזע

פרעזידענט טראמפ האט זיך אראפגעזעצט מיט ספיקער פעלאסי און מינאריטעט פירער שומער פאר א זיצונג איבער אינפראסטרוקטור און די זיצונג איז פארשלאסן פאר די פרעסע
נעכטן האבן די לעצטע צווי געשיקט א בריוו צום פרעזידענט מיט זייערע פארלאנגען אויף די טעמע שרייבנדיג 1) אזא ביל דארף הייבן באדייטנד נייע און עכטע איינקונפט 2) פאראויסשטופן ריינע ענערגיע 3) באשוצן מעניופעקטשורער, ארבעטער און גלייכצייטיג באשוצן ביזנעסער וועמענס אייגנטומער זענען פרויען, וועטעראנען און מינאריטעטן

פרעזידענט טראמפס היימלאנד זיכערהייט ראטגעבער דאג פעירס וועט פארלאזן די אדמיניסטראציע אין קורצן
יולי 12 למספרם וועט זיין די לעצטע טאג און וועט זיךדאן צוריקקערן צו די קאוסטגארד
פעירס האט ערזעצט טאם באסערט וועלכע האט פארלאזט זיין פאסטן מיטן אנקום פון דזשאן באלטאן און פעירס האט ארגינעל אנגעומען די פאזיציע פאר אן איין יאר טערמין וועלכע האט זיך פארצויגן צו צוויי יאר

א גאר פראמינענטע דעמאקראטישע סטראטעגיסט אין קענטאקי זאגט אז ער האט ערהאלטן עטליכע טעקסט מעסעדזשעס איבער א סופערפעק וועלכע ווערט פארמירט אין שטיצע פון די סטעיט הויז מינאריטעט פירער ראקי עדקינס וועלכע איז איינע פון א רייע קאנדידאטן זיך צו פארמעסטן אין די פריימערי פאר גאווערנאר
עדקינס איז אונטערשטעליג און פאנדרעיזינג און אין נאמען אנערקענונג און די שריט קען אים גיבן שטאקע שטופ אין דעם הינזיכט

מיזורי דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט הוד האט נעכטן אפגעהאלטן א פאנדרעיזער אין וואשינגטאן די סי
די מינימום ביישטייערונג אריינצוגיין איז געווען 1000 דאלער

די מיזורי ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס וועלכע לויפט פארן גאווערנאר אמט אויף די רעפובליקאנער זייט איז נעכטן ארויס מיט א 3 מינוט דידזשיטעל רעקלאמע וועלכע שטעלט פאר אים און זיין פאמיליע און וועט ארויפגיין אויף באצאלטע סלאטס אויף סאציאלע נעטווארס און דידזשיטעל פלאטפארמעס סטעיטווייד

די עליזאבעט ווארען קאמפיין האט אויפגענומען א ניו העמפשיר אפאראטיוו אין געוועזענע מידיא מענעדזשער קריסטען מאריס אלץ זייער פרעסע סעקרעטארשע אין די סטעיט
מאריס האט אסאך גרעסרוטס ארגאנאזירונג און מידיא פארבינדונגען

די דיסטריקט אף קאלאמביע (די סי) סירקוט קאורט האט אנטזאגא א ביטע איבערצוהערן די קעיס פון ראדזשערס סטאון'ס געהילף ענדרו מילער וועלכע האט געזוכט צווייפלען אין די רעכט צו שטעלן ראבערט מולער'ס קאמיסיע

קאנגרעסמאן עדעם שיף שיקט א קרימינאלע ריפוירל צום יוסטיץ דעפארטמענט אויף עריק פרינץ זאגנדיג אז עס איז דא שטארקע באווייז אז ער האט בייזוויליג פארפירט די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע ווען ער האט אויפגעטרעטן צוריק אין 2017 למספרם

סענאטאר גרעהעם איז געווארן געפרעגט אויב ער וואלט געווען אקעי מיט א דעמאקראטישע פרעזידענט וועלכע וואלט באקעמפט זיינע סובפינעס האט געענטפערט: איך בין אקעי מיט א פאליטיקאנט וועלכע באקעמפט א צווייטע פאליטיקאנט
ער איז אויך געווארן געפרעגט איבער מולערס באהויפטונג אז טראמפ האט זיך ארויסגעדרייט פון געהעריג ענטפערן זיינע פראגן און גרעהעם האט אויף דעם געזאגט : אויב מולער האט געוואלט מער וואלט ער געקענט גיין אין געריכט, אצינד איז די געשיכטע פאריבער

סענאטאר גרעסלי איז געווארן געצימבלט אין אייאווע איבער העלטקעיר און דער פרעגער האט אים געווארנט אז זי וועט שטארבן גאר אין קורצן אויב אבאמאקיער פארגייט אין רויך
גרעסלי האט פארגעשאצט אז די געזעץ וועט נישט ווערן ארויסגעווארפן אין געריכט אדער צוריקגעדקרייט אין קאנגרעס

דעמאקראטן קוקן שטארק ארויס צו באזיגן סענאטאר קארי גארדנער און קאלאראדא וועלכע ווערט בעצייכנט צו זיין זייער גרינגסטע ציהל אינעם קומענדיגן וואל קאמפיין
גרדנער זעלבסט איז געווארן געפרעגט אויב ער האט זיך עפעס געטוישט זינט זיין איבערראשנדע געוואונס אין 2014 למספרם ווען ער איז אריינגעקומען אלץ "א נייע סארט רעפובליקאנער" ?
גארדנער האט רעאגירט אז ער קלערט אז זיינע אנצוגן זענען געווארן עלטער און מער אויסגענוצט
ענדרו ראמענאף וועלכע לויפט אין די דעמאקראטישע פריימערי ווארנט אז אסאך דעמאקראטן טוען אונטערשאצן גארדנערס טאלאנטן אלץ א פאליטיקאנט און איבערשאצן די זיכערקייט פון א בלויע כוואליע


אויסערן מיניסטער מייק פאמפעיא וועט היינט עסן מיטאג מיט סעעאט ראפובליקאנער וועלכע וועלן מעגליך האלב וויצלנדיג נאכאמאל זיכער מאכן צו ער וויל טאקע נישט לויפן צום קענסאס סענאט זיץ (פאמפעיא האט עס שוין אויסגעשלאסן)

מיט די דערווייל נישט הערן קלאר פון סטעיסי עיברעמס אז זי טאנצט אריין אינעם דזשארדזשיע סענאט פארמעסט איז היינט געקומען די ערשטע נאמען פון א קאנדידאט פאר סענאט אקעגן דעיוויד פערדו
טעריסא טאמלינסאן האט סערווריט אלץ מעיאר אין קאלאמבוס דזשארדזשיע האט געמאלדן איר קאנדידאטור פאר סענאט
אנדערע פאטענציאלע קאנדידאטן קענען נאקומען זענען רפאל ווארנאק און סארא ריגס אמיקא

סענאטארשע דזשאני ערנסט פון אייאווע געפרעגט איבער די מעגליכקייט פון א סטיווען מור נאמינאציע צום פעדעראלן רעזערוו רעאגירט: איך בין נישט עכט ענטוזיאסטיש איבער וואס ער האט געשריבן אין א רייע ארטיקלען און איך האלט אז עס איז אבסורד

סענאטאר מיט ראמני פון יוטא וועלכע איז געווען שארף אקעגן א הערמאן קעין נאמינאציע וויל זיך דערווייל נישט פארפליכטן איבער מור און זאגט איבער מור'ס קאנטערווערסיאלע געשריבענע ווערק אז ער האפט אז זיי זענען זאכן וועלכע ער וואלט איבערגעטראכט א צווייטע מאל
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ער איז דא פול פורס...

צל אייכה?!?!?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיר האבן נאכנישט איינגעשטעלט די סטרייק אין קראפט

מיר האבן קלאר געשריבן אז דאס איז דערווייל די פלאן וועלכע איז איצט אויפן טיש און קען אריינגיין אין קראפט יעדע לאדע מינוט..
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הכל פאר די טעגליכע נייעס!!

החותם מתוך הנאה יומית: ענדע
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן אויסקלארונג אין די היינטיגע אפדעיט באריכט איבער די סענאט פארמעסט אין דזשארדזשיע:

סטעיסי עיברעמס האט זיך קלאר און ענדגילטיג ארויסגעצויגן פון לויפן אקעגן סענאטאר דעיוויד פערדו

נאך א נייעס וועלכע מיר האבן פארפעלט וועלכע איז ארויסגעפאלן פון די היינטיגע אויפלאגע איז אז קאנגרעספרוי קינדי עקסנע האט באשלאסן צו לויפן פאר ווידערערוויילונג און זיך נידט פארמעסטן אקעגן אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט

די צוויי אנטוויקלונגען איז געווס אן אנטוישונג פאר די דעמאקראטן'ס האפענונג איבערצונעמען דעם סענאט אבער נישט קיין טויט קלאפ זינט זיין ראודמעפ צו באקומען 50 זיצן לויפט שניידט נישט אדורך דזשארדזשיע אדער אייאווע
די גרעסערע פראבלעם פאר דעמאקראטן איז זייער דערווייל פרוכטלאזע פרואוון צו אנגאזשירן זאכליכע קאנדידאטן אין נארט קאראליינע און אין מעין
קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגליך »

יישר כוח זייער שיין הערליך בעטמט אראפגעלייגט די נייעס
איינער ווייסט וואס איז פשט אז די גאנצע מערב וועלט העלפט נישט געהעריג גוויידא
רוסלאנד העלפט שטארק מאדורא
אויב אמעריקע העלפט נישט ווערט דאס לכאורה אראפגעקיקט אין די אויגן פון אנדערע לענדער
רוסלאנד ווערט אזוי א וועלט מאכט ווייל זי נעמט זיך אן פאר איהרע פארבינדעטע אינדערצייט וואס אמעריקע רעדט און זי טיט.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יישר כח , "הכל הבל" .

יאך האב יעצט דורכגעליינט די היינטיגע באריכט, אזוי ווי אייביג , זייער זייער געשמאק צי ליינען. קיפ איט קאמינג..
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

קעניגליך האט געשריבן:יישר כוח זייער שיין הערליך בעטמט אראפגעלייגט די נייעס
איינער ווייסט וואס איז פשט אז די גאנצע מערב וועלט העלפט נישט געהעריג גוויידא
רוסלאנד העלפט שטארק מאדורא
אויב אמעריקע העלפט נישט ווערט דאס לכאורה אראפגעקיקט אין די אויגן פון אנדערע לענדער
רוסלאנד ווערט אזוי א וועלט מאכט ווייל זי נעמט זיך אן פאר איהרע פארבינדעטע אינדערצייט וואס אמעריקע רעדט און זי טיט.

איך בין נישט קיין אויסערן פאליסי עקספערט אבער אביסל האלט איך יא מיט, און עפעס שמעקט עס מיר די זעלבע רעזשים זשעניזש וואס איז שוין פארקומען אסאך מאל, און איך בעט די גאנצע מערב וועלט מיט ענק נישט אריין.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

shimon7323 האט געשריבן:יישר כח , "הכל הבל" .

יאך האב יעצט דורכגעליינט די היינטיגע באריכט, אזוי ווי אייביג , זייער זייער געשמאק צי ליינען. קיפ איט קאמינג..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט צו דערקלערן די מוסולמענער ברודערהאד ארגאנאזאציע אלץ א טעראר גרופע

א בריטישע געריכט האט פאראורטיילט דזשוליאן אסאנזש צו 50 וואכן אין טורמע פארן פארלעצן זיין בעיל אפמאך אין 2012 למספרם

אין די איצטיגע מינוטן קומט פאר די לאנג ערווארטעטע אויפטריט פון אטוירני דזשענעראל באר פארנט פונעם סענאט יורידישן קאמיטע
קאמיטע פארזיצער סענאטאר לינדזי גרעהעם האט געעפנט די פארהער נאכפאלגענדיג מיט די העכסטראנגיקע דעמאקראט סענאטארשע פיינסטיין וועלכע האט זיך גלייך גענומען איבער די אנווייזונגען פונעם פרעזידענט צו דאן מקגהען צו באזייטיגן מולער און פיינסטיין האט געפרעגט באר פארוואס דאס איז נישט קיין אבסטראקשען
באר איז קענטליך געווען גוט צוגעגרייט אויף די דאזיגע פראגע און האט גאר גוט ערקלערט די אומשטענדן ארום די טראמפ מקגעהן געשפרעכן זאגנדיג אז טראמפ האט געזאגט פאר מקגהען אז ער זאל אויפברענגען פאר ראזנסטיין די פאקט אז מולער האט א קאנפליקט אף אינטערעס און מולער מוז ווערן באזייטיגט
באר האט ערקלערט אז לויט ווי דער פרעזידענט טענה'ט האט די סטעיטמענט אנטהאלטן צוויי טיילן, 1) א פאראדענונג פאר מקגהען אויפצוברענגן פאר ראזנסטיין די טענה פון קאנפליקט אף אינטרעסט און אז ראזנסטיין זאל אריינקוקן דערין און ער (ראזנסטיין) זאל באשליסן אויב צו אויפזאגן מולער דערוועגן
2) אז ער טראמפ האלט אז די קאנפליקט איז גענוג אורזאך אז מולער מוז גיין צוליב דעם
די צווייטע טייל איז נישט געווען קיין פארארדענונג נאר אויסגעדרוקט זיין מיינונג (און מעגליך אפילו פארארדענט פאר מקגהען צו זאגן די מיינונג פאר ראזנסטיין אבער נישט אלץ א פאראדענונג פאר ראזנסטיין נאר ער לאזט די ענדגילטיגע באשלוס פאר ראזנסטיין)
באר האט אנערקענט אז מקגעהן האט מעגליך פארשטאנען די גאנצע סטעיטמענט ווי איין לאנגע פארארדענונג אבער מען קען נישט אויפווייזן אז דער פרעזידענטס ערקלערונג איז נישט ריכטיג
באר זאגט אז דעם פרעזידענטס שטעלונג איז געווען נישט צו אראפשיסן די אויספארשונג נאר באזייטיגן מולער צוליב קאנפליקט אף אינטערעס און אלץ רעזולטאט (ווי געווענליך אין אזא פאל) צו שטעלן אן ערזאץ ספעשל קאונסיל
דאן האט פיינסטיין געפרעגט פארוואס טראמפס פארארדענונג צו מקגהען צו פארלייקענען די געשיכטע איז נישט קיין אבסטראקשען אויף וואס באר האט ווידער זייער גוט ערקלערט אז די פארארדענונג איז געקומען נאך א באריכט אינעם טיימס וועגן טראמפס פארארדענען מקגעהן אויפצוזאגן מולער
טראמפ האט געזעהן די באריכט אלץ פאלש ווייל ער האט קיינמאל אזא פארארדענונג נישט געמאכט ווי פריער ערקלערט און צוליב דעם האט ער געבעטן מקגעהן אפצולייקענען די באריכט
ווי באר יא געווארן שטארקער געצימבלט איז געווען ווען אין מערערע פעלער האבן סענאטארן אים פארגעהאלטן פארן זאגן ביי זיין לעצטע אויפטריט אין קאנגרעס אז ער ווייסט נישט פון זארגן פון די מולער גרופע איבער זיין סאמערי און נעכטן איז געווארן באקאנט אז מולער האט אים דירעקט געשריבן אז זיין סאמערי גיבט נישט די פולע בילד פון זיין לאנגע באריכט
סענאטארן האבן געמיינט צו זאגן אז באר האט פראסט ליגן געזאגט פארהוילנדיג די פאקט אז מולער האט זיך יא אפגערעדט אויף זיין סאמערי
דא האט שוין באר זיך געדארפט ארויסדרייען און ערקלערט אז 1) ער איז געווארן געפרעגט איבער א באריכט פון זארגן צווישן מולערס טיעם און ער האט זיך באצויגן נאר אויפן טיעם פון וועם ער האט טאקע נישט געהערט נאר ער האט געהערט דירעקט פון מולער..
2) ער האט זיך באצויגן צו זארגן אז זיין סאמערי איז פארפירעריש און נישט אקוראט און מולער האט אים קלאר באשטעטיגט אז ער האט נישט אזעלכע זארגן נאר ער האט בעיקר געהאלטן אז צופיל אינפארמאציע פעלט פון די סאמערי און באר האט ווייטער געהאלטן אז נישט

שפעטער איז באר געווארן געפרעגט אויב ער וואלט אפגעווייכט פון באצייכענען די אויספארשונג טאקטיקן אויפן טראמפ קאמפיין אלץ שפיאנאזש
באר האט אומצוויידיטיג ערקלערט אז ער האט נישט אין פלאן צוריקצוציען פון די טערמין און ער האט אלץ געוואוסט אז שפיאנירן איז זייער א ברייטע ווארט און מוז נישט מיינען עפעס פאזיטיוו אדער נעגאטיוו
שפיאנאזש איז זייער געוואונטשן ווען עס איז אויסגעהאלטן און בארעכטיגט און א גרויסע פראבלעם ווען נישט און אז די טערמין איז געווארן שטארק באנוצט ביז די לעצטערע צייט ווען די מידיא האט פארקאכט א קאשע דערוועגן
ווען דער סענאטאר האט זיך פרובירט צו דינגען אז נישט האט אים באר אנגעוויזן ווי אין די פארגאנגענהייט איז די ווארט געווארן אסאך באנוצט
אויף דעם האט דער סענאטאר געזאגט אז אין די יוסטיץ דעפארטמענט איז עס נישט באנוצט האט באר געענטפערט אז ער נוצט עס יא

ווען מען האט אים געצימבלט איבער זיינע דיפערענצן מיט מולער האט ער געזגט אז מולערס מיסיע איז געווען געבינדן אונטער די יוסטיץ דעפארטמענטס אויטאריטעט און איינמאל ער האט אים איבערגעגעבן די באריכט " איז עס מיין בעבי"

סענאטארן זענען איצט אויף ריסעס צוליב וואס זיי דארפן אפגעבן זייער שטימע אויף געוויסע בילס און וועלן זיך דערנאך צוריקקערן ווייטער אויסצופרעגן באר


א מאן איז נעכטן אריינגעקומען מיט רעוואלווער אין א קלאס צימער אין א יוניווערסיטי אין שארלאט נארט קאראליינע און געעפנט פייער אומברענגענדיג 2 און פארוואונדנדיג 4

ביי די נעכטיגע זיצונג איבער אינפראסטרוקטור האט טראמפ באצייכנט זיין ארגינעלע אינפראסטרוקטור פלאן אלץ א גערי (קאהן) ביל וואס איז געווען נאריש ביז גאר
און געזאגט אז ער וויל עכט טוהן עפעס דערוועגן און עס וועט מעגליך נישט זיין טראדיציאנאל רעפובליקאניש ער האט געזאגט פאר פעלאסי אז ער גלייכט איר נומער פון 2 טריליאן

קאנגרעסמאן עדעם שיף מעלדט אז די מולער פארהער ווערט אפגעשטופט

קאנגרעסמאן טעד ליו מעלדט אז אויב אטוירני דזשענעראל באר ערשיינט נישט צו די מארגנדיגע פארהער אין קאנגרעס אדער שטעלט נישט צו די פולע מולער באריכט ווי די סובפינע פארלאנגט וועט ער שטופן פאר די פראצעדור אים צו האלטן אין קאנטעמפט פון קאנגרעס

פרעזידענט טראמפ איז היינט געווען פארנומען אויף טוויטער איבער די אינדארסירונג פון די פייערלעשער יוניאן פאר דזשאו ביידען
עס איז אינטערסאנט צו אנווייזן אז אן איבערוויגנדע מערהייט פון מעמבערס אין די יוניאן זענען ווייסע מענער און אן אינערליכע אנקעטע נאך די 2016 למספרם וואל קאמפיין האט געצייגט אז זיי האבן געשטיצט פרעזידענט טראמפ מיט א 27% אויבערהאנט 4 יאר נאכן שמאל שטיצן פרעזידענט אבאמא
אין 2016 למספרם האט דשי יוניאן פירערשאפט נישט אינדארסירט קיין איין קאנדידאט

דזשאו ביידען האט נעכטן קאמפיינט אין דאביוק אייאווע

דזשעי אינסלי וועלכע קאנצעטרירט זיין קאמפיין הויפטזעכטליך איבער קלימאטן טויש האט שארף ארונטערגעריסן די קלימאטן טויש פארשלאג ארויסגעלייגט דורך בעטא ארורק

אין נארט קאראליינע'ס דריטע דיסטריקט איז נעכטן געווארן אפגעהאלטן א פריימערי פאר א ספעציעלע עלעקשאן
ביי די דעמאקראטן האט עלען טאמעס אנגעצויגן 50.0% גענוג אז ער זאל ידשט דארפן דורכגיין א ראנאף אבער ביי די רעפובליקאנער איז גרעג מורפי אריינגעקומען מיט 22.5% צו א קאנסערוואטיווע דאקטארין דזשאען פעריי וועלכע האט אנגעצויגן 15.4 % און די צוויי וועלן איצט גיין צו א ראנאף
די קאנדידאט אינדארסירט דורך די מאכטפולע קלאב פאר וואוקס ביזנעס גרופע איז אריינגעקומען צו זייער אנטוישונג די 9'טע אויף די ליסטע פון 17 קאנדידאטן

נעכטן איז געווארן אפגעהאלטן א דעבאטע אין די דעמאקראטישע פריימערי פאר גאווערנאר אין קענטאקי אין עדעם העדעלען האט פארענדיגט די דעבאטע אריינשניידנדיג אין זיינע קעגנער זאגנדיג אז אויב דו ביזט געווען צופרידן מיט די וועג ווי אזוי קענטאקי איז געגאנגען נאך איידער דעם רעפובליקאנער גאווערנאר מעט בעווין איז אריינגעקומען אין אמט, דאן האסטו א רייע קאנדידאטן פון וועם אויסצוקלויבן, אבער מיר דארפן א גאווערנאר פארן צוקונפט
העדעלען האט זיך אבער אפגעהאלטן פון דירעקט אטאקירן ענדי באשאר און אויך ראקי עדקינס האט קיינמאל נישט אטאקירט באשאר און דאס איז טראץ וואס די צייט לויפט אויס פאר די צוויי צו שאפן א שפאלט אין באשאר אויבערהאנט אין די אנקעטעס

א געוועזענע דעמאקראטישע הויכע סענאט געהילף שטעלט קךלאר זיין מיינונג אז די דעמאקראטן'ס האבן נישט קיין עכטע שאנסן אויפצופיקן דעם סענאט אין 2020 למספרם
דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס סענאט דעמאקראטן פארלירן אסאך טאלאנטפולע סטראטעגיסטן ווען די אפעראטיוון וועלן אויס זיך אנצושליסן אין די נאנט צו 20 פרעזידענטליכע קאמפיינס ווי איידער צו ארבעטן פאר הויכע פראפיל קאנקורירנדע סענאט קאמפיינס

דזשאו ביידען האט זינט זיין 6.3 מיליאן דאךער מעלדונג אויפגעטריבן פרישע 1.17 מיליאן ברענגענדיג די סך הכל צו 7.5 מילאן דאלער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך מאי 01, 2019 4:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג אחרי





אין מערילענד קומט פאר אן איבעקערעניש איבער ווער עס זאל איבערנעמען די ספיקער אמט פון די ארטיגע לעגיסלאטור
די דעמאקראטן פארמאגן א צוויי דריטל מאנדאט אין די ארטיגע הויז טשעימבער און ביז איצט איז די ספיקער אמט געווארן געהאלטן דורך מייקל בוש וועלכע איז אפגעשטארבן פאריגע מאנאט און איז געווען די לענגס דינענדע ספיקער אין די סטעיטס היסטאריע
די קאמף שפילט זיך אפ צווישן צוויי הויז דעלעגאטן, איינער איז א מער מעסיגער אפריקאנער אמעריקאנער מאן מיטן נאמען דעיוויס און די צווייטע איז א ליבעראלע פרוי און אפענע מתועבת מעגי מעקינטאש
די פראגע וועלכע שטייט פאר די דעמאקראטן איז אויב זיי זאלן שאפן היסטאריע מיטן ערוועלן דעם ערשטן אפריקאנער אמעריקאנער צו די פאזיציע אדער שאפן א צווייטע היסטארישע פרעצעדענט מיטן שטעלן צום ערשטן מאל א פרוי אויף דעם אמט
די ווינט אקעגן דעם אפריקאנעם אמעריקאנעם איז הויפטזעכטליך ווייל די ליבעראלע זענען פיל מער צום הארצן די פרוי וועלכע וועט פאראויסשטופן זייער ליבעראלע אגענדע און טייל אפריקאנע אמעריקאנע דעלעגאטן רעגן זיך פריוואט אפ אז זיי שטייען אויס פארפאלגונגען צו שטימען פאר זייערס א ברודער בלויז צוליב ראסע אורזאכן טראץ וואס זיי וואלטן ענדערש געקליבן די ליבעראלע קאנדידאט
גראדע איז געווען א דריטע קאנדידאט וועלכע איז געווען א כתוב השלישי המכריע ביניהם און א שתים שהן אחת, נעמליך אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי דזשאונס אבער זי האט זיך עווענטועל ארויסגעצויגן פון די פארמעסט און אינדארסירט דעם אפריקאנע אמעריקאנעם
ציילנדיג די ציפערן פון שטיצע ציהט מעקינטאש אן 60 פון די 98 דעמאקראטישע דעלעגאטן אריינגערעכנט איבער א דריטל פון די אפריקאנע אמעריקאנע קאוקוס אבער דעיוויס האט שטארקע שטיצע צווישן די אפריקאנע אמעריקאנע קאוקוס און אפריקאנע אמעריקאנע גלחים וועלכע זענען אויסן צו זעהן זייערס א מענטש ביים שפיץ אין א סטעיט אין וועלכע א דריטל איינוואוינער זענען אפריקאנע אמעריקאנע און האט טראץ דעם קיינמאל נישט געהאט זייערס א מענטש ביים רודער פון די ספיקער אמט אדער גאווערנאר מיטן אויסנאם פון ליוטענאנט גאווערנאר (הגם זיי האבן יא נאמינירט אזא איינעם צום גאווערנאר אמט די לעצטע צוויי מאל אבער יענער האט פארלוירן צום רעפובליקאנעם גאווערנאר לערי האגען)
אין רואיגע אומשטענדן פלעגן אלץ דעמאקראטן זיך שטעלן אונטערן קאנדידאט וועלכע האט אנגעצויגן די מערסטע שטימען ביי די אפשטימונג אינערהאלב די פארטיי און יענער פלעגט דערנאך גרינג זיגן אין די אפשטימונג פון די פולע הויז אבער איצט וויל זיך דעיוויס און זיינע שטיצער נישט פארפליכטן דערצו לאזנדיג אפן די מעגליכקייט אז אפילו אויב מעקינטאש זאל באקומען א מאיאריטעט אינערהאלב די פארטיי אפשטימונג וועט דעיוויס ווייטער פיגורירן אלץ קאנדידאט פאר די פאזיציע און דאן נוצן רעפובליקאנע שטיצע וועלכע וועלן אים שטיצן איבער מעקינטאש און צוזאמען מיט די שטיצע וואס ער האט צווישן דעמאקראטן וועט צוזאמשמעלצן און אומפארטייאישע זיג פאר אים
רעפובליקאנער האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן אלע שטימען פאראייניגט אלץ א בלאק אבער האבן דערווייל נאכנישט געמאלדן קיין קאנדידאט
די מעקינטאש לאגער צייגט אן אז צו אונטערנעמען אזא פארראט פון זוכן שטיצע ביים קעגנזייטיגן פארטיי האט בלויז פאסירט אין צוויי שטאטן און די רעזולטאטן זענען געווען געפערליך נישט ערלויבנדיג דעם ספיקער צו רעגירן צוליב וואס יענער האט געוואוסט מיטן וועמענס שטיצע ער איז געווארן ערוועלט און געשפירט געבונדן דערצו

אין די ענדע איז מען צוריקגעגאנגען צום דריטן קאנדידאט און אלטערנאטיוו און פריער ערוועלט פרוי דזשאונס אלץ ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע פרוי אלץ מערילענד ספיקער
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ממש א מחיה
א דאנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר!

אנגענעם צו הערן פון אייך!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

די באריכט פון קאנגרעס פאהער איז הערליך!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוקער וואסער האט געשריבן:די באריכט פון קאנגרעס פאהער איז הערליך!

יישר! אן עקסטערע שקויעך פארן מאכן אייער פידבעק ספעציפיש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צוקער וואסער האט געשריבן:די באריכט פון קאנגרעס פארהער איז הערליך!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

געווענליך האלט איך מיט אזאלכע דראמאטישע הירינגס, אבער היינט בין איך געווען שטארק פארנומען, און פארשטייט זיך זייער נייגעריג.... און ווי הבל זאל ווען האבן געליינט מיינע מחשבות איז ער אריינגעקומען מיט א שפיצן באריכט זיך צו באלעקן, טענקס עי מיליאן!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

יישר כח הכל הבל פאר דיין היינטיגע זאפטיגע באריכט און אפגערעדט פאר דיינע שטענדיגדיגע באריכטן.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח הכל הבל פאר די טעגליכע באריכטן!

און א ספעציעלע דאנק פאר די בארר בחינה, זייער גוט אראפגעלייגט! האסט מיר געשפארט עטליכע שעה פון קוקן די פארהער אויף סי-ספען....
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

ישר כח מיסטער הבל
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הבל שכוח.
איך ווייס נישט וואס
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”