א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ישר כח הבל
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

ממש א מחיה

ישר כח הבל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טענקס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג ויצא







נאך קאמענטארן לעצטע וואך פון אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא אז אמעריקא שטיצט די איראנע פראטעסטירער איז איצט פרעזידענט טראמפ געפרעגט געווארן איבער זיין שטיצע פאר די פראטעסטן
טראמפ: איך וויל נישט קאמענטירן איבער דעם, די ענטפער איז ניין
דער פרעזידענט האט אבער ביי די נאכפאלגענדע פרעסע קאנפרענץ אויסגעקלארט אז ער האט געמיינט צו זאגן אז ער שטיצט זיי דערווייל נישט פינאנציעל אבער ער שטיצט זיי קלאר פון א מאראלישן שטאנדפונקט
*
זיצנדיג נעבן פרעזידענט טראמפ איז דער פראנצויזישער פרעזידענט מאקרון געפרעגט געווארן איבער זיין שארפע קריטיק איבער טראמפ'ס האנדלונג איבער נאטא
מאקרון האט געזאגט אז ער שטייט ווייטער אונטער זיינע קאמענטארן
*
די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע וועט היינט אום 6 אוונט שטימען אונטער פארמאכטע טירן איבער זייער אימפיטשמענט אויספארשונג באריכט
*
די סענאט געזונטהייט, ערציאונג, לעיבאר און פענסיע קאמיטע וועט היינט שטימען איבער די נאמינאציע פון סטיווען האן צו דינען אלץ קומענדיגע FDA קאמישאנער
*
קאנגרעס האט באשטעטיגט מיט 70-15 דאן בראוילעט צו סערווירן אלץ זיין צווייטער ענערגיע סעקרעטאר ערזעצנדיג ריק פערי
*
מיט 81-5 האט די סענאט נעכטן פאראויסגערוקט די נאמינאציע פון עריק קאמיטי צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער אין מזרח ניו יארק
זיין ענדגילטיגע באשטעטיגונג גייט פארקומען אום 11:45 פארמיטאג
*
סענאטאר טשאק גרעסלי נעכטן אויפן סענאט פלאר" אויב מיר פאראייניגן זיך נישט איבער א USMCA ביל נאך די וואך וועט עס שוין נישט געשעהן היי יאר (למספרם)
*
קאנגרעסמאן דאנקען האנטער (ר) וועלכע פארטרעט קאליפארניע'ס פופציגסטע דיסטריקט פלאנט זיך אפיציעל צו דערקלערן שולדיג אין א קאמפיין פינאנץ קעיס אין א דרום קאליפארניע פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין סאן דיאגא
*
גארלענד טאקער האט געענדיגט זיין פריימערי פארמעסט אקעגן צפון קאראליינע סענאטאר טאם טיליס
טאקער האט נאכנישט געהאט אפיציעל געפיילט אז ער לויפט אבער האט איצט באשלאסן עס נישט צו טוהן
*
נאכפאלגענדיג א געריכט אורטייל האבן רעפובליקאנער געזעצגעבער אין צפון קאראליינע געמוזט איבערשרייבן זייער קאנגרעסיאנאלע מאפעס אין א וועג וועלכע וועט פארזיכערן א גרעסערע דעמאקראטישע דעלעגאציע צום קאנגרעס אויפן חשבון פון רעפובליקאנער זיצן
די רעפובליקאנער האבן טאקע איבערגעשריבן די מאפעס אבער דעמאקראטן האבן גע'טענה'ט צום געריכט אז די טויש איז נישט גענוג ווייטגרייכנד און א פינגער איז נישט גענוג אבער די געריכט האט נעכטן געאורטיילט אז תפשת מועט מפשת און אז די פרישע מאפע איז צופרידנשטעלנד און אויסגעהאלטן
דעמאקראטן קענען זיך נאך ווענדן צום סטעיטס סופרים קאורט אבער נעכטן האבן שוין קאנדידאטן געקענט אנהויבן אפיציעל זיך איינצושרייבן אז זיי זוכן צו קאנדידירן פאר די קאנגרעס זיצן
*
אין רעזולטאט פון די איבערגעשריבענע מאפע ווערט די זעקסטע דיסטריקט שטארק געטוישט און דער רעפובליקאנער מארק וואלקער גייט העכסט ווארשיינליך גיין בלוי
וואלקער האלט אלעמען געשפאנט מיט זיינע פלענער נאכן אנדייטן מיט א צייט צוריק אז ער וועט גאנץ מעגליך שטעלן א פריימערי צו טעד באד אדער פעטריק מקהענרי
ער האט אצינד נישט געוואלט באשטעטיגן וואס ער פלאנט צו טוהן זאגנדיג בלויז אז מען האט צייט ביז דעצעמבער 20 למספרם צו פיילן און ער שפירט נישט קיין דרוק צו פאסן א באשלוס
*
צוויי קאנדידאטן וועלכע האבן באקומען די גרעסטע טייל פון זייערע ביישטייערונגען אין אייאווע פראצענטואל זענען קאסטרא און בוקער ווען אריבער זעכציג פארצענט פון זייערע ביישטייערער אין די סטעיט זענען געווען פרויען און דאס איז א גרעסערע פראצענט פון ווארען און העריס
*
טאם סטאיאר איז געווארן די זיבעטע קאנדידאט צו קוואליפיצירן פאר די דעצעמבער למספרם דעבאטע גריכנדיג 200 טויזנט ביישטייערער
די דאטום ביז ווען מען דארף גרייכן די פארלאנגטע ביישטייערונגען און אנציען די פארלאנגטע פראענט אין די אנקעטעס איז דעצעמבער 12 למספרם
*
דזשאו ביידען זאגט אז ער זעהט נישט די ענטוזיאזם פאר עליזאבעט ווארען
ביידען: דו זעהסט עס נישט מיט ווארען, סטאפ קידינג די קידער, אקעי, קאם אן מען, גיוו מי א ברעיק, קוק אויף די אנקעטעס איבעראל, אקעי זאג מיר, זאג מיר ווי די געוואלדיגע ענטוזיאזם רופט זיך אפ
*
מייק בלומבערג איז אריינגעשפרונגען אינעם פריימערי מיט א בליץ פון רעקלאמעס אין די ווערט פון מיליאנען אבער עס שטעלט זיך אפ אז זיין קאסע גייט נישט אויף אפרוה
לויט עד אנאליטיקס האט ער שוין ארויסגענומען רעקלאמע סלאטס אין די ווערט פון 21.5 מלייאן דאלער אנגעהויבן דעצעמבער 4 ביז דעצעמבער 9 למספרם און א רייע סטאנציעס האלטן נאך אינמיטן אפדעיטן
*
די ביידען קאמפיין האט אויפגעטריבן 15.7 מיליאן דאלער אין די פארלאפענע צוויי מאנאטן למספרם
אין אקטאבער למספרם האבן זיי אויפגעטריבן 5.3 מיליאן בלויז אנליין
*
נעכטן איז געווען סייבער מאנדעי און פאליטישע קאמפיינס האבן אויך אויסגענוצט די טאג צו פארקויפן קאמפיין ארטיקלען פאר ביליג
די יענג קאמפיין האט אראפגעלאזט 40% פון די פרייז און די טראמפ קאמפיין 35%
ווארען האט געגעבן אן הנחה פון 25%, העריס 15% און די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע 20%
*
די נעכטיגע מונדליכע ארגומענטן אין די ניו יארק גאן קעיס האבן אביסל אויסגעקיהלט די ערווארטונגען פון פרא גאן גרופעס אז די סופרים קאורט וועט זיי שענקן א זיג
ניו יארק האט פארוואסערט זייער געזעץ צו בארואיגן זארגן פון ריכטער איבער דעם און מערסטנס פראגן פון ריכטער האבן זיך טאקע קאנצעטרירט איבער פארזיכערונגען אז די געזעץ וועט נישט גיין ווייטער ווי זי איז איצט
די ליבעראלן האבן שטארק געשטיצט די ארגומענט פן ניו יארק אז זינט ניו יארק האט געמאכט ערנסטע טוישונגען צום געזעץ דארף די געריכט ניטאמאל אריינקוקן אין די פונדאמענטאלע פראגן פון די ארגינעלע געזעץ ווערסיע און די קאנסערוואטיווע ריכטער האבן נישט צויפל אריינגערעדט אפצושלאגן די טענה
ראבערטס האט בלויז געפרעגט געציילטע פראגן און קעווענאו האט בכלל נישט אריינגעפרעגט
גארסוטש און אליטא האבן יא אויסגעקוקט צו גלויבן אז די טוישונגען דארפן נישט אפעקטירן די געריכט אורטייל
*
היינט וועט פארקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די פאלגענדע קעיס באשריבן א צייט צוריק:

אין מאנטאנא איז געווען סטאנציאנירט א ריזיגע קופער שמעלצונג פאבריק אין די אנאקאנדא ראיאן
די ביזנעס האט זיך אנגעהויבן אין 1884 למספרם און אין 1902 למספרם האט זיך עס אויסגעברייטערט צו ארומיגע שטחים
אין יארע 1977 למספרם האט אטלאנטיק ריטשפעלד אפגעקויפט די פאבריק און אנגעהאלטן די אקטיוויטעטן ביז 1980 למספרם ווען זי האט אפגעשלאסן די ביזנעס
דורכאויס די נאנט צו הונדערט יאר וואס די קופער שמעלצונג איז אנגעגאנגען האט די פראדוקציע שטארק פארפעסטיגט די ראיאן אריינגערעכנט די וואסער און לופט קוואליטעט און אין 1983 למספרם האט די ענווייראמענטאלע באשיצונג אגענטור דעזינירט די שטח מיט א ספעצעילע סטאטוס וועכע דארף זיך צושטעלן צו א רייע פארלאנגען
זינט דאן האט אטלאנטיק ריטשפעלד געארבעט צוזאמען מיט די אגענטור פאר די נאכפאלגענע 35 יאר און אויסגעגעבן ארום 470 מיליאן דאלער איינצוצוימען און פאררעכטן די געשאפענע שאדנס פאראורזאכט דורך די שמעלצונג
אין 2008 למספרם האבן לאנד אייגנטומער מיט באדנס אינערהאלב די דעזיגנירטע זאנע געקלאגט אטלאנטיק ריטשפעלד אין סטעיט געריכט מיט די טענה אז די יארן לאנג פראדוקציע האט געשעדיגט זייערע פראפערטיס
אטלאנטיק האט נישט געלייקנט די פאקט אז די ארומיגע שטחים זענען געווארן געשעדיגט אבער האט יא געמאכט די פאלגענדע ארגומענטן:
לויט די מאנטאנא סטעיט געזעץ קענען לאנד אייגנטומער פארלאנגען פארגיטוגונגס געלטער בלויז אויב זיי איבערצייגן אז זיי נוצן די געלטער פאר די צוועק פאר וועלכע זיי בעטן עס, דהיינו צו פאררעכטן די געשעדיגטע פראפערטי אבער אינעם איצטיגן פאל האבן עס די קלעגער נישט געפלאנט צו נוצן פאר די פאררעכטיגונג ארבעט זינט די ארבעט צו פאררעכטן די באדנס איז געווען די אויפגאבע פון אטלאנטיק אונטער די באפעל פון די EPA וועלכע האט זיי באפוילן אונטערצונעמען די ארבעט און די אייגנטומער האבן ניטאמאל געהאט צוטריט צו די פראפערטי בעפאר עס ווערט פארראכטן
אלץ רעזולטאט קומט אויס אז די פארלאנג פאר פארגיטיגונגס געלטער לויט די סטעיט געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן זינט די פעדעראלע אגענטור האט בלויז ערלויבט אטלאנטיק דורכצופירן די ארבעט און די סטעיט געריכט קען נישט טוישן די באשלוס פון די אגענטור
אויסער דעם האט אטלאנטיק אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז די EPA מוז פארהאנדלען מיט די לאנד אייגנטומער בעפאר זיי קענען זיך נעמען צו די ארבעט ווייל די אייגנטומער זענען מעגליך גענוג רעלעוואנט צו האבן א ווארט אין די פראצעדור
די געריכט האט אבער געגעבן גערעכט פאר די לאנד אייגנטומער און אטלאנטיק האט זיך געוואנדן צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט אויסגעהערט די קעיס אבער דאן באשטעיטגט די אורטייל פון די נידריגע געריכט און אפגעווארפן אלע ארגומענטן פון אטלאנטיק און ערויבט די נידריגע געריכט אנצוהויבן די דזשורי פראצעס אויסצוהערן די פארלאנג פאר פארגיטיגונג געלט
די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אום דעצעמבער 3 למספרם
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 10:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Mister
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mister »

יישר כח!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Mister האט געשריבן:יישר כח!

הכל הבל האט געשריבן:*
די ביידען קאמפיין האט אויפגעטריבן 15.7 מיליאן דאלער אין די פארלאפענע צוויי מאנאטן למספרם
אין אקטאבער למספרם האבן זיי אויפגעטריבן 53 מיליאן בלויז אנליין
*

עפּעס שטימט נישט דא,
האסט אפשר געמיינט 5.3?

יישר כח פארן אויפמערקן
וואסא דיפרענץ איין פארגעסענע פינטעלע קען מאכן!
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

טענקס העבעלע ביוטיפאל דזשאב
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

הכל הבל האט געשריבן:
Mister האט געשריבן:יישר כח!

הכל הבל האט געשריבן:*
די ביידען קאמפיין האט אויפגעטריבן 15.7 מיליאן דאלער אין די פארלאפענע צוויי מאנאטן למספרם
אין אקטאבער למספרם האבן זיי אויפגעטריבן 53 מיליאן בלויז אנליין
*

עפּעס שטימט נישט דא,
האסט אפשר געמיינט 5.3?

יישר כח פארן אויפמערקן
וואסא דיפרענץ איין פארגעסענע פינטעלע קען מאכן!

אזוי זעסטו כאטש אז מען ליינט עס בעיון
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

thanks tons
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

א ריזיגן דאנק הבל!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הויעך האט געשריבן:טענקס העבעלע ביוטיפאל דזשאב
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח.

קלאר געווארן איבער דעם ניו יארק גאן רעכט געריכט.

און געוואר געווארן אז סטייער האט קוואליפיצירט.

און געליינט א באשרייבונג איבער א פרשה אין מאנטענע.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נאכנישט געליינט, און כווייס נישט צי די צייט וועט מספיק זיין, אבער ישר כח פארן שרייבן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

הבל איר מעגט הערן

א לץ האט אמאל געזאגט שלמה המלך זאגט און קהלת הכל הבל זאגט ער רבש"ע געב מיר נאר אביסל פון די הבל וואס שלמה המלך האט געהאט

לענינינו איר רופא זיך טאקע "הכל הבל" אבער געב אונץ נאך
אסאך אזאלכע הבל
Liberalism is a mental disorder
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

טענק יו! קיעפ איט קאמינג.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גוד זשאב הכל הבל!! איך האב הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך ויצא







די קאנגרעס יורידישע קאמיטע גייט היינט אפהאלטן זייער ערשטע אימפיטשמענט פארהער אין וועלכע זיי וועלן אויספרעגן פיר קאנסטיטוציע עקספערטן איבער די איצטיגע אימפיטשמענט פראצעדור
די פארהער איז געסקעדזשועלט זיך אנצוהויבן אום 10 פארמיטאג און איז ערווארטעט צו זיין היבש לאנגווייליג אמווייניגסטנס אין די ערשטע שטונדן וועל אלע פיר וועלן גיבן זייערע עפענונג קאמענטארן און ערשט שפעטער וועלן זיי ווערן אויסגעפרעגט דורך די קאמיטע מיטגלידער
*
אום 9 אזייגער האט זיך שוין אנגעהויבן די הקדמה צום פארהער ווען קאמיטע מעמבערס האבן זיך פארזאמלט אין צימער אפיציעל צו ערהאלטלן די באריכט פון שפיאנאזש קאמיטע פארזיצער עדעם שיף איבער די געפינסן פון זיין קאמיטע איבער אימפיטשמענט
שטאב מיטגלידער פון קאנגרעסלייט זענען נישט געווארן איינגעלאדנט מיטצוהאלטן די איצטיגע הקדמה סעסיע
*
די פארהער קומט פאר אינעם זעלבן צימער ווי די שפיאנאזש קאמיטע האט אפגעהאלטן זייערע פארהערן אבער די טיהר וועלכע מעמבערס האבן גענוצט אריינצוגיין צו יענע פארהערן איז דאסמאל פארשלאסן און מעמבערס דארפן מאכן אן אומוועג און נוצן אן אנדערע אריינגאנג
די טויש איז געציהלט צו פארמיידן פון רעפארטער פון אריינקוקן דורך די שפאלטן פון די געווענליכע טיהר וואס עס קומט פאטר אינווייניג
*
קאנגרעסמאן על גרין האט זיך פריער באקלאגט אז קיין איינע פון די פיר עקספערטן וועלכע גייען היינט אויטרעטן זענען נישט קיין אפריקאנע אמעריקאנער
*
וויצע פרעזידענט פענס איז ערשינען צו א קאנגרעס רעפובליקאנע קאנפרענץ מיטינג איצט אינדערפרי אויף קעפיטאל היל
*
סענאט ערציאונג קאמיטע פארזיצער אלעקסאנדער (ר) און די העכסראנגיקע מעמבער סענאטארשע מארעי (ד) זענען זיך דורכגעקומען איבער אן אומפארטייאישע ביל צו פאנדן היסטארשיע אפריקאנע אמעריקאנע קאלעדזשעס און יוניווערסיטיס און מינאריטעט סערווירנדע אינסטיטוציעס
די פארגעשלאגענע ביל וואלט צוגעשטעלט 255 מיליאן דאלער אין יערליכע פאנדינג פאר א רייע סטונדענט הילף פראגראמען
*
סענאט האט באשטעטיגט מיט 86-4 עריק קאמיטי צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר מזרח ניו יארק
זיין נאמינאציע איז געווען געשטיצט דורך ניו יארקער דעמאקראטישע סענאטאר טשאק שומער און די פיר דעמאקראטן צו שטימען ניין זענען געווען קאנטוועל, היינריך, מארקי און מארעי
*
די סענאט האט פאראויסגערוקט די נאמינאציע פון שרה פיטליק צום דיסטריקט געריכט אין מזרח מיזורי
פיטליק איז געווען א קלוירק פאר ריכטער קעווענאו אינעם אפעלאט געריכט און זי איז שטארק באקעמפט געווארן דורך דעמאקראטן צוליב שטעלונגען אויף סאציאלע טעמעס
די נאמינאציע איז געווארן פאראויסגערוקט מיט 50-34 און סענאטארשע קאלינס האט געשטימט דערקעגן
*
אין אייאווע האבן וויילער נעכטן ערוויילט רחל דזשאנק צום סיטי קאונסיל אין יונגן עלטער פון צוואנציג יאר מאכניג איר אלץ די יונגסטע ערוועלטע פרוי אין די סטעיט היסטאריע
*
אין דזשארדזשיע טוט גאווערנאר ברייען קעמפ (ר) איצט פארמיטאג נאמינירן קעלי לאפלער צום סענאט זיץ וועלכע ווערט ליידיג מיט די רעטייערמענט פון דזשאני אייזעקסאהן
לאפלער וועט לויפן אין נאוועמבער 2020 למספרם אין א ספעשל עלעקשאן זייט ביי זייט מיט די סטעיט'ס אנדערע סענאטאר דעיוויד פערדו וועלכע וועט דאן לויפן צום ערשטן מאל פאר ווידערערוויילונג פאר נאך א זעקס יעריגע טערמין
לאפלער וועט אבער דארפן לויפן קארגע צוויי יאר דערויף פאר א געהעריגע זעקס יעריגע טערמין
די לאפלער נאמינאציע איז געקומען נאך א היציגע אינערליכע רעפובליקאנע קאמף ווען קאנסערוואטיוון האבן אפן אראפגעריסן דעם גאווערנאר פארן נישט שטעלן קאנגרעסמאן דאג קאלינס וועם פרעזידענט טראמפ האט בעפארצוגט פאר די פאזיציע
סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט באצייכנט די אויסוואל אלץ געוואלדיג
*
איצט ממש קומט די נייעס אז לאפלער גייט אריינגיסן 20 מיליאן דאלער פון איר אייגענע טאש אינעם קאמפיין
די ריזן סומע קען זיין געציהלט צו אנטמוטיגן קעגנער ווי קאלינס אונטערצונעמען א פריימערי
לאפלער גייט אין איר היינטיגע זיך באצייכענען אלץ פרא טראמפ און פרא וואנט און פרא מיליטער און זאגן אז זיי גייט זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגן פאר אירע קאנסערוואטיווע ווירדן
*
דזשארדזשיע
אין מאנטאנא קומט פאר א רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי און די ערשטע דעבאטע צווישן די דריי קאנדידאטן איז באשטימט געווארן אויף יונואר 23 למספרם
*
אין א צייכן ווי קאסטבאר די קומענדיגע וואלן קענען זיין איז אינטערסאנט אנצוצייכענען אז בלויז די געלט וואס קאנדידאטן -וועלכע האבן שוין איבערגעלאזט די פארמעסט- האבן אויסגעגעבן האט שוין געגרייכט 74 מיליאן דאלער
*
מיט דעם וואס קאליפארניע סענאטארשע קאמאלא העריס האט איבערגעלאזט די פריימערי פארמעסט ווערן א גרויסע צאל קאנגרעס אינדארסירונגען ארויפגעשטעלט אויף די מארקעט אויף אויספארקויף
העריס האט געהאט די צווייט מערסטע קאנגרעסיאנאלע אינדארסירונגען און בלויז דזשאו ביידען האט איר איבערגעשטיגן אין דעם הינזיכט אבער איצט וועלן די אלע אינדארסירער דארפן אויסקלויבן א צווייטע קאנדידאט
*
וואוט וועטס איז אן פעק וועלכע פארטרעטע מיליטערישע וועטעראנען און האט היינט אינדערפרי אינדארסירט פיט בוטידזשעדזש פאר פרעזידענט
*
היינט וועט פארקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די פאלגענדע קעיס באשריבן א צייט צוריק:

קריסטאפער סאליימא איז א געוועזענער איינגעשטעלטער ביי אינטעל און האט אנטייל גענומען און די פירמע'ס רעטייערמענט פלאן ער האט געפיילט א לאוסוט אקעגן אינטעל פארן מיסבאהאנדלען זיינע אינוועסטירטע רעטייערמענט געלטער אין זייער רעטייערמענט אינוועסמענט פאנד
אינטעל האט אפגעווארפן זיינע טענות מיטן אנצייגן אז עס איז שוין אריבער דריי יאר פון ווען ער איז געווארן באוואוסטזיניג דערוועגן און אונטער די סטעטשו אף לימיטעישן האט ער זיך דערמאנט אביסל שפעט צו קלאגן און די דיסטריקט געריכט האט געגעבן רעכט פאר אינטעל
די ניינטע קרייז געריכט האט אבער צוריקגעדרייט די באשלוס פון די דיסטריקט געריכט גיבנדיג גערעכט פאר סאליימא
אבער וואס זענען די ארגומענטן?
די סטעטשו אף לימיטעישאן הויב זיך אן פון די מינוט וואס דער קלעגער "איז געווארן באוואוסטזיניג" צו די מיסבאהאנדלונג פון זיינע פאנדן
די אינטערסאנטע פראגע אנטוויקלט זיך איבער וואס באדייט באוואוסטזיניג אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט
אינטעל שרייט אז אלע פראצעדורן איבער ווי אזוי האבן געמענעדזשט זיינע פאנדן זענען ביי יעדע שטאפל געווארן קלאר דעטאלירט אין אימעילס וועלכע זיי האבן געשיקט צו זיין אימעיל אדרעס אים מיטצוטיילן איבער די פראגרעס און מען קען זעהן אז די לינקס וועלכע זיי האבן באהאפטן צו די אימעילס זענען געווארן געעפנט וועלכע איז אן אנדייטונג אז סאליימא האט געליינט די אימעיל וועלכע ער האט ערהאלטן
סאליימא זאגט זאגט אבער אז ער האט עס נישט געליינט אדער אמוווייניגסטנס געדענקט ער נישט אז ער זאל זיי האבן געליינט
די פראגע וואלט אין פאקט אויך געקענט זיין ווען איינער באקומט א בריוו אין די פאסט אבער דאר קען זיין אז יענער האט עס נישט באקומען אדער נישט געעפנט ווידעראום דא טענה'ט אינטעל אז יענער האט געעפנט די לינקס וועלכע איז א שטארקערע אנדייטונג אז ער האט עס געליינט און אזוי האט די דיסטריקט געריכט אנגענומען
די ניינטע קרייז געריכט איז אבער ביי די מיינונג אז "זיין באוואוסטזיניג" באדייט נישט פארמאגן צוטריט צו די אינפארמאציע נאר קלארע באווייז אז יענער האט טאקע געוואוסט דערפון
די סופרים קאורט וועט אויסהערן די קעיס אום דעצעמבער 4 למספרם
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

ישר כחכם גדול!
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

הכל הבל האט געשריבן:*
סענאט האט באשטעטיגט מיט 86-4 עריק קאמיטי צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר מזרח ניו יארק
זיין נאמינאציע איז געווען געשטיצט דורך ניו יארקער דעמאקראטישע סענאטאר טשאק שומער און די פיר דעמאקראטן צו שטימען ניין זענען געווען קאנטוועל, היינריך, מארקי און מארעי
*


גרויסען שכויעך העבעלע פאר די פיינע דעליזשעס קאקאש

אביסעל מער אינפא אויף עריק קאמיטי?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

גאר גיט!!

ישר כח הבל!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

טענקס! גרעיט עס יוזשעל!!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

וואס טוט זיך האט געשריבן:טענקס! גרעיט עס יוזשעל!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

למעשה איז קאקאש קעיק פון פאריגע וואך בכלל נישט שלעכט... בינעך געווען פארנומען און נישט אנגעיאגט ביז יעצט צו ליינען... סיז אינטערעסאנט ווי קלאר הכל ברענגט עס ארויס, און אזוי קורץ... דאס האט די רבי געמיינט ווען ער האט געזאגט "קורץ און שארף"...

טענקס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

וואס גייט פאר מיט הבל?
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איך ליין עס יא טעגליך [אויב איז דא], הגם אפטמאל הערשט סוף טאג. [מיין מאמע פלעגט זאגן אז קאקאש קעיק צופרי מאכט מ׳זאל ווערן גראב].

איך פיר זיך אבער נישט צו לייגן מענטשעלעך אדער גא״מ׳ס אויב זעה׳ך אז 35 ניקס האבן מיר שוין אויסגעכאפט.
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”