"טשיילד אביוז" קעיס

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

"טשיילד אביוז" קעיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

איך וויל דא מיטטיילן מיט די ליינער א דראמאטישע און אומאיינגענעמע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט ביי אונז אין די פאמיליע מיט בערך א יאר צוריק, און איך האף דאס וועט זיין א לעקציע פאר אנדערע אויך נישט אריינצופאלן אין דער זעלבע פראבלעם.

איך האב א זיס-ליכטיג אייניקל ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט, ווען דאס קינד איז אלט געווען בלויז איין יאר אלט, האט זי ב"ה אנגעפאנגען שטעלן אירע ערשטע טריט אן זיך דארפן אנכאפן. איין צופרי האט מען אבער באמערקט אז דאס קינד האט ווייטאג אין איין פיסעלע. זי האט נישט געוואלט שטיין, גיין, אדער אפילו קריכן. בכלל איז זי געווען זייער צוקראכן. די מאמע האט גענומען דאס קינד צום קינדער דאקטאר וועלכע האט אונז געראטן אריינצופארן צו "דזשוינט דיזיס שפיטאל" (Hospital Disease Joint) פאר אן "עקס-רעי" (ray-X) טראצדעם וואס אויסערליך האט עס נישט אויסגעזען עפעס אזוי אויפפאלנד, האט דער עקס-רעי געוויזן א "קרעק" אין איר "פימער" (femur) ביין, וואס פאר ווער עס ווייסט איז עס זייער געפארפול און עס דארף זאפארטיגע באהאנדלונגען.

אין די צייט וואס מיר זענען געווען גענוג פארלוירן נאכן הערן די רעזולטאטן פונעם עקס-רעי, האבן די שפיטאל באאמטע אנגעפאנגען מיט א "טשיילד-אביוז" באשולדיגונג קעגן די אומשולדיגע עלטערן און די פאמיליע ווייל קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן דער סיבה וויאזוי, ווען, און פארוואס עס איז געשען. מיר האבן גע'טענה'ט אז דאס קינד גייט און פאלט כסדר, אזויווי ווען א קינד הייבט אן גיין צום ערשטן מאל, און מן הסתם האט זי געכאפט א שטארקן קלאפ. אבער לויט ווי זיי האבן גע'טענה'ט זאגען די ביכער אנדערש, אז ס'איז אוממעגליך אז א "פימער-ביין" זאל זיך צוברעכן פון א פשוט'ן קלאפ, לויט זייער שכל האט געמוזט זיין אז דער טאטע, מאמע, האבן עס געטון, וויבאלד זיי האבן געהאט די אויפזיכט איבער די צוויי קינדער איבער'ן טאג.

די שפיטאל באאמטע האבן פארשטייט זיך נישט אויפגעגעבן, און א "טשיילד אביוז" ספעציאליסט אין דער ען-וויי-יו שפיטאל האט געעפענט אן אפעציעלער קעיס און עס באריכטעט צו די ביורא אין אלבאני. דער שפיטאל פארמאגט ספעציאליסטן וועלכע זענען געשטעלט צו באהאנדלען די סארט פעלער, די אינפארמאציע און באווייזן ווערן צו זיי צוגעשיקט און זיי טוען אנאליזירן און באשליסן אויב עס קען באטראכט ווערן אלס "אביוז". פון דארט האט זיך אנגעפאנגען א פולער באדי-סקען, וואו זיי האבן געזוכט פאר נאך באווייזן, זיי האבן פארשטייט זיך פארלאנגט אז דאס קינד דארף פארבלייבן איבערנאכט אין שפיטאל. אין די ענדע האבן זיי אהיימגעלאזט דאס קינד נאר מיט "סופערווישאן", אבער די באזוכן פון די עלטערן מיט די קינד האבן נאר געקענט פארקומען אין די אפיסעס פון די "עי-סי-עס" (Services Child for Administration) פון דא האט זיך אנגעפאנגען א לאנגע קייט פון ביטערע גייסטישע און עמאציאנאלע מיטמאכענישן, וואס ווער עס האט עס נישט איבערגעלעבט אויף די אייגענע הויט וועט קיינמאל נישט קענען פארשטיין וואס א משפחה גייט דורך איינמאל מען פאלט אריין אין זייערע הענט.

מיר האבן געדארפט ערשיינען פארנט פון א שופט אין געריכט וואו דער ריכטער האט אויסגעהערט די ארגומענטן פון ביידע זייטן, און דערנאך געדארפט באשליסן אויב די עלטערן זענען גענוג פאסיג צו קענען היטן איבער זייערע קינדער. מיר זענען געקומען אין געגאנגען אין געריכט יעדע פאר וואכן, און אזוי איז דער ווייטאגליכער צירקל אנגעגאנגען פאר אזוי לאנג ווי דריי אהאלב מאנאטן... עווענטועל האט זיך דאס פיסעלע פונעם קינד ערהוילט ב"ה, עס האט גענומען פיר וואכן פאר א גענצליכע ערהוילונג נאכ'ן גיין מיט א "קעסט" אויף די פוס, און ביז 13 חדשים האט זי אנגעפאנגען גיין ווי נארמאל ב"ה.

דערווייל האט מען געהאט אוועקגענומען די צוויי קינדער צו א ספעציעלע ACS צענטער אין מאנהעטן יעדן טאג פון 00:6 נאכמיטאג ביז 00:3 ביינאכט, פאר אכט שטונדן. די בעבי פון 1 יאר איז נאך געווען אנגעוויזן אין די מאמע... ב"ה נאך א פשרה וואס מען האט אויסגעהאמערט אין געריכט וועלן די קינדער קענען באפרייט ווערן פון די עי-סי- עס אויפזיכט, אבער זיי וועלן מוזן זיין אונטער די אויפזיכט פונעם זיידן, און אויך אן ערוואקסענע מומע וואס וועט נעמען אחריות אויף די קינדער.

די מאמע, טאטע, באבע, זענען נישט ערלויבט געווארן צו שלאפן דארט וואו די קינדער געפינען זיך! מיר האבן באקומען א זאך וואס רופט זיך "ליבערעל וויזיטעישאן", אלעס ווייל מען האט אונז באשולדיגט פאר גרויסע פארברעכער, וויבאלד מיר האבן נישט געהאט קיין מעשה וויאזוי, ווען, און פארוואס דאס האט פאסירט. דאס אלעס אין אונזער מלכות של חסד, פרייע אמעריקע!

איך וויל דא ווארענען די טייערע עלטערן וואס ליינען מיין בריוו, אויב האט איר אן עמוירדזשענסי מיט א קינד, האלט אייך אפ פון באנוצן דער "ען. וויי. יו., קעבי הילל, דזשוינט-דיזיס, און סיי וועלכע שפיטאל וואס איז אונטער די אייגענטומערשאפט פון ען. וויי. יו., זיי זענען אלע די זעלבע, אלע באלאנגען זיי צו NYU !זייט אונזער געשיכטע האבן מיר מיטגעהאלטן נאך צענדליגע קעיסעס וואו די דאקטוירים און איינגעשטעלטע אין דעם שפיטאל האבן געלאקערט אויף אונזערע היימישע משפחות. אויב עס מאכט זיך ח"ו אז איר דארפט אנקומען אין שפיטאל, זאגט אן פאר הצלה אז איר ווילט נישט א שפיטאל וואס האט א שייכות מיט NYU .איר זענט בארעכטיגט צו פארלאנגען וואו מען זאל אייך פירן. אויך די "ליעזאנען" (Liasons) פון NYU זענען באצאלטע איינגעשטעלטע, און שטייען נישט אויף אונזער זייט! עס איז ראטזאם צו ניצן די "ערדזשענט קעיר צענטערן" (Care Urgent Centers) אדער דאקטוירים אין פריוואטע אפיסעס אויב מעגליך.

עס איז דא א שטאב פון עסקנים וואס ארבעט איבערמידליך שלא על מנת לקבל פרס, מיט ראט און טאט, און באלייטן צו די סארט א.ג. אביוז קאנפערענצן, געריכטן, אדוואקאטן און וואס נישט. זיי זענען פארנומען א גאנצן טאג צו רייניגן די שמוץ וואס די מענטשן אין די שפיטעלער מאכן אן, צו זיי קען מען זיך שוין ליידער ווענדן ווען מען איז שוין אין הייס וואסער... החכם עיניו בראשו, פארמיידט אייך פראבלעמען און אנטלויפט פון די עמוירדזשענסי רומס וואס לייגן אויס פאר אונזער משפחות א פאסטקע. פון א מיטגעמאכטע באבע וואס וויל פארמיידן צוקונפטיגע פראבלעמען בעזהשי"ת.

ש.מ. ראבינאוויטש
7186433940
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

א פחד! גיי מיר דאס עד'ן צו מיין פראופייל אויף NYU, כ'האב נאכנישט קיין גוט ווארט צו זאגן אויף זיי פון ווען איך ווייס נאר וואס א שפיטאל מיינט!! אויף די גוים שבהם קען מען רואיג זאגן ימח שמם! און אויף די אידן אז זיי זאלן שנעלער תשובה טוהן.

למעשה שרייבט איר די מעשה שוין אין פריידן אדער נאך אין ליידן?

וואו האלט יעצט די קעיס?

אמאל פלעגט מען זאגן אז קאלאמביע איז זייער אגרעסיוו אויב א קינד וואס האט געהאט א ברית כהלכתו האט ח"ו באקומען הערפיס, און זיי קלאגן מיט טשיילד עביוז, אבער פון דארט האט מען שוין לאנג נישט געהערט, און פון NYU הערט מען נישט אויף צו הערן פון פרישע מעשיות און געשעענישן.

יעזור השי"ת מ'זאל נישט דארפן אנקומען נישט צו די גוטע, און אוודאי נישט צו די רשעים.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

א פחד פון א מעשה..
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

דאס בלוט קומט ארויף און קאפ פון אזא מעשה.

ווען די וועלט פירט זיך ווען מיט אביסל שכל און יושר, וואלט געדארפט זיין איינגעפירט אין דעם טשיילד עביוז אגענטור. אז נאר איינער וואס האט שוין ערצויגן כאטש צוויי קינדער, א געוויסט צאל פון יארן, זאל קענען האבן א ווארט דארט, וואס און ווען עס הייסט א חשש טשיילד עביוז.

די עדאלט און טשיילד עביוז וואס זיי קענען אנמאכן פאר אומשילדיגע מענטשען אן קיין שום גרונד, בלויז געבויעט אויף שפעקולאציעס, איז מיינד באגלינג!!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

א פחד פון א מעשה,
.
so now what
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך so now what »

איך בין געווען אין קאלאמביע מיט א קינד, אין די קינד האט צוויי טאג פאר דעם אריין געוואקט אין די שפיץ פון א air conditioner (עס איז געווען אין א נידעריגער ווינדאו) האבן זיי ביי קיקט דאס קינד מיט א פאר גרעסערען גלאז, אין אויך אויסגעפרעגט מיר מיט די שטיב, ב"ה זיי האבן נישט געמאכט א קעיס
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

איך האלט יעצט מיט, מיט א שכן מיינער וואס דאס קינד איז אראפ געפאלן אין געגאנגען אין נייעק שפיטאל, דארט האט מען אויסגעארבערט אז די קינדער קענען זיין ביי די באבע, אבער די עלטערען גייען דורך די גיהנם ר"ל
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

בעל דעת האט געשריבן:איך האלט יעצט מיט, מיט א שכן מיינער וואס דאס קינד איז אראפ געפאלן אין געגאנגען אין נייעק שפיטאל, דארט האט מען אויסגעארבערט אז די קינדער קענען זיין ביי די באבע, אבער די עלטערען גייען דורך די גיהנם ר"ל


נייעק איז געפערליך פאר די זאכן. איך האב אויך מיטגעהאלטן מעט משפחה ווי זיי האבן געוואלט פארטיילן צרות פאר עלטערן פון א קינד וואס האט געכאפט א שטארקע ברי, אבער ב״ה ס׳איז זיי נישט געלונגען.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מיט א קינד גייט מען אין קאלאמביע.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

א מין האספיטעל דעיס, קינדער טוען זיי עביאזען, אלטע הארגענען זיי, קומט אויס אז דעי שפיטאל איז געאייניגט נאר פאר לייטען צווישען 18 און 40 יאר.....
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ר' יום טוב האט געשריבן:מיט א קינד גייט מען אין קאלאמביע.

רט!

ווייס איך פון א משפחה וועלכע האט געהאט א קינד וועלכע האט געברויכט אנקומען אין "טראמא יוניט". חברה הצלה האט נישט געוואלט טראגן צו וועסטשעסטער, נאר ענדערש ביז קאלאמביע.
(און זיי זענען גערעכט געווען!! ב"ה פאר דעם!)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

עס איז דאך דא היימשע יודן דארט ממש היימש פין ווילי וואס זענען דארט זייער גרויס
ווי זענען זיי ??????
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

Wow a1 האט געשריבן:עס איז דאך דא היימשע יודן דארט ממש היימש פין ווילי וואס זענען דארט זייער גרויס
ווי זענען זיי ??????


ווען די וואלסט באקומען א 6 דידזשיט וועידזש פון שפיטאל, וואס וואלסטו געטון?
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

חיים אלכסנדר האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:עס איז דאך דא היימשע יודן דארט ממש היימש פין ווילי וואס זענען דארט זייער גרויס
ווי זענען זיי ??????


ווען די וואלסט באקומען א 6 דידזשיט וועידזש פון שפיטאל, וואס וואלסטו געטון?

וואס הייסט איך בין א יוד און איך דארפ העלפן אנדערע יודן
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

Wow a1 האט געשריבן:
חיים אלכסנדר האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:עס איז דאך דא היימשע יודן דארט ממש היימש פין ווילי וואס זענען דארט זייער גרויס
ווי זענען זיי ??????


ווען די וואלסט באקומען א 6 דידזשיט וועידזש פון שפיטאל, וואס וואלסטו געטון?

וואס הייסט איך בין א יוד און איך דארפ העלפן אנדערע יודן


די וואלסט ווען געהאט זייער א שטארקע נגיעה צו טראכטען אז די האסט באמת עפעס אנגעווערטשאפט. (שולדי"ג בלע"ז)

איך האב שוין גענוג געהאנדעלט מיט זיי. זיי האלטן אז די דאקטאר איז גערעכט, "די חסידים האבן צופיל קינדער, און קענען נישט קעיר נעמען אז קיינער זאל זיך נישט צוברעכן א ביין", און אוודאי נישט גענוג אכטונג געבן צב"ש אז א קינד זאל נישט ארויפקריכען אויף א הויעך פלאץ, אראפפאלן, וויינען, בארואיגען. אין די מאמע וועט אפי' נישט וויסן אז עפעס איז געווען.

זייענדיג עמפלויעד און באפריינדעד אגאנצען טאג מיט שפיטאל באאמטע, וועסטו זיי ארויפקוקען און גלייבן יעדעס ווארט. און אפי' האלטן א עס איז א מצוה זיכער צו מאכן - דורך א שטאטישע אינוועסטיגעישן - אז איר פארנאכלעסיגט נישט די זיכערקייט פון אייערע קינדער.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

ווען איך בין נישט מער געדאכט אריינגעפארן מיט א קינד, האט הצלה געטענה'ט אז כאטש מען קען דארט אויך האבן פראבלעמען, איז NYU דאך בעסער פון אלע אנדערע אין דעם הינזיכט, וכך הוה, זיי האבן נישט גערעדט קיין ווארט, כאטש וואס איך האב אליינס געהאלטן אז איך האב נישט גענוג געוואטשט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יואל שרייבער האט געשריבן:ווען איך בין נישט מער געדאכט אריינגעפארן מיט א קינד, האט הצלה געטענה'ט אז כאטש מען קען דארט אויך האבן פראבלעמען, איז NYU דאך בעסער פון אלע אנדערע אין דעם הינזיכט, וכך הוה, זיי האבן נישט גערעדט קיין ווארט, כאטש וואס איך האב אליינס געהאלטן אז איך האב נישט גענוג געוואטשט.

נישט גענוג געוואטשט, איז דאס זייער אפטייטש פון טשיילד עביוז?

די אכט שעה וואס די קינד איז אין די ACS, וואטשען זיי גענוג?

וואס מיינט ליגעלי גענוג? איז דען בכלל שייך גענוג?

איז דא עפעס א ליגאלע וועג דאס צו מעסטען? אדער האט דאס מיט דער גיסטע פון די בא'אמטע אדער זייער שנאה צו דיר?

א דריטעל פון די מענטשהייט זאגען אפען אז זיי גלייכען נישט קיין אידען; האבען מיר שוין א טענה און באווייז אז איינס פון 3 איז עס שנאה וואס מאטיווירט דער אקיוזאציע.

זענען דא סטאטיסטיקס וויפיל גוים זיי באשולדיגען מיט טשיילד עביוז? וואס טוהט זיך אין די אנדערע שטעט אין אמעריקע דארט ווי עס וואינען גוים מיט גרעסערע משפחות?

עס זעהט נישט אויס אז זיי האבען א הענדעל איבער טשיילד עביוז, און מען וואלט געדארפט איבער דרייען דער באשולדיגונג אלץ א עביוז אין די טענה פון טשיילד עביוז, און אלץ דיסקרימינאציע קעגען אונז.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

איך וויל דא שרייבן, אבער אזוי ווי מיין קאפ הייבט זיך אן צו דרייען, וועל איך דערווייל גיין ווייטער.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דר. מייזלין ע"ה האט מיר אמאל געזאגט, זיי באקומען געווענליך קעיסעס אין הארלעם און אין די בראנקס, פלעצער ווי זיי ציטערן אריינצוגיין, און עס שטינקט און פאלט אזבעסטאס פון דאך, דארט ווילן זיי פטור ווערן, זיי סיינען אפ די קעיס און אנטלויפן, ווען זיי טרעפן א איד, א שיינע דירה אין א סעיף פלאץ, און מען איז זיי מכבד מיט קאפי און א שטיקל קעיק האלטן זיי נישט ביים אוועקגיין, זיי זיצן אויפן קאפ ווילאנג זיי קענען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מאכט אסאך סענס.

וועך
אזאמעשה
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזאמעשה »

זעהט אויס אז דער עולם ווייסט נישט, אלץ א מיטגליד און הצלה אין די חרדשיע געגנט ווי איך וואוין ווייס איך א יעדע femour fracture ביי גאר אינגע קינדער וואס קומען אן אין שפיטאל ווערט אויטאמאטיש רעפערד צו טשיילד סערוויסעס for evaluation (ס'מעגליך אז די געזעץ פארלאנגט אזוי). זיי גלויבן אז קיין פימער קען זיך ניט ציברעכן נאר דורך אביוז. איי איך האב שוין אפגעפירט קינדער מיט פימער פרעקטשור דורך אן עקסידענט (נישט קאר). איך בין נישט סופרייזד פון די גאנצע מעשה און מ'קען נישט (אין דעם פאל) בלעימען די טשעפלענס.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שרעקליך-
פותח האשכול
פארן תועלת הענין ביטע לייג אריין אינעם אשכול קעפל די נאמען פונעם שפיטאל, אז עס זאל ציען אויפמערקזאמקייט
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

ווייסעך פון א נאנטער משפחה מיטגליד, וואס האט אויך געהאט א קינד וואס איז געפאלן אין קאנטרי, און צובראכן די פימאור, געגאנגען אין העריס האספיטאל פאר עקסרעי, און פון דארט געטרענספערט קיין מאנטיפיורא אין בראנקס, ב"ה נישט געהאט קיין שום פראבלעם וועגן טשיילד אביוז.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

איצל פיצל האט געשריבן:דאס בלוט קומט ארויף און קאפ פון אזא מעשה.

ווען די וועלט פירט זיך ווען מיט אביסל שכל און יושר, וואלט געדארפט זיין איינגעפירט אין דעם טשיילד עביוז אגענטור. אז נאר איינער וואס האט שוין ערצויגן כאטש צוויי קינדער, א געוויסט צאל פון יארן, זאל קענען האבן א ווארט דארט, וואס און ווען עס הייסט א חשש טשיילד עביוז.

די עדאלט און טשיילד עביוז וואס זיי קענען אנמאכן פאר אומשילדיגע מענטשען אן קיין שום גרונד, בלויז געבויעט אויף שפעקולאציעס, איז מיינד באגלינג!!

מען דארף פארשטיין אז ביי א גוי איז נישט אזוי ווייט פין די מציעות אז מען שלאגט זיך אינדערהיים אין א קינד ציברעכט זיך א ביין אדער עפעס אנדערש פאסירט אין עס ליגט אן אחריות אויף די דאקטער עס צו באריכטן דעריבער נישט יעדע מאל וואס א דאקטער קאמפלעינט פאר טשייעלד אביוז מיז זיין אז ער איז א אנטסמיט עס קען זיין אז פין זיין דאקטערישע בליק מאכט נישט "סענס" אז עס איז אליין געשען.
נישט אז איך מיין זיי צומאכן פאר צדיקים אבער מען דארף אמעל טראכטען פין די איינדערע זייט מטבע
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

פון באריכטן ביז רודפ'ן.....
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”