נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סאודי אראביע און קאטאר נאנט צו א רויע אפמאך צו ענדגין זייער דריי יעריגע שטרייט נאך א באזוך פון א טרמפ אדמינסטראציע דעלעגאציע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פראסעקיוטאר אין יאפאן באטראכטן די מעגליכקייט פון קלאגעס קעגן צוויי געוועזענע באאמטע אין די אפיס פון געוועזענע פרעמיער מיניסטער שינזאן אבעי אויף קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

הכל הבל האט געשריבן:סאודי אראביע און קאטאר נאנט צו א רויע אפמאך צו ענדגין זייער דריי יעריגע שטרייט נאך א באזוך פון א טרמפ אדמינסטראציע דעלעגאציע



ס'הייסט אנשטאט א וועלט מלחמה וועט טראמפ גאר מאכן נאך א שלום אויף דער וועלט?....
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאליטישאן ביים נאמען אדאלף היטלער געווינט לאקאלע קאונסיל וואלן אין אפריקאנער לאנד נאמיביע‎
ה' וישלח פ״א
אַדאָלף היטלער אונאַנו איז ערוועלט געוואָרן מיט 85 פּראָצענט פון די שטימען פאַר א זיץ אין די לאָקאַלע קאַונסיל, וואָס נאמיביע איז מיט יאָרן צוריק געווען א קאָלאָניע פון דייטשלאַנד. אונאַנו זאָגט אַז ער וויל נישט מען זאָל אים רופן ביי זיין נאָמען היטלער, און ער האָט נישט קיין שום פּלענער צו פאַרכאַפּן קאָנטראָל פון לענדער אָדער טאָן סיי וועלכע אַנדערע זאַך וואָס היטלער האָט געטאָן.


קרעדיט: אידיש 24 / קול מבשר
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מארגן קומען פאר וואלן אין ווענעזועלא פאר די ארטיגע "נעשאנעל אסעמבלי" - די מאדורא רעזשים איז ערווארטערט צו געוואונען די וואלן מיט א ריזן מערהייט צוליב וואס אפאזיציע פארטייען באיקאטירן גענצליך די וואלן.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זעלנער אין מאלי - א לענדל אין אפריקא - האבן היינט געשורעמט באמאקאו - די הויפטשטאט - וואו זיי זענען צוגעפארן צום פרעזידענטליכע פאלאץ און איר ארומגענומען - ארעסטירענדיג די ארטיגע פרעזידענט. געציילטע שטונדען דערויף האט איבראהים באובאקאר קעיטא - די פרעזידענט - געמאלדן זיין רעזיגנאציע פון אפיס, נאך א קורצע טערמין פון בלויז 7 יאר - אויך האט ער אויפגעלעזט די ארטיגע "נעשאנעל אסעמבלי".

היינט איז געמאלדן געווארן אז אפיציר מאליק דיאו - פון די פוטש אנפירער - איז געשטעלט געווארן אלס פרעזידענט פון די צייטווייליגע לעגיסלאטיווע קערפערשאפט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

העכער 300 מענטשן אין אינדיע זענען אין די לעצטערע טעג אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט עפעס אן אומבאקאנטע געזונטהייט קאמפליקאציע.

ארטיגע באאמטע זאגן אז די אלע האבן געטעסט נעגאטיוו פאר די קאראנע וויירוס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א פרישע באריכט אין די רוסישע פרעסע פארציילט אז וולאדימיר פוטין'ס זין-אין-געזעץ האט זיך איינגעהאנדעלט סטאק'ס פון א פעטרא-כעמישע פירמע פאר די שפאט ביליגע פרייז פון ארום 100 דאללער, אין די צייט וואס די ריכטיגע מארקעט פרייז דערפאר איז געווען מער אין די געגענן פון 360-380 מיליאן דאללער.

נישט קיין שלעכטע ביזנעס געדאנק צו ווערן די איידעם ביים דיקטאטור... :wink:
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

רוסישע פאליציי פארשן אויס א רויבעריי וואס האט זיך אפגעשפילט ביי א העכסט-געהיימע פליגער.

די אינצידענט האט פאסירט ווען די "איליוטשין-80" פליגער - וואס איז ספעציעל אויסגעשטאטעט צו קענען איבערלעבן א נוקלעארע באמבאדירונג - איז אדורך א אינספעקשאן ביי די "בעריעוו טאגאנראג אוויאציע סייענטיפישע און טעכנישע קאמפלעקס", און באאמטע האבן געטראפן אז די העטש (טיר) פון די קארגא אפטיילונג איז אפען!

נאכ'ן כאפן א בליק אין די קארגא אפפטיילונג פון די פליגער, שטעלט זיך ארויס אז מאנכע האבן באוויזן אנצוקומען אהין און ארויסגערויבט 39 שטיקער ראדיא עקוויפמענט. ארטיגע פאליציי האבו אונטערגענומען א מאסיווע אויפארשונג, צוליב וואס די פליגער איז א נאציאנאלע זיכערהייט געהיימניס.

א בילד פון די פליגער:
Ilyushin_Il-80_in_2008-1000x667.jpg
Ilyushin_Il-80_in_2008-1000x667.jpg (44.45 KiB) געזען 1661 מאל
Ilyushin_Il-80_over_Moscow_6_May_2010.jpg
Ilyushin_Il-80_over_Moscow_6_May_2010.jpg (401.84 KiB) געזען 1661 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ארום 400 סטודענטן פעלן אין נייזשעריע נאך וואס א באוואפענטע גרופע האט געעפענט פייער אויף די שולע ווי זיי האבן געלערנט.

פאליציי אויפן צענע אינאיינעם מיט די מיליטער האבן צוריק געשאסן, ערלויבענדיג עטליכע סטודענטן זיך צו ארויסראטעווען.

איין מיליטערישע אפיציר איז פארוואונדעט געווארן דורכאויס די פייער אויסטויש.

באאמטע פרובירן יעצט צו דעריגגן וויפיל זענען פארכאפט געווארן דורך די באנדע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פראסעקיוטאר אין איטאליע האבן אנגעקלאגט 4 עגיפטישע זיכערהייט אפיצירן איבער די טויט פון גוליא רעזשיני, א איטאליענע סטודענט וואס איז אין 2016 געפונען געווארן אן קיין צייכן פון לעבן ביי די זיט פון א הייוועי אינדרויסן פון קאירא.

אין רעאקציע צו די אינציגענט האט איטאליע דאן אהיים גערופן איר אמבאסאדאר פון עגיפטן, כאטש וואס א יאר דערויף האט איטאליע געשיקט א נייע אמבאסאדאר.

די עגיפטישע פראקוראר האט פריער אין יאר געשלאסן די אויספארשונג אויף די אינצידענט, ארויסשטעלענדיג א סטעיטמענט אז "די פאראנטווארליכע דערפאר זענען אומבאקאנטע".
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין מאי 13 האט די דאבעליו.עיטש.או. ארויסגעשטעלט א רעפארט איבער וויאזוי איטאליע - דאן די שווערסט באטרפענע לאנד אין יוראפ פון די וויירוס - איז געווען אומצוגעגרייט דערפאר. צווישן אנדערע האט די רעפארט באשולדיגט אז איטאליע האט נאכנישט איבערגעפרישט זייערע פאנדעמיק רעאקציע פלענער זינט 2006.

א טאג דערויף איז די רעפארט מיסטריעז פארשוואונדן געווארן פון די וועבסייט. יעצט הערט מען באשולדיגונגען אז די רעפארט איז ארפגענומען געווארן צוליב א פארלאנג דורך ראינערי גוערא וואס דינט אלס די דאבליו.עיטש.או. געהילף דירעקטאר אויף סטראטעגישע אנגעלעגענהייטן.

אינטערסאנט איז נאר, גוערא איז געווען דער דירעקטאר פון "פרעווענטיוו העלט" ביי די איטליענע געזונטהייט מיניסטעריום - זייענדיג פאראנטווארטליך פאר אט די פלענער וואס זענען געווארן איבערגעפרישט.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

גרויסן יישר כח פאר דיינע אלע באריכטן
קורץ און צום זאך.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די קאמוניסטישע פארטיי אין וויעטנאם האלט אפ אין די יעצטיגע טעג א זיצונג וואס וועט ארייננעמען דאס באשליסן די פארטיי פירערשאפט פאר די נעקסטע 5 יאר - די באשלוס וועט ווערן פארמאל באשטעטיגט דורכאויס א פארטיי קאנגרעס קומעדיגע מאנאט.

די לאנד ווערט אפיציעל געפירט דורך א פרעזידענט, פרעמיער מיניסטער, די קאמוניסטישע פארטיי הויפט, און די פארזציער פון די לעגיסלאטור.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

"עפל" האט אונטעגענומען אן אויספארשונג נאך וואס עס זענען נעכטן פארגעקומען ראיאטן ביי איינע פון אירע סופלייערס.

די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין אינדיע וואו א גרופע ארבעטער ביי איינע פון די מעניופעקטשערינג קאנטראקטאר פאבריקן האבן פארלאנגט זייער געהאלט - אינמיטן זענען פאליציי אנגעקומען און פרובירט פארטריבן די פראטעסטירער.

פון דארט און ווייטער זענען זאכן געווארן גאר ווילד, ווען ארבעטער ביי די פאבריק האבן זיך גענומען צוברעכן און וואנדאלאזירן די טייערע טעכנאלאגישע אפראטן וואס ווערן דארט ערצייגט - עפל שאצט די שאדן ביי ארום 60 מיליאן דאללער.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יישר כח פאר אלע באריכטן אלעקסיי!!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יישר כח פאר אלע באריכטן אלעקסיי!!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די דעפיוטי גאווערנאר פון די אפגאנער הויפטשטאט קאבול איז אומגעקומען פון א באמבע אויפרייס - די באמבע איז געווען צוגעטשעפעט צו זיין קאר.

דערווייל איז נישט קלאר ווער עס שטייט אונטער די אטאקע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די איירישע "דעיטא פראטעקשאן קאמישאן" - וואס איז פארנטווארטליך פאר די זיכערהייט פון באנוצער דעיטא אין איירלאנד - האט ארויפגעטעלט א שטראף פון 540,00 דאללער.

די שטראף איז געקומען אין רעאקציע צו א סאפטוועיר באג וואס האט געפירט דערצו אז געוויסע פריוואטע מעסעזשעס אויף טוויטער זענען געווארן פובליק.

די שטראף איז די ערשטע צו ווערן ארויסגעגעבן אונטער א נייע סיסטעם וואס ערלויבט די אנפירער פון די קעיס צו באשליסן אויף די אייגענע האנט מיט וויפיל צו באשטראפן די פירמע - איירלאנג פארמאגט פאראנטווארטליכקייט צו אינפארסירן די איץיוץ געזעצן אויף באנוצער דעיטא פון טוויטער, ווי אויך א רייע אנדערע פירמעס, צוליב וואס זייערע אייראפע'אישע הויפטקווארטיר איז רעגיסטרירט אין איירלאנד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פראנצוזישע הויפטשטאט פאריז איז געווארן גע'פיינ'ט מיט 90,000 יורא - ארום 109,000 דאללער.

אט ליינט וואס די גראבע פארלעצונג איז: אונטער די ארטיגע געזעץ מוז זיין כאטשיג 40% רעגירונג פאזיציעס זאלן ווערן צוטיילט פאר אלע זשענדערס - ד.ה. כאטש 40% מענער און כאטש 40% פרויען.

אין 2018 האט פאריז געשטעלט 11 פרויען און בלויז 5 מענער פאר הויכראנגיגע פאזיציעס אינערהאלב די שטאט פירערשאפט - דאס באדייט אז עס זענען נישט געווען גענוג מענער צו ערפילן די 40% געזעץ.

נאכמער, אונטער א 2019 געזעץ קען געגעבן ווערן א ספעציעלע וועיווער אין געוויסע פעלער - פאריז וואלט גראדע יא געווען עליזשיבעל פאר די וועיווער, נאר די וועיווער געזעץ איז אריין אין קראפט ערשט נאכדעם וואס פאריז האט געהאט פארלעצט די 40% געזעץ.

די ארטיגע מעיאר'טע זאגט אז זי וועט אליינס אריבערטראגן די 90,000 יורא טשעקל - אין באגלייטונג פון אירע קאלעגע פרויען אין איר רעגירונג.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

דאס אריבערטראגן די געלט דורך די מעיארטע און אירע פרויען קאלעגעס אן די באגלייטונג פון מענער קען אליינס זיין א פארלעצונג פון די 40% געזעץ...

שכח אלעקסיי פאר דיינע כסדר׳דיגע נייעס באריכטן!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א פראנצויזישע געריכט האט היינט ארויסגעגעבן שולד אורטיילן אויף 14 פערזאן אין פארבינדונג מיט די שוידערליכע אטאק וואס האט פאסירט מיט באלד 6 יאר צוריק - ווען טעראריסטן האבן געעפענט פייער ביי א צייטונג הויפטקווארטיר און ביי א אידישע געשעפט.

די שולדיגע ווערן באשולדיגט מיטן שטיצן טערארזים, ארויסהעלפן טעראריסאטן, פינאנצירן טעראריזם, און זיין אנגעשלאסן אין פארברעכערישע באנדעס.

איינער פון די שולדיגע איז נישט אנוועזענעד געווען - יענער ווערט פארדעכטיגט אז זי באהאלט זיך אויס פון אן אינטערנאציאנאלע ארעסט ווארענט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די אייראפע'אישע קאמיסיע פרעזידענט זאגט היינט פאר ארטיגע פארליאמענט מיטגלידער אז זי ווייסט נישט אויב עס וועט ענדגילטיג ווערן באשטעטיגט א אפמאך צווישן ענגלאנד און די אי.יו. - אבער א שטראז דערצו איז פארהאן, כאטש ס'איז גאר א שמאלע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די בריטישע "קאמפעטישאן ענד מארקעט'ס אוטאריטי" האט געמאלדן אז זי נעמט אונטער אן אויספארשונג איבער די וועג וויאזוי עירליין'ס האבן באהאנדעלט פאסאזשירן דורכאויס די צווייטע נאציאנאלע לאקדאון.

די אוטאריטי באשולדיגט אז עירליין'ס שלעפן ארום מיטן צאלן קאמפענסאציע - צוריקגעבן געלטער - פאר פאסאזשירן וואס האבן נישט געקענט פליען. אזוי אויך טוען זיי צודרוקן פאסאזשירן זאלן נעמען וואטושער'ס אנשטאסט געלעטער - פארלעצענדיג דערמיט די רעגולאציעס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ארום 400 סטודענטן פעלן אין נייזשעריע נאך וואס א באוואפענטע גרופע האט געעפענט פייער אויף די שולע ווי זיי האבן געלערנט.

פאליציי אויפן צענע אינאיינעם מיט די מיליטער האבן צוריק געשאסן, ערלויבענדיג עטליכע סטודענטן זיך צו ארויסראטעווען.

איין מיליטערישע אפיציר איז פארוואונדעט געווארן דורכאויס די פייער אויסטויש.

באאמטע פרובירן יעצט צו דעריגגן וויפיל זענען פארכאפט געווארן דורך די באנדע.

גאווערנאר אמינאו מאסארי פון די "קאטסינא" סטעיט - וואו די אטאקע האט פאסירט - זאגט היינט אז זיכערהייט קרעפטן האבן ארויסגעראטעוועט 344 קינדער.

ווי ער זאגט האבן די זיכערהייט קרעפטן נישט געדארפט עפענען פייער דורכאויס די רעטונג אפעראציע.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”