נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן:די פראנצויזישע רעגירונג האט נעכטן אהיימגערופן אירע דיפּלאמאטן פון טערקיי, נאכדעם וואס דער טערקישער פּרעזידענט ראסיפ ערדואן האט זיך גאר שארף אויסגעדרוקט קעגן דעם פראנצויזישן פּרעזידענט, זאגנדיג אז פּרעזידענט מאקרון דארף "מענטל באהאנדלונג".

ערדואן'ס שארפע אויסדרוק איז געקומען איבער דעם וואס מאקרון האט באצייכנט א ברוטאלע טעראר אטאקע 2 וואכן צוריק אלס אן איסלאמישע אטאקע.

דעילי איד

דער געראנגל צווישן דעם טערקישן פּרעזידענט ראסיפ ערדואן און דער פראנצויזישער פּרעזידענט עמאניועל מאקרון האט זיך פארשארפט נעכטן, ווען ערדואן האט גערופן פאר א באיקאט.

ווי באריכטעט נעכטן, האט ערדואן געברויזט ווען מאקרון האט פארטיידיגט די פרייהייט פון די מידיא צו פארשפּרייטן אנטי-מוסולמענער קאריקאטורן, און ערדואן האט באצייכנט מאקרון אלס עמיצער וואס דארף גייסטישע הילף.

מאקרון האט רעאגירט מיט'ן אהיימרופן זיין אמבאסאדאר פון טערקיי, און יעצט רופט ערדואן פאר א באיקאט קעגן פראנצויזישע פּראדוקטן.

דעלי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די פראנצויזישע רעגירונג האט נעכטן אהיימגערופן אירע דיפּלאמאטן פון טערקיי, נאכדעם וואס דער טערקישער פּרעזידענט ראסיפ ערדואן האט זיך גאר שארף אויסגעדרוקט קעגן דעם פראנצויזישן פּרעזידענט, זאגנדיג אז פּרעזידענט מאקרון דארף "מענטל באהאנדלונג".

ערדואן'ס שארפע אויסדרוק איז געקומען איבער דעם וואס מאקרון האט באצייכנט א ברוטאלע טעראר אטאקע 2 וואכן צוריק אלס אן איסלאמישע אטאקע.

דעילי איד

דער געראנגל צווישן דעם טערקישן פּרעזידענט ראסיפ ערדואן און דער פראנצויזישער פּרעזידענט עמאניועל מאקרון האט זיך פארשארפט נעכטן, ווען ערדואן האט גערופן פאר א באיקאט.

ווי באריכטעט נעכטן, האט ערדואן געברויזט ווען מאקרון האט פארטיידיגט די פרייהייט פון די מידיא צו פארשפּרייטן אנטי-מוסולמענער קאריקאטורן, און ערדואן האט באצייכנט מאקרון אלס עמיצער וואס דארף גייסטישע הילף.

מאקרון האט רעאגירט מיט'ן אהיימרופן זיין אמבאסאדאר פון טערקיי, און יעצט רופט ערדואן פאר א באיקאט קעגן פראנצויזישע פּראדוקטן.

דעלי איד

@טערקפרייז
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

עס קומט יעצט פאר א גאר רייכע חתונה אין שאלוניקי, גריכלאנד. אויפן וועג צום חופה איז די בריקעלע העכער די סווימינג פול איינגעפאלן און דער חתן מיט די שושבינין זענען פארוואנדעלט געווארן צו חסידישע דייווערס מיט שטריימל בעקיטשע... די חתונה גייט ווייטער אן בראשות האדמו''ר מוויזניץ לאנדאן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

א מראות קודש פון די טהרה ביטע אויב ס'איז שייך און אויסגעהאלטן..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש מבין האט געשריבן:עס קומט יעצט פאר א גאר רייכע חתונה אין שאלוניקי, גריכלאנד. אויפן וועג צום חופה איז די בריקעלע העכער די סווימינג פול איינגעפאלן און דער חתן מיט די שושבינין זענען פארוואנדעלט געווארן צו חסידישע דייווערס מיט שטריימל בעקיטשע... די חתונה גייט ווייטער אן בראשות האדמו''ר מוויזניץ לאנדאן.

viewtopic.php?p=2264727#p2264727
:lol: :lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

אוראייניקל האט געשריבן:וויזשניץ בית שמש אדער וויזשניץ לאנדאן, אדער ביידע?

ביידע, ווי אויך האדמו"ר רבי רפאל אבוחצירא. ווער עס האט עקסעס צו בחדרי קען זעהן די מראות הקודש דא.

https://www.bhol.co.il/news/1149461
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

דראפבאקס להמשומרים?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

באקסער בוים האט געשריבן:דראפבאקס להמשומרים?

https://drive.google.com/file/d/1lCgTPT ... sp=sharing
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יש מבין האט געשריבן:עס קומט יעצט פאר א גאר רייכע חתונה אין שאלוניקי, גריכלאנד. אויפן וועג צום חופה איז די בריקעלע העכער די סווימינג פול איינגעפאלן און דער חתן מיט די שושבינין זענען פארוואנדעלט געווארן צו חסידישע דייווערס מיט שטריימל בעקיטשע... די חתונה גייט ווייטער אן בראשות האדמו''ר מוויזניץ לאנדאן.

בראשות האדמו''ר מוויזשניץ בית שמש
און אויך בני מרן האדמו''ר מוויזניץ
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מדובר בחתונה גדולה שנערכת הערב (שלישי) בקטריני יוון שתוכננה להתקיים מלכתחילה בסלוניקי אך מכיוון שהעיר מקוטלגת אדומה - החתונה הועברה לעיר קטריני.

החתונה עצמה הועתקה מישראל ליוון, עקב המגבלות הקיימות בישראל על מניין החוגגים, כך שרבים מצד המשפחות לא היו יכולים להשתתף בה. בעלי השמחה החליטו לקיים את החתונה דווקא ביוון בכדי לא לעבור על ההנחיות בארץ.

סב הכלה הוא הנגיד הרב החסיד רבי מתתיהו גרוזינגר מנכבדי ונגידי חסידות ויז'ניץ, כשלכבוד השמחה הגיעו מהארץ, האדמו"ר מויז'ניץ בית שמש, האדמו"ר רבי רפאל אבוחצירא וכן בני האדמו"ר מויז'ניץ רבי יצחק ישעיה הגר ורבי יעקב מרדכי הגר.

ffff.JPG
ffff.JPG (22.28 KiB) געזען 2719 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א פרישע טעראר כוואליע נעמט ארום פראנקרייך, ווען צוויי וואכן נאך א ברוטאלער מארד אטאקע אויף א טיטשער נעבן פּאריז, זענען דריי אומגעקומען נעכטן אין א פרישער אטאקע.

די שטעכעריי אטאקע האט פּאסירט אין דער פראנצויזישער שטאט ניצע, וואו דער טעראריסט בראהים אואסאווי האט געשטאכן דריי מענטשן אין א קירכע. ער איז געשאסן געווארן דורך די פּאליציי, אבער האט איבערגעלעבט און איז אונטער ארעסט.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די סאודי אראביע מלוכה האט געמאלדן אז זי וועט אויפלעזן טייל פון די צוימונגען און בלאקאדעס וואס זענען ביז יעצט געליגן אויף אויסלענדישע בירגער וואס האבן געוואלט באקומען דזשאבס אין לאנד.

דער פּלאן, וועלכע וועט אריינגיין אין אפעקט אנהייב יאר 021' למספּרם, וועט צושטעלן פרישע רעכטן און פרייהייטן פאר אויסלענדישע ארבעטער, און עס קומט אלס טייל פון די רעפארמען פארארדנט דורכ'ן סאודיער קרוין פּרינץ בין סאלמאן.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מוצאי שבת חיי שרה

פירער פון די "טיגרעי" ראיאן אין עטיאפיע האבן היינט גענומען פאראאנטווארטליכקייט פאר אן אטאקע אויף צווי לופטפעלדער אין די דערנעבענדיגע "אמהארא" ראיאן - אויך האבן זיי געווארענט אז זיי וועלן אטאקירן די דערנעבענדיגע לענדל עריטריע צוליב באשולדיגונגען אז עריטריע קרעפטן טוען ארויסהעלפן די פעדעראלע עטיאפיע רעגירונג'ס קרעפטן אין זייערע קאמפן קעגן ראיאנאלע פירער.
באריכטן גיבן אן אז הונדערטער זענען שוין אומגעקומען דורכאויס די לעצטערע וואכן און צענדליגע טויזענטער זענען אנטלאפן קיין סודאן.
* * * *
פאליצי אין האלאנד האבן ארעסטירט א 40 יעריגער נאכדעם וואס ער האט אטאקירט די סאודיער אמבאסאדע אין לאנד. די אינצידענט איז פארגעקומען א טאג נאך וואס א באמבע האט אויפגעריסן אין סאודי אראביע ביי א צערמאניע צו אפצייכענען די ענדע פון די ערשטע וועלט קריג.
* * * *
די ניו יארק טיימס באריכטעט היינט אז פאר עטליכע מאנאטן צוריק, אין אוגוסט, האבן איזראעלישע אגענטן דערשאסן די צווייט העכסטראנגיגע על-קאידע טעראר פירער דורכאויס אן אפעראציע אין די איראנע הויפטשטאט, טעהעראן.
איראן לייקענט די געשיכטע - אמעריקאנע באאמטע האבן דערווייל נישט קאמענטירט צו די געשיכטע איז ווירקליך פארגעקומען אדער אויב אמעריקא איז געווען פארמישט דערינען.
* * * *
אין די דרום-אמעריקאנע לאנד פערו איז די ארטיגע פרעזידענט - מארטין וויזקארא - געווארן ארויסגעווארפן פון אפיס דורכאויס א קאנגרעסיאנאלע אימפיטשמענט פראצעדור אויף אנגעבליכע כאבאר קלאגעס.
שטיצער פונעם פרעזידענט האבן דאס באצייכענט אלס אומקאנסטיטוציאנאלע פוטש פארזוך און שווערע ראיאטן האבן נאכגעפאלגט - אמווייניגסטענס 11 זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס די פראטעסטן.
* * * *
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער פראנצויזישער פּרעזידענט עמאניועל מאקרון לאזט נישט נאך פון זיין נייעם שטייפן קאמף קעגן ראדיקאלע איסלאם, און ער האט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון "רעפּובליקאנער ווירדן" וואס ער פארלאנגט אז די מוסולמענער פירער זאלן מסכים זיין דערצו און זיי האבן א דעדליין ביז 15 טעג.

צווישן די זאכן וואס מאקרון פארלאנגט, אין ליכט פון טעראר אטאקעס, איז צוימונגען אויף היים-סקול פאר מוסולמענער קינדער און א פארלאנג אז יעדעס קינד זאל האבן אן איי-די נומער, צו קענען מאכן זיכער אז עס איז אין סקול.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פראנקרייך האט באשטעטיגט א נייע א"ג סעקיוריטי געזעץ וועלכע פארבאט צו פילמירן און אפכאפן פאליציי..

(אי דאס נארמאל??!!)

מאסיווע ראיאטן האבן אויסגעבראכן
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

שיעלע בהמה האט געשריבן:פראנקרייך האט באשטעטיגט א נייע א"ג סעקיוריטי געזעץ וועלכע פארבאט צו פילמירן און אפכאפן פאליציי..

(אי דאס נארמאל??!!)

מאסיווע ראיאטן האבן אויסגעבראכן

און איך האב געמיינט אז טראמפ איז דער דיקטאטור, אדער "היטלער ימ"ש" ווי אנדערע גלייכן עם צו רופען ...
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פנימחדשות האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:פראנקרייך האט באשטעטיגט א נייע א"ג סעקיוריטי געזעץ וועלכע פארבאט צו פילמירן און אפכאפן פאליציי..

(אי דאס נארמאל??!!)

מאסיווע ראיאטן האבן אויסגעבראכן

און איך האב געמיינט אז טראמפ איז דער דיקטאטור, אדער "היטלער ימ"ש" ווי אנדערע גלייכן עם צו רופען ...

יא יא

די דעמאקראצן האלטן און איין רעדן פון אונזערע טראדיציאנאלע עלייס..

גיי זאג זיי אז די אמעריקאנע פאונדינג פאדערס זענען אפגעבריטע און אנטלאפענע פון אונזערע א"ג עלייס

(ואגב דאגב, דאס איז די ענטפער ווען די דעמאקראטן שרייען אז די קאנסערוואטיוון פון ענגלאנד זענען אסאך מער ליבעראל ווי די אמעריקאנע קאנסערוואטיוון, יוראפ איז נישט אמעריקע, דעמאקראטיע איז נישט רעפאבליק וכו')
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

https://ahblicklive.com/post.php?id=4495

וואס גייט דארט פאר?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נפשי חמדה האט געשריבן:https://ahblicklive.com/post.php?id=4495

וואס גייט דארט פאר?

פראנקרייך – צענדליגער טויזנטער האבן זיך פארזאמלט אויף די גאסן פון פּאריז, צו פארשרייען פּאליציי ברוטאליטעט און צו פּראטעסטירן קעגן א נייעם געזעץ וואס די רעגירונג האט באשטעטיגט צו באשיצן פּאליציי אפיצירן. דער פּראטעסט איז פאררופן געווארן איבער א נייעם געזעץ וואס וועט צוימען די לעגאליטעט פון פילמירן און פּובליצירן פּאליציי אפיצירן אינמיטן אפּעראציעס אדער ביי אן אקטיווע סצענע. אקטיוויסטן זאגן אז דאס געזעץ וועט געבן מער פרייהייט פאר אפיצירן צו טאן וואס זיי ווילן אנע קאנסעקווענצן. (דער איד דעילי)
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:https://ahblicklive.com/post.php?id=4495

וואס גייט דארט פאר?

פראנקרייך – צענדליגער טויזנטער האבן זיך פארזאמלט אויף די גאסן פון פּאריז, צו פארשרייען פּאליציי ברוטאליטעט און צו פּראטעסטירן קעגן א נייעם געזעץ וואס די רעגירונג האט באשטעטיגט צו באשיצן פּאליציי אפיצירן. דער פּראטעסט איז פאררופן געווארן איבער א נייעם געזעץ וואס וועט צוימען די לעגאליטעט פון פילמירן און פּובליצירן פּאליציי אפיצירן אינמיטן אפּעראציעס אדער ביי אן אקטיווע סצענע. אקטיוויסטן זאגן אז דאס געזעץ וועט געבן מער פרייהייט פאר אפיצירן צו טאן וואס זיי ווילן אנע קאנסעקווענצן. (דער איד דעילי)

שכוח.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענע פראנצויזישע פרעמיער ניקאלאס סארקאזי טרעט היינט ביי א פראצעס אין וועלכע ער ווערט אנגעקלאגט מיט קארופציע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

איראנער פארלאמענט האט היינט באשטעטיגט א געזעץ וואס פאדערט פון די רעגירונג צו פארבאטן איינטריט פאר יו.ען אינספעקטאר'ס ביי די נוקלעארע איינריכטונגען אין לאנד. אויך טוט די געזעץ פאדערן אז עס זאל געהעכערט ווערן די שטארקקייט ביי וואס די אוראניום ווערט בארייכערט - מער וויפיל עס פעלט אויס פאר ציווילע באנוץ, אבער פארט נישט גענוג פאר מיליטערישע וואפן.

די געזעץ געט א פענסטער פון 30 טאג פאר די איראפע'אישע לענדער אנגעשלאסן אין די 2015 אפמאך צו טרעפן א וועג צו אויסקרויזן אמעריקאנע סאנקציעס ביים האנדלען מיט איראן, וואס אויב טרעפן זיי נישט א וועג ארום וועט די געזעץ אריינגיין אין פולן קראפט.

- - - - -
זעהט אויס זיי זוכן נישט צו ווארטן אויף ביידען'ס איינשווערונג.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די רוסישע רעגירונג האט נעכטן געזאגט אז זי האט אוועקגעשטעלט א צאל מיסיל פארטיידיגונג סיסטעמען פאר קאמפס צוועקן אויף א גרופּע אינזלען נעבן יאפּאן.

די רעדע איז פון עטליכע אינזלען וואס יאפּאן און רוסלאנד קריגן זיך שוין יארן לאנג ארום פאר וועמען עס באלאנגט.

די סאוויעטן האבן פארכאפּט די אינזלען ביים ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג און זינט דאן איז די אישו איבער די אינזלען נישט געלעזט. רוסלאנד'ס אוועקשטעלן מיסילס וועט באנייען דעם געפעכט.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

געוועזענע פראנצויזישע פרעזידענט וואלערי גיסקאר ד'עסטין איז געשטארבן אין עלטער פון 94 יאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”