קאנסילמאן האט געשריבן:Yang2020 האט געשריבן:יוטא איז פון די רויטע שטעט וואס וועלן גאנץ מעגליך גיין פאר יענג קעגן טראמפ.
הסבר פארוואס?
בעיקר ווייל אזוי ווייזן אינטערנעל סטאטס. אבער אביסל הסבר:
יוטא איז א עקסטרעם קאנסערוואטיווע סטעיט, אבער פאסט נישט אריין מיט די געווענליכע טיף רויטע שטעט. זיי גלייבן אין ארויסהעלפן פליטים און אימיגראנטן, פארבעסערן סאושעל וועלפעיר (כאטש נישט אויף א וועג וואס די רעגירונג זאל אריינרעדן, מער וועגן דעם שפעטער), און נאך. און איבער אלעם איז מאראלישע כאראקטער זייער וויכטיג ביי זיי, זיי האבן גרויסע פראבלעמען מיט טראמפ, און ער האט טאקע נאר באקומען דארט 45%.
פארגאנגענע עלעקשאן האט פאר א שטיק צייט אויסגעקוקט ווי דער דריטע פארטיי קאנדידאט, McMullan, וועט קענען געווינען יוטא. יוטא איז צום סוף געגאנגען פאר טראמפ, ווייל א דריטע פארטיי קאנדידאט איז נישט עלעקטעבל (McMullan האט באקומען 21%). ווידער מיט אנדערע דעמאקראטן האבן זיי שוין איינמאל פראבלעמען (קלינטאן האט באקומען 27%).
אבער יענג איז נישט קיין טיפיקל דעמאקראט.
נעמענדיג נאר דער ענין פון סאושעל וועלפעיר און צדקה, איז יענג דער איינציגסטער פון ביידע זייטן וואס פלאנט עס צו פארבעסערן אויף א וועג וואס געבט נישט מער קראפט פאר די רעגירונג נאר פארקערט, עס העלפט פריוואטע מענטשן זיך העלפן און נוצן דאס געלט צו וואס זיי פארשטייען. און איך רעד דא נישט נאר פונעם פרידאם דיווידענד נאר אויך פון זיינע אנדערע פאליסיס, א שטייגער ווי דער Prosperity Grant (וואס איז געלט וואס קען נאר גענוצט ווערן פאר טשאריטי, יעדער פאר וואס ער שפירט פאר ריכטיג, אנשטאט ביליאנערן זאלן דאמינירן פילאנטראפיע ווי יעצט). נאר פאר דעם אליין וועלן געוויס זיין אסאך מארמאנען און אנדערע יוטא איינוואוינער וואס וועלן שטימען פאר יענג קעגן טראמפ.
דערנאך די אישוס פון פאמיליע ווירדן, דאס ווערט פון סטעי עט האום מאמס, באשיצן קינדער פון שמוץ, און אפשטעלן די צופאלונג און צוריק צאמנייען משפחות און לאקאלע קאמיוניטיס. יענג איז דער איינציגסטער קאנדידאט (איך רעד שוין נישט פון דעמאקראטישע קאנדידאט) וואס איז פארנומען דערמיט און האט א רייע פאליסיס דערוועגן. און פארשטייט זיך אז טראמפ'ס פריוואטע לעבן העלפט אים דא נישט ארויס.
נאנט צו דעם איז די נושא פון די שטייגנדע זעלבסטמארד ראטע, בעיקר ביי צענערלינגען און יונגע עדאלטס. יוטא האט פון די העכסטע זעלבסטמארד ראטעס אין אמעריקע, בעיקר טאקע ביי צענערלינגען און יונגע עדאלטס, און ווידער איז יענג דער איינציגסטער וואס רעדט דערפון און האט פלענער וויאזוי עס צו פארבעסערן.
מארמאנען גייען זייער פאר דיסציפלינירטע מענטשן מיט פרינציפן. יענג איז א מענטש וואס האט זיך אליינס ארויפגעדראפעט צו הצלחה, האט באשלאסן נישט צו קריכן ווייטער איינמאל ער האט שוין געהאט גענוג, האט זיך געטיילט מיט די רווחים פון פארקויפן זיין ביזנעס מיט די (עקסטרעם גוט באצאלטע) ארבעטער, האט אויפגעגעבן זיין קאריערע און אוועקגעגעבן רוב פון זיין געלט צו העלפן טויזנטער אנדערע מענטשן, האט פארלאנגט פונעם נאן-פראפיט וואס ער האט געגרינדעט זאל אים מיט גארנישט ארויסהעלפן און אים נישט אינדארסירן, געבט רעגלמעסיג אוועק ריזיגע שטיקער פון זיין (פארהעלטמעסיג באשיידענע) אינקאם פאר וואוילטעטיגע צוועקן, נעמט זיך אן פאר זיינע גרעסטע פיינט און האט גע'שתדל'ט אז דער וואס האט אים פארשעמט און גערופן ראסיסטישע צונעמען אויף טעלעוויזיע זאל נישט פארלירן זיין פרנסה, זיין צוגאנג איז אלעמאל פאזיטיוו און אן קיינע אטאקעס, און אויך ווען ער ברענגט ארויס פארוואס ער האלט אנדערש ווי יענעם איז ער מקדים מיט וואס יענער איז יא גערעכט. און די ליסטע איז נאך גאר לאנג.
אויב שטימט אויף איין קאנדידאט דער לעיבל "דיסציפלינירטע מענטש מיט פרינציפן" איז עס אויף יענג.
גראדע איז יוטא נישט די איינציגסטע רויטע סטעיט וואס יענג קען מאכן פאר א סווינג סטעיט (און אנדערע דעמאקראטן קענען נישט), אלאסקא איז צווישן די אנדערע.