ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Evan Low, א סטעיט אסעמבלי מיטגלידער און געוועזענער מעיאר אין קאליפארניע, האט אינדארסירט ענדרו יענג.
חוץ פון דעם, וועט ער אויך העלפן פירן דעם קאמפיין אויפן נאציאנאלן פראנט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דאכצעך אז עס מיינט אז דער עקאונט איז קאנפירמט אז עס איז טאקע דער באקאנטער פיגור.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

דאס איז דער טשעק מארק, די בלויע היטל איז נאך עפעס.
1.png
1.png (1.59 KiB) געזען 1016 מאל

2.png
2.png (1.51 KiB) געזען 1016 מאל

3.png
3.png (1.62 KiB) געזען 1016 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

https://www.nytimes.com/interactive/202 ... rview.html

זייער הנאה געהאט צו ליינען, ער ענטפערט זייער קלאר
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א דאנק פארן צוצייכענען. זיי פרעגן אים שווערע פראגן און ער ענטפערט הערליך.
(צו לאנג צו ברענגען אהער)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:דער קאמעדיען און אקטיאר Dave Chappelle האט היינט אפיציעל אינדארסירט ענדרו יענג. און ער גייט פערפארמען אין סאוט קאראליינע ארויסצוהעלפן דעם קאמפיין.

ער איז נישט אזוי באקאנט ביי אונז (אדער כאטש ביי מיר), אבער ער איז א קולטורעלע פענאמענאן אין אמעריקע, און בעיקר ביי אפריקען אמעריקענס. ער ווערט באטראכט פון די געציילטע מענטשן היינט וואס ווערן געשעצט דורך רוב אמעריקע. אבאמא'ס שטארקייט אין די פריע שטאטן איז טיילווייז קרעדיטירט פאר אים.
ער האט צוויי מאל געווינען די עמי און גרעמי אויסצייכענונגען, און עטליכע חדשים צוריק באקומען דעם מארק טוועין פרייז, וואס הייסט דער גרעסטער כבוד אין קאמעדיע.


אלע טיקעטס, פאר צוויי באזונדערע נעכט, האבן זיך אויספארקויפט אין מינוטן.
yynccbn5w5b41.jpg
yynccbn5w5b41.jpg (45.15 KiB) געזען 977 מאל


טויזנטע מענטשן ווארטן אין די רייע.
sh2iypn8u5b41.jpg
sh2iypn8u5b41.jpg (91.47 KiB) געזען 977 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

Goodmorning האט געשריבן:https://www.nytimes.com/interactive/2020/01/15/opinion/andrew-yang-nytimes-interview.html

זייער הנאה געהאט צו ליינען, ער ענטפערט זייער קלאר

אבנארמאל. איך פלעג אסאך טראכטן, אז א פאליטישאן האט אן אישו וויאזוי צו רעדן, ווייל ער איז אונטער סקרוטיני 24/7 און ער מוז וואטשן און טראכטן וואס ער טוט, כ'הייב אן זעהן אז מ'קען האבן א לאנגע, רעכט תוכנ'פולע אינטערוויא, אן רעדן הייפ און לופט, רעדן צו די זאך, מיט געשמאק און באק ציינער.

ווי זאגט מזל מידיע? וויאזוי זאגט מען WOW אין אידיש?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

ענדרו יענג האט שוין אויפגעטריבן א מיליאן דאלער אין די צוויי טעג פון ווען די דעבאטע האט אים פארפאסט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

די שאנסן פאר יענג צו געווינען די זשענעראל עלעקשאן איז דרייפאכיג.

1)קודם די פשוט, די דעמאקראטישע וויילער. אבער ביי יענג קען מען זאגן אלע דעמאקרטישע וויילער. אנדערש ווי ווארען ווס. סענדערס, וואס זייער וויילער זענען זייער אויפגערעגט איינער אויפן אנדערע, אדער ווארען/סענדערס ווס. ביידען וואס טענה'ן זיך אגאנצן דעבאטע. איז אבער אנדערש מיט יענג, יענג ביים דעבאטע שיסט נאר זיינע קורצע קלארע סטעיטמענטס, אטאקירט נישט אנדערע, און ס'איז קיינמאל געווען א היציגע אויפטויש צווישן יענג און איינע פון די אנדערע קאנדידאטן, וואס זאלן איבערלאזן אן אפענע ריס. וועגן דעם מיינעך כמעט אלע דעמאקראטישע וויילער העלן זיך פילן באקוועם צו וואטן פאר יענג איז די זשענעראל.

2) רעפובליקאנער/פראו-טראמפ וויילער. דאס קען מען אנזעען סיי דא אויפן וועלטעל און סיי אינעם יענג סוברעדיט.
דארט זענען שוין ארויסגעקומען אסאך טראמפ שטיצער וואס האבן געשריבן זיי זענען אפען פאר יענג און זיי ווילן הערן מער קלארער זיינע פאליסיס.
ווי אויך האבן היבש אפאר רעפובליקאנער געשריבן, אז זיי גייען טוישן זייערע פארטיי רעגיסטראציע צו קענען וואטן פאר יענג אין די פריימעריס. און אפילו זיי זאגן אז אין די זשענעראל העלן זיי נאך מוזן שטימען פאר טראמפ, אבער צוביסלעך איינמאל מ'שטימט פאר יענג אוו מען ווערט נאנטע און נאנטער, איז דא ערנסטע שטענסעס אז זיי זאלן אינגאנצן טוישן. איז יענג קען מאכן עט ליעסט אסאך פראו-טראמפ וויילער אין א הארט פלאץ פארוועם צו שטימען, און דאס אליינס איז שוין גוט.

3) און דער עיקר, די זשענעראל עלעקשאן קאמפיין בכלל. טראכט איבער די 16' קאמפיין, און מאלט זיך עס אויס מיט יענג אנשטאט קלינטאן...
אנדערש ווי ביידען, ווארען, סענדערס ועוד, האט טראמפ מיט זיינע וויילער נישט צו שטארק פיינט יענג, און טראמפ האט נישט -אנדערש ווי ביי די אנדערע קאנדידאטן- מיט וואס חוזק צו מאכן פון יענג. וואס גייט ער קענען שרייען??
און בכלל ביי די דעבאטעס גייט זיך יענג נישט לאזן, טראמפ גייט איינמאל און נאכאמאל טרייען אריינצוברענגן די שמועס פערסאנעאל, און יענג גייט זיך פשוט נישט לאזן! יענג העט ווייטער ענטפערן אויפן שאלה וואס מען העט אים פרעגן, און טראמפ גייט טאפן א וואנט.
טראכט אריין אין דעם, און מ'זעט עס דא אויך, אפילו דיע ניקס וואס זאגן זיי גייען שטיצן פאר טראמפ אנטקעגן יענג, אטאקירן אבער נישט יענג ווי זיי טוען צו אלע אנדערע קאנדידאטן, און דאס מאכט טראמפ פארלירן די מעכטיגסטע געצייג וואס ער האט.

אשע"כ איז די דריעם אף די סענטרי אז יענג זאל זיין די נאמיני, זאל ער אבער נאר זיין די נאמיני (aka, די DNC זאל לייגן אגענדעס אין א זייט, און טוען וואס ס'איז ריכטיג....)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

לכאורה האט מען אים נישט אזוי פיינט ווייל מען נעמט אים בכלל נישט ערנסט. דארט ווארימען, אויב ווערט ער נאמעני וועט מען אים מאכן אזוי צושטאנד ביי פאקס מיט אלע אינטערעסאנטע פאליסיס. איך בין גאנץ אימפרעסד פון אים, אבער איך האלט נישט אז דאס איז אמת
שויתי ה' לנגדי תמיד
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

אויב יענג געווינט אין ער ווערט שנעל געוואר אז זיין חלום פון געבען $1000 א חודש, גייט קיינמאל נישט באשטעטיגט ווערן אין קאנגרעס אין און סענאט, וואס זענען זיינע פאלעסיס, מער טראמפ, ביידען אדער סענדערס?
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

קאטאגאריש האט געשריבן:אויב יענג געווינט אין ער ווערט שנעל געוואר אז זיין חלום פון געבען $1000 א חודש, גייט קיינמאל נישט באשטעטיגט ווערן אין קאנגרעס אין און סענאט, וואס זענען זיינע פאלעסיס, מער טראמפ, ביידען אדער סענדערס?

יענג'ס פאליסיס (קרעדיט @יענג2020)


יענג האט פאליסיס און סעלושנס וואס קיין איין קאנדידאט האט נישט. שווער צו זאגן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קאטאגאריש האט געשריבן:אויב יענג געווינט אין ער ווערט שנעל געוואר אז זיין חלום פון געבען $1000 א חודש, גייט קיינמאל נישט באשטעטיגט ווערן אין קאנגרעס אין און סענאט, וואס זענען זיינע פאלעסיס, מער טראמפ, ביידען אדער סענדערס?


די דרך ארוכה וקצרה צו וויסן יענג'ס פאליסיס איז, נאכצוקוקן די דאטא און שטודיעס בשייכות צו א געוויסן פראבלעם, און פרובירן אויסצושטעלן לויט דעם א לעזונג וואס רייסט ארויס די ווארצלען פונעם פראבלעם אנשטאט לינדערן די סימפטאמען, וואס איז פראגמאטיש אבער ווייטגרייכנד, וואס נעמט זיך צו הילף די מארקעט כוחות און מענטשליכע נטיות אנשטאט גיין קעגן זיי, און וואס רעכנט אריין די ברייטערע בליק און ארומיגע אישוס וואס ציען זיך פון דעם פראבלעם ווי אומזעבארע פעדעמער. כמעט אלעמאל וועט יענג'ס פאליסי זיין די זעלבע אדער ענליך.

די דרך קצרה וארוכה איז נאכצוקוקן זיין פאליסי, זיך וואונדערן פארוואס א מענטש זאל אויפקומען מיט אזא משוגעת, קומען פרעגן אין דעם אשכול, און זיך טענה'ן מיט מיר גענוג לאנג ביז איך וועל ברענגען די דאטא און שטודיעס :smile:

אין רוב אישוס קומט עס אויס אנדערש ווי אלע דריי אויסגערעכנטע. עס איז שווער אים צו שטעלן אין א "ליניע" ווייל ער גייט נישט לויט אידעאלאגיע נאר לויט רעאליטעט.
צום ביישפיל, לויט וויפיל קרימינאלן און היימלאזע און וועלפעיר באנוצער קומען ארויס פון צובראכענע שטיבער, וועט זיך אמעריקע נאר שפארן פון צושטעלן מערידזש קאונסעלינג אומזיסט. לויט וויפיל אמעריקע געבט אויס ביי יעדע נאטורליכע דיזעסטער, צו ראטעווען געשטראנדעטע (על פי רוב ארימע וואס זעען זיך נישט ארויס פון זייער וואוינארט) און נאכדעם איבערבויען זייערע הייזער, וועט מען נאר פארדינען פון זיי צושטעלן מעגליכקייטן זיך צו באזעצן אין אנדערע שטעט רואיגערהייט.
איינער וואס זעט נאר די פאליסיס אויבערפלעכליכערהייט קען מיינען אז ער איז א מתנות טיילער. אבער די דאטא צייגט אז מוחל זיין אלע סטודענטן חובות וועט ברענגען מער שאדן ווי נוצן, איז ער דערקעגן אנדערש ווי זיינע קאלעגעס.

(אגב, דער פרידאם דיווידענד האט א העכערע שאנס דורכצוגיין ווי רוב פלענער פון די דעמאקראטישע קאנדידאטן)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Goodmorning האט געשריבן:לכאורה האט מען אים נישט אזוי פיינט ווייל מען נעמט אים בכלל נישט ערנסט. דארט ווארימען, אויב ווערט ער נאמעני וועט מען אים מאכן אזוי צושטאנד ביי פאקס מיט אלע אינטערעסאנטע פאליסיס. איך בין גאנץ אימפרעסד פון אים, אבער איך האלט נישט אז דאס איז אמת


א שטיקל פוינט, אבער דאס קען נישט זיין די גאנצע זאך. אזעלכע וואס האבן אראפגעריסן דילעיני און אפילו וויליאמסאן האבן נאר גוטע ווערטער צו זאגן אויף אים.
אויך, אפשר פאקס. אבער רעפאבליקאנער בכלל נעמען אים שוין יעצט ערנסטער ווי דעמאקראטן נעמען אים.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:אין א אינטערוויו מיט דזשאו ביידען האט ער פון זיך אליינס אויפגעברענגט יענג.
"דער מענטש וואס מאכט די מערסטע סענס - גלייב עס צי נישט - איז יענג. ער איז גענוג קלוג צו וויסן וואס דער פראבלעם איז"

ווען ער איז דערויף געפרעגט געווארן אויב ער וואלט גענומען יענג פאר קאמערץ סעקרעטאר אין זיין אדמיניסטראציע, האט ביידען זיך אנטזאגט צו ענטפערן. ”It’s presumptuous of me"

https://www.carrollspaper.com/news/a-co ... 51d12.html


ביידען האט לעצטענס געזאגט פאר יענג, "דו האסט אזא גוטע שאנס צו געווינען ווי איך האב. אויב געווינסטו, גיי איך רעטייערן. אויב געווין איך, וועסטו זיין פון די ערשטע מענטשן וואס איך וועל רופן, מאך זיך גרייט"

(איין זאך ווייס איך שוין איבער ביידען, אז רעכענען שאנסן איז נישט זיין שטארקע זייט :wink: )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

יעצט אז מען זעט אז די דעמס האבן דירעקטט אויסגעשטעלט די אימפיטשמענט פארהערן אויך א אופן צו העלפן ביידען, איז עס געווארען זייער פארשטענדליך דאס ארויסריקען יענג פונעם פארמעסט, יענג וואלט נאך געקענט ערענסט אנציען אין אייוואע און נ"ה זייענדיג דער איינציעגסטער אלטערנעטיוו קאמפיינער קעגן ביידען!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איי בודידזשאדזש איז מיילן העכער יענג?

תיקו

איך גלייב אז יענג'ס זיין גרויס העלפט ביידן, זייענדיג שטערקער ביי בערניס דעמאגרעפיגס, יונגע און נישט קיין פארטיי מענטשן.

פעלאוסי קען פשוט אינדארסן ביידן אויב זי וויל. עס וואלט מער אויסגעמאכט.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אה, ווען מען קען וואלט מען געטיען די זעלבע מיט בודידזשאדזש, אבער מען קען נאר וואס מען קען.

אבער בעיקר, אויב בודידזשאדזש ווערט גרויס איז עס נישט אזא פראבלעם,
אבער אויב יענג וווערט גרויס איז עס עפעס וואס די דעמ'ס קענעען נישט הענדלען.
יענג איז טאקע אביסל קוריאז, אבער ער קומט אריין קלארער פון סיי וועלכע דעמעקראטישע קאנדידאט וואס ביז יעצט די מינוט האט נאך קיינער פון די אנדערע קאנדידאטעו נישט אהער געשטעלט א וויזיע און סיבה פארוואס צו וואטען פאר אים.

צווישען א סעמי שטארקע יענג קאנדידאט, און שטארקע סאנדערס קאנדידאט, קענענן די דעמס פארשליסען די 2029 פארמעסט אפילו מיט ביידען אין שפיטץ, הילער-2016 וועט נאר זיין א משל צו 2020.
לעצט פארראכטן דורך קאנסילמאן אום מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ברויך דאך פעלאוסי יא וועלן אז יענג זאל געווינען?
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ערגעץ ווי האט דא איינער געברענגט א טעסט צו ענפערן פראגעס און אזוי זעען מיט וועלכע קאנדידאט מען איז די מערסטע איינשטימונג,

איך ווייס נישט ווי אקעראוט עס איז, אבער ביי מיר איז עס אויסגעקומען 76 פארצענט מיט טראמפ, 65 מיט יענג, 55 מיט בלומבערג, און עטוואס מיט גאאבערד.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ביידען איז די סעיפעסט קאנדידאט און עס איז נישט מער ווי נארמאל אז די עסטעבלישמענט זאל טוהן אלעס אין זייער פאוער צו מאכען אים דער געוואונער, די מידיע איז אבער בכלל נישט אזוי אנציקט פון ביידען, זיי ווייסען יא אז מיט אלע זיינע פערזענליכע מעלות האט ער צוויי גאר גרויסע פראבלעמען.

1. ער האט נישט קיין פלאן וואס מענטשען קענען אים אידענטיפיצירען מיט - און דאס איז געוועהן א מעיזשאר הילערי אישו ווען זי איז געגאנגען קרעזי אנטי טראמפ אבער פראו גארנישט.
2. ער האט אביסעל כאריזמע אבער אן א מאכטפולע ענערגישע קאמפיין עס אויסצופאמפען איז כאילו ער האט נישט קיין כאריזמע.

די מידיע ווייסט עס און זעהען אים אלס א פארלוסט אנטקעגן טראמפ, זיי ווייסען אז בערני ברענגט א פלאן מיט א ענערזשי אונטער דעם, זיינע פלענער זענען אפשר נישט אזוי פאפולער אבער עס האט א ערענסטע באוועגונג אינטער דעם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יא, אבער פעלאוסי האט פשוט די ברירה צו אינדארסן ביידן, וואס וואלט אויסגעמאכט מער ווי אזאנע נארישע שטיק.

בד"וו קען פשוט זיין די מידיע ווייסט אז זייערע רעיטינגס וועלן זיין אין דער ערד אונטער פרעזידענט ביידן.

לגבי פאראויסזאגן פרעדיקשנס איז די מידיע גאנץ שוואך.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום זונטאג יאנואר 19, 2020 2:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

Goodmorning האט געשריבן:לכאורה האט מען אים נישט אזוי פיינט ווייל מען נעמט אים בכלל נישט ערנסט. דארט ווארימען, אויב ווערט ער נאמעני וועט מען אים מאכן אזוי צושטאנד ביי פאקס מיט אלע אינטערעסאנטע פאליסיס. איך בין גאנץ אימפרעסד פון אים, אבער איך האלט נישט אז דאס איז אמת

זאלן זיי נאר רעדן פון פאליסיס..

טראמפ'ס שטארקייט אין 2016 איז נישט געקומען פון דעבאטירן פאליסיס, ס'געקומען פון אטאקירן קאנדידאטן מיט פערזענליכע טשעפערייען אדער מיט אויפבלאזן סקאנדאלן.

ביי יענג האט ער נישט ניטאמאל א קערנדל צו אויפבלאזן צו א סקאנדאל.
לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום מוצ"ש יאנואר 18, 2020 10:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:לכאורה האט מען אים נישט אזוי פיינט ווייל מען נעמט אים בכלל נישט ערנסט. דארט ווארימען, אויב ווערט ער נאמעני וועט מען אים מאכן אזוי צושטאנד ביי פאקס מיט אלע אינטערעסאנטע פאליסיס. איך בין גאנץ אימפרעסד פון אים, אבער איך האלט נישט אז דאס איז אמת

זאלן זיי נאר רעדן פון פאליסיס..

טראמפ'ס שטארקייט אין 2020 איז נישט געקומען פון דעבאטירן פאליסיס, ס'געקומען פון אטאקירן קאנדידאטן מיט פערזענליכע טשעפערייען אדער מיט אויפבלאזן סקאנדאלן.

ביי יענג האט ער נישט ניטאמאל א קערנדל צו אויפבלאזן צו א סקאנדאל.

מיינסט א ודאי 2016.

טראמפ האט נישט געהאמערט אימיגרעישאן, טרעיד און די וואשינגטאן סוואמפ?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”