שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

אין כל חדש האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:ווייסט איינער צו די פאטער פון להבחל"ח מרת פערענץ הי"ד האט גערעדט ברבים?

געהערט אז ער האט מספיד געווען אין קרית יואל פארענט פון ביהמ"ד הגדול 5 גארפיעלד

איז דא ערגעץ רעקאדירונגען דערפון?

השם הטוב יאמר לצרותינו די, די משפחה האט שוין ליידער געהאט איין טראגעדיע, די מאמע פון די נפטרת איז אויך ליידער אוועק אינג ל"ע

איין שוועסטער (מרת שטערן תחי') להבחל"ח מאכט חתונה די קומענדיגע וואך מאנטאג באמצע השבעה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:איינער האט א קלארע בילד פון משה דוד פערענץ

בעט אים אליינס , ער וועט דיר גערן שיקן....

וואס ווילסטי פון דעם יונגערמאן? גענוג וואס יעדער רעדט פון דעם אומגליק, דארף ער נאך ווערן א פובליק פיגור?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
finkl
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 3:38 pm

תגובה דורך finkl »

Kollel האט געשריבן:אונז שטיי מיר יעצט נאך די אומבאשרייבליכע הארצרייסענדע לוויות מיט הימל-שפאלטענדע בכיות פון צוויי יונגע אידישע קינדער וואס זענען ערמארדעט געווארן אויף א שוידערליכען פארנעם ר"ל בלויז ווייל זיי זענען מזרע ישראל.
איך ווייס אז ס'איז נישט באטעמט צו הערן מוסר, אבער פאר וועם דען אויב נישט פאר 'אונזער אייגענע טובה' דארפן מיר יעצט תשובה טון??
די רבי האט געוויינט און געשריגן ביי זיין הארצרייסענדע הספד לפני מטתו פון משה הערש דייטש הי"ד "האטס רחמנות אויף ענק און ענקערע קינדער, ווער ווייסט אויב דאס האט נישט פאסירט צוליב דעם וואס מיר האבן אוועקגענומען די שמירה פון ארום אונז, און מיר זענען געווארן פאר'גואישט מיטן זיך אויפסיינען אויף טוויטער און וואטסעפפ גרופעס וואס שיקן אפיציעל ניבל פה, לשון הרע, ראיות אסירות, און צוליב דעם האבן מיר נישט קיין שמירה אויף אונז רח"ל"!!!
וויפיל נאך צרות דארפן מיר ח"ו ליידן ביז מיר וועלן זיך אויפוועקן?!
ווי קען מען שטיין גלייכגילטיג ווען דער חשובער מאן ר' משה דוד פערענץ שרייט אז "דבורה'לע שרייט איך ווייל גיין צו מאמי" ?!?
ווי קען מען שטיין גלייכגילטיג ווען ר' שלום דייטש שרייט מיט בכיות "וויאזוי קען א טאטע און א מאמע אויסהאלטן ווען הונדערטער בולעטס ווערן אריינגעשאסן און זייער קינד" ?!?
טייערע אידן!! יעצט איז די צייט זיך צו אראפסיינען פון די אלע ניבל פה גרופעס און זיך פארנעמען
צו אויפהערן ארומשיקן פון היינט און ווייטער יעדע שמוציגע לשון הרע מעסעדזש.
ובזכות זה לאמיר האפן אז דער באשעפער וועט צוזאמנעמען די טייכן און טייכן טרערן וואס זענען פארגאסן געווארן ביי די לוויות און ער וועט מאכן דערפון א "כוס ישועות", און ער זאל שוין שיקן משיח צדקינו במהרה אמן.


שטארקע דברי התעוררת. זיך מקבל געווען און דעם ענין
ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 1:12 pm

תגובה דורך ערליכער »

קדוש ונורא האט געשריבן:מען זעהט אויף די קליפ ווי די רוצח וויל קודם גיין אין ביהמ''ד

איז די ביהמ''ד געווען פארשפארט מיט א שלאס?
געווענליך רוב בתי מדרשים זענען נישט פארשפארט אינמיטן טאג

סתם אן הערה אין די סיטי איז וויליאמסבורג בעיקר וואס יעדע שול שטייט ברייט אפען , אפילו קלענערע שולן , און אנדערע געגענטער ווי פלעטבוש אפילו בארא פארק זענעען קלענערע שולן אלע מיט נומבער שלעסער

נישט א גרויסע שול ברויך א נומבער שלאס , עס קען שטיין אין אלף בית די נומבער אין די זייט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

כ'ווייס נישט פון וואצעפ גרופעס אבער רוב אשכול דא איז אנגעפירקלט מיט דמיונות, שאלות און השערות און בויך וויי פון אזויפיל ניקס און יעדע מאל איך קום צוריק זעהן אויב ס'דא עפעס נייעס טרעף איך נאך 5 בלעטער אנגטשאטשעקט מיט די אומוויכטיגע לופטיגע תגובות,
יעצט ענטפער מיר אז דו ווילסט נישט קום נישט דא אריין....... אבער ס'נישט ריכטיג, מען קען אנברענגען שעות פאר דברי ריק והבל.
מעיקרא מאי קסבר איז נאר א ענין אין די גמרא, נישט פטפוטי דברים של כל אחד ואחד.
ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 1:12 pm

תגובה דורך ערליכער »

מי כעמך ישראל
יעדע דאלאר ציילט , שוין דא 49 פעיזעשס

אז איר קענט נישט אליינס לייגען העלפטס עס פארשפרייטען ווי אימער

לאמיר ווייזען פאר די צובראכענע טאטע אן קיין ווייב אן קיין פרנסה אז געלט איז נישט קיין אפהאלט צו קענען אים שטעלן אויף די פיס

לאמיר דערגרייכן 100 טויזענט נאך היינט נאכט
געבן צדקה לעילו נשמת די קדושים און געלט פאר איר קליינע יתומים
לע"נ משה צבי ז"ל השם ינקום דמו בן ר' אברהם שלום אהרןנ"י.
לע"נ לאה מינדל ז"ל השם ינקום דמה בת ר' בנימין צבי נ"י.
https://www.charidy.com/jcvictims
אטעטשמענטס
Screenshot_20191212-182511_Samsung Internet.jpg
Screenshot_20191212-182511_Samsung Internet.jpg (247.13 KiB) געזען 2042 מאל
לעצט פארראכטן דורך ערליכער אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 6:35 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

ווער איז דאס הרה״ח ר׳ משה הערש דייטש הי״ו וואס האט געהאלפען אוועקשטעלן ק״ק דזשוירזי סיטי?

איך פארשטיי אז ר׳ משה הערש איז די טאטע פונם אוד מוצל מאש הר״ר חיים דייטש הי״ו, און א פעטער פונם קרבן ציבור הבה״ח משה הערש דייטש הי״ד.

אויב יא, קומט אויס אז די זוהן פון ר׳ משה הערש, איז געראטעוועט געווארען בדרך נס פונם שלאכטפעלד ממות לחיים, טאקע אינם ק״ק דזשוירזי סיטי, וואס ער [די טאטע] האט געהאלפען אוועקשטעלן!

--------

א עד פונם דינער פון ק״ק דזשוירזי סיטי, פרשת פקודי תשע״ט

greenville din.jpg
greenville din.jpg (420.62 KiB) געזען 2016 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובה דורך הבעש''ט »

קאלערדיג האט געשריבן:איז זי א שוועסטער מיטן בארימטן זינגער יואלי גרינפעלד?

viewtopic.php?p=2053715#p2053715
ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 1:12 pm

תגובה דורך ערליכער »

moishy56 האט געשריבן:ווער איז דאס הרה״ח ר׳ משה הערש דייטש הי״ו וואס האט געהאלפען אוועקשטעלן ק״ק דזשוירזי סיטי?

איך פארשטיי אז ר׳ משה הערש איז די טאטע פונם אוד מוצל מאש הר״ר חיים דייטש הי״ו, און א פעטער פונם קרבן ציבור הבה״ח משה הערש דייטש הי״ד.

אויב יא, קומט אויס אז די זוהן פון ר׳ משה הערש, איז געראטעוועט געווארען בדרך נס פונם שלאכטפעלד ממות לחיים, טאקע אינם ק״ק דזשוירזי סיטי, וואס ער [די טאטע] האט געהאלפען אוועקשטעלן!

--------

א עד פונם דינער פון ק״ק דזשוירזי סיטי, פרשת פקודי תשע״ט

greenville din.jpg

א שטארקע טיפערע נקודה אז משה הערש דייטש ובנו חיים זענען פון די איינציגסטע גרויסע אינוועסטערס פון אנפאנג אין זשערסי סיטי וואס פארדינגען נאר פאר אידן און פאר ביליג נאר צו בויען די ישוב!
לעצט פארראכטן דורך ערליכער אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 7:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

די פאליס וואס ווערט געזען אויף איינע פון די קליפס אוועק שלעפן דעם פארוואונדעטן אפיציר גלייך אנפאנג איז א סארדזשענט א פרוי, דער פארוואונדעטער איז געשאסן געווארן אין די אקסל וועגן דעם קען ער לויפן
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובה דורך פאראינטערסירט »

זארג נישט האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
שׁטילער האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אז מאיז מעיין גוט זעהט מען דער רוצח האט בדעה צו גיין אין אנדערע טיר, אבער די לעצטע רגע טוישט ער ריכטונג צום געשעפט, איז יענע זייט די ביהמ"ד טיר? ר"ל מקען אפילו נישט טראכטן וואס דארט וואלט געקענט פאסירן.

%100
קלאר ווי דער טאג
ער'ט מתחלה געוואלט די חדר

קיינער ביים פרעס קאנפרענס האט נישט דערמאנט אדער געזאגט אז זיי האבן געצילט דעם חדר און שול
פארקערט זיי האבן גאר געזאגט אז זיי געצילט דעם סטאר
האבן זיי נישט געזען דעם קלארן רעקארדירונג ווי זיי ריכטן צים ערשט זייער טריט צים חדר?

אז מען קוקט גוט איבער דעם קליפ, זעט מען קלאר אז זיי צילן טאקע דוקא יא דעם געשעפט, דער ערשטער רוצח שיסט גלייך אויפ'ן געשעפט ווי נאר ער קומט ארויס פון ווען, נאר אזוי גייענדיג שיסנדיג אויפ'ן געשעפט האלט ער זיך אין איין אויסדרייען צו קוקן אויף זיין רעכטע זייט (ס'קוקט אויס ווי ער קוקט צי זיין שותף קומט שוין) און אזוי האלטנדיג אויסגעדרייט זיין קאפ אויף רעכטס האט ער פשוט נישט באמערקט אז די פוס האבן אים געפירט לינקס (צום חדר) אבער ווי נאר ער דרייט צוריק זיין קאפ האט ער גלייך באמערקט אז ער וואקט שיעף, און ער איז צוריק רעכטס צום געשעפט

אויב זיי האבע טאקע געצילט דייקא דער געשעפט מיינט עס דעמאלט לכאורה אז זיי האבען נישט געוויסט פונעם חדר אויבן. פרעגט זיך דער קשיא, וואס האבן זיי געפלאנט צו טוהן נאכן גראסערי, צו צוריק גיין צום ווען און גיין ערגעץ אנדערש? צו גייט די FBI נאך אלע עלעקטראנישע רעקארדס צו דערגיין פון ווי זיי זענען געקומען און ווי זיי האבן געפלאנט צו גיין?

אדער קען זיין אז דאס לעצטע מאל וואס זיי האבן באזוכט דער גראסערי איז יא געווען דארט א גרעסערע עולם און דאס טאקע האבן זיי געצילט.

אלע השערות דא דרייט זיך אז זיי האבן באמת געמיינט דער תלמיד תורה, אבער יעצט ווערט עס נישט זיכער.

ווי לאנג זענען זיי געוען אין געשעפט ביז די פאליציי האט זיי געהארגעט? און האבען זיי געשאסן די גאנצע צייט? הונדערטער בולעטס האבען זיי געשאסן אין א טויטן קערפער וואס דאס זאגט אז עס איז געווען במקום שיסן אויף לעבעדיגע וואס זיי האבן נישט געטראפן חוץ די פאליס וואס זענען נישט געווען א איזי טארגעט.

געהערט בשם איינעם וואס איז געווען אינוואלווד מיטן זיך מטפל זיין מיט די קדושים ביי די מעדיקל עקזעמינער, אז די רוצחים האבן אריינגעשאסן ארום 20 בולעטס אין יעדע פון די קרבנות.

נישט אז ס'מאכט אויס, אבער ס'גענוג שוידערליך אזוי מ'דארף עס נישט מאכן נאך ערגער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובה דורך חנוך »

מרת פערענץ הייסט 'בתיה' לאה מינדל בת ר' בנימין צבי
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

תגובה דורך Programming »

@פאראינטערעסירט, משה דוד נידערמאן און דער טאטע האבן געזאגט ברבים 'הונדערטער' בולעטס. מסתמא האבן זיי נישט אזאלכע גוטע אינפארמאציע ווי די כלי שני אינפארמאציע בשם א בן בלי שם.

פארוואס זאג איך עס? פשוט איך פרוביר צו פארשטיין דיין מהלך המחשבה. וויאזוי דו פראצעסירסט אינפארמאציע און דאטא וואס דו הערסט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

לפנות בוקר האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א פרישע אויפטרייסלנדע ווידיאו איז ארויסגעגעבן געווארן, דאסמאל פון א סערוועיליענס קעמערא גלייך העכער דעם געשעפט. מ׳קען הערן די שרעקעדיגע שיסערייען וואס זענען ווארשיינדליך אט די בייזבלוטיגע קוילן וועלכע האבן אוועקגענומען אונזערע טייערע נשמות, די קדושי גרינוויל הי״ד.

דראפבאקסגוגל דרייוו

איינצעלנע סעקונדן נאכדעם וואס דער אינגערמאן לויפט ארויס פון געשעפט, זעהט אויס אז מען שיסט אים נאך אויפן גאס ארויס, ריכטיג?

ריכטיג! א פחדיגע נס!


דער יונגערמאן הייסט לאקס?
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

ניחום אבלים
אטעטשמענטס
IMG-20191212-WA0032.jpg
IMG-20191212-WA0032.jpg (87.94 KiB) געזען 1524 מאל
IMG-20191212-WA0031.jpg
IMG-20191212-WA0031.jpg (68.28 KiB) געזען 1524 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

תגובה דורך לפנות בוקר »

קאץ און מויז האט געשריבן:ניחום אבלים

זע איך אז דא שטייט אויך נישט "הקדוש".
לפנות בוקר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

Programming האט געשריבן:@פאראינטערעסירט, משה דוד נידערמאן און דער טאטע האבן געזאגט ברבים 'הונדערטער' בולעטס. מסתמא האבן זיי נישט אזאלכע גוטע אינפארמאציע ווי די כלי שני אינפארמאציע בשם א בן בלי שם.

פארוואס זאג איך עס? פשוט איך פרוביר צו פארשטיין דיין מהלך המחשבה. וויאזוי דו פראצעסירסט אינפארמאציע און דאטא וואס דו הערסט.


מען האט געשאסן 100טער קוילן, נישט אלע זענען פארשטייט זיך אריין אין די גופים פון די נרצחים, הי"ד.

---------------------------------

@טשאדעלע באדעלע שרייבט מיר אז עס איז יא געווען 100טער קוילן אין די גופים פון די נרצחים הי"ד.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 7:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

תגובה דורך Programming »

צל עובר האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:@פאראינטערעסירט, משה דוד נידערמאן און דער טאטע האבן געזאגט ברבים 'הונדערטער' בולעטס. מסתמא האבן זיי נישט אזאלכע גוטע אינפארמאציע ווי די כלי שני אינפארמאציע בשם א בן בלי שם.

פארוואס זאג איך עס? פשוט איך פרוביר צו פארשטיין דיין מהלך המחשבה. וויאזוי דו פראצעסירסט אינפארמאציע און דאטא וואס דו הערסט.


מען האט געשאסן 100טער קוילן, נישט אלע זענען פארשטייט זיך אריין אין די גופים פון די נרצחים, הי"ד.


האסט אויסגעהערט די צוויי אויבנדערמאנטע?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובה דורך פארווייטאגט »

דריידל האט געשריבן:
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:איינער האט א קלארע בילד פון משה דוד פערענץ

בעט אים אליינס , ער וועט דיר גערן שיקן....

וואס ווילסטי פון דעם יונגערמאן? גענוג וואס יעדער רעדט פון דעם אומגליק, דארף ער נאך ווערן א פובליק פיגור?


גוט און קלאהר.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

פאראינטערסירט האט געשריבן:געהערט בשם איינעם וואס איז געווען אינוואלווד מיטן זיך מטפל זיין מיט די קדושים ביי די מעדיקל עקזעמינער, אז די רוצחים האבן אריינגעשאסן ארום הונדערט 20 בולעטס אין יעדע פון די קרבנות.

נישט אז ס'מאכט אויס, אבער ס'גענוג שוידערליך אזוי מ'דארף עס נישט מאכן נאך ערגער.

האסט פלען פארפאסט א ווארט ביים הערן

מפי איינער וואס איז געווען צוזאמען מיט ר' משה דוד אין מעדיקעל עקזעמענערס אפיס
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

תגובה דורך Programming »

Rabbi Niederman said at the news conference that Mr. Deutsch’s body had been found riddled with bullets. “Can you imagine, a few hundred bullets went into the body of a 24-year-old child,” he said, breaking into tears. “How can we as a community bear that?”
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
איך און איך
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 10:41 pm

תגובה דורך איך און איך »

לפנות בוקר האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:ניחום אבלים

זע איך אז דא שטייט אויך נישט "הקדוש".

אבער "הי"ד" יא
אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, דעמאלטס בין איך, איך
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

moishy56 האט געשריבן:ווער איז דאס הרה״ח ר׳ משה הערש דייטש הי״ו וואס האט געהאלפען אוועקשטעלן ק״ק דזשוירזי סיטי?

איך פארשטיי אז ר׳ משה הערש איז די טאטע פונם אוד מוצל מאש הר״ר חיים דייטש הי״ו, און א פעטער פונם קרבן ציבור הבה״ח משה הערש דייטש הי״ד.

אויב יא, קומט אויס אז די זוהן פון ר׳ משה הערש, איז געראטעוועט געווארען בדרך נס פונם שלאכטפעלד ממות לחיים, טאקע אינם ק״ק דזשוירזי סיטי, וואס ער [די טאטע] האט געהאלפען אוועקשטעלן!

--------


א עד פונם דינער פון ק״ק דזשוירזי סיטי, פרשת פקודי תשע״ט

greenville din.jpg


הרה״ח רבי משה הערש דייטש איז פון די וועד בעלי בתים וואס ליגן בעובי הקורה צו די הצלחה פון דעם געגענט.
יא זיין זיהן איז געראטעוועט געווארן ממות לחיים אין דעם אידישן ישוב וואס ער האט א חלק אין אוועקשטעלן בבחינת יכשל בו זרעו??!
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 8:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 1:12 pm

תגובה דורך ערליכער »

מי כעמך ישראל!

כה לחי דערגרייכענדיג די ערשטע 100 טויזענט דאלאר דורך רחמנים בני רחמנים

לייגטס אריין וואס עטס קענטס, שיקטס עס ווייטער , ווייזענדיג מיטלייד מיטן צובראכנעם פאטער אויפצושטיין פון די שבעה אן קיין חובות
די קאמפיין גייט ווערן געטוישט מיט א גאול פאר 1.5 מיליאן דאלאר !
https://www.charidy.com/jcvictims

לע"נ משה צבי ז"ל השם ינקום דמו בן ר' אברהם שלום אהרןנ"י.
לע"נ בתיה לאה מינדל ז"ל השם ינקום דמה בת ר' בנימין צבי נ"י.
אטעטשמענטס
IMG-20191212-WA0225.jpg
IMG-20191212-WA0225.jpg (76.49 KiB) געזען 2261 מאל
לעצט פארראכטן דורך ערליכער אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 9:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובה דורך פראצעדור »

maybeeynot האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:געהערט בשם איינעם וואס איז געווען אינוואלווד מיטן זיך מטפל זיין מיט די קדושים ביי די מעדיקל עקזעמינער, אז די רוצחים האבן אריינגעשאסן ארום הונדערט 20 בולעטס אין יעדע פון די קרבנות.

נישט אז ס'מאכט אויס, אבער ס'גענוג שוידערליך אזוי מ'דארף עס נישט מאכן נאך ערגער.

האסט פלען פארפאסט א ווארט ביים הערן

מפי איינער וואס איז געווען צוזאמען מיט ר' משה דוד אין מעדיקעל עקזעמענערס אפיס


מענטשען דא זענן אזוי פאני

וואס פינקטליך איז א נ"מ און טויטע מענטש 100 אדער 120
א טויטע מענטש פילט שוין נישט מען קען נישט שטארבן 2 מאל
און מען דינגט זיך דא אויף אזאנע שטותים
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”