פוטין טוישט קאנסטיטוציע, פארזיכערט זיך מיט מאכט אויף אייביג.

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
פוטין וויל זיין די איינציגסטע וועלט מאכט? ער לעבט נישט אין לאלא לענד, וויאזוי אין די וועלט קען ער צוקומען אפילו נאנט צו אמעריקע אדער טשיינע? אפילו די סאוויעט יוניאן האט נישט געהאט קיין עכטע טשענס אין ריאליטי קעגן אמעריקע.

קוקט שוין באלד אויס ווי די איזרעלי דמיונות וועגן אן איראנער וועלט מאכט.

ארויסגיין מיט א שטארקע אויבערהאנט נאכן קארעא און וויעטנאם קריג הייסט נישט ביי מיר נישט האבן קיין טשאנס..

די וויעטנאם קריג האבן די וויעטנאמעזער געווינען, די סאוויעט יוניאן האט זיי בלויז צוגעהאלפן, ווען די רוסן האבן פרובירט צו טוו אין אפגאניסטאן דאס וואס אמעריקע האט געטון אין וויעטנאם זענען זיי ארויס מיט סאך גרעסערע פארלוסטן.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

Goodmorning האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:קלינטאן'ס ריסעט איז געווען פאר א דרייפערטל פון זיינע שקצערייען זענען געשען, אמעריקע האט אויך געשטיצט איראק אונטער סאדאם אנטקעגן איראן, מודזשאהאדין אין אפגאניסטאן אנטקעגן רוסלאנד. רוסלאנד איז היינט צוואנציג מאל מער מאכטפול ווי דאן. נאריש צו מיינען ער קען זיין אויף אמעריקע'ס זייט, זיין גאול איז צו זיין די איינציגסטע וועלט מאכט און אפשוואכן די מערב וועלט.


פוטין וויל זיין די איינציגסטע וועלט מאכט? ער לעבט נישט אין לאלא לענד, וויאזוי אין די וועלט קען ער צוקומען אפילו נאנט צו אמעריקע אדער טשיינע? אפילו די סאוויעט יוניאן האט נישט געהאט קיין עכטע טשענס אין ריאליטי קעגן אמעריקע.

קוקט שוין באלד אויס ווי די איזרעלי דמיונות וועגן אן איראנער וועלט מאכט.

בכלל נישט קיין סוד אז ער טראגט זיך ארום מיט פלענער פון צוריקברענגן די שטארקייט פון רוסלאנד. און אמעריקע האט געציטערט פון די סאוויעטן פארבאנד מיט אזויפיל לענדער אונטער איר. ער ארבעט אקטיוו צו אנדרייען נאציאנאליסטישע גרופעס אין אלע מערב לענדער, אמעריקע און אייראפע, צו אפשוואכן זייער שטארקייט אינערליך.

און אז רעאליסטיש איז אמעריקע שטערקער אפשר, מעג ער נישט צילן צו זיין די וועלטס מאכט? ער האט גאנץ אסאך איינפלוס יעצט אויך איבער די וועלט.


אוודאי וויל ער אז ער זאל זיין וואס שטערקער און די מערב וועלט וואס שוואכער, אבער ער וועט קיינמאל נישט קענען זיין אזוי שטארק ווי אמעריקע אדער טשיינע על פי דרך הטבע.

און פוטין איז אויך פאראנטווארטליך פאר אלע פראבלעמען פון אמעריקע און אייראפע? ער האט אריינגעברענגט מיליאנען אימיגראנטן אין יוראפ די לעצטע זעקס זיבן יאר? ער האט חרוב געמאכט מאנופעקטשערינג אין אמעריקע? עס איז סתם א נארישע תירוץ פון די מידיא און די עסטאבלישמענט, אנשטאט מאכן א חשבון הנפש און טראכטן ווי זיי זענען געגאנגען ראנג, געט מען אלעס א שמיר אן אויף אפאר רוסישע באטס.

סארי, אבער די אלעקס דזשאונס קאנספירעסי טעאריעס זענען סאך בעסער אויסגעבאקן.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

טויזנטער מענטשען האבן אנטייל גענומען ביי א ראלי אין מאסקאווא צו פארשרייען פוטין'ס פלענער צו בלייבן ביי די מאכט
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

די ראלי אין מאסקאווא, איז געווען אפצוצייכענען די יארטאג פון ווען דער אפאזיציע פירער באריס נעמטסאוו איז געהארגעט געווארן. אזוי אויך אקעגן דער 67 יעריגער פירער פוטין , וועמענס טערמין לויפט אויס אין יאר 2024 למס', און פירט שוין דאס לאנד זייט יאר 1999
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: פוטין טוישט קאנסטיטוציע, פארזיכערט זיך מיט מאכט אויף אייביג.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פוטין היינט אונטערגעשריבן א געזעץ צו ערלויבן אנליין וואוטינג אין די ארטיגע וואלן.

די אנליין סיסטעם איז שוין גענוצט געווארן אין די פארגאנגענהייט אין געציילטע געגענטער, און אפזיציע פארטייען באשולדיגן אז די רעזולטאטן דערפון ווערן מאניפולירט צו שענקן א געווינס פאר די רעגירענדע פארטיי, א זאך וואס וועט, לויט זיי, יעצט ווערן פילפאכיג אויסגעברייטערט מיט דעם וואס די סיסטעם וועט קענען ווערן גענוצט אינעם גאנצן לאנד.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”