פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם ***בלויז נייעס***

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

שיינע ארבייט מר. קענטאקי.

פארוואס זאגסטו אז ניקי העילי איז אן עסטעבלישמענט קאנדידאט?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קענטאקי האט געשריבן:פאלגענד שטעל איך ארויף א ליסטע פון פאטענציאלע קאנדידאטן פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע, באגלייט מיט א שטיקל ביאגראפיע און עטליכע קורצע אנעקדאטן אויף יעדן קאנדידאט.

דאס איז געבויט מיט די הנחה אז טראמפ וועט געווינען ווידערערוויילונג, כאטש וואס עפ"ר איז עס אקטועל אפילו ער געווינט נישט.
די נעמען זענען געשריבן אן קיין ספעציעלן סדר, חוץ פון די ערשטע פאר קאנדידאטן.

דאנאלד טראמפ דזשוניאר.) דער עלטסטער זון פונעם פרעזידענט. איז שטארק פאפולער צווישן קאנסערוואטיוון אין די לעצטערע יארן, זינט זיין פאטער איז אויפ'ן בענקל. קוקנדיג אויף זיין אויפפירונג, לאזט זיך גלייבן אז ער וועבט פלענער איבער א פרעזידענטליכער געלויף.
אבער אסאך זענען ביי די מיינונג, אז טראמפ וועט נישט לאזן זיינע קינדער לויפן, צוליב פארשידענע סיבות, סיידן ס'מאכט זיך נישט קיין לייטישער קאנדידאט.

ער האט טראמפס חסרונות אן זיינע מעלות, ביי טראמפ זענען טייל פון זיינע חסרונות בעצם מעלות אבער ביים אים.... ער האט נישט וואס צו זוכן אין ווייסן הויז.
איוואנקא טראמפ.) טאכטער און ראטגעבער צום פרעזידענט. שפילט צומאל די ראלע פונעם פוירסט לעידי. אין קאנטראסט צום ברודער, איז זי שטארק דיפלאמאטיש, אטאקירט נישט קיינמאל, ווי עס פאסט זיך פאר א אידישע טאכטער.
פארשטייט זיך אז אויב עמיצער פון די טראמפ פאמיליע זאל באשליסן צו לויפן, דאן טוישט דאס דעם גאנצן בילד, און עס פאלן אוועק רוב פון די נאכפאלגענדע נעמען.

זייער וואויל און זייער פיין, אפשר וואלט איך איר גענומען פאר א שנור.... דאס אלעס.
מייק פענס.) וויצע פרעזידענט. געוועזענער גאווערנער פון אינדיאנא. א שטארק קאנסערוואטיווער רעקארד. אסאך עקספיריענס אין יעדן אפטיילונג פון גאווערמענט. לאזט זיך נישט קיין סאך הערן אלס וויצע. ער וועט מסתמא נאטורליך אריינקומען אלס פראנטראנער. אבער ס'שווער צו זעהן וויאזוי טראמפ שטיצער זאלן זיך צוכאפן צו אזא סארט מענטש, וועמען טראמפ וואלט געוויס באצייכנט אלס לאו ענערדזשי.

אזוי ווי דו זאגסט, לאו ענערדזשי, ער האט נישט קיין שאנס לדעתי. אויך איז ער צו א שטארקער קאפ אין וואנט אריין קאנסערוואטיווער.
ניקי העילי.) געוועזענע אמבאסאדארין צו די יו-ען. געדינט אלס גאווערנער פון סאוט קאראליינע. פאפוליסטיש געשטימט. איר קאנדידאטור ווערט שטארק געשטופט אין די מידיא. זי איז אן עסטעבלישמענט אויסוואל, וועלכע אפעלירט אויך צו קאנסערוואטיוון. איר נאמען פיגורירט אויף יעדע ליסטע איבער 2024 שפעקולאציעס.

אלס יו ען אמבאסאדאר איז זי פיין געווען, אבער וואס זענען אירע כלליות'דיגע מיינונגען איבער אלע אנדערע אישוס? האט זי כאריזמע? קען זי גוט אפעלירן צו וויילער?

בד"וו, ווער איז היינט יו ען אמבאסאדאר?...
טעד קרוז.) סענאטאר פון טעקסאס. ראנער-אפ פון די 2016 פריימעריס. ווערט פאררעכנט ווי א העלד ביי די טי פארטי. ערשטקלאסיגער רעדנער, און טשאמפיאן דעבאטירער. האט עקספירינס אין פירן גרויסע קאמפיינס. אבער מוטשעט זיך מיט א שטארקע לייקעבילעטי פראבלעם, און ווי אויך איז ער נישט קיין פנים חדשות- א חסרון היינטיגע טעג.

איך וואלט בעצם געגאנגען פאר אים, טאקע צוליב די מעלות וואס דו דערמאנסט, אבער ער איז צו גראד קאנסערוואטיוו. ער איז זייער שטאק צוגעבינדן צו זיין אידיאלאגיע, און עס וואלט אים לכאורה שווער געווען צו דיעלן מיט מענטשן וואס האבן אנדערע אידיאלאגיעס ווי ער. ווי אויך איז ער זייער 'פלעין', ער קען נישט אויפטרייבן קיין ענטוזיאזם, און דאס איז א פראבלעם היינט.
מייק פאמפעאו.) סעקרעטערי אוו סטעיט. געוועזענער קאנגרעסמאן. העכסט רעספעקטירט. גאר אן אינטעליגענטער פערזאן, כאריזמאטיש, דארף צו זיין א גוטע דעבאטירער. ער ווערט געזען אלס אן ערנסטער קאנדידאט, אויב זאל ער טאקע לויפן.

איך קען עס הערן, אבער איך דארף הערן פון אים מער איבער אנדערע אישוס חוץ אויסערן פאליסי.
פאול רייען.) געוועזענער האוז ספיקער. ראמני'ס 2012 מיטלויפער. ארבעט היינט פאר פאקס ניוז. ער וועט האבן א הארד טיים, זייענדיג אויף טראמפ'ס שווארצע ליסטע.

נו שוין... א יונגער צוויבל מיט שיינע שאלאכטץ... וואט עלס?...

מארקא רוביא.) סענאטאר פון פלארידע. ער האט גענאסן פון ברייטע נאפאלגערשאפט אין די 2016 פארמעסט, אבער האט זיך ארויסגעצויגן דערפון, צוליב מאנגל אין שטימען. זיין הויפט מעלה דאן, איז געווען זיין יונגקייט און פרישקייט, א זאך וואס ער פארמאגט שוין נישט דאס מאל.

כנ"ל...
ריק סקאט.) געוועזענער גאווערנער, און איצטיגער סענאטאר פון פלארידע. א פריער טראמפ שטיצער. געווען אין די ביזנעס סעקטאר רוב פון זיין לעבן, א מולטי מיליאנער. האט עקספיריענס אין פירן סוקסעספולע קאמפיינס.

איך מיין אז ער איז צו א טרוקענער כאראקטער... איך זע נישט וויאזוי ער קען גיין. פארשטייט זיך אז אלעס ווענדט זיך אין ווער דער קעגנער איז...
ראן דעסענטיס.) גאווערנער פון פלארידע. שטארק טראמפ פריינטליך. פאפולער אין זיין סטעיט, צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך.

קאן איך אים נישט, אבער געהערט גוטע גריסן איבער אים, דארף מען זען מער...
קריס קריסטי.) געוועזענער גאווערנער פון ניו דזשערזי. אומסוקסעספול געלאפן פאר פרעזידענט אין 2016. ער האט א מויל ווי קיינער אנדערש, כאטש וואס געוויסע קוקן דאס אן אלס שלעכטיקייט. זיין טאלאנט וועט אים דארפן גוט דינען, כדי ס'זאל נאך ווערן עפעס פון אים.

חוץ א מויל וואס נאך האט ער?...
טאם קאטאן.) סענאטאר פון ארקענסאו. שטרענג קאנסערוואטיוו. יונג און ענערגיש. מאכט אפשר נישט גענוג א באזעסענעם איינדרוק.

ביי די פריזאן רעפארם ביל האט ער מיר פארלוירן אויף אייביג....
רענד פאול.) סענאטאר פון קענטאקי. דער איינציגער אמת'ער ליבערטעריען אין סענאט. ער וועט מסתמא ממשיך זיין דעם דרך אבותיו, און לויפן פאר פרעזידענט, כאטש זיינע שאנסן זענען ערגעץ אין די געגנט פון זערא.

איך וואלט געגאנגען פאר אים פאליסי'ווייז, אבער ער האט נישט קיין שום אינגרידיענס צו קענען געווינען א פארמעסט.
מעט געיטס.) קאנגרעסמאן פון פלארידע. פאפולער צווישן רעפובליקאנער. גאר שטארק געטריי צו טראמפ, און שטאלצירט דערמיט ביי יעדע געלעגנהייט.

נישט יעדער וואס קען גוט שרייען און דעמאגאגירן אין קאנגרעס קען זיין פרעזידענט.
בען שפירא.) פאליטישער קאמענטאטאר. ארטאדאקסישער איד. אין די לעצטע פאר יאר, האט ער באוויזן, אין א גאר יונגן עלטער, איינצונעמען די וועלט, מיט זיינע בליציגע געדאנקען און אומבאזיגבארע דעבאטעס. ער האט לעצטנס געלאזט פאלן ווערטער, איבער א מעגליכן קאמפיין צום ווייסן הויז, אויב ס'טרעפט זיך נישט קיין געלונגענער קאנדידאט, לויט זיין מיינונג. אנאליסטן געבן א שוואכער שאנס דאס זאל פאסירן.

איך וואלט 'געפלויגן' פאר אים, סיי פאליסי'ווייז, און סיי דער האט אלע אינגרידיענס צו צעשמעטערן זיין קעגנער ווי גארנישט.... ווי אויך איז ער קלאר ווי א גלאז... ער וואלט לכאורה נישט געווען פאליטיקעל קארעקט, ער איז גרייט צו נעמען טשעלענדזשעס ער איז גרייט אריין צו גיין און דעבאטירן די מערסטע אומפאליטיקל קארעקטע נושאים. בקיצור, ער איז פיין...

איין חסרון, ער איז א איד, איך זע נישט אלס א מעלה אז א איד איז פרעזידענט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

הרב @פעיק, איך עגרי כמעט אויף אלעם.
הרב @יישוב, זי האט פריצייטיג אינדארסירט ראמני'ן אין 2012, רוביא'ן אין 2016, און נאך פיל ענליכע זאכן.
זעהט אויס אז די מידיא טוט אזא גוטע ארבעט פאר איר אז ס'איז זיי אפילו געלונגען איינצורעדן פאר'ן עולם אז זי איז גאר אנטי עסטעבלישמענט
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

קענטאקי האט געשריבן:הרב @פעיק, איך עגרי כמעט אויף אלעם.
הרב @יישוב, זי האט פריצייטיג אינדארסירט ראמני'ן אין 2012, רוביא'ן אין 2016, און נאך פיל ענליכע זאכן.
זעהט אויס אז די מידיא טוט אזא גוטע ארבעט פאר איר אז ס'איז זיי אפילו געלונגען איינצורעדן פאר'ן עולם אז זי איז גאר אנטי עסטעבלישמענט

איך הער, איך קען נישט איר היסטאריע, אבער לע״ע לאזט זי זיך הערן זייער פאפאליסטיש, איי געס זי האט 2024 אין מיינד.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

פעיק, וועם וואלטסטו געוואלט זען לויפן?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באגריסונגען צום נייעם פאליטישן ניק קענטאקי, שיינע התחלה
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

און לגבי דאון דזשאוניער, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי מען קען אים ליב האבען.
איך קען אים נישט הערן מער ווי א האלבע מינוט
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

לכאורה האט געשריבן:באגריסונגען צום נייעם פאליטישן ניק קענטאקי, שיינע התחלה

א שיינעם דאנק
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

אפשר וועט דזוליאני פרובירן נאכאמאל?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שיינע ארבייט קענטאקי! וועלקאם!

די מענטשען וואס גלייכען טראמפ וועלן קיינמאל נישט טרעפן קיין ריפלעיסמענט פאר אים, ער איז בכלל נישט ריפלעיסעבל, איך קען נישט קיינעם וואס קומט צו צו זיין הנהגה אדער צו זיין שפראך.

ער האט אויפגעהויבען די רעפובליקאנע פארטיי פון א נישטיגע לופטיגע פארטיי מיט פאררריקטע פאליסיס צו א קאמען סענס פארטיי מיט כמעט אלע אישוס,

עס גייט מיזען קומען עפעס גאר דיפרענט פאר די צוקונפט צו קענען דאס טוישען.

די דעמאקראטען האבען אויך א הארד טיים צו טרעפן איינער בעסער ווי אבאמא וואס איז כמעט נישט מעגליך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ווי אזוי קען זיין אז א "נישטיגע לופטיגע פארטיי מיט פארריקטע פאליסיס" איז געווען אזא שטארקע פארטיי מיט אזויפיל מאכט און ערוועלטע פאליטישאנס פון זייער פארטיי?
אינקלוידינג האבן קאנטראל פון ביידע לעגיסלאטיווע הייזער?

און בכלל, אויב טראמפ איז געקומען צו טוישן פאליסי פון דעם רעפאבליקאנער פארטיי, פארוואס איז ער געלאפן אלס רעפאבליקאנער?
זאל ער זיך עפענען אן אייגענע פארטיי.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

וואס טוט זיך האט געשריבן:און בכלל, אויב טראמפ איז געקומען צו טוישן פאליסי פון דעם רעפאבליקאנער פארטיי, פארוואס איז ער געלאפן אלס רעפאבליקאנער?
זאל ער זיך עפענען אן אייגענע פארטיי.

קענסט פרעגן די זעלבע אבאמא סענדערס וכו'

פשוט א ריזאלט פין א 2 פארטיי סיסטעם
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וואס טוט זיך האט געשריבן:ווי אזוי קען זיין אז א "נישטיגע לופטיגע פארטיי מיט פארריקטע פאליסיס" איז געווען אזא שטארקע פארטיי מיט אזויפיל מאכט און ערוועלטע פאליטישאנס פון זייער פארטיי?
אינקלוידינג האבן קאנטראל פון ביידע לעגיסלאטיווע הייזער? .

די רעפובליקאנע שטארקייט איז בכלל נישט געוועהן אויף פאליסי זיי זענען געלאפען גאר גוט אויף א אנטי אבאמא קעיר פלאטפארם וזהו און עס האט זיי געלונגען.

קוק אבער היינט צוריק וועסטו זעהן אז זייט די רעפובליקאנע רעטאריק האט זיך אויסגעהערט איז אבאמא קעיר שוין בכלל נישט אזוי שוידערליך, עס איז שוין אקעי.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אזוי, און וואס איז געווען נאכפאר אבאמא איז אריינגעקומען אין אפיס?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

מטעמים האט געשריבן:שיינע ארבייט קענטאקי! וועלקאם!

די מענטשען וואס גלייכען טראמפ וועלן קיינמאל נישט טרעפן קיין ריפלעיסמענט פאר אים, ער איז בכלל נישט ריפלעיסעבל, איך קען נישט קיינעם וואס קומט צו צו זיין הנהגה אדער צו זיין שפראך.

ער האט אויפגעהויבען די רעפובליקאנע פארטיי פון א נישטיגע לופטיגע פארטיי מיט פאררריקטע פאליסיס צו א קאמען סענס פארטיי מיט כמעט אלע אישוס,

עס גייט מיזען קומען עפעס גאר דיפרענט פאר די צוקונפט צו קענען דאס טוישען.

די דעמאקראטען האבען אויך א הארד טיים צו טרעפן איינער בעסער ווי אבאמא וואס איז כמעט נישט מעגליך.

יישר כח @מטעמים.

קענט עגרי מאור, דאס איז די סיבה פארוואס איך קען שרייבן אזא סארט ארטיקל, אן קיין שום נגיעות, ווייל קיין איין קאנדידאט ציהט מיר באמת נישט.

(אגב דו ביסט מיין פעוואריט ניק אין פאליטיקס זינט איך ליין דא)
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:ווי אזוי קען זיין אז א "נישטיגע לופטיגע פארטיי מיט פארריקטע פאליסיס" איז געווען אזא שטארקע פארטיי מיט אזויפיל מאכט און ערוועלטע פאליטישאנס פון זייער פארטיי?
אינקלוידינג האבן קאנטראל פון ביידע לעגיסלאטיווע הייזער?

א דאנק די טי פארטי. נישט די אסטעבלישמענט,
ווען די רעפאבליקאנער האבן ווען אזא אסטעבלישמענט קאנדידאט ווי ראמני און 2016. וואלט על פי דרך הטבע, קלינטאן געווען פרעזידענט!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:אזוי, און וואס איז געווען נאכפאר אבאמא איז אריינגעקומען אין אפיס?

ווער איז געווען פארדעם? בוש?
מיט וואס פונקטליך איז ער געווען א רעפ. מער ווי קלינטאן?
און וואס האט ער אויפגעטוהן פאר די רעפאבליקאנער,

קענטאקי האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:באגריסונגען צום נייעם פאליטישן ניק קענטאקי, שיינע התחלה

א שיינעם דאנק

@קענטאקי איך שטעל זיך צי צו אויבנדערמאנטע ברוך הבא,
אנגעפאנגן מיט די רעכטע פיס!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

יישר כח
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אביסל טיפער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אזוי, און וואס איז געווען נאכפאר אבאמא איז אריינגעקומען אין אפיס?

ווער איז געווען פארדעם? בוש?
מיט וואס פונקטליך איז ער געווען א רעפ. מער ווי קלינטאן?
און וואס האט ער אויפגעטוהן פאר די רעפאבליקאנער,

נוסח טראמפ..

קומט א טראמפ וואס האט קיינמאל גארנישט אויפגעטוען פארן רעפאבליקאנער פארטיי, קיינמאל בכלל נישט געווען קיין עכטע רעפאבליקאנער, און פלוצלונג ווערט ער די "עכטע רעפאבליקאנער".

און מ'פאנגט אן טאטלען מיט פינגער, "ביז יעצט איז די רעפאבליקאנער פארטיי געווען סתם שוואכלינגען, חברה וואס האבן גארנישט אויפגעטוען פאר זייער פארטיי, מעקעין און ראמני זענען בכלל נישט קיין עכטע רעפאבליקאנער, הגם זיי זיין זענען אייביג געווען רעפאבליקאנער, אבער הו קעירס, אויב זיי האלטן נישט פון טראמפ זענען זיי קיינמאל נישט געווען קיין רעפאבליקאנער..., לאמיר צוריקגיין, בוש?? ער איז געווען א רעפאבליקאנער?? ער האט בכלל נישט געטוען וואס טראמפ האט געטוען, וויאזוי קען דאס זיין?"

אום איר זענט גערעכט, בוש האט טאקע גארנישט אויפגעטוען פארן טראמפליקאנער פארטיי.

(צו מער פארשטיין וואס איך מיין, זאל מען גיין אויסהערן אויף קאלמע פורים אפטיילונג, נומער 9 אדער 10.....)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובה דורך שניי באל »

האסט אמאל געהערט פון די בוש טעקס קאטס?
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:

זיין איינגעשריבען אלס רעפ. מאכט איהם נישט אלס געטרייער רעפ.
ווייז די מיר וואס די אלע אויסגערעכענטע נעמען האבן אחס אויפגעטוהן פאר די רעפ.
וואס האבן זיי געווינען ?
וואס האבן זיי געברענגט?
טראמפ האט די שטיצע פון די עכטע רעפאבליקאנער פארטיי. די וואוטערס, און דאס איז וואס רעכענט!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

שניי באל האט געשריבן:
אביסל טיפער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אזוי, און וואס איז געווען נאכפאר אבאמא איז אריינגעקומען אין אפיס?

ווער איז געווען פארדעם? בוש?
מיט וואס פונקטליך איז ער געווען א רעפ. מער ווי קלינטאן?
און וואס האט ער אויפגעטוהן פאר די רעפאבליקאנער,

האסט אמאל געהערט פון די בוש טעקס קאטס?

דאס איז די גאנצע וואס די האסט אפירגעקראצט?
יא ער האט געדינט די רעפאבליקאנער אסטעבלישמענט. די דאונערס. נישט די וואוטערס
און טראמפ דינט די וואוטערס און דאס איז זיין כח!

און בוש ראמני און מעקעין האבן אויך געהאט די שטיצע פון די וואטערס פון די רעפאבליקאנער פארטיי.

און וואס הייסט?
מעקעין האט יארן געפייט פאר רעפובליקאנע פאליסיס אין סענאט (ניין, ער איז טאקע נישט געווען קיין משוגענער ווי קרוז).
און די זעלבע מיט בוש אלס גאווארנער און פרעזידענט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניי באל »

אביסל טיפער האט געשריבן:
שניי באל האט געשריבן:
אביסל טיפער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אזוי, און וואס איז געווען נאכפאר אבאמא איז אריינגעקומען אין אפיס?

ווער איז געווען פארדעם? בוש?
מיט וואס פונקטליך איז ער געווען א רעפ. מער ווי קלינטאן?
און וואס האט ער אויפגעטוהן פאר די רעפאבליקאנער,

האסט אמאל געהערט פון די בוש טעקס קאטס?

דאס איז די גאנצע וואס די האסט אפירגעקראצט?
יא ער האט געדינט די רעפאבליקאנער אסטעבלישמענט. די דאונערס. נישט די וואוטערס
און טראמפ דינט די וואוטערס און דאס איז זיין כח!

ברענג מיר א רעפאבליקאנע פאליסי אויף וואס בוש האט נישט געפייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”