2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

רעבוינע דעלמא, טראמפ האט געווינען טעקסעס מיט 9 פונקטן. דו האלטסט אז ער האט געבריטשט פון 8 ביז 10 פונקטן!?

דעעם.

אינעם מידטורם, ווי דער אינקאמבענט איז שוואך, און די דעמעקרעטס האבן ארויסגעפעטשט די מאקס, אין א דראמאטיש נאציאנאל מיטגעהאלטענע פארמעסט מיט אויפגעטריבענע 80 מילאן דאללער, האט קרוז געווינען מיט 3. האלסטו אז יעצט, ווען דער מלך אליינס איז אויפן בעלאט, וועט ער אריינקומען שוואכער..

צל, איך וועט מיט דיר, אויב מאכט טראמפ טעקסעס מיט ווייניגער ווי קרוז, שיק איך דיר אריין א טויזענטער. און אויב מאכט ער עס מיט מער ווי 5 פונקטן שיקסטו מיר 5 מאות. דיעל?
רשעות קאלטע סעלצער
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פאליטיקליס מאדעל רעכנט פראצענטען און דאס איז ווי ער גייט ראונג (פארשטייט זיך אין מיין אפיניען), א 1-2% סוויטש אין פלארידע אדער טעקסעס איז ווי א 3-4 פראצענט טויש אין מינעסאוטע אדער וויסקאנסען.

מען דארף אויך רעכענען די וואוטער עמאונט נישט נאר די פראצענט, וויא מאכט עס למעשה אויס? לכאורה אין ערגעץ?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מסכים טשאדעלע.

סוי ביי ווייניגער ווי קרוז, דאס איז ווייניגער ווי 2.6% ליעד, באקום איך טויזנט, און ביי פינעף פונקטן מער, דאס איז 7.6% באקומסטו 500?

גאר א גוט געשעפט.

איך דארף יעצט איינלייגן די 500 ביי איינעם? אויב יא, ביטע קום אין אישי.

קרוז האט געווינען טעקסאס אין 2012 מיט 15.9%. און ער איז אראפ מיט 13.3% אין 6 יאר ביז 2.6% אין 2018.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:סוי ביי ווייניגער ווי קרוז, דאס איז ווייניגער ווי 2.6% ליעד, באקום איך טויזנט, און ביי פינעף פונקטן מער, דאס איז 7.6% באקומסטו 500?


ניין. אויב געווינט ער טעקסעס מיט 5 פונקטן קומסטו מיר 5 מאות. (ס׳איז אבער לכאורה נישט קיין נפק״מ עניוועי).

איך דארף יעצט איינלייגן די 500 ביי איינעם? אויב יא, ביטע קום אין אישי


כ׳האב הנאה דו פרעגסט ערשט אויב דו ברויכסט איינלייגן געלט. מזלייהו חזי :lol:
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אקעי, דאס איז שוין אביסל א שוואכערע דיעל.

אבער איך נעם דאס אויך, עס איז דאך פארט 1,000 פאר 500.

סוי צווישן 2.6 און 5.0 צאלט קיינער נישט, העכער צאל איך 500, אונטער 2.6, און לאמיר עס מאכן מער סימפל, פון 2.5 און אראפ, צאלסטו?



איך קלער אז מען דארף עס ערגעץ איינלייגן, ווייל איך קען זיך נישט אימעדשענען צו שיקן א אישי וכדומה נאכדעם בעטן דאס געלט, מיט פארשטענדעניש.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואט אין די ווארלד???
טוטס עס כאטש פריוואט אין אישי...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:לויט פאליטקלי קארעקט'ס מאדעל, (copyright) קוקט אויס דער מצב פון דעם פרעזידענטיעל רעיס אזוי:
(פאר מער דיטעילס ווי אזוי פאליטקלי קארעקט'ס מאדעל ארבעט, קוקט אויפן ערשטן בלאט פון דעם אשכול)

ct.PNG


לויט פאליטקלי קארעקט'ס מאדעל געווינט,

ביידן - פלארידא מיט 4%
ביידן - מישיגען מיט 2.97%
ביידן - פענסילוועניע מיט 3.15%
טראמפ - וויסקאנסין מיט 1.7%
טראמפ - נארט קארעליינא מיט 2.1%
טראמפ - דזשארדזיע מיט 3.27%
ביידן - אריזאונא מיט 3.5%
ביידן - ניו העמפשיר מיט 5.83%
טראמפ - מיניסאוטע מיט איך ווייס נישט, ס'איז נישט דא גענוג גוטע דעיטא
טראמפ - טעקסעס מיט 0.5%
טראמפ - אהייאו מיט 7.52%
ביידן - מעין מיט 9.9%

עמעיזינג פאליטיקלי!
איך האב געמיזט קוואוטען דיין לאנגע תגובה

איך האב געהאט אפגעשריבן סוף פאריגע וואך א לאנגע תגובה זייער ענליך צו דיינס פאר די פרא טראמפ אשכול איבערגייענדיג זייער דיטעילד סטעיט ביי סטעיט אבער איך בין פארנימען געווארן און נישט אנגעקימען צו ענדיגן און סאיז פארלוירן געגאנגען

דער עולם איז פארנימען מיט נאציאנעלע פאולס און ווי שוואך טראמפ שטייט יעצט... גערעכט זאכן זעען יעצט נישט אויס דאס בעסטע פאר אים אבער מפארגעסט איין זאך צו געווינען דארף ער האבן 270 עלעקטארעלס און קוקענדיג אויפ'ן עלעקטארעל מאפע שטעלט זיך ארויס א גאר אנדערן בילד ווי דאס וואס ממיינט...טראמפ שטייט אפילו יעצט ווען זאכן זענען דאס ערגסטע פאר אים גאנץ שיין אופן עלעקטארעל מאפע (איך רעד נישט ווען מקוקט פלעין אויף ריעל קלעיר בלענק ווען זיי האבן טעקסעס און אייאווע אלס טאסאפ... איך רעד ווען מקוקט אויף די פאולס און פארגלייך צו די 2016 ריזאלטס ווערסוס די 2016 פאולס)

עינוועיס טענקס פאליטיקלי א גאר שיינע ארבעט געמאכט
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

איך וואלט געמאכט סאם מיינער טשעינשעס טייל געבעיסד אויף חשבונות לויט די 2016 פאולס ווערסוס די עקטשול ריזאלטס און א טייל איז געבעיסד אויף מיין מיינונג און אנדערסטעדונג ווי אזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן

צו בעסער פארשטיין, יעדע מאל איך שרייב "לויט די 2016 נאמבערס" מיין איך די 2016 ריעל קלעיר פאליטיקס פיינעל עוורידש פון די פאולס און פארגלייך צו די עקשועל ריזאלטס מיט וויפיל זיי זענען געווען אף און איך פארגלייך עס צו די יעצטיגע ריעל קלעיר עוורידש פון די פאולס
יעדי מאל איך שרייב "אפילו יעצט" מיינט אפילו יעצט ווען סאיז די שוואכסטע מאמענט און טראמפס קאמפיין און ער שטייט די שוואכסטע און די פאולס און סאיז א אנגענומענע זאך אז די פאולס גייט זיךנאך פארשמעלערן און ווערן טייטער אריינגייענדיג נענטער צו די עלעקשאנס

איך נעם פשוט דיין ליסט ווייל די האסט עס שיין מסדר געווען
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
לויט פאליטקלי קארעקט'ס מאדעל געווינט,לויט שעמעדיגערס מאדעל געווינט...

ביידן - פלארידא מיט 4% קאראונע בושעוועט יעצט דארט שטארק געב עס אפאר וואכן זאכן וועלן זיך מסדר זיין איך האלט אז טראמפ גייט דארט ארויסקוועטשן א (גאר?) שמאלע זיג ענליך צו 2016 מעגליך אפילו אביסל שטערקער

ביידן - מישיגען מיט 2.97% עכטע טאסאפ קיינער קען דאס נישט פאראויסזאגן אפילו סקוקט נישט יעצט גוט אויס פאר טראמפ דארט אבער לויט די 2016 נאמבערס דארף נאר די נאמבערס זיך רוקן לטובת טראמפ מיט א 3 פינקטן (וואס גייט לכאורה עניוועיס געשען) און טראמפ קען עס פיין מאכן

ביידן - פענסילוועניע מיט 3.15% נאך א עכטע טאסאפ וואס קיינער קען נישט פאראויסזאגן אזוי ווי מישיגען סקוקט טאקע נישט גוט אויס יעצט פאר טראמפ דארט אבער עכט לויט די 2016 נאמבערס און לויט די פאולס יעצט דארף עס טראמפ בלויז אראפברענגן נאך א 3 פינקטן (וואס גייט געשען ביזן עלעקשאנס) און ער קען עס רואיג מאכן די זאגסט די זעלבע איך ברענג עס נאר אביסל אנדערש ארויס...

טראמפ - וויסקאנסין מיט 1.7% יא טראמפ האט עס און טאש! און וויסקאנסן איז ריעל קלעיר'ס פיינעל עוורידש און 2016 געווען אףף מיט איבער 7 פוינטס! לויט דעם געווינט דארט אפילו יעצט טראמפ! דאס איז אפילו יעצט ווען ער איז איבעראל די שוואכסטע וואס קען נאר זיין אויב עפעס גייען זיינע נאמבערס זיך נאך דארט שיין פארבעסערן ביז די עלעקשאנס או ער גייט דארט געווינען שענער ווי אין 2016

טראמפ - נארט קארעליינא מיט 2.1% אויך מיר א טאסאפ יא (נאכאמאל..) לויט די 2016 חשבונות געווינט דארט טראמפ מיט אפאר פינקטן טראמפ איז דארט פאראויס אביסל אפילו יעצט לויט ריעל קלעיר און זיינע נאמבערס גייען זיך נאך דארט היבש פארבעסערן....

טראמפ - דזשארדזיע מיט 3.27% קיינמאל קיין טאסאפ געווען טראמפ געווינט דארט מיט 6+ פוינטס מעגליך אפילו מיט דאבל דישיטס

ביידן - אריזאונא מיט 3.5% היפש שווער צו פאראויסזאגן איך נעם א היפשע געמבל אויב זאג איך אז טראמפ מאכט עס זיכער פון איין זייט בושעוועט יעצט דארט אויך קאראונע פיקט ווי אין פלארידע און ביז אפאר וואכן וועלן זיך זאכן האפענטליך בארואיגן און טראמפס נאמבערס וועלן ווערן דארט בעסער אבער פון די אנדערע זייט למעשה און 2016 האט טראמפ דארט אנדערפערפארמד פון די פאולס ממילא איז שווער צו וויסן איך וואלט עס געגעבן 50 50 מיט א גאר קליינע עדש פאר טראמפ, מיין פילינג איז נאכאלס אז צים סוף וועט טראמפ ארויסקוועטשן א שטיקל זיג אבער סאיז קלאר א געמבל...מוועט דארפן זעען און אפאר וואכן פון יעצט

ביידן - ניו העמפשיר מיט 5.83% ביידען מאכט עס אבער נישט מיט קיין 5% בעיסד לויט די 2016 נאמבערס

טראמפ - מיניסאוטע מיט איך ווייס נישט, ס'איז נישט דא גענוג גוטע דעיטא די איינציגסטע קלינטאן סטעיט וואס טראמפ האט גאר גאר שטאקע שאנסן דאס צו מאכן! לויט די 2016 נאמבערס געווינט טראמפ דארט אפילו יעצט אבער ווי פאליטיקלי זאגט איז דא דארט ביזדערווייל וויניג דעיטע יאבער די טרענד ווערט נאר דארט בעסער און בעסער פאר טראמפ

טראמפ - טעקסעס מיט 0.5% אויב די האלטסט אז טעקסטס איז טאסאפ ווייס איך אפילו נישט פארוואס מדארף מאכן עלעקשאנס ביידען קען שוין ווערן פרעזידענט נאך היינט

טראמפ - אהייאו מיט 7.52% א זיכערע טאסאפ... טראמפ גייט עס מאכן אביסל שטערקער ווי דעי נאמבערס

ביידן - מעין מיט 9.9% דא גאר ווייניג דעיטע און איך האב נישט געהעריג ארויס די ציטיילטע דיסטריק

העי האסט פארגעסן אייאווע? אויך א ריזיגע טאסאפ :lol:

אגעין נישט פארגעסן טראמפ שטייט יעצט לכאורה ביי זיין שוואכסטע מאמענט אינעם קאמפיין אלס פאולס אויס פון דא און ווייטער גייען די נאמבערס נאר ווערן נענטער און בעסער פאר אים
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:54 am, פארראכטן געווארן 8 מאל.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

איך הייב אן גלייבן מער און מער אז סקען געשען א סוואפ צווישן אריזאונע מיט מינעסאוטע טראמפ גייט מאכן מינעסאוטע וואס קלינטאן האט געמאכט און ביידען גייט מאכן אריזאנע וואס טראמפ האט געמאכט און 2016


איך מיין זיי האבן די זעלבע צאל עלעקטארעלס
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דינסטאג אוגוסט 25, 2020 1:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

אריזאנע האט 11, מינעסאטא 10

מיין מיינונג איז אז טראמפ וועט ארויסקוועטשן א זיג אין אריזאנע.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

איך בין מיט דיר
קוק און די לענגערע תגובה וואס איך שרייב לגבי אריזאנע

בלויז געשריבן אז "סקען" געשען וועלענדיג ארויסברענגן אז אפילו טראמפ פארלירט אריזאונע איז נישט עק וועלט אויב האט ער מינעסאוטע וואס ריפלעיסד עס

דאס אלעס איז נאר אויב פארלירט ער טאקע פענסעלוועניע אויב האט טראמפ פענסעלוועניע דארף ער נישט קיין איינס פון די צוויי (אויך נישט וויסקאנסן און מישיגען)

---------
אגב איך האב געעדיט מיין לאנגע תגובה 3 ארויף צולייגענדיג אפאר זאכן נוגע צו די עלעקטארעלס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

בס"ד
לכל מאן דבעי למידע, אנאליז איבער מאדעלס, פאולס,סטאטיסטיקס, פרעדיקשאנס

ס'איז דא פיר (אפשר פיר א האלב) וועגן ווי אזוי צו פערדיקטן.

1) נאמבערס - סטאטיסטיקס/פאולס/היסטארי
רוב מאדעלס ווערן געבעיסט אויף נאמבערס וואס איז געבעיסט אויף היסטארי. היסטארי מיינט נישט דווקא זאכן וואס זענען געשען פאַר יארן צוריק, היסטארי מיינט אין די פארגאנגענהייט. דער נעכטן איז שוין אויך א פארגאנגענהייט. זאכן וואס זענען געשען אין די פארגאנגענהייט פארסירט געווענדליך נאכאמאל, ווי דאס ווערטל גייט "היסטארי ריפיטס איט סעלף". אוודאי נישט אייביג, אבער רוב זאכן "ריפיטס איט סעלף". אוודאי זאכן וואס האבן פאסירט נעכטן איז מער מסתבר אז עס וועט זיך איבערשפילן נאכאמאל, ווי א זאך וואס איז שוין געווען עטליכע יאר צוריק.

לדוגמא, איינער וואס גייט אין קאנטרי יאר נאך יאר, פרעגט שוין נישט ווען די שווימען שעות איז פאר די מענער איז, ווען מ'דאווענט, ער פאלאזט זיך אז זאכן זענען געבליבן דאס זעלבע ווי די לעצטע עטליכע יאר. טאמער אבער, איז ער שוין נישט געווען עטליכע יאר אין קאנטרי, וועט ער איבערפרעגן צו זאכן זענען נאך די זעלבע, אבער בהשקפה ראשונה טראכט ער פארוואס זאל זאכן זיך האבן געטוישט, ער מאכט נאָר זיכער אז אז ער איז גערעכט מיט זיין הנחה. אין לשון הגמרא ווערט עס אנגערופן חזקה דמעיקרא.

צוריק צו נומבערס, דער פון אויבן האט באשאפן א געוואלדיגע חכמה פון 'מאטעמאטיקס'. פון 'מאטעמאטיקס' קען מען א געוואלד זאכן אויספיגרן און אפי' פאראויס זאגן וואס וועט געשעהן. לפענ"ד דאס מיינט די גמרא וחכם עדיף מנביא.

יעדע קלענערע און אוודאי גרעסערע ביזנעס וועט זאמלען דעיטא - נומבערס פון/אויף זייערע קליענטן. וועלכע אייטעם ס'איז גוט געגאנגען לעצטענס, פון וועלכע געגענט קומען די קליענטן, וועלכע שעות אין טאג איז די מערסטע פארנומען אין געשעפט וכו' וכו'. לויט די 'דעיטא - נומבערס' פונעם עבר/ פארגאנגענהייט/ היסטארי פאוקסט מען די ביזנעס אויפן עתיד, מיטן סוב קאנטשעס חשבון אז גייט "היסטארי ריפיטס איט סעלף" אדער עולם כמנהגו נוהג.

אויב איז די קליענטן פון געוויסע געגענטן זענען געווען שוואך וועט מען דארט פרובירן צו עדווערטייזן מער, אן אייטעם וואס איז גוט געגאנגען די לעצטע האלבע יאר וועט מער אינסוועסטן אין דעם. די אייטעמס וואס נישט אזוי גוט געגאנגען וועט מען אינסוועסטן ווייניגער. ווי מער אנעליסיס א ביזנעס ראונט, אלץ מער טשענסעס האט עס פאר סוקסעס איז דא. פארשטייט זיך אויב מ'ווייסט נישט ווי אזוי צו מאכן די נומבערס, וועלן די נומבערס גארנישט דערציילן.

והיינו טעמא דפאליטיקס, די וועג ווי אזוי מענטשן האבן געוואוט אינעם עבר, וועלן די נומבערס און סטאטיסטיקס פון די פיינעל נומבערס, עקסיט פאולס געבן א בילד פארן עתיד. די שאלה איז נאר ווי אזוי מ'ליינט דעם בילד. א מאדעל איז וועג וויאזוי מ'ליינט דעם בילד. דער וואס דער פון אויבן האט געשאנקן דעם חכמה פון ליינען דעם בילד וועט בדרך הטבע קענען זאגן מער ווייניגער וואס גייט געשען. אין ’16 האבן די אנעלעזירער יא גוט אפגליינט דעם בילד ס'האט זיי אבער געפעלט שטארק נקודה נומער 2 וואס מיר וועלן נעקסט אויסשמוסען.

2) מיינונג/אנעלעזירונג אויפן פאליטישן מצב
דאס איז אויך זייער א וויכטיגע נקודה, אבער ווייט נישט ווי נקודה נומבער 1, אבער אן דעם קען מען מאכן א טעות מיט די גאנצע מאדעל אינאיינעם. ס'קען געלונגען, גראדע, מער מאל געלונגט עס יא. אין ’16 איז דאס געווען דער עיקר פלאפ. נעיט סילווער פון 538 מאכט יא א צירוף פון ביידע, אבער ער האט דאך פארפעלט אריינצולייגן מער פראצענט פונעם 'פאליטישן מצב', יעצט לייגט ער טאקע אן אווער דאזע, ווייל ער וויל נישט איבערשפילן דעם ’16 פלאפ.
מיט 'אנעלעזירונג אויפן פאליטישן מצב' אליינס, אן נומבערס, איז דא בערך אן 75% טשענס אז עס זאל דורכפאלן.

[פאליטקלי קארעקט'ס מאדעל ארבעט בלויז מיט נומבערס, נישט מיט אנעלעזירונג אויפן פאליטישן מצב. סאו ווען איינער פרעגט וועגן 'טעקסעס' אז טראמפ איז נאר פאראויס מיט א האלבע פונקט, האט יענער א גערעכטע טענה. אויב מ'איז מצטרף דעם אנעלעזירונג אויפן פאליטישן מצב וועט די פראצענט זיכער ארויף גיין].

3) הרגשה/פילינג/אינסטינגס
האט קיין שייכות צו די נקודה נומבער איינס אדער צוויי. געוויסע מענטשן מאכן פרידיקשאנס בעיסט אויף זייערע 'אינסטינגס', ע"פ רוב איז עס סתם א געסינג געים, אבער מ'קען עס נישט אינגאצן אוועקמאכן.

לעצטע מאל יארע ’16 א נאכט בעפאר די וואלן, בין איך געזעצן ביי א וואך נאכט און א אינגערמאן האט גענומען א מאפע אין געקאָלערט אלע סטעיטס. דער אינגערמאן קען פאליטיק, אבער ער איז נישט ראשו רובו דערין. ער האט נישט געדענקט אויסווענדיג פאולס. דער יעניגער האט געקלעימט אז ער מאכט עס בעיסט אויף זיין 'פילינג'. וואס זאל איך אייך זאגן ער איז געווען גערעכט אויף אלע סטעיטס חוץ 'ווירדזשניע' וואס ער האט פרעדיקטעד אז עס גייט אויך גיין צו טראמפ.

4) וויל זייער שטארק ס'זאל אזוי זיין/ווישפאול טינקינג
דאס איז שוין א טאטלע טעות. 'ווישפאול טינקינג' פארדרייט אלע חשבונות אין גמרא ווערט עס אנגערופן א נגיעה. מ'קען נישט זען דעם אמת. ווער עס קען נישט אפטיילן דעם הארץ פונעם מוח קען קיין פרעדיקשאנס, אנעליסעס, סטאטיסטיקס נישט מאכן (אפי' אין ביזנעס) ווייל אלעס ווערט פארדרייט מיט וואס ער ס'זאל פאסירן.

לאנג מאריך געווען? איך קען ווען שרייבן אסאך מער, נאר איך האב נישט קיין צייט.

נ.ב. יישר כח פאר די באדאנקערס.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שיינע תגובה, @פאליטיקלי.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

צל עובר האט געשריבן:שיינע תגובה, @פאליטיקלי.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

א נייער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:שיינע תגובה, @פאליטיקלי.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

שיינע תגובה
אז יענער קען קענסטו אויך
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

יישר כח אגעין פאר די באדאנקערס.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פרוביר אויך האט געשריבן:שיינע תגובה
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

וויאזוי וואלט די מאפע אויסגעקוקט אויב ביידן געווינט אין אלע סטעיטס ווי ער איז פאראויס, פּלאס די סטעיטס ווי טראמפ'ס ליעד איז Within the margin of error,
אינטער 3 פראצענט. לויט RCP
אטעטשמענטס
Biden.jpg
Biden.jpg (98.65 KiB) געזען 1892 מאל
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

וויאזוי וואלט די מאפע אויסגעקוקט אויב טראמפ געווינט אין אלע סטעיטס ווי ער איז פאראויס, פּלאס די סטעיטס ווי ביידן'ס ליעד איז Within the margin of error,
אינטער 3 פראצענט. לויט RCP
אטעטשמענטס
Trump.jpg
Trump.jpg (100.48 KiB) געזען 1892 מאל
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

נא, געגאנגען קומטס אריין

@פאליטיקלי מיר בענקן זיך נאך דיינע שיינע אנאליזן
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

איך האב נארוואס געטשעקט די אנקעטעס פון אלע סווינג סטעיטס און זיי צוגעגליכן צו די מערסטע אקוראטע פאולס פון 2016
למשל מישעגען אין פענסילוועניע איז די מערסטע געווען צוגעטראפן דורך Trafalgar Group און אזוי ווייטער
עס קומט מיר אויס די מאפע
איך בין גרייט צו וועטן דערויף
אטעטשמענטס
270.JPG
270.JPG (81.7 KiB) געזען 1459 מאל
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מיילעך האט א פונקט!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אריזאונע פאלט ממש ארויס פון טראמפס הענט
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

milech fried האט געשריבן:איך האב נארוואס געטשעקט די אנקעטעס פון אלע סווינג סטעיטס און זיי צוגעגליכן צו די מערסטע אקוראטע פאולס פון 2016
למשל מישעגען אין פענסילוועניע איז די מערסטע געווען צוגעטראפן דורך Trafalgar Group און אזוי ווייטער
עס קומט מיר אויס די מאפע
איך בין גרייט צו וועטן דערויף

וואס איז טראפאלגערס אנקעטע אויף פענסעלוועניע?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”