מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מעג טוויטער אדער סיי וועלכע אנדערע נייעס אגענטור בדווקא צענזורירן קאנסערוואטיווע מיטגלידער?
מעג א נייעס אגענטור במזיד פארדעקן עבירות פון ליבעראלע קאנדידאטן און פאליטישענס?
לכאורה יא!
דאן וואס איז די טומל אין סענאט?
איי וואס איז די עצה קעגן אזא סיטואציע? ווייס איך אויך נישט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טוויטער איז נישט קיין נייעס אגענטור.

טעקניקלי מעגן זיי ווי לאנג קאנגרעס פעסד נישט קיין ביל זיי צו רעגולירן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יעדעס מאל ווען עס ווערן אפגעטון פארן ראנג דארפן קאנגרעס און סענאט אריינקוקן דערין און זען אויב זיי דארפן טון עפעס צו פריווענטן די עולות פון געשען. דאס איז די סיבה פון אראפרופן די עקזעקעטיוו'ס פון די מעידזשער סאושעל מידיא קאמפאניס פאר פארהערן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

טוויטער איז נישט קיין נייעס אגענטיר נאר א קאמיוניקעישאנס פירמע

זיי זענען אביסל יא רעגיולעיטעד און זיי האבן לכבוד דעים געוויסע פראטעקשענס. ווי למשל טאקע אז מען קען זיי נישט אנקלאגן אויף די קאנטענט וואס ווערט דארט געליפטערט
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

איך וויל צווינגען די פאוסט זאל אריינשטעלן צוויי בלעטער בחינם וועגן די קארופציע פון די טראמפ קינדער, לאמיר זיי אראפרופן אין קאנגרעס.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יידישע קהילות האט געשריבן:מעג טוויטער אדער סיי וועלכע אנדערע נייעס אגענטור בדווקא צענזורירן קאנסערוואטיווע מיטגלידער?

יאפ.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דוכט זיך אז אויף ראדיא און טעלוויזשן וויבאלד עס נוצט די עיר-וועיווס און מ'דארף עפעס א לייסענס האט די גאווט יא עפעס א ווארט, נישאזוי?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

צו הייסן א 'נייעס אגענטור' איז דא פארשידענע רעמיפיקאציעס, צווישן זיי אז מען איז פטור פון ארויס געבן די נעמען פון סאורסעס אין געוויסע פעלער, און פון די אנדערע זייט טאר מען נישט זאגן קיין ליגנט. דערפאר איז דא די טריק פון א 'טאלק שאו' וואס דאס איז א 'אפיניאן' און נישט קיין נייעס און דארט קען קיינער נישט האבן קיין טענות. צ.ב.ש. אלעקס זשאונס האט זיך אזוי פארטיידיגט אין געריכט קעגן טענות פון ליגנט / קאנספיראציע, זאגנדיג אז ער איז סתם א רעדנער און נישט קיין נייעס אגענטור.

אין די אכציגער יארן האט די רעיגען אדמיניסטראציע פארלייכטערט די רול'ס אז מען מוז זיך נישט אזוי שטארק האלטן צו פאקטן, און דאס האט אויסגעפלאסטערט דעם וועג פאר די ראש לימבא'ס און שפעטער פאקס ניוז און די ענליכע רעכט געשטימטע טאלק שאו'ס. א גרויס חלק פון די אמעריקאנער שארפע צוטיילונג וואס מיר האלטן אצינד מיט איז א רעזולטאט פון די באשלוס פון די רעיגען אדמיניסטראציע.

טוויטער איז נישט קיין נייעס אגענטור בכלל נאר א פלאטפארמע. זיי האבן די רעכט צו טון וואס זיי ווילן, און א ערליכער קאנסערוואטיוו ווייסט אז דאס איז דער תכלית, דער חובת האדם בעולמו אז ביזנעסער זאלן קענען טון ככל העולה על רוחם און די רעגירונג זאל זיך נישט אריין מישן, פרייהייט פון רעגולאציע'ס. נאר וואס עס שטעלט זיך ארויס היבש אין די לעצטערע יארן איז טאקע פארקערט, אז די גרויסע קארפאראציעס (על פי רוב) שטופן שטארק די ליבעראלע קולטור. סאו דאס איז בבחינת הגולם קם על יוצרו.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

יא זיי מעגן, אויף דערווייל זיכער, אבער עס איז די פליכט פון די רעגירונג פירער זיכער צו מאכן אז דאס לאנד פארט אויף גוטע רעדער, און אויב זעען זיי אז מייקראסאפט טוט מאניפיולירן די קאמפיוטער און קאמפיטער עפפ ביזנעס וועט מען אנקלאגן מייקראסאפט אויף אנטי טראסט קלאגעס, הגם די לאנד איז קאפיטיליסטוש ווי מען זוכט אנצוהאלטן א פרייע מארקעט ווייסט מען אבער אז צומאל קענען זיך די גרויסע קארפראציעס פאריניגן און שאדן מאכן פאר די קליינע שפילער ביז צו די עקסטרעם אז די קליינע שפילער וועלן ממש נישט האבן קיין מעגליכקייט צו קאנקערירן, דאן וועט די באפעלקרערונג ליידן פון שלעכטע פרייזן און סערוויסעס מצד די גרויסע קארפראציעס, און מען וועט דאס נישט צולאזן.

אויב וועלן אלע עירליינס זיך פאראייניגן און העכערן די פרייזן אינאיינעם, וועט מען דאס נישט צולאזן.

נאך די גרויסע פינאנציעלע קראך אום 2008 למספרם האט מען ארויפגעלייגט שווערע באגרענעצונגען אויף די פינאנציעלע אינסטעטוציעס, די רעגירונג האט געהאלטן (בעיקר די לינקע און אביסל אויך די רעכטע) אז עס איז די אחריות פון די רעגירונג זיכער צו מאכן אז די וואוילזיין פונעם בירגער ווערט נישט אונטערדרוקט פון די פינאנציעלע קארפראציעס.

נישט לאנג צוריק האט מען ארויפגעלייגט געזעצן אויף אלע קרעדיט קארד קאמפאניס ביז וויפיל זיי מעגן רעכענען אינטרעסט, הגם יעדער האט א ברירה צו נעמען וועלכע קרעדיט קארד ער וויל, און יעדער קען אליינס באשליסן צו ער וויל בארגן געלט פון א קרעדיט קארד אדער נישט, פארט האט די רעגירונג געהאלטן אז זיי מוזן באשיצן דעם בירגער.


לעניננו אויב וועט מען איינזען אז עס איז נישטא קיין שום מעגליכקייט פאר קאנסערוואטיוון זיך אויסצודריקן זייער מיינונג און פארציילן זייער זייט פון א געשיכטע דאן וועט די רעגירונג אויך עפעס טאן ארויסצוהעלפן די וואס ליידן פון די גרויסע קארפעראציעס.

אויב זאל ווען זיין כאטש איין קאנסערוואטיוו גענויגטע סאושעל מידיע פלאטפארם וואס איז אזוי מעכטיג און איינפלוסרייך ווי טוויטער /פעיסבוק/ יו טוב/ דאן וואלט זיך די רעגירונג נישט אריינגעמישט, און די רעגירונג וועט זיך נישט אריינמישן ווען CNN איז גאר לינק גענויגט ווייל עס איז דא גענונג ערטער ווי קאנסערוואטיווע מענטשן קענען פארשפרייטן זייער געדאנקען גאנג, אבער אויב די רעגירונג האלט אז אלע סאושעל מידיע קאמפאניס זענען פארייניגט אויף איין זייט עד כדאי כך אז געוויסע בירגער ווערן גענצליך דערשטיקט און האבן נישט דאס פרייהייט פון ווארט, דאן וועלן זיי זיך געוויס פראבירן אריינצומישן.

עס איז נישט ממש מיט א אנטי טראסט מהלך, אבער עס איז די געדאנק אז די רעגירונג וועט קאנטראלירן די זאכן וואס האבן א אבנארמאלע איינפלוס אויפן גאנצן לאנד זיכער צו מאכן אז די בירגער זענען פארזיכערט און ווערן נישט באקריוודעט, סאושל מידיע איז פון די סאמע שפיץ זאכן וואס פארעמען אויס די לאנד.

נישט פארגעסן אז די דעמאקראטן האבן אויך א גרויסע אישו מיט טוויטער און די אנדערע סאושעל מידיע פלאטפארמעס ווייל לדעתם זענען האבן זיי א אבנארמאלע איינפלוס אויף די לאנד און זיי זענען לגמרי נישט קאנטראלירט, און לויט די לינקע איז שוין פארגעקומען צופיל שלעכט'ס פון די סאושעל מידיע'ס פרייע האנט, די לינקע זענען נישט אזוי שטארק פאר פרייע מארקעט'ס און זיי האלטן סתם אזוי אז מען דארף מער קאנטראלירן די סאושל מידיע קאמפאניס.

יעצט, דאס מיינט נישט אז אויב די רעגירונג וועט זיך אריינמישן וועלן זיי האבן הצלחה, בכלל נישט, יעדע אנטי טראסט קעיס איז זייער שווער פאר די רעגירונג ווייל די געזעצן זענען זייער שטארק אויסגעשטעלט לטובת א פרייע מארקעט, אבער אויב זיי האלטן אז עס קומען פאר פראבלעמען וועלן זיי האבן די "פליכט" אויסצופארשן די פראבלעמען, און צומאל קען זיי געלונגען איינצופירן נייע געזעצן ספעציעל פאר א געוויסע מארקעט, און דאס איז זיכער אז די סאושל מידיע קאמפאניס האבן מורא דערפאר און זיי וועלן זיך פראבירן צו היטן ווי ווייט מעגליך.

---
האקט.
זקן מלא רחמים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שיינע תגובה רב דערבארומדיגער
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מטעמים האט געשריבן:שיינע תגובה רב דערבארומדיגער
---
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בשבילי נברא האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:שיינע תגובה רב דערבארומדיגער

;l;p-
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

Programming האט געשריבן:אין די אכציגער יארן האט די רעיגען אדמיניסטראציע פארלייכטערט די רול'ס אז מען מוז זיך נישט אזוי שטארק האלטן צו פאקטן, און דאס האט אויסגעפלאסטערט דעם וועג פאר די ראש לימבא'ס

כ'האב פריערט געשליקעצט, יעצט ווייסעך פארוואס.
סך הכל תגובות: 999
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

דעבארמדיגער, זייער קלאר אין ציזאם גענומען, גיי אן
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יעדע נייעס אגענטור מעג זיין גענויגט וויאזוי זיי ווילן.

טוויטער איז נישט קיין נייעס אגענטור, נאר א נוטראלע סאשעל מידיע פאלטפארמע וואס האט א שטארקע מאנאפעלי אויף סאשעל מידיע. דאס איז זייער ווייט פון א נייעס אגענטור.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

זיי מעגן - אבער עס איז גוט די געוואלדעס וואס מען מאכט ווען עס פאסירט, אזוי זאלן כאטש די מענטשן וויסן קלאר.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זיי האבן לכאורה לויט סיטיזענס יונייטעד די פולע רעכט צו זיין א סופערפעק פאר דעם ביידן קאמפיין, און שיקן אלע טוויטס וואס דער ביידן קאמפיין וויל פאר אומזינסט צו אלע באנוצער. און צענזורירן אלע טראמפ טוויטס אזוי ווי אייוועלט טוט דא.

זײ ווילן אבער נישט גיין אפן אזוי, משום כמה טעמים פשוטים, ממילא קוקט עס אויס ווי יעצט, אז זיי דערשטיקן נאר טיילווייז די רעכטע מיסאינפארמאציע קאמפיינס, און קענסט נישט עכט אנווייזן אז זיי זענען ביייסד, ווייל איך זעה פשוט נישט דערווייל די סארט מיסאינפארמאציע אויף די אנדערע זייט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מעג א נייעס אגענטור טוהן וואס ער וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:זײ ווילן אבער נישט גיין אפן אזוי, משום כמה טעמים פשוטים, ממילא קוקט עס אויס ווי יעצט, אז זיי דערשטיקן נאר טיילווייז די רעכטע מיסאינפארמאציע קאמפיינס, און קענסט נישט עכט אנווייזן אז זיי זענען ביייסד, ווייל איך זעה פשוט נישט דערווייל די סארט מיסאינפארמאציע אויף די אנדערע זייט.

:lol: :lol:
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”