ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

בעסער אזוי האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:איינמאל עס קומט אראפ צו דעמאקראט ווס. רעפובליקאנער איז ניוסאם א זיכערער געווינער אין קאליפארניע

זיי נישט אזוי זיכער. די ביזנעס אייגנטומער און עלטערן פון קינדער זענען אזוי אנגעווייטאגט אויף די פארמאכטע שולעס און ביזנעסער אז זיי זענען שוין גרייט אויפצוגעבן קלימאט טויש פאר א נארמאלע לעבנסשטייגער...

איך האב אויך אזוי געהאלטן (געהאפט..) פאר די וואלן, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראמפ האט טאקע באקומען היסטארישע נאמבערס אבער ביידען האט באקומען נאכמער היסטארישע נאמבערס.. דאס מיינט אז די פוינט איז אמת אבער נאכאלץ האבן מענטשן מורא פאר קאוויד און זיי וועלן ענדרעש גיין מיט די קאנדידאט וואס איז מער פרא קאוויד

נישט קיין ראיה.

ביידען איז נישט געווען פרעזידענט פארדעם, און ער האט קלאר געזאגט אז ער גייט נישט פארשפארן דאס לאנד (ער גייט נאר פארשפארן די וויירוס, וואטעווער דעט מיענס...).

משא"כ דער דיקטאטאר פון קאליפארניע וואס די חברה דארט האבן שוין צאמגעליטן פון אים בפועל ממש. ער גייט נישט באקומען זייערע שטימען אזוי שנעל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Programming האט געשריבן:נישט ריכטיג. פארהאנען ליבעראלן גרויסע ביליאנערן וואס געבן אוועק ריזיגע סכומים פארן וואוילזיין פון די מענטשהייט, זיי שטופן קאמפיין'ס וואס וועט זיי פערזענליך קאסטן מיליאנען אדער ביליאנען אין טעקסעס.

אבער באופן כללי פארשטייט זיך אז א מענטש האט אלעמאל די גרעסטע נגיעה פאר זיך אליין, ספעציעל איינער וואס איז נישט מטבעו א מענטש וואס איז גרייט צו אוועק געבן פון זיך פאר אנדערע.

מאסק איז אפשר פון די מאלטי קולטורעל סאשעלי ליבעראל עליטע, אבער זייער פיסקעלי קאנסערוואטיוו.

----

מען האקט, בעזאס איז אויך דער זעלבער 'ליבעראל' ווי מאסק. און ער זעהט סתם אזוי אויס ווי ער וואלט געווען א שלעכטער אן געלט אויך.

ווער זענען די ליבעראלע ביליאנערן וועלכע גיסן געלט פון זיך פאר "גוטע צוועקן" אן קיין שום מנת לקבל פרס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

מען ריקט זיך נענטער צום דעליין פון מערץ 17 ווי עס מיז אריין קימען פעטיציעס פון כאטש 12 פערצענט וויילער פון די פריעדיגע עלעקשאן, און כאטש וואס עס איז שוין די פיפטע מאל וואס מען פראבירט אויף עם צו מאכן א ריקאל אלעקשאן, איז אנדערש ווי די פריעדיגע פיר מאל וואס מען האט נישט געהאט געניג אינטערשריפטן קיקט אויס דאס מאל וועלן זיי יא האבן, נאך וואס א דזשאדזש האט פאריגע חודש פארלענגערט דער דעדליין צוליב קאוויד.

עסס פעלט אויס 1.5 מיליאן פעטיציעס אז מען זאל אנקימען צו 12 פערצענט אבער עס פעלט נאך דעם אויס אז גאווערמינט זאל באשטעטיגן די פעטיציעס, און לויט ווי עס גייט ביז יעצט ווי די גאווערמינט האט שוין איבער געקיקט 485,650 פעטיציעס איז 410,087 געווארן באשטעטיגט דאס מיינט ארים 84 פערצענט, וועט אויס פעלן אז זיי זאלן צוזאמנעמען ארים 1.8 מיליאן פעטיציעס אז עס זאל דאריך גיין, א זאך וואס זיי גייען לכאורה באווייזן.

און די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן איז שוין געווען פיר ריקאל פארמעסטן אויף גאווענערס, וואס פון דעם האבן דריי פון די פיר פארלוירן די פארמעסט ארייגערכענט און 2003 אין קאליפארניע ווי דעמאלסדיגע דעמיקראטישע גאווענער האט פארלוירן א ריקאל פארמעסט פאר א רעפובליקאנער.

אבער מיט דעם אלעם איז צו ערווארטען לויט אלע אנאליסטן אז ניוסאם זאל פארבלייבן אין מאכט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

די חברה וואס זאמלען פעטיציע זענען היינט אנגעקימען צו 1.5 מיליאן אינטערשריפטן.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

באריכטן גיבן אן אז ריטשארד גרעננעל באטראכט צו לויפן אין א מעגליכע ריקאל עלעקשאן קעגן גאווערנאר ניוסאם.

גרעננעל האט פריער סערווירט אלס אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין דייטשלאנד און שפעטער אלס נאציאנאלע שפיאנאזש הויפט אונטער פרעזידענט טראמפ.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

CALIFORNIA: Gov. Newsom, facing a recall, unveiled a $9.5 billion stimulus that will give $600 in direct checks ($1,200 to illegals) and $2 billion in grants for small businesses.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ר' זעקל האט געשריבן:CALIFORNIA: Gov. Newsom, facing a recall, unveiled a $9.5 billion stimulus that will give $600 in direct checks ($1,200 to illegals) and $2 billion in grants for small businesses.

זיך געלערנט פון טראמפ, מען וויל געווינען עלעקשאנס שיקט מען סטימיולעס.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

ר' זעקל האט געשריבן:CALIFORNIA: Gov. Newsom, facing a recall, unveiled a $9.5 billion stimulus that will give $600 in direct checks ($1,200 to illegals) and $2 billion in grants for small businesses.

מילא די פעדעראלע רעגירונג קען האבן און שיקן געלט וויפיל זיי ווילן אבער פון ווי קען א גאווערנער שאפן אזויפיל מתנות לאביונים צו טיילן?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

באקסער בוים האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:CALIFORNIA: Gov. Newsom, facing a recall, unveiled a $9.5 billion stimulus that will give $600 in direct checks ($1,200 to illegals) and $2 billion in grants for small businesses.

מילא די פעדעראלע רעגירונג קען האבן און שיקן געלט וויפיל זיי ווילן אבער פון ווי קען א גאווערנער שאפן אזויפיל מתנות לאביונים צו טיילן?

מען וועט זיך אנחוב׳סען און נאכדעם בעטן די פעדערעל גאווערמענט פאר א בעיל אאוט
פארשטייט זיך ווען די רעפאבליקאנע וועלן שרייען פארוואס דארפן אונז ענק אויסבעילן פאר ענקערע משוגעתן וועט עס פאלן אויף טויבע אויערן
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

ווער נאך מופט קיין קאליפארניע?
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

קאליפארניע באדט זיך אין א $15-25 ביליאן בודזשעט סורפלוס פאר 2020.
די ארטיגע טעקס סיסטעם איז אויסגעשטעלט אויסצוקוועטשן די רייכסטע איינוואוינער וואס האבן געהאקט א לעבן דורכאויס די עפידעמיע.

https://www.sfchronicle.com/opinion/edi ... 798582.php
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 3:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

זיסע פיש האט געשריבן:ווער נאך מופט קיין קאליפארניע?

נישט ווערט
געדענקסט וויאזוי די אידן האבן אנגעהויבן ארבעטן פאר פרעה...
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:נישט ריכטיג. פארהאנען ליבעראלן גרויסע ביליאנערן וואס געבן אוועק ריזיגע סכומים פארן וואוילזיין פון די מענטשהייט, זיי שטופן קאמפיין'ס וואס וועט זיי פערזענליך קאסטן מיליאנען אדער ביליאנען אין טעקסעס.

אבער באופן כללי פארשטייט זיך אז א מענטש האט אלעמאל די גרעסטע נגיעה פאר זיך אליין, ספעציעל איינער וואס איז נישט מטבעו א מענטש וואס איז גרייט צו אוועק געבן פון זיך פאר אנדערע.

מאסק איז אפשר פון די מאלטי קולטורעל סאשעלי ליבעראל עליטע, אבער זייער פיסקעלי קאנסערוואטיוו.

----

מען האקט, בעזאס איז אויך דער זעלבער 'ליבעראל' ווי מאסק. און ער זעהט סתם אזוי אויס ווי ער וואלט געווען א שלעכטער אן געלט אויך.

ווער זענען די ליבעראלע ביליאנערן וועלכע גיסן געלט פון זיך פאר "גוטע צוועקן" אן קיין שום מנת לקבל פרס?

למשל ביל געיטס, בלומבערג.. און ס'לכאורה דא נאך
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

זאלן די קאנדידאטן שכנגד צוזאגן מער......
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:נישט ריכטיג. פארהאנען ליבעראלן גרויסע ביליאנערן וואס געבן אוועק ריזיגע סכומים פארן וואוילזיין פון די מענטשהייט, זיי שטופן קאמפיין'ס וואס וועט זיי פערזענליך קאסטן מיליאנען אדער ביליאנען אין טעקסעס.

אבער באופן כללי פארשטייט זיך אז א מענטש האט אלעמאל די גרעסטע נגיעה פאר זיך אליין, ספעציעל איינער וואס איז נישט מטבעו א מענטש וואס איז גרייט צו אוועק געבן פון זיך פאר אנדערע.

מאסק איז אפשר פון די מאלטי קולטורעל סאשעלי ליבעראל עליטע, אבער זייער פיסקעלי קאנסערוואטיוו.

----

מען האקט, בעזאס איז אויך דער זעלבער 'ליבעראל' ווי מאסק. און ער זעהט סתם אזוי אויס ווי ער וואלט געווען א שלעכטער אן געלט אויך.

ווער זענען די ליבעראלע ביליאנערן וועלכע גיסן געלט פון זיך פאר "גוטע צוועקן" אן קיין שום מנת לקבל פרס?

למשל ביל געיטס, בלומבערג.. און ס'לכאורה דא נאך

צום ביישפיל פאר וועלכע שלא על מנת לקבל פרס צוועק ביישטייערן זיי ריזיגע סכומים?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זשארזש סאראס פארשטייט זיך
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

Programming האט געשריבן:זשארזש סאראס פארשטייט זיך

אדזענדע הייסט "שלא על מנת לקבל פרס"?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א ליכטיגע איד האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:CALIFORNIA: Gov. Newsom, facing a recall, unveiled a $9.5 billion stimulus that will give $600 in direct checks ($1,200 to illegals) and $2 billion in grants for small businesses.

מילא די פעדעראלע רעגירונג קען האבן און שיקן געלט וויפיל זיי ווילן אבער פון ווי קען א גאווערנער שאפן אזויפיל מתנות לאביונים צו טיילן?

מען וועט זיך אנחוב׳סען און נאכדעם בעטן די פעדערעל גאווערמענט פאר א בעיל אאוט
פארשטייט זיך ווען די רעפאבליקאנע וועלן שרייען פארוואס דארפן אונז ענק אויסבעילן פאר ענקערע משוגעתן וועט עס פאלן אויף טויבע אויערן

ווי ס'איז דער שטייגער אין אמעריקע אז די רויטע שטאטן בעילן כסדר אויס די בלויע...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:איינמאל עס קומט אראפ צו דעמאקראט ווס. רעפובליקאנער איז ניוסאם א זיכערער געווינער אין קאליפארניע

זיי נישט אזוי זיכער. די ביזנעס אייגנטומער און עלטערן פון קינדער זענען אזוי אנגעווייטאגט אויף די פארמאכטע שולעס און ביזנעסער אז זיי זענען שוין גרייט אויפצוגעבן קלימאט טויש פאר א נארמאלע לעבנסשטייגער...

איך גלייב אז די איינציגע סיבה פארוואס א פאליטיקאנט זאל מאכן לאקדאונס (לצד אז ס'ארבעט נישט) איז וויבאלד די מאסן ווילן דאס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נישט ריכטיג. די סיבה איז ווייל ער וויל פארבלייבן אין היסטאריע אלס דער וואס האט געראטעוועט דעם שטאט פון די מגיפה, נישט ווי טראמפ וואס האט אויס'גע'הרג'ט מאסן...

ער האט נאר פארגעסן אז טראמפ איז שוין אינדרויסן און קיינער גייט אים שוין נישט ארויפקוקן דערויף.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:נישט ריכטיג. די סיבה איז ווייל ער וויל פארבלייבן אין היסטאריע אלס דער וואס האט געראטעוועט דעם שטאט פון די מגיפה, נישט ווי טראמפ וואס האט אויס'גע'הרג'ט מאסן...

ער האט נאר פארגעסן אז טראמפ איז שוין אינדרויסן און קיינער גייט אים שוין נישט ארויפקוקן דערויף.

סתם לידיעתך, אין א האלבער וועלט זענען דא לאקדאונס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זיסע פיש האט געשריבן:קאליפארניע – אין קאליפארניע קאכט זיך אן ערנסטע פּאליטישע געשעעניש, ווען דער קאמפּיין ארויסצואווארפן דעם אמטירנדן דעמאקראטישן גאווערנאר געווין ניוסאם האט געקריגן פרישע מאמענטום. אקטיוויסטן האבן אונטערגענומען א פּעטיציע קאמפּיין עטליכע וואכן צוריק, זייענדיג שטארק אומצופרידן פון ניוסאם'ס באהאנדלען פארשידענע זאכן, און נעכטן האט די פּעטיציע שוין געהאלטן ביי 1.4 מיליאן אונטערשריפטן, א שפּאן אוועק פון די 1.5 מיליאן וואס וועט צווינגען א ספּעציעלע ריקאל עלעקשאן.

ק/פ דער איד

ארגאנעזירער פון די ריקאל קאמפיין זאגן אז זיי האבן שוין באוויזן צו שאפן העכער 1.9 מיליאן אונטערשריפטן אין שטיצע דערפון, זיי האבפן נאך צו דערגרייכן גאנצע 2 מיליאן אונטערשריפטן איידער די מארש 17 דעדליין.

פאריגע מאנאט האט די ארטיגע סעקראטערי אוו סטעיט באשטעטיגט 83 פערצענט פון די חתימות. אויב זאל עס ווייטער גיין אנהאלטן אויף אזא ראטע, וועט באשטעטיגט ווערן א ריקאל עלעקשאן.
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

געוועזענע רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דאוג אוסעי געמאלדן אז ער שפרינגט אריין די פארמעסט צו ערזעמן גאווערנאר ניוסאם אין פאל די ריקאל איז סוקסעספול.

אוסעי איז דערמיט געווארן די דריטע רעפובליקאנע קאנדידאט צו מעלדן א קאנדידאטור צו ערזצן ניוסאם.

אוסעי האט פריער סערווירט אין קאנגרעס פון 1999 ביז 2005 פארטרעטענדיג די דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין קאליפארניע.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קען איינער מסביר זיין וויאזוי עס גייט צו, איז עס צוויי באזונדערע עלעקשאנס (אויב ריקאלן און טמער גייט עס דארך אן עקסטערע עלעקשאן ווער זאל זיין גאווערנער) אדער איז אלעס אויף איין מאל?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גיי פארשטיי האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין וויאזוי עס גייט צו, איז עס צוויי באזונדערע עלעקשאנס, (אויב ריקאלן און טאמער גייט עס דורך, אן עקסטערע עלעקשאן ווער זאל זיין גאווערנער,) אדער איז אלעס אויף איין מאל?



מען שטימט אויף צוויי פראגעס, די זעלבע צייט.

קודם פרעגט מען, ווילט איר ריקאלן דעם גאווערנאר? יא אדער ניין. וועלכע פון די צוויי האט מער, וואס איז בהכרח איבער 50%, געווינט.

צום ביישפיל, דא איז די רעזולטאטן פון דעם סוקסעספולן ריקאל אין 03 קעגן דעם דעמאקראטישן גאווערנאר דזשאו דעיוויס:
ריקאל רעפערענדום
ריקאל רעפערענדום
Screenshot_20210317-134904_Chrome.jpg (72.9 KiB) געזען 1258 מאל


נאכדעם פרעגט מען, אויב דער גאווערנאר איז ריקאלט, וועם ווילט איר אנשטאט פאר גאווערנאר? און דארט איז דא א גאנצע ליסטע פון קאנדידאטן, יעדער פון אלע פארטייען אויף איין מאל, און ווער עס האט די מערסטע, דער געווינט, אן קיין פראצענט טרעשהאלד פארלאנגען. דער אינקאמבענט גאווערנאר איז נישט בארעכטיגט צו לויפן אין די "אויב ער איז ריקאלד" וואלן.

אין 03 צום ביישפיל זענען געלאפן 135 קאנדידאטן, און נאך 19 האבן באקומען רייט אין שטימען, מיין סקרין שאט נעמט נאר אריין די ערשטע דריי קאנדידאטן וואס האבן אינאיינעם באקומען 93.5% פון די שטימען:
רעפלעיסמענט וואלן
רעפלעיסמענט וואלן
Screenshot_20210317-135305_Chrome.jpg (71.87 KiB) געזען 1258 מאל


קומט אויס אז דער אינקאמבענט מוז האבן די שטיצע פון רוב פאלק צו בלייבן אין אמט, אבער דער וואס נעמט אים איבער מוז בכלל נישט.

דאס מאכט טעארעטיש אז דער אינקאמבענט קען האבן מער שטיצע ווי דער וואס נעמט אים איבער, אבער נאך אלץ פארלירן.

ווי מען קען זעהן אז הגם שווארצנעגער האט באקומען מער שטימען ווי דעם אינקאמבענט, האט ער עס אבער נישט געדארפט האבן צו געווינען.

נ. ב. דעוויס עפראוול איז געווען אין די צוואנציגערס דעמאלטס.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”