די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

אחראי: יאנאש

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בעזהי"ת אדון כל

עס איז שוין אריבער א היבשע וויילע פון ווען איך האב צום לעצט אפגעשריבן א פולער ארטיקל דא אין די בלעטער פון אייוועלט. איך האב נישט געשפירט אז עס איז עכט דא דער ארט צו קענען שרייבן איבער די נושא וואס איך וויל דא בארירן, און עס קען זיין אז נאך וואס איר וועט ענדיגן ליינען וואס איך וועל דא פארשרייבן וועט איר קלערן אז איך בין פון זינען אראפ. אבער נאכן אריינטראכטן עטוואס האב איך געזען אז איך וועל נישט האבן וואס צו פארלירן און עס לוינט זיך עס אראפצושרייבן אפילו אויב נאר איינער וועט טוישן זיין געדאנקענגאנג און אנהויבן אריינטראכטן און פרובירן זיך צו דערגרינטעווען וויאזוי מיר זענען אנגעקומען צו די סיטואציע אין וועלכע מיר שטייען איצטער.

אלס אן הקדמה איז גוט צו אנמערקן אז אין יעדער ארט אין די וועלט וועט איר געפינען פלאץ פאר זעלבסט קריטיק, און עס איז זייער א גוטע זאך צו אריינקוקן אין זיך און זיך טיילווייז קאמפלימענטירן אויף די גוטע טאהטן און אין די זעלבע צייט זיך צו קריטיקירן אויף די נישט גוטע. אין חסידישע ספרים ווערט דאס אנגערופן מאכן א חשבון הנפש, און דאסמאל וויל איך מאכן א חשבון הנפש אינאיינעם מיט יעדן איינעם וואס געפינט זיך דא אין וועלטל. אבער עס איז וויכטיג צו באטאנען אז דאס וואס עס וועט ווערן געשריבן ווייטער אינעם ארטיקל איז געאייגנט נאר פאר אזא איינער וואס קען טאלערירן עמיצן וואס קלערט אנדערש ווי אים און קען זיך האלטן פולקאם אביעקטיוו און רואיג און קלעבן צו א שפראך פון א העכערע סארט. אויב וועט דער שמועס פירן צו פערזענליכע אטאקעס אדער צו זינלאזע קאמענטארן דאן וועט עס זיין יצא שכרו בהפסדו און עס וועט זיך נישט האבן געלוינט דאס געשרייבעכץ.

און יעצט צום ענין.

די ווייטאג און צעמישעניש אנהויב פון די קאראנע פאנדעמיע
מיר האלטן שוין באלד א יאר זינט ווען די קאראנע פאנדעמיע האט איבערגענומען אונזערע לעבנס מאכנדיג אונז פארגעסן דעם טעם פון פרייהייט. מיר האבן אריבערגעמאכט א שטורעמישער יאר ווען יעדע צוויי וואכן איז געווען פרישע נייעס. אין אנהויב איז עס געווען שווערע נייעס ווען עס האבן אנגעהויבן ערשיינען טעגליך פרישע פלאקאטן פון נפטרי קאראנע ה"י וועלכע זענען פארשניטן געווארן צו די ביטערע קרענק און טייל פון זיי האבן נישט זוכה געווען צו קיין כבוד אחרון ווי עס פאסט. פילע ווייסע בערד זענען נעלם געווארן פון אונזערע אויגן איבערלאזנדיג אונז אליין אן קיין מוסטער פון פריערדיגן דור. אזויפיל רבנים און חשוב'ע אידן זענען ליידער אוועק פון דער וועלט, און עס איז אפילו שווער צו מאכן א ליסטע פון זיי. אי אפשר לפורטם כי רבים הם.

אויך איז געווען טעגליך נייעס איבער די מצב אין די וועלט, מען האט געזען ווי די טוילעט פאפיר ווערט צוכאפט, אויך האט מען געהערט שוידערליכע נייעס פון אייראפע. מיר פערזענליך האט בארירט אזש ביז הייסע טרערן ווען איך האב געזען דעם קליפ ווי די איטאליענער ווארפן ארויס זייער אפגעשפארטע געלט פון פענסטער וויינענדיג אז עס איז עק וועלט. איך האב דאן געזען ווי די הויפענעס פון מיליאנען יורא'ס פליען איבער די ליידיגע גאסן אין איטאליע און קיינער שפירט נישט פאר וויכטיג ארויסצוגיין דאס צוזאמנעמען. קיינער האט נישט געבראכן דעם לאקדאון אויף צום כאפן דאס געלט. לעבן איז וויכטיגער. עס האט מיר געגעבן דעם געפיל פון וויאזוי איך האב זיך אלס פארגעשטעלט אז עס וועט אויסזען בעפאר ווען משיח וועט קומען, אז די פעלקער וועלן פארמיאוס'ן אין אלסדינג און וועלן נאר ווילן דעם אמת.

אויך געדענקען מיר גוט דאס ערשטן מאל ווען מיר האבן זיך דערזען מיט מאסקעס אין די גאסן, עס איז געווען קאמיש און פארכטיג דאס צוצוזען. מיר זענען ארומגעגאנגען פארזיכטיג קויפן די נויטיגע צוגעהער פאר פסח באפאנצערט מיט הענטשוך אויף די הענט און מאסקעס ביז צו די אויגן. דער וויירוס האט געבוזשעוועט און קיינער האט נישט געוואלט זיין קיין אויבער חכם און א צועק לשעבר. ווען מיר האבן באגעגנט א ידיד האבן מיר זיך באגנוגט מיט א קאפ שאקל און א געשריי פונדערווייטנס. מיר זענען געשטאנען אפגערוקט ווייטע שטרעקעס פון אונזערע נאנטע און מיר האבן בלויז געקענט פאכענען צום פענסטער פון אונזערע עלטערן וועלכע האבן געפראוועט פסח עלנד אליינס. אוי ווי פיינפול דאס איז געווען. אוי מה היה לנו. דער הסתר פנים איז געווען שרעקליך און געפערליך און עס איז נישט געווען גרינג. בכלל נישט גרינג.

חתנים און כלות זענען געווארן וויי געטון אויף א שרעקליכע וועג, זיי זענען פארנאכלעסיגט געווארן און נישט געקענט פראווענען זייערע פרייליכסטע טעג אין לעבן מיט די פאמיליע. אוי ווי פיינפול עס איז צוריקצוקלערן דערפון, עס קאסט א טרער, ביטער איז עס געווען. זייער ביטער.

אכן שמע אלוקים - שומר פתאים השם
דאן איז געקומען דער זומער ווען דער באשעפער האט אויסגעהערט אונזערע תפילות און ער האט אפגעטון מער ווייניגער די מחלה פון אונזערע קעפ. אבער דאס איז געווען אויף א פארנעם פון שומר פתאים השם. מיר האבן זיך אויסדרוקליך נישט געהעריג געהיטן און מיר האבן נישט געטון דאס מינדעסטע זיך צו אויסמיידן פון פארשפרייטן דעם וויירוס. אבער ווי נישט ווי האט אונז דער באשעפער ליב, און מיר האבן געהאט א געהעריגע זומער אזוי ווי עס איז געווען אלע יארן. די שליחים אונז ארויסצוהעלפן צו קענען פירן א געהעריגער זומער זענען געווען אונזערע שכנים פון הארלעם וועלכע האבן גענוצט דעם זומער אויסצודרוקן זייער ווייטאג איבער דאס ברוטאלע אויפפירונג צו די מיטגלידער פון זייערע געגנטער און זיי האבן איבערגעדרייט דעם שטאט אזוי אז די רעגירונג האט געמוזט אייננעמען א שטילשווייגעניש איבער אונזערע פארלעצונגען זייענדיג פארנומען מיטן פארגיטיגן די אויפגעברויזטע מאסן וועלכע האבן געפאדערט גערעכטיגקייט.

אבער ווען עס איז געקומען די ימים נוראים און מען האט אנגעהויבן צו הערן מער און מער איבער א פרישער אויפשטייג אין די קאוויד פעלער אין אונזערע געגנטער, דאן האבן מיר שוין נישט געהאלטן ביים אויסהערן ווייטער די דאקטורים און ספעציאליסטן, און עס האט אונז ליידער אפגעקאסט קרבנות ה"י. אזוי אויך האבן מיר געהאט אויסצושטיין פון מענטשן וועלכע קומען פון אונזער מחנה וואס האבן אונז פארראטן, אייגענע ברידער זענען געגאנגען און אונז איבערגעגעבן צו די הענט פון די רעגירונג וועלכע האט זיך באסמאקעוועט מיטן קענען ארויפווארפן דאס שולד אינעם אויפשטייג אויף אונז אידן טראצדעם וואס איבעראל האט מען שוין אויפגעהערט זיך צו פירן לויט די פונקטליכע רעגולאציעס וואס די רעגירונג האט פארלאנגט.

דורכאויס די גאנצע צייט איז געזיצן אין ווייסן הויז א פרעזידענט וואס ליידט אויף וואנזיניגקייט, און זיין אומסטאביליטעט האט נישט צוגעגעבן צו די רואיגקייט פון די מצב. יא, ב"ה אז ער איז געווען דער וואס האט זיך אלס געשטעלט צו אונזער זייט, אבער טאקע דורכדעם האט ער אונז געשטעלט אונטערן ספאטלייט און מען האט אונז אנגעהויבן מער און מער צו האסן אין די עפנטליכקייט.

לאמיר נישט אויסלאזן, אבער אויך נישט פארלענגערן איבער וואס אונזערע ברידער אין ארץ ישראל האבן מיטגעמאכט זייענדיג אונטער די שטרענגע דיקטאטורשאפט פון דעם פרעמיער נתניהו וועלכער האט זיי געשיקט לופטערן ווילנדיג זיך פארזיכערן מיט זיין בענקל אין כנסת און אינאיינוועגס אויסמיידן זיין משפט איבער זיינע קרומע שטיקעס איבער די לעצטערע יארן. איבעראל האבן חרדי'שע אידן מיטגעמאכט און אזוי ווי שטענדיג אין היסטאריע זענען מיר געווען די וועלכע האבן געליטן דאס מערסטע.

אבער…

שמעתי את תפילתיך - הנני רופא לך
יעצט האלטן מיר אין א צייט ווען מיר קענען שוין זען דעם סוף, מיר זעען שוין אויפן האריזאנט דעם שיין פון די זון, מען הייבט שוין אן צו שפירן אז עס קען ווערן נארמאליזירט און סטאביליזירט די געפערליכע צעמישעניש וואס הערשט. דער וואקסין איז שוין ענדליך דא.

אבער טאקע יעצט איז די צייט וואס איך ווער אנטוישט און הייב אן קלערן אז דער עם קשה עורף האט זיך גובר געווען אויפן עם חכם ונבון, דען וואו שטעקט אונזער חכמה אויב קענען מיר נישט זיין גענוג קלוג און פארשטיין אז עס איז ערצייגט געווארן א וואקסין וואס זאל ענדליך אונטערברענגען די ביטערע וויירוס. וואס זאל אונז אפהאלטן פון נעמען די רפואה וואס איז ערצייגט געווארן מיטן אויבערשטנס הילף אויף צום ברענגען די רפואה אויף דער וועלט? צוליב וועלכע סיבה קענען מיר זיך נישט פארלאזן אויף דעם באשעפערס שליחים וועלכע זענען די דאקטורים און נעמען דעם וואקסין?

איך האב געטראגן א חשוב'ער איד וועלכער איז שוין אריבער די שמונים לגבורה צו די צענטער אויף צום נעמען דעם וואקסין. איך האב אים געפרעגט אויפן וועג, צוליב וואס גייט איר נעמען דעם וואקסין? איר ווייסט דען נישט אז עס איז נאכנישט געווארן אויספרובירט? האט איר נישט מורא אז דאס וועט אייך אומברענגען חלילה? צו ווייסט איר נישט אז פארשידענע דאקטורים האבן געזאגט אז עס קען הארגענען? צו ווייסט איר נישט אז עס קען גאר זיין אז ביל געיטס וויל אונז פארסמ'ען אז מיר זאלן נישט קענען האבן מער קינדער? צו ווייסט איר נישט אז פארשידענע עקסטרעמע רבנים האבן געפסק'נט אז מען טאר עס נישט נעמען?

האט ער מיר דערויף געענטפערט אז אין דעם פאל קומט גארנישט אריין קיין דעת תורה, עס שטייט אז דער רופא האט געקריגן רשות צו היילן, דער רב האט זיך נישט וואס אריינצומישן. דאס גרעסטע השתדלות וואס מיר קענען יעצט טון איז נאר דאס אז מיר זאלן יא נעמען דעם וואקסין און נישט זיין קיין אויבער חכמים. און ער איז גערעכט, א רב אדער א דאקטאר וואס לאזט נישט נעמען דעם וואקסין האט נישט קיין דעה. דער פערזענליכקייט וואס אסר'ט דעם וואקסין טוט געטרויען די דאקטורים ווען עס קומט צו סיי וואס, נאר אצינד טוט ער צוליב פחד אדער פערזענליכע סיבות און אומפארגינערישקייט פארפירן מענטשן אין באד.

די זינלאזיגקייט פון די קאנספיראציעס
איינער האט מיר אנגעשריגן אין ביהמ"ד, ביזטו נארמאל? דו ווייסט נישט אז דו לאזט אריין צו דיר אין קערפער סם המות וואס מען האט נאכנישט געזען אין ערגעץ? צו ווייסטו נישט אז דו ביסט א טייל פון א פרואוו?

איך האב יענעם געענטפערט דאס פאלגענדע און דערמיט אים פארשטילט, האפנטליך אויף שטענדיג. איך האב אים געפרעגט, וויי קען זיין אז דו מיטן פאררויכערטע שטימע זאל רעדן צו מיר וועגן אריינלייגן סם אין קערפער? וויאזוי קענסטו ווילדער דרייווער רעדן צו מיר איבער אומפאראנטווארטליכקייט? וויאזוי קענסטו וואס ווען דו האסט דאס מינדעסטע פארקילעכץ לויפסטו צום דאקטאר פלוצים שרייען אז די וויסנשאפטלער און די דאקטורים ווילן דיר פארגאזן? וויאזוי קענסטו דער וואס גייט ביזן טוילעט מיטן סמארטפאון שרייען איבער טשיפס וואס מען וויל אין דיר איינפלאנצן? וויאזוי קענסטו דער וואס שרייבט אויף טוויטער און פעיסבוק דיין גאנצע לעבנס היסטאריע באגלייט מיט בילדער, שרייען וועגן דיפסטעיט וואס זוכט דיר אונטערצוברענגען? וויאזוי קענסטו דער וואס טרינקט אלקאהאל שרייען איבער 5G וואס הארגעט?

גענוג געווען!

מען נוצט אויס דאס תמימות פון כלל ישראל אינאיינעם מיט די מאדנע תקופה וואס מיר גייען אריבער, אונז איינצורעדן די אלע פארנארישטע קאנספיראציעס, וועלכע גייען שוין אגב אן פאר לאנגע יארן, און עס לאזט זיך נישט גלייבן אז עס זענען אפילו דא אינטעלעקטואלע מענטשן וועלכע פאלן פאר די שטותים און זאגן עס איבער ווי כאילו עס זאל ווען האבן געווען תורת משה.

גענוג אז מיר האבן זיך נישט אויסגעהיטן פון די וויירוס, לאמיר כאטש נישט זיין ווייטערדיגע אויבער חכמים, אין סומכין על הנס. אז עס איז שוין דא דער וואקסין, זיי נישט קיין אויבער חכם, לויף און נעם! דאס איז יעצט וואס מען ברויך טון. און ניין, קיינער איז נישט אינטערסירט אין נידערן דיינע קינדער צאלן, קיינער וויל דיר נישט נאכגיין און קיינער וויל דיר נישט הארגענען… איי וועסטו קומען שרייען ווי א טיפש "דו ווייסט וואס עס ליגט אין די וואקסין?" ניין! איך ווייס נישט, אבער איך ווייס אויך אז דו ווייסט נישט וואס עס ליגט אין אנטיביאטיק און דאך נעמסטו עס, פארוואס? ווייל דו ווייסט אז א דאקטאר איז דא צו היילן, נישט צו הארגענען. אזוי פירט זיך די וועלט. עס איז דאך אומגלויבליך וואס מענטשן זאגן אלס… אלע וויסנשאפטלער זענען ליגנער, אבער דאקטאר פלוני פון יוטוב, ער איז א ריכטיגער רעכטדענקנדער מענטש… כאטש וואס דו קענסט אים נישט און דו האסט נישט קיין מושג ווער ער איז. ווי נישט ווי האט ער באוויזן דיר צו דערשרעקן מיט א זעלבסט פאבריצירטע ווידעא ווי מען זעט ביל געיטס קראצן א פען וואס זעט אויס ווי א וואסער באטל פון א וואהאנער לאבראטאריע - קאם אן, מען!

די אויבער חכמה האט זיך שוין אנגעהויבן ווען דערשראקענע וויליאמסבורגע פרויען האבן אנגעהויבן פארשפרייטן שמועות אז די קאראנע טעסטס זענען עכט טעסטס פון די. ען. עי. און נאך שטותים. דאן איז עס געווען א וויץ, אבער מען האט זיך נישט דא אפגעשטעלט. עס איז א בזיון צו זען ווי דאס קלוגסטע פאלק טוט זיך אזוי באנארישן און צוליב אפאר נארישע און איינזייטיגע קאנספיראטארן וויל מען זיך נישט אליין טון א טובה און זיך וואקסינירן. ווען וועלן מיר שוין אויפהערן צו זיין אויבער חכמים?!

מען קען נאר בעטן אויף ווייטער אתה חונן לאדם דעת
לאמיר בעטן צום באשעפער אז ער זאל אונז שוין חונן דעת זיין מיטן ריכטיגן שכל, און יתמו חטאים ולא חוטאים. די וועלכע פארשפרייטן די קאנפיראציעס דורך די פארשידענע האטליינס און טוען דערמיט אפשרעקן אלט און יונג פון זיך גיין היילן, אט די טראגן בלוט אויף זייערע הענט. זיי וועלן אפגעבן דין וחשבון אויף דעם וואס זיי האבן אפגעהאלטן דאס צוריקגאנג פון די וועלט צו נארמאליזם, און אויך אויף די צוקונפטיגע חורבנות חלילה ה"י וואס זייער אומפאראנטווארטליכקייט קען זיי אלס צוברענגען. זאל זיך דער באשעפער מרחם זיין.

יעדער איז געלאדנט צו שרייבן א סיי וואס פאר א תגובה, אבער עס זאל ביטע זיין געשריבן מיט קלאס, כדי אז עס זאל נישט ווערן געמעקט און געשפארט. א דאנק.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ביטע פארשפרייטן דעם מאמר
אטעטשמענטס
וואקסינען און קאנספיראציע.pdf
(78.44 KiB) געווארן דאונלאודעד 269 מאל
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

גענאגעלט.
אם אין דעת הבדלה מנין...

עס ע סייד נאוט, איים נאט פלענינג טא טעיק דע וועקסין..באט דיס קאנספירעסיס מאסט סטאפ.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

הערליך, הערליך, קלאר און דייטליך!

איך האב פיל נעכט געטראכט איבער וואס גייט פאר מיט אונז, און ליינענדיג אזעלכע ווילדע קול קוראס מיט וואס מען פארשעמט ערליכע רבנים זיי איינרעדנדיג זאכן וואס יעדעס קינד קען אפפרעגן, האט עס מיר זייער וויי געטון וויאזוי עס געשעט צו דאס קלוגסטע פאלק, און דוקא ביי די היימישיסטע קרייזן, אזא טפשות און כמעט בייזוויליגע פארנאכלעסיגקייט?

איך האב באשלאסן אז עס קען נאר זיין א גזירה, עס איז פשוט באשערט אויף אונזער דור אזא צומישטקייט און צוחישטקייט וואס מאכט די מצב אזויפיל שווערער.

עטליכע פונקטן זענען.

עס אעז נארמאל אז א יחיד פאר זיך איז אומבאקוועם אדער זארגט וועגן א וואקסין. עס איז טאקע ניי, און עס איז. פארשטענדליך די פחד.

אבער דאס מאכט נישט נארמאל
צו ווייסן שוין פון לעצטע יאר פסח, אז מען מעג פארשפרייטן די וויירוס ווייל עס איז א האוקס צו צווינגן א וואקסין.
ווייסן דוין פאראויס פונקטליך אלע זייט ווירקונגען אויף לאנגע יארן וואס איז נאך אוממעגליך צו וויסן אן רוח הקודש.
ווילן זייער שטארק אז די וואקסין זאל דורכפאלן.
מאכן א פאניק קאמפיין, אז אויב איינער אין מיין משפחה וואס איז הויעכע ריזיקע האט געקלערט צו נעמען די וואקסין, האט ער שוין באקומען קאלס פון כאטש 6 באקאנטע ווי שרעקליך עס איז.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

עס איז נאר א שאד אז דו מישסט צאם אביסל צווישן די נישט היטען די קאראנע רעגולאציעס און די קאנספיראציעס וועגען די וואקסין, איך האף אז ס'וועט נישט גורם זיין אז דיינע אויפריכטיגע ווערטער, דברים היוצאים מן הלב, וועלען ווערען ווייניגער אנגענומען ביים עולם וואס האט נישט געהיטען אויף די רעגולאציעס, און וואס האלט אז מען האט נישט געדארפט היטען אויף די רעגולאציעס (און לגבי דעם האבען זיי יא כמה מעינסטרים רבנים וואס האלטען אזוי).
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

זייער גיט געשריבען!

עס איז ארום געגאננגען שמועות אז יעדע וואקסין האט א GPS tracker וואס די government קען אונס tracken
און מענטשען האבען עס ערענסט געגלייבט.

די אמתע מעשה איז געווען אז Pfizer האט געלייגט א GPS tracker און יעדע באקס צו קענען וויסען ווי אלע זענען, און די עולם גולם קויפט אפ אז יעדע וואקסין האט א tracker
אוועטאר
דער שיבער
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער שיבער »

Capture.PNG
Capture.PNG (316.65 KiB) געזען 4036 מאל
פרעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג »

;l;p-
זייער שיין געשריבן.
הגם איך פלאן נישט צו נעמען דעם וואקסין, ווייל עס איז נאכנישט דא גענוג אינפארמאציע דערוועגן, אזוי ווי יעדע נייע זאך.
אבער עס ליגט נישט קיין טשיפס אין די וואקסין, אפשר אין פאטעיטא טשיפס...
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו נעם נאך איינס
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א יוד אין ניו יארק האט געשריגען אז מ'שטארבט נישט פון קאראנע, ''מ'שטארבט פון די פחד פון קאראנע''.
זיין טאטע, א עלטערע יוד, האט געוואלט נעמען די וואקסין, אבער די זוהן האט נישט געלאזט. ''די וואקסין איז ממש מסוכן''.
לעצטענס האט די טאטע געכאפט קאראנע, און איז ליידער אוועק.
-
פון קאראנע מען שטארבט דאך נישט , און איך גלייב נישט ער איז אוועק פון די פחד פון קאראנע..
וואס יא, איך מיין ער איז אוועק 'פון די פחד פון די וואקסין'!!!... ער האט געציטערט פון די וואקסין. מהאט אים געזאגט אז די וואקסין איז געפערליך מסוכן.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

moishy56 האט געשריבן:א יוד אין ניו יארק האט געשריגען אז מ'שטארבט נישט פון קאראנע, ''מ'שטארבט פון די פחד פון קאראנע''.
זיין טאטע, א עלטערע יוד, האט געוואלט נעמען די וואקסין, אבער די זוהן האט נישט געלאזט. ''די וואקסין איז ממש מסוכן''.
לעצטענס האט די טאטע געכאפט קאראנע, און איז ליידער אוועק.
-
פון קאראנע מען שטארבט דאך נישט , און איך גלייב נישט ער איז אוועק פון די פחד פון קאראנע..
וואס יא, איך מיין ער איז אוועק 'פון די פחד פון די וואקסין'!!!... ער האט געציטערט פון די וואקסין. מהאט אים געזאגט אז די וואקסין איז געפערליך מסוכן.

;l;p-
די היפאקראסיע פון די קאנספעראטארען, אוועקצומאכען די סכנה פון קאראנע, און זאגען אז מען טאר נישט אנשרעקען מענטשען מיט דעם, און אין די זעלבע צייט אויפצובלאזען די סכנה פון די וואקסינען, און מיט דעם דערשרעקען מענטשען און זיי מסכן זיין, איז דאך אין לשער ואין לתאר.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

זייער קלאר.

מ'זעט אז ס'איז דברים היוצאים מן הלב
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

ווען שטייען די קאנספיראציע טעאריקער אויף?
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

איך וועל איבערזאגן טישטוך'ס מאמר אין איין ליין:
ווען עס האט זיך געהאנדעלט מיט זיך היטן פונעם וויירוס ביסטו געווען גאנץ רוהיג זאגנדיג נע איטס נאטינג... פליז זאג עס יעצט אויכעט...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

די וואס האלטן אז עס איז בעסער צו האבן די וויירוס נאטורליך ווי א וואקסין, האלטן דאך אויך אז ביל געיטס האט פראדעצירט די ווירוס צו קענעען קאנטראלירן די וועלט, זענען דאך ביידע די זעלבע שלעכט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שכח הרב טישטוך פאר די אויפריכטיגע רייד, עס איז כדי צו צוצייכענען אז די לעצטיגע אנשיקעניש פון קאנספיראטן ביים יהדות החרדית קומט נישט דווקא פונעם עם קשה עורף פארציע וואס מיר פארמאגן נאר עס קומט פון די אפענע וועלט וואס מיר געפינען זיך אין, עטליכע זינלאזע יונגען דרייען זיך יומם וליל און אויף יו טוב און אנדערע מקומות טינפות און פיטערן ווייטער די אינפארמאציע פאר תמימות'דיגע מענער און פרויען

ביודעי ומכירי קאמינא א פארפאלק פון אפסטעיט ניו יארק וועלכע זענען פון די אנפירערס פון די אלע לעצטיגע קאנספיראציעס ביים יהדות החרדית, איך פרעזענליך וואלט זיי נישט געטראסט אפילו אויף א מילתא דעבודי לגלויי

זיי האבן שוין געהאט א פראבלעם מיט דע וואקסין נאך בעפאר מ'האט געקענט ספעלן די ווארט "קאראנע" , זיי האבן פשוט געווארט אויף א געלעגענהייט ווען די מצב וועט זיך איינשטילן און דעמאלטס פארשפרייטן זייערע קאנספיראציעס

מיר האפן אז וילמדו תועים בינה, והשיבה שופטיך כבתחילה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Kollel האט געשריבן:גענאגעלט.
אם אין דעת הבדלה מנין...

עס ע סייד נאוט, איים נאט פלענינג טא טעיק דע וועקסין..באט דיס קאנספירעסיס מאסט סטאפ.

Same here
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הערליש! צום פינטל! אפילו איך בין נישט מסכים צו יעדן ווארט, (איך מוז נישט מסכים זיין צו דיין אונטערייסן אונזער פאריגן פרעזידענט).
די מערסטע געפעלט מיר די פאראגראף פון די פארויכערטע שטימע און דער וואס רורט זיך נישט אוועק פונעם סמארטפאון.
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פנימחדשות האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

עס איז נאר א שאד אז דו מישסט צאם אביסל צווישן די נישט היטען די קאראנע רעגולאציעס און די קאנספיראציעס וועגען די וואקסין, איך האף אז ס'וועט נישט גורם זיין אז דיינע אויפריכטיגע ווערטער, דברים היוצאים מן הלב, וועלען ווערען ווייניגער אנגענומען ביים עולם וואס האט נישט געהיטען אויף די רעגולאציעס, און וואס האלט אז מען האט נישט געדארפט היטען אויף די רעגולאציעס (און לגבי דעם האבען זיי יא כמה מעינסטרים רבנים וואס האלטען אזוי).

און נאך 2 קליינע קאמענטס. די געלט ווארפעריי אין איטאליע האט קיינמאל פאסירט. די בילדער זענען פון ווענעזועלע פאר א צייט צוריק און די מיסאינפארמאציע דאן האט געהאלפן די קאנספיראציע

און איך וויל פארשטיין וואס ס'איז געווען אזוי וויכטיג צו אריינברענגען פאליטיק. קוקט אויס ווי מ'איז נישט אינטרעסירט אז די ווערטער זאלן ווערן אנגענומען ביי יעדן נאר ביי די אנטי טראמפ לאגער

פארוואס שמועס איך עס אויס? ווייל ווען מ'וויל יענעם געבן א מתנה, נישט קיין חילוק ווי חשוב און נוצבאר, קען מען עס נישט איינפאקן אין שטעכל דראטן אדער שמוציגע פאפיר


לגופו של ענין. איר זענט 100% גערעכט בנוגע די חורבן וואס די קאנספיראציע טעאריקער מאכן אן ביי אונז און צומאל שעם איך זיך צו שטיין נעבן דעם אינגערמאן וואס רעדט אזעלכע געבראטענע שטותים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

זייער שיין געשריבן, אבער איך וואלט זיך אפגעשטעלט דא. און למען האמת איז דאס דיין עיקר נקודה פון די גאנצע תגובה.
טישטוך האט געשריבן:שמעתי את תפילתיך - הנני רופא לך
יעצט האלטן מיר אין א צייט ווען מיר קענען שוין זען דעם סוף, מיר זעען שוין אויפן האריזאנט דעם שיין פון די זון, מען הייבט שוין אן צו שפירן אז עס קען ווערן נארמאליזירט און סטאביליזירט די געפערליכע צעמישעניש וואס הערשט. דער וואקסין איז שוין ענדליך דא.

אבער טאקע יעצט איז די צייט וואס איך ווער אנטוישט און הייב אן קלערן אז דער עם קשה עורף האט זיך גובר געווען אויפן עם חכם ונבון, דען וואו שטעקט אונזער חכמה אויב קענען מיר נישט זיין גענוג קלוג און פארשטיין אז עס איז ערצייגט געווארן א וואקסין וואס זאל ענדליך אונטערברענגען די ביטערע וויירוס. וואס זאל אונז אפהאלטן פון נעמען די רפואה וואס איז ערצייגט געווארן מיטן אויבערשטנס הילף אויף צום ברענגען די רפואה אויף דער וועלט? צוליב וועלכע סיבה קענען מיר זיך נישט פארלאזן אויף דעם באשעפערס שליחים וועלכע זענען די דאקטורים און נעמען דעם וואקסין?

איך האב געטראגן א חשוב'ער איד וועלכער איז שוין אריבער די שמונים לגבורה צו די צענטער אויף צום נעמען דעם וואקסין. איך האב אים געפרעגט אויפן וועג, צוליב וואס גייט איר נעמען דעם וואקסין? איר ווייסט דען נישט אז עס איז נאכנישט געווארן אויספרובירט? האט איר נישט מורא אז דאס וועט אייך אומברענגען חלילה? צו ווייסט איר נישט אז פארשידענע דאקטורים האבן געזאגט אז עס קען הארגענען? צו ווייסט איר נישט אז עס קען גאר זיין אז ביל געיטס וויל אונז פארסמ'ען אז מיר זאלן נישט קענען האבן מער קינדער? צו ווייסט איר נישט אז פארשידענע עקסטרעמע רבנים האבן געפסק'נט אז מען טאר עס נישט נעמען?

האט ער מיר דערויף געענטפערט אז אין דעם פאל קומט גארנישט אריין קיין דעת תורה, עס שטייט אז דער רופא האט געקריגן רשות צו היילן, דער רב האט זיך נישט וואס אריינצומישן. דאס גרעסטע השתדלות וואס מיר קענען יעצט טון איז נאר דאס אז מיר זאלן יא נעמען דעם וואקסין און נישט זיין קיין אויבער חכמים. און ער איז גערעכט, א רב אדער א דאקטאר וואס לאזט נישט נעמען דעם וואקסין האט נישט קיין דעה. דער פערזענליכקייט וואס אסר'ט דעם וואקסין טוט געטרויען די דאקטורים ווען עס קומט צו סיי וואס, נאר אצינד טוט ער צוליב פחד אדער פערזענליכע סיבות און אומפארגינערישקייט פארפירן מענטשן אין באד.
.

קודם כל יש כמה וכמה סיפורי צדיקים וואס האבען באפוילען אין ענייני רופאה, יא מאכען אן אפערעשען נישט מאכען, סאו עפעס זע איך אז א דעת תורה איז יא עפעס אין אכט צונעמען.
און איבערהויפט ווען די חברה האבען דאקטוירים אויף זייער זייט וואס זאגען אז די וואקסין איז אפגעפרעגט ביי זיי.
און שרייבענדיג טראכט איך אז איר האט געשריבן אין איין פעריגראף אז דא אין אמעריקא האבען מיר זיך נישט געניג געוואטשט און פארדעם איז מען אין די ספאטלייט, און א פאר ווערטער שפעטער שרייבט איר אז אין א"י איז מען אין די ספאט לייט ווייל ביבי וויל פארדרייען די שמיעס... איר ווייסט אז אין ארץ ישראל איז די אימריען פאר די זעלבע סיבה פון דא אין אמעריקא? די הויפט איבערקערעניש איז אז די פראטעסטירער זענען אקעגען די וואקסין.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

טישטוך, גאר גוט געזאגט!

איין קאמענט, איך פרעג יא רבנים און דעת תורה, און רוב רובם פון רבנים שרייען אז עס איז מצוה צו נעמען די וואקסין, אדער על כל פנים זאגען זיי צו צוהערען וואס דאקטוירים זאגען, - חוץ אפאהר געציילטע רבנים -, רוב פון עקסטרעמע לאגערען, און אזוי פירען מיר זיך, מיין עלטער פעטער שוין העכער זיבעציג, האט גענומען א וואקסין, ער האט אפגעאטעמט, ער קען שוין ענדליך גיין צווישען מענטשען, חוץ א האנט ווייטאג פאר אפאהר שעה האט ער נישט געהאט קיין אנדערע עפעקטס, (די טשיפס שטערט אים נישט),
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

דער עיקר פראבלעם לדעתי איז אז עס ווערט דערפון א "רעליגיע" ד"ה מענטשן וואס האבן געהערט עפעס האלבע ווערטער נאכזאגן פון עפעס א פראפעסער אין מינעסאוטע אז דער וואקסין אז גאר שעדליך
והנה ווערן זיי אינגאנצען באגלייבט ביז עס ווערט שוין א מאוומענט כאילו דאס איז תורה אליין
און מען לויפט ארום משכנע זיין אנדערע
פליז קול דאון.. און האלט עס ביי זיך
דאס זעלבע איז מיט זיך היטען פונעם וויירוס, אמת אז עלטערע און ענפינדליכע מענטשן דארפן זיך יא היטען כמטחוי קשת
אבער פארשפארן דאס שטאט אין זיך נישט אויפדעקן דאס פרצוף נישט אראפצוריקען דעם מאסק האסטו שוין געמאכט דעם זאך פאר א רעליגיע מיט גאנצע געזעצן
בארוהיגט אייך פליז
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

געפעלט מיר ווי די קאנספיראציע גלויביגע מיינען נאך אז דורך נישט נעמען די וואקסין זענען זיי פארזיכערט פון די טשיפס. ר' איד יעדעס מאל דו גייסט צום דאקטאר לייגט מען דיר אריין כל מיני טשיפס, וואס האסטו זיך יעצט אויפגעוועקט? אפגעזען אז יעדער וואס איז יונגער ווי 40 יאר האט שוין באקומען די טשיפס גראד ביים געבורט אין שפיטאל. לויט ווי א גרויסער דאקטאר האט אויפגעדעקט איז עס גאר די טשיפס וואס מאנעוורירן דעם מוח זיך צו קעגנשטעלן דעם וואקסין, ווייל די נייע טשיפס ארבעטן נישט אזוי גוט מיט די אלטע, דאס איז א מלחמה צווישן די ראטשילד'ס און די היינטיגע היי טעק חברה. לאמיר נישט זיין קיין נאראנים און לאזן אונזער קערפער אויסגעשטעלט צו א שעדליכע מחלה בלויז צו באפרידיגן די ראטשילד'ס הונגער פאר מאכט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

טישטוך האט געשריבן:בעזהי"ת אדון כל



אויך געדענקען מיר גוט דאס ערשטן מאל ווען מיר האבן זיך דערזען מיט מאסקעס אין די גאסן, עס איז געווען קאמיש און פארכטיג דאס צוצוזען. מיר זענען ארומגעגאנגען פארזיכטיג קויפן די נויטיגע צוגעהער פאר פסח באפאנצערט מיט הענטשוך אויף די הענט און מאסקעס ביז צו די אויגן. דער וויירוס האט געבוזשעוועט און קיינער האט נישט געוואלט זיין קיין אויבער חכם און א צועק לשעבר. ווען מיר האבן באגעגנט א ידיד האבן מיר זיך באגנוגט מיט א קאפ שאקל און א געשריי פונדערווייטנס. מיר זענען געשטאנען אפגערוקט ווייטע שטרעקעס פון אונזערע נאנטע און מיר האבן בלויז געקענט פאכענען צום פענסטער פון אונזערע עלטערן וועלכע האבן געפראוועט פסח עלנד אליינס. אוי ווי פיינפול דאס איז געווען. אוי מה היה לנו. דער הסתר פנים איז געווען שרעקליך און געפערליך און עס איז נישט געווען גרינג. בכלל נישט גרינג.

חתנים און כלות זענען געווארן וויי געטון אויף א שרעקליכע וועג, זיי זענען פארנאכלעסיגט געווארן און נישט געקענט פראווענען זייערע פרייליכסטע טעג אין לעבן מיט די פאמיליע. אוי ווי פיינפול עס איז צוריקצוקלערן דערפון, עס קאסט א טרער, ביטער איז עס געווען. זייער ביטער.

אכן שמע אלוקים - שומר פתאים השם
דאן איז געקומען דער זומער ווען דער באשעפער האט אויסגעהערט אונזערע תפילות און ער האט אפגעטון מער ווייניגער די מחלה פון אונזערע קעפ. אבער דאס איז געווען אויף א פארנעם פון שומר פתאים השם. מיר האבן זיך אויסדרוקליך נישט געהעריג געהיטן און מיר האבן נישט געטון דאס מינדעסטע זיך צו אויסמיידן פון פארשפרייטן דעם וויירוס. אבער ווי נישט ווי האט אונז דער באשעפער ליב, און מיר האבן געהאט א געהעריגע זומער אזוי ווי עס איז געווען אלע יארן. די שליחים אונז ארויסצוהעלפן צו קענען פירן א געהעריגער זומער זענען געווען אונזערע שכנים פון הארלעם וועלכע האבן גענוצט דעם זומער אויסצודרוקן זייער ווייטאג איבער דאס ברוטאלע אויפפירונג צו די מיטגלידער פון זייערע געגנטער און זיי האבן איבערגעדרייט דעם שטאט אזוי אז די רעגירונג האט געמוזט אייננעמען א שטילשווייגעניש איבער אונזערע פארלעצונגען זייענדיג פארנומען מיטן פארגיטיגן די אויפגעברויזטע מאסן וועלכע האבן געפאדערט גערעכטיגקייט.

אבער ווען עס איז געקומען די ימים נוראים און מען האט אנגעהויבן צו הערן מער און מער איבער א פרישער אויפשטייג אין די קאוויד פעלער אין אונזערע געגנטער, דאן האבן מיר שוין נישט געהאלטן ביים אויסהערן ווייטער די דאקטורים און ספעציאליסטן, און עס האט אונז ליידער אפגעקאסט קרבנות ה"י. אזוי אויך האבן מיר געהאט אויסצושטיין פון מענטשן וועלכע קומען פון אונזער מחנה וואס האבן אונז פארראטן, אייגענע ברידער זענען געגאנגען און אונז איבערגעגעבן צו די הענט פון די רעגירונג וועלכע האט זיך באסמאקעוועט מיטן קענען ארויפווארפן דאס שולד אינעם אויפשטייג אויף אונז אידן טראצדעם וואס איבעראל האט מען שוין אויפגעהערט זיך צו פירן לויט די פונקטליכע רעגולאציעס וואס די רעגירונג האט פארלאנגט.


זייער גוט געשריבן. ממש זיס איעדע ווארט.
איך וויל אסאך צולייגן, אבער וויבאלד איך האב איצט נישט קיין צייט, בעיקר צו פאלגן אז מען זאל נאר צירוקשרייבן מיט "קלאס", וועל איך שרייבן נאר בקיצור נמרץ. ועוד חזון למעוד.

1) די אמת איז אז אפילו ווי איר שרייבט "מיר זענען ארומגעגאנגען פארזיכטיג קויפן די נויטיגע צוגעהער פאר פסח באפאנצערט מיט הענטשוך אויף די הענט און מאסקעס ביז צו די אויגן. דער וויירוס האט געבוזשעוועט און קיינער האט נישט געוואלט זיין קיין אויבער חכם און א צועק לשעבר", זענען א חלק יא געווען אויבער חכמים. מען האט ווייטער געשיקט די קינדער שפילען איבעראל, ועוד וואס איך וויל נישט שרייבן, ווייל... מען וועט שרייען "מסור!". איך בין געווען פון די ערשטער וואס האבן אראפגעריסן אלע מוסרים גאר שארף! די אלע וואס האבן נישט אריינגעטרעטן אין שוהל פאר יארן, זענען פלוצלינג געווארן אונזער זארגערס. אבער אין די זעלבע צייט האט מען געדארפט אראפרייסן די אלע וואס האבן מסכן געווען אנדערע, במזיד ובשוגג, באונס וברצון, די אלע וואס זענען געווען קלוגער.

צירוק צום נושא... ימים נוראים צייט, ווען מען האט ליידער געהערט שרעקליכע בשורות פון ארץ ישראל, האט מען דאך געדארפט פארשטיין אז ווי בעפאר, קומט נאך דא וואס געשעט דארט. וואס האט מען געדארפט טוהן? שווער צו זאגן, ווייל עס איז דאך נישט דא אסאך מער וואס צו טוהן. אפשר קלענער מנינים? איך ווייס נישט. איך בין נישט דער פוסק הדור, בכלל נישט. אבער וואס טוט שטארק וויי, ווי מען האט אינגאנצען אוועקגעמאכט די גאנצע זאך. ערליכע אידן וואס האט געטעסט פאזיטיוו זענען געבליבן אינדערהיים ראש השנה, יום כיפור און שמחת תורה!

צום שלוס:
מאסקעס, ניין! עס העלפט נישט! (די CDC איז זיך מחולק, אבער...)
פארשפארן, ניין!
אביסעלע זיך אכטונג געבען, הער שוין אויף צו היסן אויפן גאנצען עולם אין בית המדרש, ניין! מען זעט דאך נישט ווי די germs מזיקים שיסן ארויס פון מויל אויף די גאנצע שול.
טישוס אפען טיש, די האנטוכער צירוק, ווער עס ווישט זיך נישט אין די האנטוך האט OCD און איז א מעשיגענער.

קומט השי"ת און געט אונז נאך אן אפציע, א וואקסין וואס ב"ה ארבייט. אבער ניין! דאס אויך נישט! ווייל עס מאכט מושחת, עס מאכט אונז פאר מאנקיס. אוקעי, ווילסט עס נישט נעמען. אבער די עלטערע אידן, על כל פנים די וואס האבן נישט קיין אנטי באדיס, פארוואס זאלען זיי עס נישט נעמען? פארוואס זאל מען זיך נישט אויסהיטן פון דאס ערגסטע ל"ע?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”