מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן.
דא האט איר א בילד די אינטערוויא מעלדונג אשכול אויפגעמישט אויף די נייע בלעקבערי 10
שאלות געפרעגט דורך: די פאקט
שלום עליכם צו אייך רונן הלוי
קודם כל וויל איך מיך באדאנקן בשם כל הקהל הקודש אין די נאמען פון אייוועלט און אלע אונזערע חברים שרייבער און ליינער צוגלייך פארן אראפנעמען פון אייער ביזי סקעדזשועל צו ענטפערן אונזערע שאלות.
1) שאלה: אקדמות מילין איידער איך הייב אן צוצוגיין צום ענין האב איך געקלערט, צוצולייגן אביסל ספרינקל'ס צו די אייזקריעם, און צו מאכן די אינטערוויא מער אינטערעסאנט פריש און לעבעדיק, וועל איך אנהייבן –אויב איך מעג- מיט אפאר פערזענליכע פראגן וואס האבן נישט קיין שייכות צו די נייע בלעקבערי 10.
- ענטפער: מיטן גרעסטן כבוד, אדרבה פרעג!
- ענטפער: ענטפער: פוילן איז מיר געווען זייער א באלערענדע נסיעה אבער נישט קיין גרינגע. עס איז שווער אויפן הארצן, די זאך וואס האט מיך עכט טיף באטראפען איז געווען, ווען איך האב קענען געלערנט פון דער נאנט דאס וואס די נאצי'ס האבן געמאכט דעם גרעסטען אידישע בית-עולם אין דער וועלט.
מיין פרוי'ס משפּחה איז פון פוילן און מיין פרוי איז פאקטיש אן אייניקל פונעם רבין ר' אלימלך. מיר האבן באזוכט אין ליזענסק, אטעטשט האט איר אפאר בילדער וואס איך האב דארט געכאפט, (זעה קומענדיגע תגובה)
מיר האבן אויך באזוכט עטליכע שטעטלאך פון ווי מיין פרוי'ס זיידע – באבע זענען פונדערהיים, און עס איז געווען זייער טרויעריג צו זען די שטעט וואס פלעגן צו זיין - אין דער נישט ווייטער אמאל - צווישן דרייסיג ביז פינף און זיבעציג פראצענט אידן, האבן איצט נישט קיין איין איִדיש נפש.
די היימשטאט ווי מיין מיין פרוי'ס זיידעס האבן געוואוינט, איז דער איִדישער בית החיים איבערגעפלאסטערט געווארן דורך די נאצי'ס, און איז איצט א שטאטישע פּארק.
מיר זענען געגאנגען באזוכן די ישיבה חכמי לובלין וואו מיין פרוי 'ס זיידע האט געלערנט, יא עס איז הערליך רענאווירט, אבער עס מען קען דארט נישט געפינען קיין איד פאר די אויגן. אפילו ווארשע - פוילן'ס גרעסטע שטאט- האט בלויז אונטער 600 אידן, און אסאך פון זיי זענען אפֿילו נישט קיין אידן להלכה. פון די דריי א האלב מיליאן פוילישע אידן זענען געבליבן ווייניגער ווי א קומץ.!
- ענטפער: איך מיין דאס איז א מורא'דיגע שיינע קשיא!
דער ענין פון זיך אפרייסן פון טעכנעלאגיע פאר איין טאג א וואך איז א זאך וואס איך האלט בכלל זייער שטארק דערפון.
עס זענען דא א שיין ביסל אנדערע שרייבער'ס אויף די בערי רעוויא וועבסייט, און זיי זענען גאר שטארק בע'איינדרוקט און בע'גייסטערט פון די פאקט אז נישט קיין חילוק וואס עס זאל נאר נישט זיין, ריר איך אינגאנצן נישט צו צו קיין שום טעכנאלאגיע צום ווייניגסטנ'ס איין טאג יעדע וואך. עטליכע האבן זיך שוין אויסגעדריקט אז זיי וואלטן זיך געווינטשן צו האבן אזא געלעגנהייט זיך צו קענען אויספלאגן און טאקע נאר קאנצעטרירן אויף די זאכן וואס זענען אמת'דיג וויכטיג אין לעבן. איך בין גליקליך און צופרידן אז איך האב די זכיה זיך צוצוהאלטן צו אזאלכע טייערע און איידעלע ווירדן, נישט קיין חילוק ווי שטארק טעכנאלאגיע ווערט א טייל פון אונזער לעבן. ווענט זיך אבער אלעס אין וואס איז דער עיקר, און וואס איז וויכטיגער אין לעבן, איך האלט אז שבת און יום טוב טוט ריכטיג ארויסברענגען דעם באגריף פון "ארבעטן ווי א מיטל צו לעבן" אנשטאט "לעבן צו ארבעטן"...
- ענטפער: עס איז מיר אינטערעסאנט אז איר פרעגט. איך בין גראדע זייער איבערגענומען ווי רעספעקט-פול און דרך–ארץ'דיג מענטשן זענען צו מיין צושטאנד אלס איד, פון די צווייטע זייט קען איך נישט ציילן ביי וויפיל קאנפרענצן איך בין שוין געווען ווי עס האט זיך געגאסן עסן לרחצה אבער איך האב גאנצעטע טעג נאר געגעסן דזשאנק פוד און אמאל אפשר א פארפרוירענע כשר'ע מאלצייט אויפן פליגער אויב עס איז געווען צו באקומען...
ביי די פאריגע בלעקבערי קאנפֿערענץ איז יום כיפור אויסגעפאלן פונקט אינמיטן די עווענט. פארשטייצעך אז איך האב מיך נישט געקענט באטייליגן ביי דעם קאנפֿערענץ, אבער דאך האב איך געהאט א שאלה - וואס איך האב מיך באראטן מיט מיין רב - אויב איינער פון מיינע שרייבער'ס קענען גיין צום קאנפרענץ בשליחות פון בערי רעוויא, אפֿילו אויב עס איז נישטא קיין געלט פארדינסטן דערין. די מינע זאכן קומען כסדר ארויף, אבער איך האב איינגעזען אז דער בעסטער לעזונג איז, צו זיין קאנסיסטענט, אין נישט צו מאכן קיין שום פשרות אין אידישקייט, נישט קיין חילוק וואס עס זאל נאר נישט אונטערקומען.
שאלות געפרעגט דורך: וויכטיג מאכער
5) שאלה: איך דארף א בלעקבערי 10 ווייל מיין יעצטיגע בלעקבערי ווערט זייער שטייט... ס'טראכט... יעדעס מאל איינער לייגט ארויף א גרופ בילד איז די פאון געפרוירן פאר דריי מינוט, טאמער קומט איינער ארויף אויף די גרופ, פארגעט איט! די פאון גייט חרוב!!!
אלס א פארנומענער און שווערער בלעקבערי באניצער וואלט איך מיך ווען געווינטשן צו הערן אז די נייע בלעקבערי 10 פאון גייט זיין "שנעלער", און אז דער פראסעסער וועט זיין סאך בעסער ווי די וואס מיר האבן איצט. צום ביישפיל, דערווייל ווי איר ווייסט אוודאי; איז די בלעקבערי נישט אזוי צופרידן אויב א באניצער איז אין א סאך גרופ'ס און טאמער לייגט מען איינעם ארויף אויף די גרופ, פארגעט איט! קראכט די פאון!, אדער אפילו ווען מען קוקט א בילד פון א גרופ. ווערט עס זייער שטייט, און יעדעס מאל איינער לייגט ארויף א גרופ בילד ווערט די פאון געפרוירן פאר דריי מינוט וכו' וכו'
מיין שאלה איז: אין בלעקבערי 10 גייט עס ווערן געפיקסט? גייט די בלעקבערי 10 נישט אזוי פריזן? ס'טייטש, אפילו איך האב (למשל) 10 גרופס, און ווען איינער קומט ארויף אויף די גרופ?! וועט די פאון קענען פארנעמען 10 גרופ’ס אויף איין פאון און ווייטער גיין געשמירט און ווען מ'ריבאאט די פאון, ווי לאנג גייט עס נעמען (פאר איינעם וואס האט אסאך גרופ'ס)?
- ענטפער: די ענטפער איז, יא! אסאך בעסער! די נייע בלעקבערי 10 פראסעסער איז א דועל קאור (dual core) 1.5Ghz פראסעסער און דערווייל האב איך נאכנישט בייגעוואוינט אז ס'זאל ווערן שטייט, בבמ גרופ’ס זענען זייער זייער שנעל און געשמירט. ריבאאטן די פאון נעמט עטוואס איבער א מינוט אבער עס פעלט שוין עכט מער נישט אויס צו דארפן ריבאאטן כסדר, ווייל מען דארף שוין מער נישט ריבאאטן ביים אינסטאלן אפליקעישאן'ס. אפילו די ווייערלעס OS אפגרעיד'ס לאזן אייך אויס קלויבן ווען איר ווילט ריבאאטן נאכדעם וואס זיי ווערן דאונלאודעד.
- ענטפער: דער בלעקבערי מיט א פולע קיעבאורד איז געסקעדזשולד ארויסצוקומען אין אפריל אדער אנפאנג מאי אבער עס ווענדט זיך באמת אין ספרינט...
- ענטפער: די קעמערע פאר זיך האט בעסערע הארדוועיר ווי די אייפאון קעמערע, און נעמט מורא'דיג גוטע און קלארע בילדער, עס קומט אויך אריינגעבויט (בילט אין) א געלונגענע פאטא עדיטער. אבער פון די צווייטע זייט דארף בלעקבערי נאך אסאך טון אינעם ענין פון סאפטוועיר פראסעסינג. און זיי האבן טאקע פונקט יעצט רעליסט א סאפטוועיר אפדעיט צו פארבעסערן די קעמערע, און נאך אפדעיט'ס זענען אויפן וועג!
- ענטפער: זיכער... דארפסט מיר אבער קודם נאר שיקן א טויזענט דאלער : smile:
שאלות געפרעגט דורך: קעניגזאן
9) שאלה: מיין איינציגסטע שאלה איז: פארוואס פריזט אזוי דער בלעקבערי? פארשטייט זיך אז וועסט האבן 7 תירוצים, אבער פארוואס טוט גארנישט בלעקבערי דערצו, זיי זעען דאך אז זיי האבן פארטריבן דערמיט מיליאנען קאסטעמערס.
- ענטפער: זעה ענטפער אויף שאלה נומער 5
שאלות געפרעגט דורך: ווער בין איך?
שלום עליכם!
ביז אנדערהאלבן יאר צוריק בין איך געווען א שטארקער בלעקבערי חסיד וואס איז געווען אפ טו דעיט מיט אלע רים און בלעקבערי נייעס, איך האב געטוישט צו די HTC EVO 3D און דערנאך צו מיין באליבטע סעמסאנג געלעקסי SIII אויף די אנדרויד פלאטפארמע און איך בין זייער שטארק צופרידן עס צו נוצן.
10) שאלה: וועלכע פונקציעס קען איך ערווארטן צו געפונען אויף די נייע בב10 וואס איך פארמאג נישט אויף מיין סעמסאנג געלעקסי SIII און וועלכע פונקציעס וואס מיין סעמסאנג געלעקסי SIII האט יא און איך וועל עס נישט טרעפן אויף די בב10
- ענטפער: אייגענטליך דריי איך מיך ארום מיט א סעמסאנג געלעקסי SIII אין טאש, אזוי אז איך זאל מיך נישט פאפן און באקומען א שטיקל געפיל פון די קאמפעטישן...
איין זאך וואס איר וועט זען וואס דער בב10 קלאפט אוועק אנדרויד איז אין קאמוניקאציע. איך בין איבעראשט אז אנדרויד האט נאכנישט ערפונדען א מהלך ווי אזוי אינאיינעם איינצוגלידערן (אינטערגרעיטן) אלע אייערע אימעילס, טעקסט, טשעט, אנדערע מודעות און אלע מינע קאמיוניקאציע אין איין פלאץ אזוי ווי די בלעקבערי האב. אין אנדרויד איז קודם כל יעדע מין אימעיל אדער מודעה וכו' אויף אן אנדערע פלאץ און\אדער טוט עס אנצינדן אן אנדערע עפפ.
אויך נוצט בב10 די בעסטע סארט קיבאורד פון אנדרויד פון סוויפטקי (וואס אין אנדרויד קומט עס נישט אריינגעבויט נאר מ'דארף עס צוקויפן) און בלעקבערי האט עס נאך גאר אסאך בעסער געמאכט!
און טאקע אויך די דזשעסטשערס (באוועגונגען) וואס בלעקבערי 10 האט צוגעלייגט מאכן אז די פאון זאל זיין מורא'דיג גרינג צו נוצן.
און בעצוג צו וואס איר פרעגט וועלכע באדינונגען פון אנדרויד וואס איז נישטא אין בב10 איז, אז מען וועט נישט קענען העקן די פאון, טוישן די ראם, קויפן אן אנדערע קיבאורד, אדער רוטן די פאון.
- ענטפער: אויך איך פלעג זיין אן אומבויגזאמער דיי הארד קווערטי (QWERTY) קיבאורד ליבהאבער אויף די בלעקבערי באלד 9900, אבער בלעקבערי האט אמת'דיג געמאכט א גוטן דזשאב דא, און זיי האבן אהערגעשטעלט די בעסטע טאטש קיבאורד וואס איז נאר מעגליך אויף די וועלט, ווען מ'רעדט פון טייפן אויף גלאז איז דאס די בעסטע קיבארד וואס איך האב געזען אין מיין לעבן. טאקע נישט אינגאנצן ווי א פיזישע קיבאורד אבער עס איז געוואלדיג!. מורא'דיג פשוט, מען דארף נאר טייפן, און עס טוט אויטאמאטיש אויסבעסערן אזוי גוט אז מען דארף ניטאמאל קוקן.
- ענטפער: עס זייער גרינג און סופער שנעל. איך נוץ עס כסדר צו שערן סקרין שאטס און איך שער בילדער וואס איך באקום אויף אן אימעיל אטעטשמענט.
- ענטפער: ווייטאגליך, אבער גוגל האט נאכנישט רעליסט אלע זייערע עפפ'ס. אבער ס'קומט שוין אריינגעבויט מיט דזשימעיל, גוגל קאנטאקטס, און גוגל קאלענדער אויף בב10. איך האב אויך אליינס סיידלאודעד גוגל מעפ'ס און דזשי פי עס נאוויגאציע און עס ארבעט שיין! מען קענען אויך סיידלאודען גוגל וואויס צו באקומען גוגל וואויס טעקסט מעסעדזשעס אבער צו קאלן מיט גוגל וואויס דארף מען דערווייל נוצן די וועב עפפ.
שאלות געפרעגט דורך: לכתחילה אריבער
קודם יישר כח גדול זייער א גוטע איידיע, און דאס וועט ארויף ברענגען אייוועלט צו א נייע שטאפל, פון ערענסטע ווערק.
14) שאלה: מיין פראגע איז אזוי: אזוי ווי עס איז באוויסט, איז בלעקבערי'ס מאדעל געווען צו אפעלירן צו די ביזנעס אריענטעד וועלט, דאס רעכענט אריין טאקע ביזנעסלייט, ביזנעסער און אויך רעגירונגען וכדו'. אבער יעצט אז בלעקבערי האט זיך שטארק פארלייגט אז עס זאל זיין זייער ענדליך צו די אנדערע פאפיולערע סמארט פאונס, ווי אייפאון און אנדרויד, ווי אזוי פלאנט בלעקבערי אנצוהאלטען דעם פראפעשינעל ערענסטן אימעדזש וואס בלעקבערי האט געהאט ביז היינט? אדער קען זיין אז בלעקבערי פלאנט טאקע אויפצוגעבן, און ווערן פשוט נאך א אפציע אינעם יעצטיגן קאנקורירענדן סמארט פאון מארקעט?
- ענטפער: דאס איז קלאר אן קיין צווייפל אז בלעקבערי בלייבט ביי זייער ציל, און ביי זייער ביזנעס מאדעל און זיי וועלן זיך ווייטער פארלייגן צו אפעלירן בעיקר צו די ביזנעס וועלט. זיי האבן נאר יעצט פרובירט און געארבייט צו מאכן זיכער אז דער איינצעלנער יוזער זאל מער נישט מוזן ליידן צוליב דעם וואס בלעקבערי וויל האלטן זייער ביזנעס אימעדזש. אין אנדערע ווערטער, האבן א בלעקבערי מיינט מער נישט אז איר קענט נישט האבן אלע אפ-טו-דעיט באקוועמליכקייטן און אז איר באקומט נישט די לעצטע געימס.
אנדערע שאלות:
15) שאלה: ווי אזוי קען זיין אז דער נייער בלעקבערי איז גוט פאר ביזנעסער און ענטערפרייזעס און און סיי פאר יחידים אין דער זעלבער צייט, און ווי אזוי פונקציאנירט עס אין דעם אספעקט בעסער ווי אנדרויד און ווינדא'ס טעלעפאנען ווער רעדט נאך פון אייפאון?
וואסערע נייע סעקיוריטי פיטשער'ס האט די בלעקבערי 10 וואס אנדערע מאביל אפערעיטינג סיסטעמ'ס פארמאגן נישט?
- ענטפער: דער הויפט מעלה פאר ביזנעסער איז בלעקבערי באלאנס, אבער פאר דעם מוז מען האבן BES10 (בלעקבערי ענטערפרייז סערוויס).
דאס פלאץ איז צו באגרעניצט אריינצוגיין צו טיף אין די נושא, אבער בלעקבערי ענטערפרייז שטעלט אהער גאר שטארקע סעקיוריטי פיטשערס ענליך צו די אריגינעלע בלעקבערי דעווייסעס. אנדערש פון איי-או-עס און אנדרויד וואס פראבירן צוצולייגן לאטעס און ארויפשרויפן סעקיורעטי אויף א אומזיכערע פראדוקט, בשעת בלעקבערי 10 איז דיזיינד צו זיין סעקיורד.
- ענטפער: דערווייל האט בלעקבערי נאכנישט די עס-א-גאסט פונקציע, אבער די בלעקבערי 10 האט שוין די פעאיגקייט פאר מערערע יוזערס.
- ענטפער: פערמישענס זענען ענליך צו "לעגעסי דזשאווא בלעקבערי דעווייסעס" אבער בלעקבערי האט געטוישט די נעמען (נעמינג קאנווענשאן) כדי עס זאל זיין מער פארשטענדליך פאר די ענד יוזערס. עס איז שווער צו זאגן צו עס איז בעסער אדער ערגער ווייל עס ארבעט אנדערש מיסודו.
און יעצט ווען האלב פראגן זענען שוין פארענטפערט לאמיר זעהן א בילד ווי אונזער עקספערט רונן האלט די נייע בלעקבערי 10 מיט אייוועלט אויפגעמישט, אין די בעקגראונד זעהט מען א בילד פון רונן מיט די CEO פון רים.
שאלות געפרעגט דורך: וואדקע
איך האב געליינט א היפש שלעכטע אפשאצונג פון א בלאגגער וואס לייגט אראפ די גאנצע אויפטוה פון די בלעקבערי "האב" אלס איין גרויסע פלאפ, בעיקר צוליב דעם וואס ווען מען איז אין אן אפליקעישאן דארף מען אפאר מאל "סווייפען" אנצוקומען צו די האב, און אזוי אויך ווען א מעסעדזש קומט אריין איז נישט דא קיין אפשען פון האבען א פאפ-אפ צו זעהן א פריוויא פון די מעסעדזש, סא די ביידע חסרונות צוזאמען, פון נישט קענען זעהן ווער עס האט יעצט געשיקט א מעסעדזש און נישט האבן א שארטקאט צו די מעסעדזש, מאכט עס פאר די ערגסטע מעסעדזשינג און פאלדער מענעדזשמענט סיסטעם אין די וועלט פון סמארט פאונ'ס,
עס איז מיר גראדע אינטרעסאנט, ווייל לויט ווי איך געדענק, איז פארהאן א "געסטשער" וואס ברענגט גלייך ארויף די האב נישט קיין חילוק ווי טיף מען איז אין אן אפפ,
לינק צו בלאג http://blogs.reuters.com/mediafile/2013 ... rikes-back
זעה אויך זיינע טענות לגבי די פאלדער מענעדזשמענט צום סוף
18) שאלה: מיין קשיא איז זייער פשוט, איז עס טאקע ווי דער בלאגגער זאגט אז די האב איז באהאלטן אונטער אלע אפלאקעישאן לעיער'ס אדער איז עס אייביג נאר א דזשעסטער אוועק?אוסצוג פון די בלאג האט געשריבן:די הויכפונקט פון בלעקבערי 10 איז זיך צו פארלאזן אויף א "האב" וואו אלע מעסעדזשעס געפונען זיך - טעלעפאן קאל'ס, טוויטער אינטערעקשאנס, אימעיל'ס, טעקסט, פעיסבוק מעסעדזשעס, אא"וו, אויף פאפיר איז דאס נישט קיין שלעכטע געדאנק. מען קען זאגן אז "א מעסעדזש איז א מעסעדזש" סיי צו עס קומט אן דורך א דעטע נעטווארק, סיי דורך א סאושעל נעטווארק און סיי און דורך א מענטש-צו-מענטש טעלעפאן קאל. און דאס איז די מהלך ווי אזוי די אייפאן און אנדרויד באהאנדלען עס, יעדער אויף זיין אייגנארטיגן וועג.
די פראבלעם איז אבער אז די האב איז באהאלטן. עס קען צומאל זיין פיר סווייפס אוועק. ווען איר זענט אין אן עפפ מוזט איר פארמאכן די עפפ צוצוקומען צו די האב. און אויב זענט איר טיף אינעווייניג אין די "סעטטינגס" דארפט איר ארויסבעקן סקרין-ביי-סקרין פאר איר קענט אפילו אנקומען צו פארמאכן די עפפ. אויב איר האט למשל איבערגעלאזט א דרעפט ענטפער צו אפאר אימעילס אין די האב, און אוועק געגאנגען, מוזט איר דאס אפילו אויסקלארן איידער איר קענט נאכאמאל אנקומען צו די האב. אויף אנדערע פלאטפארמען איז דער נאטיפיקעישן סקרין אייביג דא, איין סווייפ אוועק.
און דאס איז נאכנישט אלעס, עס באדערט מיך א ערגערע זאך, אז עס איז נישטא קיין "פאסיוו אינדיקעיטער" דאס מיינט א טול פאראויס צו זעהן די אינהאלט אדער מקור פון א מעסעדזש. א זאך וואס איז דא סיי ביי אייפאן און סיי ביי אנדרויד דעווייסעס, אויף די אייפאן, למשל, פאפט ארויף א בעננער וואס ווייזט אייך צו עס איז אן אימעיל, צו א סי ען ען אלערט אדער א טוויט. יא! די בלעקבערי 10 מאכט טאקע א רעש און א בליץ וואס פארציילט אז עס איז דא א מעסעדזש - אבער עס געט נישט קיין שום אנדייטונג אדער סימן וואסערע מין מעסעדזש דאס איז. וואסערע מין קול קען מען אביסל אנשטעלן, אזוי אז לויטן מין קול קען מען כאטש וויסן צו דאס איז אן אימעיל וכדומה, אבער עס געט נישט קיין שום שפור וועגן וואס דער אימעיל איז, דאס געוואר צו ווערן דארפט איר אפלאזן אלעס און גיין אויסטשעקן די האב. דאס איז געפערליך. און ביי דיפאלט איז אפילו דאס אויך נישטא, אזוי רוב מענטשן באקומען נישט מער ווי אן אנגייענדע סטריעם פון מעסעדזשעס, סתם ס'גיסט זיך מעסעדזשעס. און ווען מען באקומט א מעסעדזש האט מען האט גארנישט פון אן אלערט סערוויס, אויב מען באקומט נישט גענוג אינפארמאציע צו באשליסן אויב מען זאל עס איגנארירן אדער אריינגיין דערין. און אויב די לעצטע מעסעדזש איז נישט וויכטיג. ווי עס איז דער פאל מיט רוב מעסעדזשעס, ווערט די האב זייער שנעל נוצלאז.
מיר קומט אויס די האב ווי פאוולאוו'ס הינטל און זיינע געפינסן
הערות המסדר: וועגן פאוולאוו און זיין הינטל זעה די לינק'ס
http://www.nobelprize.org/educational/m ... dmore.html
http://en.wikipedia.org/wiki/Ivan_Pavlov
די אומאויסגערענכענטקייט פון בלעקבערי טוט זיך אויסברייטערן אפילו צו די יסודות'דיגע מהלך פון עפפס. עס איז נישטא קיין "טרעי" אוועקצולייגן "די עפפס וואס מען נוצט אפט" אויף קיין איינס פון די פילע עפפ סקרינס. און דער מעין סקרין איז אויך פארפאטשקעט געווארן, עס דינט גאר ווי אן ארכיוו צו די לעצטע אכט עפפס וועלכע מען האט געעפנט. אין אנדערע ווערטער, די "פריים ריעל עסטעיט" ווערט נישט אויסגעניצט געהעריג, נישט פאר דינאמישע קאמיוניקעישאן אפדעיט'ס און נישט פאר א וועג אנצוקומען צו די עפפס וואס מען וויל קענען גרינג צוקומען. עס איז רעזערווירט פאר "פון וואו מען קומט שוין פון" און נישט "צו וואו מען גייט", און דאס איז שווער צו פארקוקן.
- ענטפער: די דזשעסטער צוצוקומען צו דעם האב איז אייביג נאר איין דזשעסטער אוועק!
יענער בלאגגער רעדט פון איין מין דוגמא, למשל ווען מען האט אפען א דרעפט פון אן אימעיל אין די האב, מוז מען צומאכן די דרעפט כדי נאכאמאל צו זעהן די פולע האב.
לאמיך אביסל קלארער ארויסברענגען ווי אזוי די האב ארבעט; די דזשעסטער אנצוקומען צו די האב איז למעשה צוויי דזשעסטער'ס. די ערשטער סווייפ אויף ארויף, וועט ווייזן א ליסטע פון אלע נאוטאפאקעישענס. צום ביישפיל: 10 אימעיל'ס, 3 בבמ'ס, און 10 טעקסט'ס, אא"וו. אויב וועט מען ווייטער סווייפן צו רעכטס, גייט עס צו א פריוויא פון די האב. און יעצט אויב מען לאזט עס אפ, בלייבט מען אין די האב, אבער אויב מען סווייפט צוריק גייט עס צוריק צו די אפענע עפפ. דאס איז מורא'דיג גרינג צו נוצן. נאר אויב קומט מען פון אן אנדערע פלאטפארמע וועט מען זיך נאך דארפן אביסל צו געוואוינען דערצו.
שאלות געפרעגט דורך: ווינקל
19) שאלה: טוט די בלעקבערי סאפארטן אידיש?
- ענטפער: יא אוודאי, די בלעקבערי 10 טוט סופארטן היברו.
- ענטפער: דערווייל קען מען נאר מאכן אז דער בלעקבערי זאל ארבעטן מיט א פראקסי, אויף די ביזנעס חלק אויב מען האט ענטערפרייז. אבער איך איך מיין אז מען קען דערווייל נישט פארשליסן די פערזענליכע חלק ביז אפריל אדער מאי. עס איז אויך דא אן אפציע אז דער עקסטשעינדזש אדמיניסטרעטאר זאל מאכן אז מ'זאל זיך נויטיגן אין א VPN קאנעקשן. איך בין נאכנישט אזוי קלאר ווי אזוי דאס וועט זיך אויסארבייטן.
שאלות געפרעגט דורך: געלעגער
21) שאלה: פון אייער ערפארונג אלס יוזער, ווי לאנג האט אייך גענומען ביז איר האט זיך צוגעוואוינט צום פארלוסט פון די קיבאורד. איז עס אזוי גוט ווי זיי זאגן אז אין א פאר טאג שפירט מען אפילו נישט אז מ'בענקט זיך צוריק צו די קיבארד?
- ענטפער: איר מוזט עס אליין אויספראבירן!!! אז איר וועט עס אליין נוצן וועט איר עס פארשטיין. איך וואלט געזאגט אז איך בענק מיך גאנץ ווייניג דערצו. איך בין טאקע נישט צופרידן 100% אבער מער ווי 90% !!! בעיקר וועגן דעם ווייל די בלעקבערי 10 קיבארד פארשטייט דעם קאנטעקסט פון וואס איר טייפט. ווער רעדט נאך אז דו וועסט עס צושטעלן צו די שוואכע ערפארונג וואס איך האב געהאט אויף אנדרויד און איי-או-עס.
- ענטפער: די בעטערי לעבן קען מען פארגלייכן צו די 9900, ספעציעל נאך די לעצטע OS אפדעיט.
- ענטפער: נאופ! די טעלעפאן טוט מער נישט פרירן און עס האט אפילו מער נישט קיין בעכערל (א זאמד זייגער)! : smile:
אבער מיט אנדרויד עפפס וואס זענען סיידלאודעד און נישט אפטימייזד האב איך שוין געהאט עפפ'ס קראכן אויף דעם טעלעפאן.
- ענטפער: יא, איר קענט האבן נאר ביז 8 עפפס אפן אין דער זעלבער צייט. אויב עפנט איר א ניינטע וועט זיך די עלטסטע געניצטע עפפ אויטאמאטיש פארמאכן. עס מאכט זיך אבער גאר זעלטן אז דאס זאל פאסירן.
אויף די אנדערע האנט, איין זאך וואס פעלט עכט איז, די אפשן אנצושטעלן געוויסע עפפס וואס זאלן אייביג אויטאמאטיש לויפן אין דער הינטערגרונט די גאנצע צייט. דאס גייט נאכקומען אבער ביז דעמאלט קענען זיך עפפס אנצינדן אין דער הינטערגרונט נאר ווען זיי באקומען א פוש ריקוועסט.
- ענטפער: בבמ גרופ’ס זענען טאקע די זעלבע אבער פיל שענער און שנעלער. בנוגע די אפלאודן וואויס נאוט'ס און ווידיאו'ס צו א גרופ, קען זיין עס איז דא, אבער איך האב עס נישט באמערקט, אבער עס איז נישט קיין ראי' ווייל איך נוץ עס עכט נישט.
די בלעקבערי 10 האט א עפפ מיטן נאמען "רעמעמבער", זייער א געשמאקע עפפ פאר טעסקס, נאוטס, און אזוי ווייטער.
- ענטפער: בעצם האט בלעקבערי געבויט פאר גוגל טאלק א פרישע סיסטעם פונדאסניי. איינער פון די מעלות איז אז אפילו אויב איר זענט אויף א פלאץ וואו די פאון כאפט נישט וועט נאך אלס דער מעסעדזש אנקומען צו אייך. אויף די אנדערע האנט, וועט עס נישט ברענגען די חלקים פון דעם שמועס וואס איר האט געהאט אויף אנדערע דעווייסעס (אזוי ווי ביי די אנדרויד גוגל טאלק עפפ.) למעשה ארבעט עס "שוין" זייער פיין, אבער עס איז אין פלאן עס אסאך צו פארבעסערן.
די גרעסטע פראבלעם וואס מיר באדערט דערווייל איז, אז מ'קען נישט מאכן אז גוגל טאלק זאל זיך אויטאמאטיש אנצינדן ווען מ'צינדט אן די טעלעפאן..
- ענטפער: א צייט צוריק האט בבמ צוגעלייגט וואויס טשעט, און אין בלעקבערי 10 איז צוגעקומען ווידעא טשעט!!! און יא! עס איז אויך דא אן אפציע צו שערן די סקרין. דאס מיינט אז מען קען מיטטיילן וואס מען טוט אויף די טעלעפאן מיט א חבר דורך בבמ בשעת א ווידעא טשעט, דארפסטו נאר קליקן די שער סקרין אפציע און דעמאלט קענסטו אנהייבן ווייזן דיין ווארד דאקומענט'ס, בילדער, אדער סיי וואס דו זעסט יעצט אויף דיין טעלעפאן. עס ארבעט הערליך שיין, און עס וועט מורא'דיג גוט צונוץ קומען פאר ביזנעס יוזער'ס, אבער דער צוקוקער קען נישט האבן קיין קאנטראל איבער דיין טעלעפאן.
נ.ב. פארשלאג: שטעל א לינק אויף דיין בלאג צו די אשכול אין אייוועלט אזוי אז דיינע אידישע ליינער וועלן הנאה האבן פון א אידישע פאוסט, יישר כח נאכאמאל!
שאלות געפרעגט דורך: שנאפס
28) שאלה: גייט מען עס קענען פילטערן? ענטפער: זעה פראגע 20
29) שאלה: גייט מען קענען אנשטעלן, אז ווען די ווייב נעמט די פאון אין די הענט זאל עס אוטאמאטיש פריזן?.. ענטפער: זעה פראגע 16 וועגן די עס-א-גאסט באניצער פונקציע
30) שאלה: ווען גייטעס זיין צובאקומען אויף ספרינט נעטווארק, וויפיל גייטעס קאסטן מיט א קאנטראקט ביי ספרינט? אויך ווען גייט זיין צובאקומען די פאון מיטן קיבארד? ענטפער: זעה פראגע 7
31) שאלה: וויפיל וועגט עס? ענטפער: אלע ספעק'ס קען מען טרעפן איבעראל אויף די נעט
32) שאלה: ווי קלאר גייט זיין די קעמרע? ענטפער: זעה פראגע 7
33) שאלה: גייט מען קענען אויסלעשן די קעמרע שאטער סאונד?
- ענטפער: אויף די געהעריגע קעמערע עפפ נישט, און די סיבה דערצו איז, ווייל עס איז פארלאנגט דורכן געזעץ אין עטליכע לענדער. אבער אויב ווילסטו איז דא פרי עפפס וואס טוען עס.
35) שאלה: וואסערע מעסעדזש האט איר איבער צוגעבן פאר די קול מב... אופס.. פאר די אייוועלט ליינער
טענקס
שאלות געפרעגט דורך: שוועמל
36) שאלה: די נייע בלעקבערי איז שוין אין באניץ פאר אפאר וואכן אין ענגלאנד און קאנאדא, און מען זעהט אבער נישט די ערענסטע אויפשאקלונג אין די פירמע וואס איז געווען ערווארטעט, און אויך איז מיר אינטערעסאנט פארוואס זענען זייערע סטאקס אזוי אומסטאביל? איז דאס נארמאל?
- ענטפער: דערווייל טוט די בלעקבערי סטאק נישט אפשפיגלען די פאקטישע מצב פון דער פירמע, מען וועט זען זאכן וועלן זיך אנפאנגען צו סטאבילעזירן ווען בלעקבערי וועט מעלדן זייערע פארדינסטן סוף חודש.
- א פארשפעטיקטן... פרייליכן פורים צו אייך אויך!