די עלטערע מענטשן האבן אויך ווייניגער געדולט ווי די יונגעלייט (אזוי מיין איך) און נאך צוויי מאל וואס די כלי קראכט קראכן זיי דאס אריין און אשפה אריין...
יאהן: וועגן זיך אויסקענען מיט די טעלעפאנען היינט אונדערפרי זע איך א עלטערע איד און די אשת חיל שטייט פון די זייט פרובירנדיג אנצוצינדן א קליינע סעמסאנק פליפ פאן, ווען זיי האבן געזען אז לא עלתה בידם איז דער זיידע צו געקומען צו מיר, זאגטס נאר דו ווייסט וויזוי מען צינד דאס אן? זאג איך אים יא, זאגט ער נו לערן מיך אויס...
איך הייב אן מסביר זיין מען דריקט אראפ די רויטע ענד באטען און מען האלט דאס פעסט אן פאר א פאר סעקונדעס און דערנאך קען מען דאס שוין אויסלאזן און בעזהשי"ת וועט זיך דער טעלעפאן אנצידן..